פון די מערקווערדיגע אויפאסונגען פונעם צייגעניש פון הרב כהן, איז דער פאקט אז דער פרעזידענט וואס האט זיך עמטליך דעקלערט אלס א נאצינאליצט, און האלט זיך פאר א פייערדיגער אמעריקאנער פאטריאט, האט זיך ארויסגעדרייט פון מיליטער דינסט דורכאויס דעם קריג אין וויטנאם.
דאס איז א שטארקע שאנדע, נעמליך, אין יענע עפאכע זענען שווערע טויזענטער יונגע אמעריקאנער, דורכגענומען געווארן מיט א גייסט פון פאטריאטיזם און העראואיזם, און זיך געמיינזאם אנגעשלאסן אין די אמעריקאנער מיליטערישע קרעפטן, וועלכע זענען געווען פארוויקלט אין פייערדיגע קאמפן קעגן די רויטע ארמייען פונעם הייליגן הויטשימינער, (הוי טשי מין, איז געווען דער פירער פונעם קאמוניסטישער צפון וויטנאם, און ער איז געווען שטארק פארהייליגט ביי די מאסן אין צפון וויטנאם.) דער פאקט אז דער פרעזידענט האט נישט געפונען פאר וויכטיג זיך אנצושליסן אין די ארמיי, און נאך מער, ער האט זיך נאך אפילו ארויסגעדרייט אומלעגאל, איז ווירקליך א שווארצע שאנדע, און איז אין קאנטראסט מיט זיין באמבאסטישע נאצינאליסטישע פראקלאמאציע.
דער נעכטיגער טאג איז ווארשיינליך געווען פארן פרעזידענט גאר א שווארצער טאג.
אין ציגאב צו די בייסיגע און העסליכע צייגעניש פון הרב כהן, האט דער פרעזידענט גלייכצייטיג אויך געגעסן הארטע קניידליך אין וויטנאם. (אין דאס סאמען ארט, וואו ער האט זיך אנטזאגט צו קעמפן מיט א סאך יארן בעפאר. קרעדיט רבי מיכאל כהן.) דער רינדעכדיג, פליישיגער, קאמוניסטישער קאמיסאר, פארזעצער קים דזשאנק אן, האט דערלאנגט פארן פרעזידענט א שטויס אין דער אונטער. ער האט זיך געלאזט פאטאגראפירן מיטן פרעזידענט, און גענאסן פון די רייכע קעניגליכע בעלער אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. ביזדערווייל האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס אלעס איז געווען פאר גארנישט. דער קאמיסאר איז נישט גרייט אויפצוגעבן זיינע נוקליערע איינריכטונגן, ער וויל בלויז אז די שטייפע עקאנאמישע סאנקציעס זאלן אפגעטאן ווערן פון זיין לאנד, דער פרעזידענט האט זיך געמוזט פאקן פעק און זיך אומקערן אהיים קיין וואשינגטאן מיט ליידיגע הענט. דער קאמוניסטישער קאמיסאר האט אים פילייכט געווארפן איבערן דראנג.