☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?

וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12961

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 4:42 pm

· #424955
וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
א פולשטענדיגער סומאטאכע בושעוועט אינערהאלב די דעמעקראטישע פארטיי, שוידערליכע סקאנדלן אנטוויקלונגען זיך דארט ווי שוואמען נאך א רעגן, אזש מענטשען הייבן זיך די ברעמן מיט שטוינונג און פרעגן מיט זארג וואס פאסירט דא? איז דאס טאקע די זעלבע פארטיי פונעם אלעמען-געשעצטן לעגענדארן פרעזידענט דזשאן עף. קענעדי?

1. די ראסיסטישע בילדער פונעם גיבערנאטור פון ווירדזשיניע ראָלף נאָרטהאַם און פון זיין יוסטיץ מיניסטער מארק הערינג. און דאן די שטאנדהאפטיגע קלאנגן אז דער וויצע-גיבערנאטור פון ווירדזשיניע מר. דזשאסטין פעירפאַקס האט פארגעוואלדיגט צוויי מוידן מיט די געוואלד. און צום גרויס שאנדע דינען נאך די אלע דריי פאסקודניאקעס אויף זייער עהרנפולע פאזיציעס.
2. די העסליכע אנטיסמיטישע רעטאריק פונעם רעפרעזאנטרין אילהאַן אָמאַר. יא זי האט געזאגט סארי... ווער ס'האט נאר אויגן אין קאפ פארשטייט גלייך אז איר אנגעבליכער אנטשולדיגונג איז בלויז א אנגעשטעלטע פאליטישע שריט, צו פארשטילן אירע קריטיקירער אינערהאלב פון איר אייגענע פארטיי. זי איז א וויסטע אידן-האסערן וואס האט באקומען אירע אנטשואונגען אין די טעראר קלאסן אינעם אוניווערזיטעט וואו זי האט שטודירט. זי איז א געפארפולע אנטיסמיטקע און א אויסטערלישער שאנדע פארן רעפרעזאנטן הויז פון די פאראייניגטע שטאטן.
3. די באשטעטיגונג פון סענעטראשע קאַמאַלאַ הערריס אז זי האט אין איר יוגענט גערייכערט חשיש אין גרויסן. און זיך נאך אויסגעדרוקט מיט טיפשות אז ביי דזשאַמאַיקיא-אפשטאמיגע איז דאס א נארמאלע ערשיינונג, אפגעזען אז ס'איז געזעצליך פארבאטן. א ציטאט וועלכע האט אפילו איר אייגענעם פאטער גענצליך ארויסגענומען פונעם גלייכגעוויכט. און ער האט דאס גאר שטארק פארדאמט, און זי האט נאך די פרעכהייט צו לויפן פאר אונזער פרעזידענט.
4. די העסליכע שריט פון אלעקסאנדריע קאָרטעז מיטן באראבעווען די ניו יארקער איינוואוינער פון 25 טויזענט ארבייט שטעלעס! אן קיין שום זאכליכע עקלערונג, בלויז צילוב איר פארקרימטע סאציאליסטישע און מארקסיסטישע אידאלאגיע. אפילו די דעמעקראטן שימפן אויף דעם געמיינעם קערל, זי שטעקט זיי ווי א ביין אין האלץ נישט אויסצושפייען און נישט אראפ צו שלינגען.

אנשטאט אז די דעמקראטן זאלן אריין וועלן אויף פאליטישע אמטן און רעגירונג שטעלעס פּראָמינענטע פערזענליכקייטן, שטאטסמענער מיט ערפארונג און גלייכע פארשטאנדן, וועלן זיי אין ערזאץ אריין יונגע רייפע קורצזיכטיגע שמויטעפונאס, וואס ווען נישט זייערע נשמות וואלט מען זיי ווען שוין פון לאנג ווען געדאמפט אין שמות. מאנכע פון זיי זענען נאך מער צוקניידעלט ווי זיי אויסערליכער אויסקוק. א אנגעזענע נאבעלע פארטיי מיט שיינע ווירדן איז צום באדויערן פארוואנדלט געווארן צו א פארטיי פון סאציאליסטן און מארקיסטן, פונסטערע אנטיסמיטן, געמיינע ראסיסטן, פרויען פארגעוואלדיגער און חשיש באנוצער, א ברויט פארכאפער. סארא שאנדע...די לעגענדארע דעמעקראטישע טאטעס א שטייגער ווי זשעקסאן, רוזעוועלט, און קענעדי ווארפן זיך אצינד אין קבר זעענדיג ווי נידעריג זייער פארטיי איז געפאלן און פאלט נאך ווייטער. אוי גייט דער טראמפ אפהאלטן א געווינס אין יארע 2020 ' למספ'...

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 8:40 pm

· #424981
איך האלט אז וויבאלד אלוקיהם של אלו שונא זימה ורציחה - דער אייבערשטער וויל נישט אז די פארדארבענע ליבעראלן זאלן זיך אויפהייבען די קעפ דא - מאכט ער זיי משוגע ווי ביים דור הפלגה -
כן יאבדו כל אוביך ה'

אונטער חכם » פרייטאג פעברואר 22, 2019 11:30 am

· #425004
Re: וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
עטליכע הערות.

1.די א.ג. העסליכע קאמענטארן פון אומאר איז סתם א פאלשער שטורעם, אפילו אויב זי האט איבערגעטריבן איבער וויפיל געלט מאכט אויס אינעם שטיצן איזראעל איז עס אבער די שיטה פון די עקסטרעם לינקע אז געלט טוט אלעס אין אמעריקע און עס איז גאנץ קלאר אז זי האט נישט געמיינט אידן.

מיר האט מער געשטערט אירע קאמענטארן וואס האבן צוגעגליכן איזראעל צו סאודי אראביע און איראן, אזא מאדנע שיטה ווייזט לכאורה סאך מער אויף אנטיסעמיטיזם ווי די געלט טוויט.

2. וואס איז שלעכט אז קאמאלא העריס האט גערייכערט אביסל חשיש? בוש 43 איז געווען אן אלקאהאליקער, איז עס בעסער?

3. די סקאנדאלן אין ווירדזשיניע זענען טאקע ממש אומגלויבליך, און עס קוקט אויס פשוט שלא כדרך הטבע , ווען איך וואלט געווען א קריסט וואלט איך געגלייבט אז יאשקעלע האט דא אינטערווענירט אפצוראטעווען אמעריקע פון זיינע עקסטרעמע חוקי רציחה.

קאך_לעפל » פרייטאג פעברואר 22, 2019 11:48 am

· #425007
אונטער חכם
עטליכע הערות.

1.די א.ג. העסליכע קאמענטארן פון אומאר איז סתם א פאלשער שטורעם, אפילו אויב זי האט איבערגעטריבן איבער וויפיל געלט מאכט אויס אינעם שטיצן איזראעל איז עס אבער די שיטה פון די עקסטרעם לינקע אז געלט טוט אלעס אין אמעריקע און עס איז גאנץ קלאר אז זי האט נישט געמיינט אידן.

מיר האט מער געשטערט אירע קאמענטארן וואס האבן צוגעגליכן איזראעל צו סאודי אראביע און איראן, אזא מאדנע שיטה ווייזט לכאורה סאך מער אויף אנטיסעמיטיזם ווי די געלט טוויט.

2. וואס איז שלעכט אז קאמאלא העריס האט גערייכערט אביסל חשיש? בוש 43 איז געווען אן אלקאהאליקער, איז עס בעסער?

3. די סקאנדאלן אין ווירדזשיניע זענען טאקע ממש אומגלויבליך, און עס קוקט אויס פשוט שלא כדרך הטבע , ווען איך וואלט געווען א קריסט וואלט איך געגלייבט אז יאשקעלע האט דא אינטערווענירט אפצוראטעווען אמעריקע פון זיינע עקסטרעמע חוקי רציחה.


1. זי האט זעלבסט פארציילט, אז אינעם אוניווערזיטעט וואו זי האט שטודירט, זענען געווען טעראר קלאסן, וואו מ'האט געלערענט איבער די אידאלאגיע פון טעראר. זי פארציילט, אז ווען דער פראפעסער האט דערמאנט אל קעידא, האט ער זיך אונטערגעהויבן פונעם שטול מיט א קענטליכער עהרפורכט. איר מוח איז אנגעלייגט מיט אנטיסמיטישע אנטשואונגען. זי האט זיך בלויך אנטשולדיגט פארן ארויסזאגן מיט מויל וואס זי טראכט אין הארצן. דערפאר טאקע האט פרעזידענט טראמפ ארגומענטירט אז איר אנגעבליכע אנטשולדיגונג דעקלערונג איז נישט מאסגעבענד, און מ'ברויך פון איר צייטליך פטור ווערן.

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=TknzrKNGdH0">https://www.youtube.com/watch?v=TknzrKNGdH0</a>


2. אלקוהאל איז לעגאל! חשיש איז ביזדערווייל אומלעגאל.

אונטער חכם » זונטאג פעברואר 24, 2019 5:37 pm

· #425061
Re: וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
קודם ווייס איך שוין פון וואו דו נעמסט דיין נייעס.

און גראדע די מעשה מיט די פראפעסאר איז מייניך פארקערט , זי מאכט חוזק פונעם פראפעסאר אז דער האט גערעדט פון על קאידא ווי פון א מאנסטער.

Sent from my XT1526 using Tapatalk

קאך_לעפל » דינסטאג פעברואר 26, 2019 11:11 am

· #425214
ווען מען פילעוועט עטוואס אין נביא, אנטפלעקט מען זיך נאכאנאנד מיט די גוט-צוגעפאסטע שטראפן וואס ג-ט האט אויסגעקליבן צו באשטראפן זיין ווידערשפעניגער פאלק. און א טייל מאל רופט דאס ארויס שטוינונג ווען מ'זעט באשיינפערליך מיט די אויגן ווי מאכטפול און צוגעפאסט דער שטראף איז.

ועל ידי עבדיך הנביאים כתוב לאמר, אט לערנט א קאפיטל אין ישעיהו:
און אט דער הער ג-ט איבער אלע הערשאפטן טיט אפ פון ירושלם און פון יהודה אירע שטארקע און שוואכע אונטערלאנערן, אלע ברויט און וואסער אונטערלאנער, העלדן און קריגס-לייט, ריכטער און ג-ט-שפרעכער, מאַדזשינערן און באזעצענע-לייט, הערן איבער פיפציג און אנגעזענע לייט, ראטגעבער און ראציאנאלע-טראכטער, אפשפרעכער-פארשטייער. יונגאשעס וועלן הערשן אויף אייך, און זייערע העינקי פעינקיס וועלן געוועלטיגן אויף זיי. ווי רבי מאיר לייביש עקלערט דאס, אז די דורכגעפוילטע אנטשואונגען און קאפריזן פון די יונגאשעס וועלן באהערשן די אלגעמיינע באפעלקערונג, ווארום זיי וועלן שטיין אין שפיץ פון פאלק. (ווי דער פאלקס-געשיכטע לויטעט, אז דער פרוי פונעם גובערנאטור פארכט זיך פון קעץ, און דער גובערנאטור פארכט זיך פון זיין פרוי, און די איינוואוינער פונעם גובערניע פארכטן זיך פונעם גובערנאטור, דאס באדייט אז דער גאנצער גובערניע פארכט זיך פון קעץ...) דער נביא זאגט ווייטער: אנשטאט איטליכער זאל גארן אז די פאליטיקער און הערשער פון לאנד זאלן זיין פון זיין פאמיליע, וועט יעדער שרייען ניין! קיינער פון מיין פאמיליע זאל נישט זיין א הערשער און א פאליטיקער אין אזא קאראפטירטע לאנד.

לערנענדיג דעם קאפיטאל אין ישעיהו, איז מיר באלד ארויפגעשווימען אויף די געדאנקן, דעם היי יאריגער סטעיט אוו די יוניאן. פון איין זייט זענען געזעצן ערוואקסענע פּראָמינענטע פערזענליכקייטן, מיט לאנגע יארן ערפארונג אין געזעץ און פאליטיק, און פון די אנדערע זייט זענען געזעצן א כאפטע אומערפארענע יונגאשעס, וואס האבן נישט די מינדעסטע אנונג וואס עס טיט זיך מיט זייער לעבן, אזעלכע וואס דאס טיפשות שיינט אראפ פון זייער צארטע און יונגע געזיכטער. די דאזיגע האבן מיט זייער נארישע קינדערישע ספעקטאלן, פארוואנדלט דעם סטיעט אוו די יוניאן מאַניפעסטאציע, צו א צורקוס און א קינדער גארטן, וואס פאסט זיך אינגאנצן נישט פארן העכסט-רעספעקטירטע רעפרעזאנטען זאל.

דער פאקט אז א כאפטע נארישע אומערפארענע יונגאשעס האבן זיך דערשלאגן צו די מאכט, און זענען געווארן די געזעץ געבער אינעם לאנד, ווארפט א פחד און א שרעק אויף יעדן רעכטדעקיגער באשעפעניש, דער געטליכער נביאה פון ישעיהו ווערט פארווירקליכט נישט אין יהודה און ירושלים, נאר דא אין אונזער אמעריקע. די נאכפאלגן זענען פאטאל. שוין איצט האט ניו יארק פארלוירן גאנצע 25 טויזענט ארבייט-שטעלעס צוליב איינע פון די דאזיגע אומערפארענע יונגאשעס מיט פארקרימטע אנטשואונגען, אנטסמיטישע לאזונגן זענען געפייגלט געווארן אויפן געוועב דורך איינע פון די דאזיגע פאסקודניאקעס. און ווער ווייסט וואס נאך ס'קומט...

א פירערשאפט פון יונגע נארישע אומערפארענע פאסקודניאקעס, אפגעפיקעוועט מיט פארפוילטע אנטשואונגען ברענגט דער גרעסטער חורבן אויף אונזער אמעריקע.

גדליה » דינסטאג פעברואר 26, 2019 4:36 pm

· #425234
*כאפטע*

קאך_לעפל » דינסטאג פעברואר 26, 2019 4:38 pm

· #425235
גדליה
*כאפטע*


פארראכטען!

גדליה » מיטוואך פעברואר 27, 2019 8:33 pm

· #425325
באמת איז טאקע א גרויסע קשיא ואס איז געווארען מיט די ליבעראלן.
אמאל ווען מ׳האט גערעדט פון ליבעראליזם האט עס געמיינט אז מ׳ברויך זיך רעכענען מיט די ארעמעלייט און די ארבעטערס און די פרויען און אנדערע מינאריטעטן.
היינט צוטאגס מיינט ליבערליזם אז יעדער ברויך זיין געי. עפעס אנדערש איז נישט דא.

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 9:22 am

· #425343
גדליה
באמת איז טאקע א גרויסע קשיא ואס איז געווארען מיט די ליבעראלן.
אמאל ווען מ׳האט גערעדט פון ליבעראליזם האט עס געמיינט אז מ׳ברויך זיך רעכענען מיט די ארעמעלייט און די ארבעטערס און די פרויען און אנדערע מינאריטעטן.
היינט צוטאגס מיינט ליבערליזם אז יעדער ברויך זיין געי. עפעס אנדערש איז נישט דא.


און אויך דארף מען הינעריכטן בעביס. און אויפנעמען שיין די פארברעכישע באנדעס וואס פארפלייצלן דאס לאנד אומלעגאל.

קאך_לעפל » מאנטאג מערץ 4, 2019 9:32 am

· #425622
דער קאמישער שדים געיעג.
א מאדנער סעפעקטאל האט זיך אפגעשפילט אין א געריכט הויז אין רוסלאנד. א ריכטער האט פאראורטיילט עמיצען צען יאר טורמע און פינף יאר שווערע צוואנגס ארבייט אין פארפרוירענעם סיביר... דער פאראורטיילטער פרעגט דעם ריכטער, פארוואס ער באקומט אזא הארבע שטראף? ענטפערט אים די ריכטער, איך ווייס נאך נישט גענוי, די אויספארשער ארבייטן נאך אויף די קלאגעס...

אקוראט דאס זעלבע שפילט זיך אצינד אין אונזער אמעריקע...

מיטוואך פרשת לך לך תשע''ז האט זיך דאס אמעריקאנער פאלק אויפגעוועקט מיט א פרישער פרעזידענט, דער קאָנטראָווערסיאַלער רייכער געשעפטס מאן דאנאלד טראמפ, איז אריין געוועלט געווארן דורכן פאלק, צו דינען אלס דער 45טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע. די נייעס האט געשלאגן ווי א דינער אין מיטן העלן טאג, ס'איז כמעט נישט געווען קיין פּראָמינענטער פאליטיקער וואס האט געהאלטן אז דאס אמעריקאנער פאלק וועט ווירקליך אריין וועלן אזא סארט פיגור ווי אונזער טראמפ, אלע זענען געווען ביי די מיינונג אז דאס פאלק וועט אריין וועלן פרוי קלינטאן, זאגאר דאס אומגלויבליכס האט ווירקליך פאסירט, דאנאלד טראמפ איז דער פרעזידענט פון אמעריקע.

די ליבעראלן קענען נישט אראפשלינגן דער פאקט אז דער פאלק האט אויסגעקליבן דאנאלד טראמפ פאר זייער פרעזידענט, און נישט זייער ליבלונג פרוי קלינטאן.

די העכסטע שפיצן פונעם יוריסדיקציע מיניסטעריום און די עף.בי.איי. א שטייגער ווי דזשעמס קאומי, ראד ראזענשטיין, און ענדרוי מאקאובי האבן אנגעהויבן וועבן געהיימע פלענער דורכצופירן א עמליכער פוטש אין לאנד, און אראפווארפן פון בענקל דעם פרעזידענט וואס דער פאלק האט אריין געוועלט אין אמט! ס'הערט זיך עטוואס אומגלויבליך, דריי פאסקודניאקעס וואס דארפן אפיציעל שיצן אויפן געזעץ, האבן אין געהיים קאנספערירט דורך צו פירן א פוטש, אן אויפשטאנד, אראפצוווארפן דעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, פונעם בענקל אויף וועלכע דער פאלק האט אים ארויפגעזעצט.

און די זעלבע צייט האבן די זעלבע פאסקודניאקעס אנגעהויבן צו זען רויטע רוסן איבעראל, א האסטיגער געשריי רוסלאנד! רוסלאנד! רוסלאנד! רוסלאנד! הערט זיך איבערן גאנצן לאנד. זיי זענען ווארשיינליך געקומען צום אויספיר אז ס'איז גארנישט מעגליך אז דער פאלק זאל האבן אריין דערוועלט טראמפ אלס זייער פרעזידעט, דערפאר מוז גאר זיין אז די לאנג-יאריגע טראדיציאלע פיינט פון די פאראייניגטע שטאטן, די פארהאסטע רוסן האבן דא געמישט דעם טאפ, דערפאר האבן זיי אנגעהויבן מיט א ווילדען שדים געיעג, אפיר צו זוכן די אנגעבליכע רוסישע קאלאבאראציע. און דאס גאנצע פאלק איז מיטגעכאפט געווארן מיט דעם דאזיגער רוסישער פיבער... און ביז צום היינטיגן טאג האט מען נאך גארנישט געטראפן, אבער דער צוויי יאריגער שדים געיעג גייט נאך אלס אן מיט א שטארקייט. אידלעך שרייט רוסלאנד! רוסלאנד! אידלעך שרייט רוסלאנד! רוסלאנד!...

ווען די ליבעראלן האבן אנגעהויבן צו פארדעכטיגן אז דער אנגעבליכער רוסישער בערן געפונען זיך פילייכט נישט אינטערן בעט פונעם פרעזידעט אינעם לינקלען צימער, האבן זיי אנגעהויבן מיט נייע טאקטיק. זיי האבן אפיר געקראצט דעם קאנסטעטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן, און זיי האבן דארט געטראפן דייטליך שטיין אז דער רעפרעזאנטן הויז זאל איבערזיכטן דעם עקזעקעטיווע פליגל. אה. זיי האבן געטראפן וואס זיי האבן געזוכט... זיי האבן באלד אפגעלערנט אז איבערזיכטן באדייט גאר זוכן צו אומפוטשען. זאגאר צו אומפוטשען א פרעזידענט דארף דער פרעזידענט האבן באגאנגן קרימינאלע שריט, און וואס פאר א קרימינאלע שריט איז דער פרעזידענט באגאנגען? אויף דעם איז דער ענטפער: אז מ'ווייסט נאך נישט גענוי, מ'נישטערט אין זיינע געשעפטן, מנישטערט אין זיין פאמיליע, מ'זוכט און מ'זוכט מ'איז בודק חמץ בחורים ובסדקין, מ'האפט אז מ'וועט כאטש עפעס אפיר קראצן. יעדען טאג באזונדער רעכטן די ליבעראלען אפ א ספעציעלע געבעט צום אלמעכטיגער ג-ט, אז מ'זאל טרעפן א קרימינאלע אקט וואס דער פרעזידענט איז באגאנגן, אזוי אז מ'זאל האבן אן אויסרייד אים צו אומפוטשען, איז בידערווייל ענטפערט נישט ג-ט זייערע געבעטן. גענוי ווי דער ריכטער אין רוסלאנד: דער פרעזידענט איז א קרימינאל, פארוואס? מ'זוכט נאך... מ'האפט אויפצוקומען מיט עפעס...

די אלע שדים טאנצן פון די האס-אנגעגעסענע ליבעראלן פאראורזאכט אומהוירע שאדן פאר אמעריקע, און די גאנצע וועלט קוקט מיט שטוינונג ווי די אמעריקאנע געזעץ געבער האבן נישט וואס צו טאן מיט זייער צייט, און זענען בלויז פארנומען אפיר צו זוכן קרימינאלע אקטן וואס זייער פרעזידענט איז אנגעבליך באגאנגען... די דאזיגע וואנזיניגע אויפירונג פון די דעמעקראטן וועט גאר שטארק בייהילפיג זיין פארן פרעזידענט אין די בעפארשטייענדע וואלן...

לולקע באנוצער » מאנטאג מערץ 4, 2019 1:58 pm

· #425647
Re: וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
די מעשה פון דזשאסי סמולעט איז לדעתי דער גרעסטער באווייז אויפן חורבן פון די ליבעראלן.

ליבעראלן היינט לעבן אויפן געדאנק פון באשיצן דעם געליטענעם. דאס גייט צו אין שטאפלען ווער ס'איז מער געליטן און איז מער חביב. נאך שווארצע און פרויען קומען אומלעגאלע אימיגראנטן און העולה על כולנה איז א טרענסדזשענדער באשעפעניש.

כדי צו האלטן די געליטענע נאנט צו זיך מוז מען זיי האלטן אין איין פארזיכערן אז מ'רודפ'ט זיי, און ביי די ליבעראלן קען מען טרעפן שוץ. זע
דא.

מילא דער דזשאסי האט פשוט רעאליזירט וואס דא קומט פאר, און כדי צו ווערן פאפולער ביי די ליבעראלע מידיא האט ער אונטערגעשטעלט צוויי מאגא-היטלעך-באקליידעטע זאלן אים אטאקירן, כדי ער זאל זוכה זיין צו דעם וויקטים טיטל.

(די זעלבע איז אויך אויף פארקערט, ווי מער מוצלח מ'איז אלס מער איז מען פארפיינטעט ביי זיי, אבער מ'העמיר נישט אריינגיין אין דעם יעצט.)

געשיקט פון מיין כשר'ע פאון נוצנדיג ראדיא כוואליעס

קאך_לעפל » דאנערשטאג מערץ 7, 2019 9:24 am

· #425919
דעמעקראטן זענען דערשטיקט מיט די סאציאליסטן.
די פירערשאפט פון די דעמעקראטישע פארטיי געפונען זיך אצינד, אין א שרעקליכער קלעם.

זייער פארטיי איז גענצליך פארכאפט געווארן דורך די סאציאליסטן, זיי שטעלן דעם אפיציעלער טאן אינעם פארטיי. דער נייער סאציאליסטישע גרינער דעקרעט איז געשטיצט פון מער ווי הונדרעט דעמעקראטישע געזעץ געבער!

אלעקסאנדריע קאָרטעז האט טראציג געסטראשעט, אז זי גייט צוזאם שטעלן א שווארצע ליסטע פון דעמעקראטישע געזעץ געבער, וואס וועלן שטימען מיט די ריפאבליקאנער, און זיכער מאכן אז ווערן נישט צוריק אריינגעוועלט אלס רעפרעזאנטן אין יאר 2020!
די דעמעקראטישע פירערשאפט וויל שטארק נעמען זאכליכע שריט קעגן די פונסטערע אנטיסמיטקע און אידן האסערן, אילהאַן אָמאַר, אבער די סאציאליסטן טוען אלעס אויף די וועלט אז דאס זאל נישט צושטאנד קומען, ווייל זי איז פון די שפיצן אין זייער פארברעכישע קליקע.
די סאציאליסטן האבן אין א פרעצעדענטלאזע שריט אדאפטירט דער צוגאנג פון זייער פארגייער און העלד יאזעף סטאלין: צייג מיר דער מענטש, און איך וועל שוין באזארגן די באשולדיגען. זיי האבן אן קיין שאנדע אנגעהויבן מיט א פלייץ פון פארפאלגונגען און אויספארשונגען אויף איבער 80 אומשולדיגע ציווילע מענטשען, די פארפאלגונגען נישט באזירט אויף גאנישט, בלויז אויס האס און פיינטשאפט און אומפארגינערישקייטן. זייער איינציגסטער זינט איז אז זיי האבן פארמאגט באציאונגען מיטן פרעזידענט. די מענטשען זענען געצווינגן אויפצונעמען גרויסע אדוואקאטן און ווערן צושמירט און פארשעמט דורך די סאציאליסטישע מידיע אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם.
די סאציאליסטן אדוואקאטירן עמטליך צו לעגאליזירן צו הינריכטן פרישע געבוירענע קינדער, זיי אדוואקאטירן צו לעגאליזירן כאשיש.

דאס איז אלעס אין קאנסטראסט פון די ארגינעלע דעמעקראטישע ווירדן. די דעמעקארעטן זענען אלס געווען די דאזיגע וואס האבן פארדאמט אנטיסמיטיזם, זיי זענען אלעמאל געווען די וואס האבן אדוואקאטירט פאר גערעכטיקייט, און פאר גערעכטע יוסטיץ. זיי זענען אלעמאל געווען די וואס האבן זיך אנגענומען פאר די באקריוועטע, און פארפאלגטע. די אלע העסליכע און קרימאנאלע און אנטיסמיטישע טעטיקייטן פון די סאציאליסטן, זענען א שאנדע פאר יעדע רעכט-דענקיגער דעמעקראט. און דאס וועט אן קיין צווייפל ענווענטועל שטארק אריין שפילן צו די הענט פון די רעפאבליקאנער.

ווען די דעמעקראטן האבן ווען א ביסל פארשטאנד און קאראזש, וואלטן זיי זיך פון געדארפט דערווייטערן מיט אפשיי פון די דאזיגע קרימינאלע, העסליכע, געפארפולע סאציאליסטן, און דעקלערן א זעלבסטשטענדיגע דעמעקראטישע פארטיי, וואס זאל אויסשליסן די גרויליגע עלעמענטן וועלכע האבן פארפעסטעט זייער פארטיי זינט אבאמא האט געדינט אלס פרעזידענט. דאן וועלן זיי האבן גוטע שאנסן צו באזיגן דעם קאנסערוועטיווער טראמפ.

חוקר ודורש » דאנערשטאג מערץ 7, 2019 10:59 am

· #425929
דוב הייקענד טראכט שוין אט אט צו פארלאזן די פארטיי..

קאך_לעפל » פרייטאג מערץ 8, 2019 8:24 am

· #426018
א שאנדע:
דאס נעכטיגער טאג איז געווען א שאנדפולע טאג פאר די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע.

ס'האט זיך דייטליך ארויסגעשטעלט אז די פארשאלטענע סאציאליסטן האבן פארכאפט די דעמעקראטישע פארטיי, און נוצן אויס די פארטיי פאר זייערע געמיינע אמביציעס.

סיי די דעמעקראטן און סיי די רעפאבליקאנער, האבן אין אנהייב פארדאמט אויפן הארבסטען פארנעם, דעם פינסטערן אידן האסערן און וויסטער אנטיסמיטקע, אילהאַן אָמאַר. דער רעפרעזאנטן הויז האט זיך געגרייט דורכצופירן א אומפארטייאישע רעזעלוציע צו פארדאמען אנטיסמיטיזם, און קאנגרעס-פרוי אילהאַן אָמאַר פאר איר נאכאנאנדע גרויליגע ריטאריק קעגן אידישן פאלק.
אבער ווי אנטוישט איז דער אמעריקאנער באפעלקערונג געווארן, ווי די פארהאסטע סאציאליסטן האבן ווידעראמאל באוויזן אויסצואיבן אומהויערע דרוק אויפן פארזיצערן פונעם רעפרעזאנטען הויז נענסי פּעלאָסי, אז זי זאל ענדערן די רעזעלוציע צו א לופטיגע אלגעמייינע אנטי-האס רעזעלוציע, און אן דערמאנען די נאמען פונעם אנטיסמיטקע אָמאַר. א שריט וואס האט באשיינפערליך גענצליך פארוואנדלט די רעזעלוציע צו א אלגעמיינע ליפטיגע לעגיסלאטורישע רעוואלוציע. און די מרשעת אילהאַן אָמאַר האט נישט געליטן קיין זאכליכע קאנציקווענצן פאר אירע געמיינע אקטן. נאך מער, פרוי פּעלאָסי האט אין א פרעצעדענטלאזע שריט גאר אוועק געמאכט די אנטיסמיטישע ריטאריק פון די די מרשעת אָמאַר. פרוי פּעלאָסי טיט אלעס אויף דער וועלט צו געפעלן פאר די הייפעלע סאציאליסטישע מיידליך וואס האבן די ווארט אין די דעמעקראטישע פארטיי. סארא שאנדע.
די נעכטיגע רעזעלוציע האט דייטליך געצייגט אז די פארשאלטענע סאציאליסטן האבן א מאסגעבנדע ווארט אויף די פירערשאפט פון די דעמעקראטישע פארטיי. און אז מ'קען ארויסלאזן אנטיסמיטישע רעטאריק אינעם רעפרעזאנטן הויז, אן ליידן פון די קאנציקווענצן, ווי לאנג מ'איז א געטרייער סאציאליסט, אלעס דרייט זיך ארום סאציאליזם.

והעיר וואשינגטאן נבוכה....

Buddy » פרייטאג מערץ 8, 2019 8:40 am

· #426019
והעיר ירושלים צהלה ושמחה 😂

די קישן פון די גלות ווערט מער און אויסגענוצט און פארדראשן...

די קישן פאר די גאולה אין ארץ ישראל ווערט מער און מער שטייפער און אויסגעארבעט...

קאך_לעפל » פרייטאג מערץ 8, 2019 10:08 am

· #426022
.

גראף » פרייטאג מערץ 8, 2019 4:14 pm

· #426061
Re: וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
איז דא א מעליכקייט פאר איינער וואס וועט לויפן קעגן די סאציעליסט'שע מיידלעך זיי צו באזיגן? זייער אונטערטאנען ליבן זיי? אויב יא פארוואס?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

לולקע באנוצער » פרייטאג מערץ 8, 2019 4:29 pm

· #426062
Re: וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
גראף
איז דא א מעליכקייט פאר איינער וואס וועט לויפן קעגן די סאציעליסט'שע מיידלעך זיי צו באזיגן? זייער אונטערטאנען ליבן זיי? אויב יא פארוואס?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
לכאורה נישט, זייערע אונטערטאנען זענען געווענליך גאר הייס פאר זיי. אזויווי טראמפ ביי די רעכטע זענען זיי ביי די לינקע.

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש מערץ 9, 2019 8:33 pm

· #426070
קיין איין גוי אינטערעסירט נישט קיין כי הוא זה צו די מדינה איז אויסגעהאלטן ע"פ תורה צו נישט, ווען יא האבן זיי טויזענט וויכטיגערע זאכן פון וואס צו רעדן.

וכן לענין די פאלעסטינער: קיינער קימערט זיך נישט מיט דעם וואס כינע הרגט אויס די טיבעטן, צו ווייסט איינער פון זיי אז דער הייליגער דאלאי לאמא ציטערט צוריק אהיימצוגיין אויס מורא פאר זיין לעבן? א נעכטיגן טאג. פונקט ווען ס'קומט צו האקן אויף די אידישע מדינה זענען זיי אלע דא, גיוו מי עי ברעיק.

לולקע באנוצער » מוצ"ש מערץ 9, 2019 8:51 pm

· #426073
Re: וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
שיק מיין לייק פאר לכתחילה אריבער

חוקר ודורש » מוצ"ש מערץ 9, 2019 10:06 pm

· #426076
לולקע פארוואס האסטו געדארפט נאכאמאל אראפברענגען זיין גאנצע באשרייבונג?

לולקע באנוצער » מוצ"ש מערץ 9, 2019 10:20 pm

· #426079
Re: וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
חוקר ודורש
לולקע פארוואס האסטו געדארפט נאכאמאל אראפברענגען זיין גאנצע באשרייבונג?
פאר די זעלבע סיבה וואס כ'ברענג יעצט אראפ דאס דייניגע. איך בין צוגעוואוינט אזוי צו רעפלייען אויף תגובות, ווי אין וואטסעפפ. אויב ס'שטערט אייך לאזט מיר וויסן און כ'וועל מאכן א פערציג טעג שלעכטע מידה אויסרייסעניש.

עדיט: יעצט איבערגעקוקט מיין פריערדיגע תגובה אינעם בראוזער און כ'פארשטיי פולשטענדיג אייער אויפברויז... איך נוץ טעפעטאלק וואו געקוואוטע תגובות קומען ארויף צוזאמגעלייגט. האמיר עס רעדאגירט און כ'בעט סליחה.

חוקר ודורש » דינסטאג מערץ 12, 2019 9:42 pm

· #426355
Re: וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
📎 1b4d5bad-ddb4-4dce-a709-ccd6c3feae73.jpg


Sent from my iPhone using Tapatalk

חוקר ודורש » דינסטאג מערץ 12, 2019 9:43 pm

· #426356
Re: וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
לטובות די הייליגע מערכה מעג מען רעדן צו סיי וועם..


Sent from my iPhone using Tapatalk

קאך_לעפל » מיטוואך מערץ 13, 2019 12:04 pm

· #426379
פּעלאָסי, לייגט דעם פוטש אויף אפהאלט?
וואשינגטאן – נעכטן האבן זיך די ברעמען ביי אלעמען געהויבן מיט גרויס וואונדער. נענסי פּעלאָסי האט דערקלערט, אז לויט איר פאליטישער מיינונג, איז דורכצופירן א פוטש קעגן פרעזידענט, נישט קיין קליגע און פראקטישע שריט, עס וועט מער צוטיילן דאס לאנד. אויסער אין פאל אז דער פרעזידענט באגייט א פרעצעדענטלאזע קרימינאלע אקט. זי האט ווי איר שטייגער בייסיג צוגעלייגט, אז אין יעדן פאל איז ער דאס נישט ווערט.
פרוי פּעלאָסי איז באוויסט פאר א הארצלאזע שלעכטע און געמיינע פרוי, זי איז א בייסיגע פאליטיקער און א מאכט-הונגעריגע פרוי. ס'איז פאר קיינעם נישט קיין צווייפל, אז זי וויל זען דעם פרעזידענט נישט בלויז אראפ פון בענקל, נאר זי וואלט אים גענומען און געווארפן צו די הונט א לעבעדיגער, איר וויסטע האס צום פרעזידענט איז גרעניצלאז. טאקע דערפאר האט איר פליצלונגע פוטש פראקאלאמאציע ערשט ארויסגערופן שטוינונג אין וואשינגטאן. אבער נאך א וויילע האט זיך יעדער געכאפט וואס איר געמיינע סטראטעגיע איז דא.

די דעמעקראטן געפונען זיך אצינד אין א קאמפליצירטע סיטואציע. זיי קענען זיך נישט פאראייניגן אויף קיין שום געמיינזאמע אגענדע. זייער אגענדע איז בלויז א נעגאטיווע, אונטערצוברענגן דעם פרעזידענט וועם זיי האסן צום טויט. זיי זענען טאג איין און טאג אויס פארנומען, מיטן וועבן מיסטיריעזע קאנספיראציעס און נישטערן שמוץ אויפן פרעזידענט. און אויפן פאזיטיווער פראנט האבן זיי בלויז צו פארקויפן סאציאליזם! א אידעלאגיע וואס איז נישט צו שטארק פאפולער ביי די אלגעמיינע אמעריקאנע מאסן, און אויך ברייטע רעכטן צו הינריכטן פיצלעך קינדער רח''ל.
די אמעריקאנער באפעלקערונג האבן זיך זייערע מיינונגען אויפן פרעזידענט, און זיי קימערן זיך גאנץ קנאפע מיט די לופטיגע העסליכע פראפעגאנדע וואס ווערט נאכאנאנד געלופטערט דורך די ליבעראלע מידיע נעצן. די שטעלונג פון די אלגעמיינע באפעלקערונג איז, אז ווי לאנג די אגענדע פונעם פרעזידענט איז גינסטיג פאר אמעריקע און פאר זיי, אינטערסירט נישט קיינעם אז ער האט געגעבן א באקשיש פאר רעבעצין סטאָרמי, אדער אז ער האט נישט געזאגט דעם גאנצן אמת פאר די שטייער אגענטורן, אדער געבויעט טורעמס אין מאָסקווע... ווי לאנג ער פארזיכערט די אמעריקאנע גרעניצן, און הייבט די אקאנאמיע אין לאנד, און באהאנדלט דעם רינעכדיגער רויטן קאמסאר פון צפון קאריעא ווי עס געהער צו זיין, איז ער דער פאסיגסטע מאן אין אמט.

פרוי פּעלאָסי שטייט הילפלאז, זי קען נעבאך גארנישט טאן צו ענדערן די זויערהאפטיגע אגענדע פון איר פארטיי, ווארום זי איז ארום גערינגלט מיט די געמיינסטע פון וואס די מענטשהייט פארמאגט. א כאפטע פון מאכט-הונגעריגע אוממענטשן געוועלטיגן אינעם רעפרעזאנטן הויז, מענטשען וואס לעכצען פאר אויפמערקזאמקייט און אנערקענונג, מענטשן וואס לייגן זייערע פערזענליכע אמביציעס בעפאר די געברויכן פונעם פאלק. אנגעהויבן פון שיף און נאַדלער, און גענדיגט ביי די סאציאליסטישע מאלפעס אלעקסאנדריע קאָרטעז און די וויסטע-אנטיסמיטקע אילהאַן אָמאַר, וועלכע זענען אויסן ארויפצוצווינגן זייערע דורכגעפוילטע סאציאליסטישע אידילאגיע אויפן אמעריקאנער פאלק. אזא פארפוילטע און נארישע אגענדע איז עטוואס אוממעגליך צו פרעזענטירן פארן אמעריקאנער פאלק, און אט דערנענטערט זיך שוין די וואלן פון יאר 2020 למספ'. פּעלאָסי געפונט זיך אין א שווערע סיטואציע...
דערפאר האט זיך אנגעהויבן מיט איר ווייט-גרייכענדע סטראטעגיע. אצינד וויל זי אויסשליסליך נישט דורך פירן דעם פוטש קעגן פרעזידענט! זי וויל די אומצאליגע אויספארשונגען זאל זיך ציען, כאטש ביז צו די וואלן. אזוי אז וואס מער קאנספיראציעס זאלן ביסלעכווייז אנהייבן צו קלעבן ביי די באפעלקערונג. און צוגאב וויל זי גלייכצייטיג אויך, אז די לאנג-אנגייענדע אויספארשונגען זאלן גענצליך אוועק נעמען דעם קאפ פונעם פרעזידענט, אזוי אז ער זאל נישט קענען געהעריג אויספירן זיינע פרעזעדענליכע פונקציעס, און ארבייטן פארן וואוילזיין פונעם אמעריקאנער פאלק. און אזוי ארום טרוימט זי צו פארזיכערן א זיג פאר די דעמעקראטן אין די בעפארשטייענדע וואלן.

צום באדויער פון פּעלאָסי, לעכצן די צוויי באגאבונדן שיף און נאַדלער אויסטערליש שטארק פאר אויפמערזאמקייט און אנערקענונג, און זענען אויסן וואס שנעלער דורכצופירן דעם פוטש קעגן פרעזידענט. אפילו עס געלונגט זיי דורך צו פירן זייער געגארטע פוטש, וועט זיך דער פוטש פולשטענדיג אפגעשטעלן אינעם העכערן רעפרעזאנטן הויז וואסאיז קאנטראלירט דורך די רעפובליקאנער, ווי ס'האט איגענטליך פאסירט ביים פוטש קעגן פרעזידענט קלינטאן. ווי אויך זעט זיך נישט אויפן האריזאנט ווי די מאלפע קאָרטעז וועט אמאל אויפהערן צו שפייען איר סאציאליסטישע אפפאל, און דאס העליש אנטיסמיטזם פייער וואס טוליעט אינעם סמאלישע הארץ פון מאלפע אָמאַר וועט זיך ווארשיינליך נישט אזוי שנעל פארלעשן. אזש ס'שווער פאראויסזאגן צו דער קאנספיראציע פון שקלאפטע פּעלאָסי וועט זיך ווירקליך אויסארבייטן.

עס איז צום האפן אז דער פרעזידענט זאל זיך נישט לאזן פארטושן דעם מוח מיט די זינלאזע און ענדלאזע פייניגערייען, און ווייטער פירן דאס לאנד מיט שטארקייט ווי ביז היינט, און אזוי ארום זיך דעארבען א מעכטיגער זיג אין די בעפארשטייענדע וואלן...

חתן בחור » מיטוואך מערץ 13, 2019 12:17 pm

· #426386
Re: וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
חוקר ודורש
📎 1b4d5bad-ddb4-4dce-a709-ccd6c3feae73.jpg


Sent from my iPhone using Tapatalk

איז דא א ווידעא פון דעם?

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 4, 2019 10:34 am

· #427847
דער געיעג פאר שמוץ זעצט פאר מיט א שטארקייט.
די ליבעראַלען אין וואשינגטאן גייען אינגאנצן כאדאראם, אזש מ'קען גאר ווייינען פאר געלעכטער. די געזעץ געבער אינעם רעפרעזענטן הויז אנשטאט זיי זאלן זיין פארנומען צו שאפן נייע געזעצן, מ'רעדט פון ליבעראַלע געזעצן, פון וועלכע דאס פאלק ווען קען עטוואס געניסן, זענען זיי בלויז פארנומען מיט אונטערברענגן פרעזידענט טראמפ. זייער האס צום פרעזידענט איז אזוי גרויס אזש עס טרייבט זיי צו טאטאלע משוגעת רח''ל. אזעלכע געזעץ געבער ווי דזשעראָלד נאַדלער פון ניו יארק, אדם שיף פון קאַליפאָרניע, אליהו קוממינגס פון מאַרילאַנד, און ריטשארד ניעל פון מאסאטשוסעטס האבן זיך גענומען בלויז איין מיסיע אין לעבן, גענצליך צו פארניכטן פרעזידענט טראמפ און זיין פאמיליע, פארוואס? ווייל צוליב זייער לינקע אנטשואונגען האבן זיי זייער געגארט אז די סקאנדאל-געפלאגטע פרוי קלינטאן זאל ווערן פרעזידענט פון אמעריקע, און בלויז ווייל דאס אמעריקאנער פאלק האט געוואלט אנדערש, נעמען זיי אצינד נקמה אינעם אמעריקאנער פאלק, מיטן פאלאזירן דעם רעפרעזאנטן הויז און שטערן ארענטליכע געזעץ-געבער אויסצופירן זייער לעגיסלאטיווע פליכטן, וואס דאס איז אייגענטליך דער הויפט אויפגאבע פונעם רעפרעזענטן הויז. די דאזיגע פאסקודניאקעס האבן פארוואנדלט דעם קאנסטאטוציאלע פליכט צו האלטן איבערזיכט אויפן עקזעקוטיווער פליגל פאר דעם סאמע הויפט מיסיע פונעם רעפרעזענטן הויז, ווען אין ריאליטעט איז דער הויפט מיסיע פונעם רעפרעזענטן הויז הויפטזעכליך צו שרייבן געזעץ. זיי טוען בייזוויליג פארדרייען דעם ווירקליכע אפטייטש פון האלטן איבערזיכט, און רעזערווירן זיך ברייטע רעכטן צו פארפאלגן און צו פייניגן דעם פרעזידענט מיט זיין פאמיליע אן קיין שום זאכליכע אורזאך, בלויז צוליב פונסטערע האס...

אדם שיף וואס דינט אלס דער פארזיצער פונעם שפיאנאזש קאמיטע, פארפירט שרעקליך אז דער אלגעמיינער אדוואקאט מוז אים זאפארט צייגן דעם גאנצע מוללער באריכט, אריינגערעכנט די געהיימע טיילן וואס דארפן געזעצליך פארמעקט ווערן צוליב נאציאנאלע זיכערהייטס... ער שרייט אז אינעם מוללער באריכט ליגט באהאלטן העכסט געהיימע אינפארמאציע אז ס'איז ווירקליך יא געווען צוזאמשטויסן מיט רוסלאנד... אפגעזען פון דעם וואס דער אלגעמיינער אדוואקאט האט דייטליך געשריבן אז דער באריכט צייגט קאפויער. דער וואנזיגער שיף איז אויסן צו געפונען עפעס צוזאמשטויסן מיט רוסלאנד, אפגעזען אז ס'האט ווירקליך קיינמאל נישט פאסירט, זיין ארגאנץ און פרעכהייט טרייבט אים פארצוזעצן מיט די רוסלאנד סמוטאכע אפילו יעדער איז שוין איבערגעצייגט אז ס'איז בלויז געווען א ליבעראַלע קאנספיראציע.
זיין קאמעראד נאַדלער וואס דינט אלס דער פארזיצער פונעם דזשודישיערי קאמיטע איז גארנישט ווייניגער וואנזיניג ווי אים, ער שרייט אויך אז דער אלגעמיינער אדוואקאט מוז אים זאפארט צייגן דעם גאנצען באריכט, אריינגערעכנט די געהיימע עדותשאפטן פון פריוואטע מענטשען וואס דארף געזעצליך געהאלטן ווערן אין געהיים. נאַדלער וויל נישט וויסן פון גארנישט אויף דער וועלט, יא געזעצליך, נישט געזעצליך. איך מוז זאפארט זען דעם גאנצן באריכט... פארוואס? ווייל איך מוז טרעפן עפעס שמוץ אויפן פרעזידענט... ער קען אפילו נישט ווארטן קיין צוויי וואכן, אזוי קריטיש איז דער מיסיע פון טרעפן שמוץ אויפן פרעזידענט.

ביזדערווייל האלט זיך דער אלגעמיינער אדוואקאט הער באר פעסט צו צום געזעץ, און ער לאזט זיך נישט שאנטאזשירן פון שארלאטישע ליבעראַלע קאנספיראציע זיכער... אפגעזען פון די אויסטערלישע דרוק פון די לינקע מידיא מיט וועלכע די ליבעראַלע קאנספיראטן באנוצן זיך אויסצואיבן דרוק אויף אים.

אין די זעלבע צייט קעמפן די ליבעראַלע געזעץ געבער אויף נאך צוויי פראנטן. אליהו קוממינגס וואס דינט אלס דער פאזיצער פונעם איבערזיכט קאמיטע, פארפירט שרעקליך אז ער מוז וויסן מער איבער די זיכערהייטס צוטריט פראצודור מיט וועלכע דער ווייסע הויז באנוצט זיך. א זאך אין וועלכע דער לעגיסלאטיווע פליגל האט גארנישט וואס אריינצורעדן אין דעם. דער ברייט-ביינערדיגער קוממינגס רעזערווירט זיך די ברייטע רעכטן, צו האבן א מיינונג איבער דעם אויך. ביזדערווייל ווייזט אים דער ווייסער הויז א גרויסער פייג.
און אצינד האט זיך נאך א ליבעראַלער געזעץ געבער אויפגעוועקט פון זיין בערן שלאף. ריטשארד ניעל, דער פארזיצער פונעם 'וועגן און מיטלן' קאמיטע, האט אנגעהויבן צו פארפירן אז דער פרעזידענט איז פארפליכטעט אים צו צייגן זיינע איינקנופט און שטייער צייגענישן, אפגעזען אז לויטן געזעץ איז דער פרעזידענט אויסשליסליך נישט פארפליכטעט צו צייגן פאר קיינעם זיין פריוואטע איינקנופט און שטייער צייגענישן. אבער פארזיצער ניעל וויל עס פארט יא זען, פארוואס? ווייל פילייכט דארט וועט מען געפונען עטוואס פינאנציאלע מיסברויכן וואס דער פרעזידענט איז אנגעבליך באגאנגען...

עס איז ממש אומגלויבליך ווי אזוי די ליבעראַלען האבן אין אזא קורצע עפאכע באוויזן צו פארוואנדלן דעם רעפרעזאנטן הויז צו א שווארצער טייוול הויז. דער רעפרעזאנטן הויז איז צום באדויערן פארוואנדלט געווארן צו א פולקאמער אומגעזצליכער שמוץ פאבריק. די לעגיסלאטיווען האבן דעזערטירט פון זייערע לעגיסלאטיווע פליכטן, און זענען היינט צו טאגס בלויז פארנומען צו פרעדיגען סאציאליזם, אנטיסמיטיזם, און פעמיניזם. און הויפזעכליך צו גרובן און נישטערן שמוץ און וועבן קאנספיראצעס אויפן פרעזידענט און זיין פאמיליע. אין די ווירקליכקייט האט דער רעפרעזאנטן הויז קיינמאל נישט אויסגעזען צופול בעסער, ס'איז אלעמאל געווען דאס מערסט-קראפטירסטע און דורכגעפוילסטע פליגל פון די רעגירונג, אבער דאס אז דער רעפרעזאנטן הויז זאל זיך דערקיילקלן צו אזא נידעריגע שטופע אין אזא קורצע עפאכע, איז קיינעם קיינמאל נישט געקומען אויף די געדאנקן...

לולקע באנוצער » דאנערשטאג אפריל 4, 2019 12:07 pm

· #427861
Re: וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
איך קען נישט פארשטיין וויאזוי די ליבעראלן זענען אזוי דום און לערנען זיך נישט פון זייערע טעותים. פאר קנאפע צוויי יאר האבן זיי פארפירט און געקוועטשט אז דער פרעזידענט האט מיטגעארבעט מיט רוסלאנד, פאר'ן כאפן א פאליטישן שאק ווי קיינמאל בעפאר. און יעצט? פארוואס שרייסטו ווייטער קאלוזשען ווען דו ווייסט דעם אמת אז דער פרעזידענט איז קיינמאל נישט באגאנגען דעם זינד? פארוואס זאלסטו נישט שוינען אויף דיין אייגענע כבוד וואס וועט גענצליך רואינירט ווערן ווען די 'באהאלטענע דאקומענטן' וועלן ארויסקומען און נאכאמאל אויפווייזן דאס אויפגעוויזענע?

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 4, 2019 12:20 pm

· #427864
לולקע באנוצער
איך קען נישט פארשטיין וויאזוי די ליבעראלן זענען אזוי דום און לערנען זיך נישט פון זייערע טעותים. פאר קנאפע צוויי יאר האבן זיי פארפירט און געקוועטשט אז דער פרעזידענט האט מיטגעארבעט מיט רוסלאנד, פאר'ן כאפן א פאליטישן שאק ווי קיינמאל בעפאר. און יעצט? פארוואס שרייסטו ווייטער קאלוזשען ווען דו ווייסט דעם אמת אז דער פרעזידענט איז קיינמאל נישט באגאנגען דעם זינד? פארוואס זאלסטו נישט שוינען אויף דיין אייגענע כבוד וואס וועט גענצליך רואינירט ווערן ווען די 'באהאלטענע דאקומענטן' וועלן ארויסקומען און נאכאמאל אויפווייזן דאס אויפגעוויזענע?


דער ריכטיגער אורזאך איז ווארשיינליך צוליב דעם וואס זיי ווילן אנהאלטן א וואלקן אויפן פרעזידענטשאפט פון פרעזידענט טראמפ, ביז צו די וואלן פון 2020. זייער מאטיוו איז א ריין פליטישע, דער מיסברויך איז בלויז, אז זיי זאגן אז דאס וואס זיי טוען איז בלויז איבערזיכט אויפן עקזעקעטיווע פליגל. דאס איז טאטאל פארפיריש...

גאנצל » דאנערשטאג אפריל 4, 2019 1:36 pm

· #427876
ס'איז ווייט נישט קיין סוד אז בעצם קען קיין רעפאבליקאנער מער נישט געווינען פרעזידענטשאפט אין אמעריקא, אפילו אזא שוואכע קאנדידאט ווי הילערי האט אנגעצויגן 3 מיליאן וואויטס מער ווי טראמפ הגם ער איז אויך נישט געווען א שטארקע קאנדידאט

מילא די חברה שארפן זיך די ציין און ווארטן שוין ווען די לינקע וועלן שוין איבערנעמען די ווייסע הויז לעד און קענען פארוואנדלען די פאראייניגטע שטאטן צו א כמו קאמיניסטישע לענדל

אבער ויבוא טראמפ און סאםהאו ארויסגעריקט א געווינס און צווארפן די קורטן און דאס טרייען זיי יעצט צו ראטעווען

דער אמת איז אז אבאמא האט שוין אויך צוווארפן אבער למעשה ביי אבאמא איז ער גאר געווארן דער קרוין און ער האט געארבעט איבערמידלעך אז קלינטאן זאל ווערן דער פינעף און פערציגסטע