טאטי וואס מיינט א סמארטפאן?
קינד מיינס! וויסען זאלסטו אז אסאך יארען צוריק איז געווען אזא זאך ווי א סמארטפאן, וואס דארט האט מען געטוהן אלע מיני עבירות. דארט האט מען מחלל שבת געווען, דארט האט מען מגלה עריות געווען, דארט האט מען געפרעסן חזיר אין יום כפור ביי נעילה. ס׳האט שוין כמעט געהאלטען אז גאנץ כלל ישראל זאל אינטערגיין ווייל יעדער האט זיך געקויפט אזא סמארטפואן אין דארטען האט מען אנגעטוהן כל עבירות שבתורה, און קיינער האט שוין נישט געוואוסט ווער איז עהרליך און ווער איז א שייגעץ, סאו אלעס איז געווארען מוראדיג צומישט, ביז ענדליך איז אויפגעשטאנען די פאר עהרליכע עסקנים וואס האבען נאכנישט געוארען פארדארבען פון די סמארטפאנען און זיי האבען אויפגעשטורעמט אלע עהרליכע רבנםי פון אלע אלטרע ארטאדאקסישע קרייזען וואס זענען זיך צאמגעקומען און מ׳האט דערקלערט א מלחמת חרמה קעגען די סמארטפאנען, די איבראנער רב האט שטארק אראפגעריסען די סמארפאנען און נאכדעם האבען נאך רבנים זיך צוגעשטעלט, און אזוי צוביסלעך מיט די צייט האבען זיך צאמגענומען א קאליציע פון סקלענער רבי אין פשווערסקער רבי, און צי צימישען די שטן האט מען געברענגט אידען פין לעקוואד כדי די ס״מ זאל זעהן אז אפילו די יודן מיט געשפאלטענע היטען און פירקאנטיגע בערד זענען אויך שטארק צעקריגט מיט די סמארטפאנען, און נאכדעם האט איין רב גענומען א מייק און ארומגעלאפען אין מארק און געשריגען רבותי אידען טוהט תשובה ווארפט ארויס די סמארטפאנען, צוביסלעך האבען זיך צאמגעזאמעלט אסאך יודן און מ׳האט צוזאמען געשאסען אסאך פיילען קעגען די סמארטפאנען און אזוי צעביסלעך האט מען דאס אויסגעראטען און היינטיגע צייטען האט מען זוכה געווען אז ס׳איז נישט דא קיין זכר צו די סמארטפאן און אויב איינער וויל טרעפען א סמארטפאן ברויך ער פארען ביז קאנאדא, ווייל אין גאנץ אמעריקע האט יעדער מורא צו נוצען א סמארטפאן ווי ס׳שטייט אין פסוק וראו כל עמי הארץ ויראו ממך. און פארדעם טאקע זעהט מען בחוש אז קיינער האט מער נישט קיין סמארטפאן ווייל יעדער האט אזוי מורא געהאט און געציטערט אין די הויזען, עד כדי כך אז א חסידישע אינגעל ווייסט נישטאמאל וואס מיינט א סמארטפאן ווייל מ׳ברויך מער נישט האקען דערויף!