☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מהנעשה והנשמע במדינת כעלם שבארץ הקודש

מהנעשה והנשמע במדינת כעלם שבארץ הקודש

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12947
בלאט: 1 2

chosen people » זונטאג אוגוסט 11, 2019 12:38 am

· #434634
רביה''ק זי''ע
די ישראלישע חיות זייען אן חורבנות וואו זיי קומען נאר אן, א חרפה און א בושה.

https://youtu.be/ljF8Jm69gh0

איך מיין צום סוף איז מען געוואויר געווארן אז די ישראלים זענען נקי פשע מען האט זיי אלע ארויסגעלאזט, און מען האט איהר איינגעזעצט.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 11, 2019 1:17 am

· #434635
chosen people
איך מיין צום סוף איז מען געוואויר געווארן אז די ישראלים זענען נקי פשע מען האט זיי אלע ארויסגעלאזט, און מען האט איהר איינגעזעצט.

גראדע איז די מעשה נאך ווייט פון פארטיג, די עלטערן פון די מיידל האבן געעפנט א גאו פאנד מי צו פינאנצירן די פארטיידיגונג נאכדעם וואס איר אדוואקאט האט זיך אפגעזאגט, און די גרעסטע ביישטייערונג פון $9000 איז געקומען פון א ישראלישע אויבערחכם.
https://www.timesofisrael.com/israeli-m ... in-cyprus/

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 1:40 pm

· #435243
זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו, אמזון ישראל יוצאה לדרך, יחי השוק החופשי והקפיטליזם!

https://www.jpost.com/Israel-News/Amazo ... ons-599256

https://www.youtube.com/watch?v=hAFH8jmSLkE

גראף » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 2:43 pm

· #435245
Re: מהנעשה והנשמע במדינת כעלם שבארץ הקודש
גייט עס העלפן נאר אין דער שארט טערם אדער גייט עס שאדן מאכען שפעטער? מענטשן אין מד''י האבן דען אזויפיל אפציעס פון פרנסה אז ווען זייער מאם ענד פאפ סטארס גייען אונטער האבן זיי א זשאב?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 2:52 pm

· #435247
לכאורה פאר חרדישע אידען איז עס א גוטע זאך. פונקט ווי דאהי, ווי יעדער שמויגער איז אויף עמעזאן, ווייל מ'דארף נישט די עדיוקעישען וואס אנדערע פאכען דארפען. און דער עולם וואוינט דאך צוזאמען און מ'שמועסט זיך אסאך, וואס אזוי דרייען זיך די דיעלס צווישען די פארקויפערס. איך קען א שיינע צאל אזעלכע חברה, און זיי געבען דאך ארבעט צו אסאך אנדערע מענטשן אויך.

לדעתי איז עס גוט פאר חרדישע אידען.

גראף » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 6:21 pm

· #435250
Re: מהנעשה והנשמע במדינת כעלם שבארץ הקודש
עס איז נישט גוט פאר געשעפטן! אלס בחור אין ישיבה אין א''י געדענק איך אז די טעקסעס פאר למשל א plugin transformer האט געהאט אסאך טעקס, גייט עמעזאן אויך דארפן רעכענן מס אדער בעזאס גייט ק... אויף דער עולם נוסח פאלשע קאפיטעליסיזים?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 2, 2020 7:34 pm

· #440873
אמאזאן ישראל האט זיך געעפנט און האט אינגאנצן פארקריפלט די פאסט סיסטעם אין לאנד, וויאזוי גיבן זיך די כעלעמע פאסט באאמטע אן עצה דערמיט? הערט און שטוינט, כעלם בתפארתה.

https://youtu.be/ZkFHWB-Vdj4

טראכטכמוני » מוצ"ש יאנואר 4, 2020 8:59 pm

· #440952
מהנעשה והנשמע במדינת כעלם שבארץ הקודש
די ״דואר ישראל״ איז שוין פון לאנג טרויעריג-בארימט אויף זיין א פארקריפעלטע סיסטעם וואס קיינער פארלאזט זיך נישט אויף, ניטאמאל צו שיקן חתונה בריוון.

ליב צו וויסן » מוצ"ש יאנואר 4, 2020 9:43 pm

· #440966
טיפיקל גאווערנמענט אנגעפירטע פראגראם.. פונקט ווי דואר ישראל אזוי איז מיט משרד הבריאות... און ס'איז נישט לימיטאד צו ישראל נאר אזוי איז מיט די NHS אין די UK און אזוי איז געווען מיט די VA אין די US (נישט באקאנט וויאזוי עס איז אונטער טראמפ)
יעצט לאמיר אלע וואוטען "בערני"..
בלאט: 1 2