☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מ'מעג שוין מאכן פיקטשערס?

מ'מעג שוין מאכן פיקטשערס?

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12935

שקד » דאנערשטאג פעברואר 7, 2019 2:05 pm

· #424070
מ'מעג שוין מאכן פיקטשערס?
כ'זע די דעקל פונעם בילדער מאגאזין דעם וואך - תרומה ע''ט - פון הרב ישראל מאנסי ווישניצער ממלא מקום. הלמאי? כ'האב געמיינט אז מ'האט מקפיד געווען קעגן בילדער - ביז פארווארפן אויף יענע וועלט?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 7, 2019 2:14 pm

· #424071
ער דארף נישט זיין בעסער פונעם פעטער דוד מלך ישראל... דער סקיווערע זיידע איז דאך אויך געווען קעגן בילדער.

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 7, 2019 2:25 pm

· #424072
וויפול אשכולות איז שוין פארהאן קעגן רביס און ערליכע אידן?

שקד » דאנערשטאג פעברואר 7, 2019 2:32 pm

· #424073
איז עס אפציעל מותר מצידו, אדער ס'גייט עהם נישט אן

מודה בטפל » דאנערשטאג פעברואר 7, 2019 2:35 pm

· #424074
קאך_לעפל
וויפול אשכולות איז שוין פארהאן קעגן רביס און ערליכע אידן?

"רבי'ס און ערליכע אידן"

וואס פעלט אויס א דאפעלט לשון? 😂

שקד » דאנערשטאג פעברואר 7, 2019 2:43 pm

· #424075
ווער איז דא קעגן? אויסער ווער ס'רעאגירט מיט'ן אראפרייסן א צווייטן. כ'האב איינפאך געוואלט וויסן, צו דאס וואס דער אלטער מאנסיער ווישניץ וואס איז געווען אזוי קעגן בילדער - ביז שעלטן אויף אלע וועלטן, איז נישט נוגע פאר זיין ממלא מקום - ברא כרעי' דאבוה.
איז ער אפען מסכים, אדער איז עס א פראגע פון צייט ווען ער וועט עס שארף אפשטעלן, צוליב די אמת'שאפט וואס מאנסי ווישניץ איז דערויף געשטעלט.

נאך א מיינונג » דאנערשטאג פעברואר 7, 2019 3:17 pm

· #424076
Re: מ'מעג שוין מאכן פיקטשערס?
.

שקד » דאנערשטאג פעברואר 7, 2019 3:29 pm

· #424077
מודה בטפל
קאך_לעפל
וויפול אשכולות איז שוין פארהאן קעגן רביס און ערליכע אידן?

"רבי'ס און ערליכע אידן"

וואס פעלט אויס א דאפעלט לשון? 😂

ער האט געמיינט צו פרעגן, וויפיל אשכולות זענען דא קעגן; אבער ער איז נישט גערעכט, ווייל יעדע טעמע איז א באזונדערע האנדלונג. מ'האנדעלט וועגן מסורה און ירושה, וואס איז וויכטיג אויסצושמועסן, ספעציעל ווען ס'איז אזא שטארקע פירצה, וואס דער אלטער פירער האט דערויף פארפירט געפערליך.

הקטן » דאנערשטאג פעברואר 7, 2019 7:06 pm

· #424093
מודה בטפל
[
"רבי'ס און ערליכע אידן"
וואס פעלט אויס א דאפעלט לשון? 😂

נישט אידע ערליכע איד איז אויך א רבי

שקד » דאנערשטאג פעברואר 7, 2019 8:15 pm

· #424095
א רבי איז פשוט טייטש איינער וואס לערנט יענעם עפעס אויס, און ס'קען זיין ער לערנט עהם אויס נישט ריכטיג אויך.. אויב אין מאנסי ווישניץ האט מען ממש געהארגעט מענטשן פאר'ן מאכן בילדער, וואס איז יעצט געשען?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 7, 2019 8:32 pm

· #424101
Re: מ'מעג שוין מאכן פיקטשערס?
עס איז דא א גאנצע ריי אין בית החיים פאר די געהרגעטע בילדער נעמערס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קוקי » פרייטאג פעברואר 8, 2019 4:06 pm

· #424142
כ'וויל טאקע וויסן, פונעם ציון מעג מען מאכן א בילד?

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג פעברואר 10, 2019 2:06 am

· #424158
לכאורה איז עס שוין מותר
אבער מען קען אבער נישט וויסען מיט די כעוורע, ווארט א טאג צוויי און עפעס א פרומאק וועט אריינלויפן צו סרוליק מיט א בהלה היתכן עס איז דא בילדער, און וועלנדיג געפעלן פאר די פרומאקעס, וועט ער ארויסשטעלן עפעס א "מחאה'לע" - וואס וועט זיין גילטיג ביז דעם נעקסטען בילד...
ימים ידברו

shefele » דינסטאג פעברואר 12, 2019 4:01 pm

· #424324
מודה בטפל
קאך_לעפל
וויפול אשכולות איז שוין פארהאן קעגן רביס און ערליכע אידן?

"רבי'ס און ערליכע אידן"

וואס פעלט אויס א דאפעלט לשון? 😂

הגה"ק מהר"י מפשעווארסק זי"ע פלעגט אסאך איבערזאגען די לשון חז"ל אין פסחים מט:
"תנו רבנן לעולם ימכור אדם כל מה שיש לו וישא בת תלמיד חכם, לא מצא בת תלמיד חכם ישא בת גדולי הדור"

זעען מיר פין דעם אז די צוויי זענען נישט די זעלבע זאך.
ודפח"ח

קוקי » דינסטאג פעברואר 12, 2019 9:10 pm

· #424343
shefele
מודה בטפל
קאך_לעפל
וויפול אשכולות איז שוין פארהאן קעגן רביס און ערליכע אידן?

"רבי'ס און ערליכע אידן"

וואס פעלט אויס א דאפעלט לשון? 😂

הגה"ק מהר"י מפשעווארסק זי"ע פלעגט אסאך איבערזאגען די לשון חז"ל אין פסחים מט:
"תנו רבנן לעולם ימכור אדם כל מה שיש לו וישא בת תלמיד חכם, לא מצא בת תלמיד חכם ישא בת גדולי הדור"

זעען מיר פין דעם אז די צוויי זענען נישט די זעלבע זאך.
ודפח"ח

ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 25, 2019 11:45 am

· #425125
איך בין געוועהן ביי א שמחה ווי דער וויזניצער רבי פון ב״פ הרה״צ ר׳ יעקב יוסף האגער שליט״א האט זיך באטייליגט און די בילדער מאכער איז געקומען כאפן בילדער האט דער בעל שמחה געוויזן מזאל נישט כאפן קיין בילדער. האט ער זיך אנגערופן הויעך ״ער קען כאפן וויפל בילדער ער וויל, נאר ווידיעא זאל ער נישט כאפן״.

אין וויזניץ האט קיינער נישט מקפיד געוועהן אויף קיין בילדער אויסער רבי מאטעלע זצ״ל, ער האט עס גענומען פון זיין שווער די סקווירער רבי זצ״ל און פון סאטמארער רב זצ״ל. נישט אלע ממשיכים נעמען אן די קפידה.

שקד » מאנטאג פעברואר 25, 2019 11:51 am

· #425127
שבת אחים

כ'האב מברר געווען ביי די גבאים פונעם באראפארק ווישניצער רבי זז''ג, און כ'האב געהערט דאס פאלגענדע;
ווען ער האט איבערגענומען די הנהגה, איז ער אריין צום סקווער'ן פעטער, און געפרעגט דערוועגן. היות זיין טאטע הרה''ק ר' פיניע זצוק''ל, האט דאך אלץ געהערט דעם דעת קודש פונעם סקווערן פעטער, וואס טוט מען וועגן בילדער.
האט עהם דער סקווערער רבי געענטפערט אזוי; כ'האב איינגעזען אז די איינציגע וועג אפצושטעלן די בילדער כאפער, איז בלויז מיט פעטש, און ס'נישט ווערד מקפיד צוזיין אויב די פרייז איז טיילן פעטש.

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 25, 2019 11:59 am

· #425128
שקד

כאַ כאַ כאַאַַ... אבער ווען סקומט צו זיין כבוד טיילט ער שוין איינמאל פעטש.... זאל נאר איינער פרובירן צו מאכן א עקסטערע מנין אין זיין שטעטל, אדער קויפן א הויז אין די מייל... דעמאלטס לוינט זיך שוין יא צוטיילן פעטש???

טוה מיר א טובה...

שקד » מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:10 pm

· #425137
ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:18 pm

· #425140
שקד
ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול

ממש אזוי???? מ׳האט נעבעך פארדרייט אזא חשובע געהויבנע אשכול?

כ׳מיין מ׳זאל גוזר תענית זיין און מאכן א יום תפילה אין די אַרמערי...

אלע היינטיגע צרות קומען דאך נאר פון אזעלכע ״פאדרייטע אשכולות״ ווי קען מען דאס צולאזן?.

השם ירחם.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 25, 2019 1:00 pm

· #425150
שקד
האט עהם דער סקווערער רבי געענטפערט אזוי; כ'האב איינגעזען אז די איינציגע וועג אפצושטעלן די בילדער כאפער, איז בלויז מיט פעטש, און ס'נישט ווערד מקפיד צוזיין אויב די פרייז איז טיילן פעטש.
😂 😂 😂 😂 😂

נישט דא וואס צו רעדן, האסט זוכה געווען צו מהנה זיין א איד.

שקד » מאנטאג פעברואר 25, 2019 3:35 pm

· #425159
קוקי
כ'וויל טאקע וויסן, פונעם ציון מעג מען מאכן א בילד?

כ'מיין אז נישט, ער האט דאך געסטראשעט אפצוהאלטן זיין מחילה בזה ובבא..

קוקי » מאנטאג פעברואר 25, 2019 3:53 pm

· #425161
רעב מאטעלע פלעגט נישט קומען צו א חופה אויב ס'געווען בילדער ביים חתונה, אזוי שטארק האט ער מקפיד געווען - אויף יענעמס חשבון

למעשה ווער ס'האט עהם געשוואוירן אז ס'וועט נישט זיין בילדער, איז ער געקומען דארט טאנצן.. {ס'האט געהייסן טאנצן.. ער האט אריינגעראלט די בענקל און געפושט די חתן}

פארציילט מען, אז מ'האט עהם געפרעגט, אויב מ'וועט נישט אפטעיפן די חתונה, וועט ער קומען זינגען דארט?..

קוקי » מאנטאג פעברואר 25, 2019 3:59 pm

· #425162
רביה''ק זי''ע
😂 😂 😂 😂 😂 נישט דא וואס צו רעדן, האסט זוכה געווען צו מהנה זיין א איד.

גם אני מצטרף

נאך א מיינונג » מאנטאג פעברואר 25, 2019 5:21 pm

· #425165
Re: מ'מעג שוין מאכן פיקטשערס?
עס מאכט זיך אז א מענטש האלט זיך שטארק איין פון עסן א גאנצע טאג. ממילא מעג ער פרעסן אויף אלע באקן די טאג נאך דעם.
הייסט עס אז די פאסטן האט גאר צוגעברענגט די געוואלדיגע איבערוואג.

והנמשל, דער סקווערער איז אזא ריזיגע ענדע צדיק. ער האט מוותר געווען אויף די געפערליכע תקנת הפיקטשערס, ווייל שלאגן טאר מען נישט. , איז דער וואס איז מתחצף צו זיין תקנות אומשטענד צו כאפן געפערליכע קלעפ, היתכן ער דינט נישט אזא גרויסע צדיק וואס שמייסט נישט?

קוקי » מאנטאג פעברואר 25, 2019 6:33 pm

· #425170
כ'מיין אז ווען נישט דער מאנסיער רבי זאל אזוי דרייען די אייער וועגן בילדער, וואלט קיינער ממילא נישט געוואלט מאכן פון עהם בילדער.. ווער ס'האט אמאל געזען זיין (נמחק) צורה. נישט בחינם האט ער אזוי פארפירט.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 25, 2019 7:49 pm

· #425175
קוקי
כ'מיין אז ווען נישט דער מאנסיער רבי זאל אזוי דרייען די אייער וועגן בילדער, וואלט קיינער ממילא נישט געוואלט מאכן פון עהם בילדער.. ווער ס'האט אמאל געזען זיין _____ צורה. נישט בחינם האט ער אזוי פארפירט

@סדרן: כ'מיין אז ס'איז שוין העכסט צייט אויסצושפארן דעם מטורף.

קוקי » מאנטאג פעברואר 25, 2019 8:27 pm

· #425178
פארוואס? אויף יענעם מעגסטו רעדן, און אויף דיין הייליגער מעג איך נישט?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 25, 2019 8:38 pm

· #425180
לדעתי, זאל מען איהם לאזן דא, כדי יעדער זאל וויסען וואס איז דאס א סקווערער. אפילו שקד שרייבט נישט אזוי געמיין ווי אים.

קוקי » מאנטאג פעברואר 25, 2019 8:46 pm

· #425181
כ'וואלט ענק אלע געזאגט קלאר, אז כ'בין ניטאמאל א סקווערער.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 26, 2019 8:12 am

· #425196
אויב אזוי זאל מען דיר טאקע אויסשפארן.