☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » סיום הש"ס אין סאטמאר

סיום הש"ס אין סאטמאר

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1293

זר זהב » דינסטאג יולי 31, 2012 12:09 am

· #30097
סיום הש"ס אין סאטמאר
ליין איך אזוי אינעם איד אז ס'קומט פאר נאך ערגעץ א סיום האשאס. וואו? הער צו!

ביים שיעור פונעם ראב"ד רבי יח"מ פר"מ שליט"א!

ווילאנג האט עס גענומען? הער צו!

37 יאר!

איז דא איינער וואס האט דארט אנגעהויבן און געענדיגט ש"ס אן הפסק?

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יולי 31, 2012 12:21 am

· #30099
דער מגי"ש.

עס איז א שיעור גמרא רש"י תוספות

elter-zeide » דינסטאג יולי 31, 2012 9:45 am

· #30189
ווען האט מען געלערענט מס. שקלים/ נדרים/ זבחים/ נדה?

יידל » דינסטאג יולי 31, 2012 10:48 am

· #30215
elter-zeide
ווען האט מען געלערענט מס. שקלים/ נדרים/ זבחים/ נדה?

שקלים איז דאך ירושלמי. נדרים, זבחים, נדה, ווער זאגט מ'האט זיי נישט געלערנט?

שמואל הלוי » דינסטאג יולי 31, 2012 10:53 am

· #30218
מילא נדה איז אפשר א פראבלעם ברבים וועגן בחורים וואס קענען זיך דורכשלייכן אינמיטן שיעור און אויפכאפן עטליכע ווערטער, אבער נדרים און זבחים וואס איז די פראבלעם?

gehlungen » דינסטאג יולי 31, 2012 11:17 am

· #30242
שמואל הלוי
מילא נדה איז אפשר א פראבלעם ברבים וועגן בחורים וואס קענען זיך דורכשלייכן אינמיטן שיעור און אויפכאפן עטליכע ווערטער, אבער נדרים און זבחים וואס איז די פראבלעם?

Just for your information. In all the Litvishe Yeshivas the bocherim learn ms' nidah like any other ms' this problem is only in the chasidishe yeshives. Just like the (once upon a time)problem with playing Ball !

שמואל הלוי » דינסטאג יולי 31, 2012 11:19 am

· #30243
טענק יו פאר די אינפארמאציע, אבער דארט אין ראדני איז נישט קיין ליטוויש פלאץ, ממילא פארשטיי איך די קשיא צו מען האט געלערענט מס' נדה, אבער די אנדערע מס' וואטס די פראבלעם צו לערנען ברבים?

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 31, 2012 11:51 am

· #30262
איז מס' כתובות אסאך ערגער ווי מס' נדה פאר בחורים?
איך פארשטיי טאקע נישט ווי אזוי חסיד'ישע בחורים לערנען כתובות, חוץ אויב זיי לאזן אויס גאנצעטע בלעטער, והמבין יבין.

היסטאריקער » דינסטאג יולי 31, 2012 11:55 am

· #30269
משולם שטיינפעלד
דער מגי"ש.

ער האט אויך נישט מיטגעהאלטן, צוליב זיינע פילע טירדות, און די לעצטע פאר יאר צוליב מצב הבריאות האט בנו ר' לייבוש שליט"א ממלא מקומו געווען.
ער פלעגט אבער אייביג לערנען די שיעור פאר זיך, אפילו ווען ער האט נישט פארגעלערנט.

עס איז באמת א יומא טבא לרבנן. בראש וראשון פארן מגי"ש שליט"א, פאר די הונדערטער יודן וואס האבן מיטגעהאלטן די שיעור 25 30 יאר צוריק וואס זענען שוין בעלמא דקשוט, ויבלחט"א החיים אתנו לאויש"ט
הגם עס איז שוין ליידער ווייניג געבליבן,
עס וואלט אינטערסאנט געווען צו מאכן א ליסטע פון די וואס האבן מיטגעהאלטן דעם שיעור מתחלתו ועד סופו.

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 4:58 pm

· #30837
היסטאריקער
משולם שטיינפעלד
דער מגי"ש.

ער האט אויך נישט מיטגעהאלטן, צוליב זיינע פילע טירדות, און די לעצטע פאר יאר צוליב מצב הבריאות האט בנו ר׳ לייבוש שליט״א ממלא מקומו געווען
ער פלעגט אבער אייבּיג לערנען די שיעור פאר זיך אפילו ווען ער האט נישט פארגעלערנט

עס איז באמת א יומא טבא לרבנן. בראש וראשון פאר׳ן מג״ש שליט״א. פאר די הונדערטער יודן וואס האבן מיטגעהאלטן די שיעור 25 30 יאר צוריק וואס זענן שוין בעלמא דקשוט, ויבלחט״א החיים אתנו לאויש״ט
הגם עס איז שוין ליידער ווייניג געבליבן,
עס וואלט אינטערסאנט געווען צו מאכן א ליסטע פון די וואס האבן מיטגעהאלטן דעם שיעור מתחלתו ועד סופו

איך גלייב שווער אז ס'איז דא אזא ליסט, אפשר אפשר גרינבוים פון פעלטי העטטערס (וואס בדרך אגב, כ'מיין אז זיי האבן יעצט א מעכטיגע סעיל אויף די היט פונעם יאר...) האט עפעס א ליסטע.

היסטאריקער » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 5:32 pm

· #30873
שעפטל

פארוואס פונקט ער?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 8:06 pm

· #30924
אן עלטערער איד פארציילט מיר וויאזוי ער געדענקט ווי פאר 37 יאר צוריק האט ר' געציל האללענעדער אויפגעהאנגן דעם מודעה "שירו לו שיעור חדש"...

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 5:32 pm

· #31277
היסטאריקער
שעפטל
איך גלייב שווער אז ס'איז דא אזא ליסט, אפשר אפשר גרינבוים פון פעלטי העטטערס (וואס בדרך אגב, כ'מיין אז זיי האבן יעצט א מעכטיגע סעיל אויף די היט פונעם יאר...) האט עפעס א ליסטע.

פארוואס פונקט ער?

אויב דענק איך גוט, איז ער זיך דארט משתתף און העלפט אסאך ארויס

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:29 pm

· #44999
היינט ביינאכט קומט פאר די סיום הש"ס פונעם ראב"'ד סאטמאר אינעם גרויסן סאטמאר'ן ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.