☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » שאנדפול: באבוב-48 קויפט אפ די Y לאט

שאנדפול: באבוב-48 קויפט אפ די Y לאט

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12925

איסר האטלקי » פרייטאג פעברואר 1, 2019 2:50 pm

· #423723
שאנדפול: באבוב-48 קויפט אפ די Y לאט
ווי באוואוסט מוטשעט זיך באבוב 45 פאר יארן צו קויפן א בית המדרש, זייערע לאנג-יעריגע פלענער אפצוקויפן די Y האט זיך די וואך געענדיגט ווען 48 האט פארגעשלאגן 25 מיליאן דאלער פאר דעם לאט אין צוגאב צו א לאנגן ליעס אויף קהל חסידים לאט, זיך צו קענען פון פריש אוועקשטעלן.

48 דארף דעם לאט אפיציעל צו פארקן זייערע באסעס. זייער נייע לאט אויף 51 ווילן זיי נישט נוצן אפי' זיי קענען נישט באקומען קיין פערמיט צו בויען דארט. אויך איז די קהל חסידים לאט נישט גוט פאר די באסעס, ווייל ס'איז 2 גאסן ווייט פון די מיידל סקול...

דער מקח וועט געוויס זיין א סעמפל פון די איידעלע באבובע דרכי נועם, א לעבעדיגער דוגמא פון א מנהיג ישראל וואס פעלט אים נישט קיין געלט, כבוד אדער מענטשן, אבער קען נישט אראפשלינגען אז עפעס א אויסגעשפילטער איד וואס האט נאכנישט קיין אייגן בית המדרש, האט צוגענומען אפאר הונדערט אידן פון אים. א קלאסישער ביישפיל פון א געלונגענער סוקסעספולער מענטש וואס פעלט אים גארנישט אין לעבן, און איז נישט צופרידן אז יענער האט עפעס (ווען באמת האט 'יענער' כמעט גארנישט...).

שמעון וואלף » פרייטאג פעברואר 1, 2019 4:13 pm

· #423727
קודם הייסט מען פיצן ג'י ציין דערנאך הייסט מען 40 יעריגע יונגעלייט גיין צום דאקטאר, ביז ס'קומט צו אז מ'צאלט 25 מיליאן פאר א לאט בלויז יענעם מצער צו זיין

איסר האטלקי » זונטאג פעברואר 3, 2019 7:37 pm

· #423806
איינער האט מיר מעורר געווען אין אישי אז מ'דארף קוקן אויף די גוטע זייט, נעמליך ר' בנציון איז שוין גרייט שלום צו מאכן נאך אזא ביטערע מחלוקה.

ווער וואלט אמאל געגלייבט אז 48 וועט נאך אמאל וועלן קויפן א לאט טיר ביי טיר מיט 45?...

אזא אחדות און שלום פאר אלע שונאים געוואונטשן....

דער שכן » מיטוואך פעברואר 13, 2019 5:13 pm

· #424397
"שאנדפול: באבוב-48" איז די ריכטיגע אויסדרוק.

פני הדור זענען כלבים ממש אונטער שלייער פון א שיינעם בעקיטשע מיט שיין געקעמטע פּייקעלעך און באַרדע.

איסר האטלקי » מיטוואך פעברואר 20, 2019 9:22 pm

· #424881
אויב פון הימל וויל מען אנדערש....

היינט איז פארגעקומען וואלן אין די באורד פון די "וויי" צו באשליסן וואס צו טון מיטן בנין. אויב מ'זאל עס געבן פאר 48 פאר די 25 מעלאונעס אדער לאזן ביי 45 פאר בלויז 15 מיליאן, ענדערש ווי פאר מחרחרי ריב.

רוב באורד מעמבערס האבן געשטומט פאר 45, און דארט וועט בעז"ה געבויט ווערן זייער צוקונפטיגער בנין בית המדרש לשם ולתפארת.

אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה. מאת ה' היתה זאת היא נפלאת בעינינו. זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו.

הד"ד פארשטינקענע פיש געגעסן און פון די וויי ארויסגעווארפן...

או אינו » מיטוואך פעברואר 20, 2019 11:12 pm

· #424888
Re: שאנדפול: באבוב-48 קויפט אפ די Y לאט
קאנפליקט אוו אינטערעסט. 10 מיליאן איז א ריזען סומע צי לאזען פאלען. לאו סאוט וועט קומען אדער וועט די מזל שפילן אין עס וועט געלונגען.

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 12:44 am

· #424894
די Y איז לכאורה א נאן-פראפיט ארגענעזעישן, קענען זיי באשליסן אז זיי ווילן אוועקגעבן זייער בנין פאר אן אנדערע נאן-פראפיט אפילו פאר אומזיסט

יעלה ויבא » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 6:04 am

· #424903
Re: שאנדפול: באבוב-48 קויפט אפ די Y לאט
שמעון וואלף
די Y איז לכאורה א נאן-פראפיט ארגענעזעישן, קענען זיי באשליסן אז זיי ווילן אוועקגעבן זייער בנין פאר אן אנדערע נאן-פראפיט אפילו פאר אומזיסט
די federation האט א בעלות'שאפט אויף די Y. זיי וועלן עס נישט אוועקגעבן אומזיסט, נאר אויב מען שטעלט זיי צי א נייע פלאץ וויא צי מאכן א נייע, אין ס'מיז זיך לוינען פאר זיי.

Sent from my LGLS991 using Tapatalk

איסר האטלקי » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:59 am

· #424914
די Y גייט זיך אריבערציען צום 45 מתיבתא בילדינג, אויף ניו יוטרעקט און 52.

די מקח איז היבש קאמפלעצירט כ'האב נישט קיין נערווען עס מסביר צו זיין, אבער אזויפיל יא, קהל 45 גייט האבן א פרייליכן פורים און האדמו"ר מ48 איז היינט געפארן אויף וואקאציע....

איסר האטלקי » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 10:01 am

· #424915
או אינו
קאנפליקט אוו אינטערעסט. 10 מיליאן איז א ריזען סומע צי לאזען פאלען. לאו סאוט וועט קומען אדער וועט די מזל שפילן אין עס וועט געלונגען.

ס'איז אדורך לאיערס פון אלע זייטן. ס'איז א ארגאניזאציע און זיי טוען וואס זיי האלטן ס'איז יושר צו טון. הלכה'דיג רופט זיך עס 'עני מהפך בחררה'.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 6:03 pm

· #424967
Re: שאנדפול: באבוב-48 קויפט אפ די Y לאט
עני המהפך גייט נישט אן ווען די צווייטע גייט צאלען מער געלט. און אזוי אויך ביי בר מצרא. ופשוט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

טשעסטער » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 7:26 pm

· #424974
וואו איז די דערמאנטע לאט פונקטליך?

איסר האטלקי » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 8:09 pm

· #424979
אפדעיט:

האדמו"ר מבאבוב (48) האט זיך אויפגעהויבן נעכטן נאכט תיכף נאכן הערן די ביטערע בשורה און אפגעפארן אויף וואקאציע און וועט דעריבער נישט זיין דעם שבת אין בארא פארק.

חסידים האפן און זענען מתפלל אז אויף פורים וועט ער שוין קומען צו זיך און פראווענען ווי אלע יארן.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 11:02 pm

· #424986
מן הסתם איז ער זייער אפגעשוואכט פון די רוחניותדיגע געראנגל מיט די סטרא אחרא... 😂 😂 😂

איסר האטלקי » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:57 pm

· #425441
און מ'שטעלט זיך נישט אפ...

היינט איז געשלאסן געוווארן מקח אויף א שטח ביי 15 - 41 פאר א נייע גיגאנטישע בנין תלמוד תורה דבאבוב45 פאר 11 מיליאן דאלער.

דער לאט האט מונקאטש געקויפט פאר יארן צוריק ווען ס'האט אויסגעקוקט אז זייער מיידל שולע גייט וואקסן, ס'איז געשטאנען ליידיג די גאנצע צייט ביז איינער האט עס אפגעקויפט א האלבע יאר צוריק און אצינד האט 45 געשלאסן מקח דערויף.

באבוב 45 האט לעצטע וואך פארקויפט א ריזן פארקינג לאט נעבן זייער מיידל סקול אויף 62 סט. פאר 10 מיליאן, (די לאט האט געדארפט זיין א פארקינג לאט פאר די חתונה זאלן וואס איז למעשה געטוישט געווארן די פלענער צו בויען אנשטאט דעם אפיסעס). מיט די געלט איז אראפגעלייגט געווארן א דאון פעימענט פארן נייעם תלמוד תורה, ס'איז נאך געבליבן געלט פאר א נייע מתיבתא בנין נאך וואס די יעצטיגע וועט גענוצט ווערן פארן פאר די נייע Y.

איך באלאנג לגמרי נישט צו באבוב 45, אבער ווען עס גייט גוט פארן נרדף, דארף עס אויפלעבן יעדן אידיש הארץ.

איסר האטלקי » פרייטאג מערץ 1, 2019 9:26 am

· #425464
איסר האטלקי
אפדעיט:

האדמו"ר מבאבוב (48) האט זיך אויפגעהויבן נעכטן נאכט תיכף נאכן הערן די ביטערע בשורה און אפגעפארן אויף וואקאציע און וועט דעריבער נישט זיין דעם שבת אין בארא פארק.

חסידים האפן און זענען מתפלל אז אויף פורים וועט ער שוין קומען צו זיך און פראווענען ווי אלע יארן.

אפדעיט, היות דער רב שליט"א פון 48 סט. איז נאכנישט געקומען צו די כוחות, וועט ער ביזדערווייל בלייבן אין מאנסי ביז איבער דעם שבת.

דער רב וועט זיך דערביי אויך נישט באטייליגן ביי קיינע פון די שבע ברכות פון ר' לייבל רובין (נדבן פון 'עטרת גאלדא', 'משנת 'יונה', נייע ת"ת בנין, און נאך), צוליב וואס דער מחותן זיינער ר' שמואל זאנויל שארף באלאנגט צו 45.

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 3, 2019 1:44 am

· #425506
איסר האטלקי
איסר האטלקי
אפדעיט:

האדמו"ר מבאבוב (48) האט זיך אויפגעהויבן נעכטן נאכט תיכף נאכן הערן די ביטערע בשורה און אפגעפארן אויף וואקאציע און וועט דעריבער נישט זיין דעם שבת אין בארא פארק.

חסידים האפן און זענען מתפלל אז אויף פורים וועט ער שוין קומען צו זיך און פראווענען ווי אלע יארן.

אפדעיט, היות דער רב שליט"א פון 48 סט. איז נאכנישט געקומען צו די כוחות, וועט ער ביזדערווייל בלייבן אין מאנסי ביז איבער דעם שבת.

דער רב וועט זיך דערביי אויך נישט באטייליגן ביי קיינע פון די שבע ברכות פון ר' לייבל רובין (נדבן פון 'עטרת גאלדא', 'משנת 'יונה', נייע ת"ת בנין, און נאך), צוליב וואס דער מחותן זיינער ר' שמואל זאנויל שארף באלאנגט צו 45.

ביי די חתונה איז אדמו"ר מ'45 געקומען און די זיידע ליבל רובין איז ארויסגעלאפן פון האלל און געווארט אין די לאבי ביז רמ"ד האט פארלאזט די זאל.
לעשות נחת רוח לרב"ץ

איסר האטלקי » זונטאג מערץ 3, 2019 8:51 am

· #425517
שמעון וואלף

ביי די חתונה איז אדמו"ר מ'45 געקומען און די זיידע ליבל רובין איז ארויסגעלאפן פון האלל און געווארט אין די לאבי ביז רמ"ד האט פארלאזט די זאל.
לעשות נחת רוח לרב"ץ

שקר. ער איז געבליבן אין זאל די גאנצע צייט. ס'דא בילדער דערפון.

רמ"ד איז געווען אויבן אן, און ער האט ווייטער געטאנצט אונטן.

שמעון וואלף » מאנטאג מערץ 4, 2019 1:13 am

· #425611
איסר האטלקי
שמעון וואלף

ביי די חתונה איז אדמו"ר מ'45 געקומען און די זיידע ליבל רובין איז ארויסגעלאפן פון האלל און געווארט אין די לאבי ביז רמ"ד האט פארלאזט די זאל.
לעשות נחת רוח לרב"ץ

שקר. ער איז געבליבן אין זאל די גאנצע צייט. ס'דא בילדער דערפון.

רמ"ד איז געווען אויבן אן, און ער האט ווייטער געטאנצט אונטן.

איך בין נישט דארט געווען אבער כ'האב עס געהערט פון איינער וואס האט עס געזעהן. למען הפינקליכקייט האט יענער געזאגט אז ווען רמ"ד האט געטאנצן איז ליבל ארויס געגאנגן.
אז די האסט בילדער ווי ער איז דארט ביים טאנצן, הייב איך הענט
ס'גאנץ מעגליך אז ער זיכט צו שטיין ווייט פון רמ"ד מורא האבענדיג אז מ'וועט אים בעטן אפאר דאללער...
שווער צו וויסן מיט די גאליציאנע

איסר האטלקי » זונטאג מערץ 17, 2019 11:32 pm

· #426703
אין אנדערע נייעס, האט די רייכע קהילה וואס האט געהאט איבריגע 25 מיליאנען אוועקצונעמען א לאט פון באבוב 45, נאכנישט געצאלט פאר זייערע 200 כולל אינגעלייט אין בארא פארק די לעצטע 5 חדשים!!

יעצט לכבוד פורים האט די הנהלת כולל באשטעטיגט א בודזשעט פלאן וויאזוי צו באצאלן פאר די איבער 200 כולל אינגעלייט און ס'איז געמאלדן געווארן אז יעדער אינגערמאן זאל גיין נאך געלט פורים פאר די כולל, און האלטן די געלט פאר זיך....

ונהפוך הוא... המה בשונאיהם - זייער געלט גייט נאר פאר די שונאים...

אוהב ספרים » מאנטאג מערץ 18, 2019 8:24 am

· #426726
איז דעי נייעס אזוי אמת ווי די נייעס אז באבוב45 האט געקויפט די לאט פון די Y?

איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 18, 2019 9:08 am

· #426728
האב איך געשריבן אז 45 האט עס שוין געקויפט? זיי האבן באקומען די קאנטרעקט אנשטאט 48, און איך מיין אז מ'דארף קודם בויען די נייע Y איידער מ'שליסט די מכירה.

און יא, פרעג סיי וועלכע אינגערמאן וואס לערנט דארט, מ'האט באצאלט אינמיטן ווינטער די אלטע חובות פאר די חתונה פון זיין ערשטע אייניקל, און פון דעם ווינטער האט מען נאכנישט באצאלט.

איסר האטלקי » פרייטאג מערץ 29, 2019 3:46 pm

· #427309
מוסדות באבוב 45 האט די וואך געשלאסן מקח אויף א נייעם קעמפ אין סוואן לעיק.

קהילת באבוב (48) גרייט זיך אויף א בין הזמנים קאמפיין צו שאפן געלט פאר די כולל אינגעלייט וואס זענען שוין נישט באצאלט געווארן פאר עטליכע חדשים.

איסר האטלקי » מאנטאג אפריל 1, 2019 1:59 pm

· #427457
כ'האב געמאכט א טעות, די באבוב 48 קאמפיין איז שוין אין פולן קראפט. 36 שעה פאר 1.2 מיליאן דאללער צו באצאלן די כולל אינגעלייט וואס זענען נישט באצאלט געווארן 6 חדשים.

מייןמהלך » דינסטאג אפריל 2, 2019 10:03 pm

· #427717
איסר, דו ווייסט נישט אז מען אדווערטייזט עס נישט??!!?? עס איז דאך א געוואלדיגע בישה פאר אזא רייכע און ערשטע קלאס קהילה.....

רעדנער » דינסטאג אפריל 9, 2019 5:15 pm

· #428169
עס גייט ארום א ווערטל, אז אויסטרייכער האט געשיקט אלע זייערע חמץ'דיגע קאקיס צו רמ"ד..... (פאר דער וואס פארשטייט נישט: רמ"ד האט זיך לעצטענץ גענימען פראווען לחיים'ס, אויף די 62 בנין קודם דערנאך אויף די Y נאכדעם אויףא נייע חדר נערנאך אויף א נייע קעמפ נאכדעם אויף זיין נייע מקוה און צום לעצט מיט ר' שלמה פרישוואסער אויף זיין שטאק און די סקול אויך 62.)