חיזוק
14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12921
חיזוק
מורי ורבותיי
די רבונו של עולם האט מיך געשאנקען מכל טוב וטוב ב"ה. איך האב פיינע גוטע עסען יעדן טאג, פרישטיג מיטאג נאכטמאל, איך האב א דזאב און איך פארמאג אפילו א אייגענע געלעגער מיט דיקע מאטראצען. איך האב חבירים, איך האב א משפחה, א אויסגעצאלטע זיץ אין גרויסן בעסמעדרעש און א אייגענע קרעמל אין מיין לאקאלע שוהל, און אזוי ווייטער.
הכלל, כ'פיל אז איך האב שוין אזויפיל נהנה געווען פון די וועלט און כ'האב נאך קנאפ צוריקגעגעבען, במילא כ'שפיר כ'וויל אביסעל צוריקגעבען פאר'ן ציבור.
קיין עושר בינעך נישט, קען איך נישט געבען קיין גרויסע סכומים פאר די מוסדות.
קיין תלמיד חכם בינעך נישט, קען איך נישט שרייבען קיין ספר.
זינגען קען איך נישט, קען איך נישט ווערען א זינגער.
איז מיך בייגעפאלען א גוטע עצה, איך קען אפפערען פאר'ן עולם חיזוק.
איך בין גאר א גוטע מחזק, איך קען זייער גוט געבען סופפארט און אייך שטארקן עמאציאנעל איר זאלט קענען אנגיין מיט'ן טאג.
ווער עס זוכט עפעס חיזוק, פאלט אריין אין דעם אשכול, זאגט אין וועלכען הינזיכט איר ברויכט חיזוק, אין מיר וועלען אייך צושטעלען אויף א גאלדענע טאץ.
א חשובע ידיד שיקט מיך אריין אזא שאלה אין אישי:
איך האב לעצטענס געעפענט א אייגענע ביזנעס, און ס'גייט זייער שווער. עקספערטן זאגן אז ס'איז א גוטע ביזנעס וואס האט אסאך פאטענציאל, אבער דערווייל ארבעט איך ביטער שווער און איך זע נישט קיין רווחים. אפשר קענט איר מיר געבן חיזוק.
מיין ענטפער:
לכבוד הרה"ח העתיד להיות נגיד ר' פלוני אלמוני הי"ו
איך האב באקומען אייער אישי בריוול אין איך שפיר מיט אייך מיט. כאטש וואס איך אליין האב נישט קיין אייגענע ביזנעס, האב איך שוין מיטגעהאלטען ביי איטליכע ידידים וואס האבען זיך שטארק געמוטשעט אין אנהייב, אבער אווענטועל האבען זיי ב"ה שטארק מצליח געווען.
איר זאלט וויסען זיין אז ס'איז דא דריי סיבות פארוואס א נייע ביזנעס זאל זיך מוטשענען.
א) ס'איז ניי, די ברענד איז פריש געבאקן, קיינער טראסט אייך נאכנישט און ס'נעמט צייט ביז מ'ארבעט זיך אריין.
ב) די ביזנעס ווערט געפירט דורך אומעקספיריענסד מענטשען, כדרך רוב נייע ביזנעסער, און ס'ווערט נישט גוט געלאפן (run).
ג) ס'איז א שלעכטע ביזנעס.
ווען איר זאגט אז איהר מוטשעט זיך, ברויכט איר וויסען פון וואנעט קומט די מוטשעניש.
אויב איז די סיבה א), דעמאלטס זאלט איר זיך שטארק מחזק זיין אז יעדע זאך קומט אן שווער, והיה ראשיתך מצער ואחריתך ישגה מאוד. הגם וואס קיינער קען נישט גאראנטירן א זאך, אבער טאמער אלע סימנים צייגען אז ס'איז א גוטע ביזנעס מיט שטארקע פאטענטשעל, און ס'נעמט אייך פשוט צייט זיך צו קונה זיין ביזנעס רילעישאנשיפס און טרעפען אקאונטס וכדו', דעמאלץ זאל מען שטיפען די וואגן פאראויס. טראכט ווי גיט ס'וועט זיין איינמאל דו ביסט ריכטיג עסטעבלישט און זאכען גייען ווי געשמירט.
אויב איז די סיבה ב) ברויכט איר זיך פריש אוועקזעצן און מסדר זיין און אויפנעמען די פאסיגע מענטשען צו טוהן וואס איר קענט נישט טוהן. רעדט אייך נישט איין אז איר זענט א כל יכול.
אויב איז די סיבה ג) איז דאך פשוט אז איר ברויכט מודה זיין אז ס'איז נישט געלונגען, שלינגט אראפ די דורכפאל און פראבירט צו ראטעווען וואס איר קענט. ווארט נישט אויף קיין מעשה ניסים. א מענטש מעג דורכפאלן און דאס וועט אייך נאר בויען אין די עתיד.
דער עיקר איז איר זאלט וויסען אז א פרנסה איז זייער א שווערע זאך, בזיעת אפיך תאכל לחם! ווייניג מענטשען קומט עס אן גרינג, און ביי די וואס מאכען פרנסה גרינג, איז דאס אסאך מאל ווייל זיי האבען שווער געארבעט אין די יונגע יארן. ס'לוינט זיך צו אינוועסטען אין א גוטע ביזנעס וואס וועט אייך געבען פיינענטשעל אינדעפענדענס, און חוץ מזה וועט דאס זיין א גוטע סיפוק צו וויסען אז איר האט עפעס צוגעשטעלט אין די עולם המסחר.
ברכה והצלחה וכל טוב סלה
הג' גדליה
תלמיד מובהק למרן ר' פרחיה' זלע"ה
קצתי בחיי
א חשובע יונגערמאן שרייבט מיך אזא סיטואציע;
איך זוך הילף אויפצושטיין יעדען צופרי. ניין, שיקט מיך נישט צו די נעקסטע עלעקטראניקס געשעפט קויפען א וועקער זייגער, נאר איך ברויך פשוט האבען א סיבה פארוואס אויפצושטיין יעדען צופרי.
וועט איר דאך מיינען אז איך בין אעפעס א גרויסע בעל יסורים? ניין אינגאנצען נישט. ב"ה איך לייד נישט פון קיין ערענסטע מחלות, די ערגסטע איז א סיינעס אינפעקשאן וואס איך באקום איין מאל אין דריי יאר. מיין שלום בית איז אקעי, נישט אז איך האב איר ליב, נאר קריגן קריגט מען זיך נישט. איז דאך משמע אז ס'איז גוט. קינדער האב איך צווישען דריי און זעקס. זיי זענען אלע נערמאלע געווענדליכע קינדער, גארנישט אנדרעש ווי נארמאל.
מיין ארבעט איז גאנץ באורינג, אבער כ'שטופ עס דערעך, איך מאך נישט קיין סאך געלט, גענוג צו קענען צאלן נארמאל ביללס. בקיצור איך לעב א נארמאלע פלעינע לעבען.
דא עקא, ס'איז מיך פשוט נמאס געוארען. כ'זעה נישט קיין סיבה אויפצושטיין נאכאמאל יעדען צופרי, גיסען נעגעל וואסער, ארויסלויפען אין די ביטערע קעלט, גיין אין שוהל, לויפען צו די ארבעט, באקומען א פסק פון די באלבאס, וכו' וכו'. פשוט כ'האב נישט קיין סיפוק דערינען כ'זעה נישט די אויפטוה און איך פארשטיי נישט וואס פארא תענוג ברויך איך ארויסנעמען פון די גאנצע זאך.
ביטע ענטפערט מיך נישט איך זאל לערנען מוסר ספרים צו וויסען מה חובתי בעולמי, ווייל כ'האלט נאכנישט דארטן.
כ'ווייס נישט צו כ'לייד פון דעפרעשען (ס'קוקט נישט אויס אזוי ווייל איך פאנקשען מער ווייניגער נארמאל). צו ס'איז סתם אזא נאטור. אבער למעשה איז דאס די מציאות און איך לייד. אפשר קענט איר מיך מחזק זיין.
אונטערגעשריבען: הרב קצתי בחיי
רבותי איך בין מודה ס'בריוו האט מיך געכאפט אין שאק, כ'ברויך צייט אריינצוטראכטען ווי אזוי צו ענטפערען.
כאילו ס'איז דא וואס צו ענטפערן פאר אזא איינעם, life is overrated, על כרחך אתה נולד, ועל כרחך אתה חי, ועל כרחך אתה מת, ועל כרחך אתה עתיד ליתן דין וחשבון. וועם ס'געפעלט נישט קען זיך רואיגערהייט נעמען דאס לעבן, איך זאג אים צו ס'וועט אים גארנישט שלעכט פאסירן.
טייערע יונגערמאן איך פיל מיט אייך איך פארשטיי אייער ווייטאג מיין עצה צו אייך איז פאנג אן צו קיקן וויפל פאזיטיוויטי דו האסט יא דו ביסט געזינט ב"ה דיין בני בית איז געזינט דיין משפחה איז געזינט וכו' וכו' וכו'
Re: חיזוק
גדליה
רבותי איך בין מודה ס'בריוו האט מיך געכאפט אין שאק, כ'ברויך צייט אריינצוטראכטען ווי אזוי צו ענטפערען.
הדא הוא דכתיב: בא לחזק ונמצא חוזק.
קאצקע ציקערטייערע יונגערמאן איך פיל מיט אייך איך פארשטיי אייער ווייטאג מיין עצה צו אייך איז פאנג אן צו קיקן וויפל פאזיטיוויטי דו האסט יא דו ביסט געזינט ב"ה דיין בני בית איז געזינט דיין משפחה איז געזינט וכו' וכו' וכו'
הה"ד לא מעוקצך ולא מדובשך. בכלל איינמאל א מענטש איז טויט, גייט אים שוין נישט אן צו ער איז געזונט צו נישט, און זיין משפחה קען זיין געזונט אפילו ער איז אין קבר אויך.
איך בין מחולק מיט דער עצה פין פשוט איינזעהן אז דאס לעבען איז נישט אינטרעסאנט.
מיין תשובה צו הרב קצתי בחיי.
עס איז זיכער פארהאן דא און דארט שעות צו אפילו מינוטן וואס איר פילט זיך בעסער, פילט זיך אקאמפלישט, און אנשטאט קצתי בחיי זאגט איר שחר קמתי מיט עקסייטמענט. גייט נאך, וואס האט אייך געמאכט מער העפי, און וואס מאכט אייך פילען מער ווערטפול.
ווען איר רעכענט עס אויס, האט איר א לעבענס מיסיע. פראבירט עס נאך צו גיין און טוהן. טאמער איז עס געבען חיזוק פאר אנדערע, גייט אין א האספיטעל אדער א נערסינג האום ווי עס זיצען מענטשען און פייגערען נאך א שמייכל פין א אינגערע מענטש. און די משלים זענען ענדלאזע וואס פאר א זאכען געבען יעדעס מענטש פילען ווערטפול.
איינער פין די מחלות פין אונז חרדים, אז מען ציט אויף מיט דער הנחה אז יעדער קען פילען סיפוק פון לערנען א סוגיא און יעדער קען פילען סיפוק פין אידישקייט דורך סתם זיין א ערליכע איד. הגם פאר פלענטי איז עס גענוג, איז דא מענטשן וואס פילען ליידיג על אף זיי זענען ערליכע וואוילע אידען.
אין די גוישע וועלט זיכט מען לכתחילה וואס מאכט מיר פילען גוט, און גלייך אלץ קינד טוט מען אריין לייגן די וואס וויל איך זיין ווען איך וועל זיין גרויס. און דאס וואקסט מיט. און ממילא פאלט מען מער אריין אין זאכן וואס מען האט ליב.
ביי אונז זענען ליידער רוב חרדים מיט פרנסות וואס זיי טוהן נאר פאר די געלט, און נישט ווייל זיי האבן עס ליב. אנגעהויבן ביי די רבי'ס דיינים מורה הוראות מלמדים מגידי שיעור, און ענדיגט זיך ביי דער קאשיער אין געשעפט אין ביי דער טאטע פין צען קינדער אינדערהיים. און דאס אלעס האט מיט דער סדום בעט מענטאליטעט וואס איז א יסוד אין חריידיזים, ווי מען מען ווערט אריין געשטיפט אין מצבים וכו'.
ועוד יש להאריך.
מ'דארף ביידע אויפאמאל, סיי איינזען אז life is overrated, און סיי פרובירן מאכן דערפון וואס מ'קען (אדער זיך נעמען דאס לעבן). נוח לו לאדם שלא נברא יותר משנברא, עכשיו שנברא יפשפש במעשיו. טוב אשר תאחז בזה, וגם מזה אל תנח את ידך, כי ירא אלקים יצא את כלם.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2156">viewtopic.php?f=24&t=2156</a><!-- l -->
רביה''ק זי''עאיך זאג אים צו ס'וועט אים גארנישט שלעכט פאסירן.
כאילו דו האסט אן אהנונג וואס מיינט גוט און שלעכט
דער קעפל איז א טעות. מעגליך אז דער מענטש ווייסט נישט זיין ציל אין לעבן, אבער א ציל האט ער. ער איז דאך אויפגעשטאנען צופרי, די שאלה איז נאר פארוואס. ווען ער וועט עס אנטדעקן, וועט ער עס קענן אויפבויען און נישט נאר לעבן דערמיט, נאר אנציקט ווערן דערמיט אויך.
וכמו הסיפור עם הבחור התמים זלמן דוד האמלינער שהיה מאלו שהשקיעו הרבה בעבודת ה', הוא היה מתפלל באריכות במשך כל היום כולו ועל כל צעד ושעל היה עושה אתכפיא, מתענה ומסגף את גופו כדי שלא יפריע לו בעבודת ה', אבל השתדלותו זו היתה מעל ומעבר וכך הלך גופו ונחלש יותר ויותר, עד שבגיל צעיר מאוד הוא חלה במחלה קשה והוא החזיר את נשמתו ליוצרה.
טרם מותו בעודו שוכב על ערש דווי, ידע כי מצבו הוא בשל האתכפיא והסיגופים שעשה, אך היה מאוחר מדי בכדי לתקן את הדבר ולרפא את גופו החולה והנוטה למות. בכה התמים זלמן דוד ואמר: מה התועלת בכל העבודה ובכל הסיגופים אם בגלל זה צריכים להחזיר את הפיקדון. הרי למעלה בעולם האמת אי אפשר לקיים מצוות מעשיות, והנחת תפילין יחידה בעולם הזה שווה יותר משנים רבות של סיגופים ואתכפיא. אילו הייתי חושב שאלו תהיינה התוצאות הייתי מוותר על כל העבודה ובלבד שאוכל לקיים מצוות מעשיות יום אחד נוסף.
משנודעו דבריו של התמים זלמן דוד לר' דוד האראדאקער נענה ואמר: אכן כנים הדברים, פעם אחת של הנחת תפילין ומצוות מעשיות בכלל, היא באין ערוך משנים רבות של אתכפיא ועבודה, אבל כדי לחוש ולהגיע להכרה זאת זקוקים להרבה שנים של אתכפיא ועבודה!
דער ענטפער אויפן פראגע איבער קצתי בחיי. איז לכאורה נישט אזוי קאמפליצירט ווי עס קוקט דא אויס.
איך בין זיכער אז אויב דער שואל וועט טרעפן אן ארבעט ווי ער געבט זיך אויס, זיינע טאלאנטן און ער שפירט א טעם אין זיין ארבעט, ער וועט פילן אז ער טוט אויף און מאכט פארשריט.
מעגליך וועט דאס אים געבן א שטארקן געפיל אנצוהייבן דעם טאג.
יעדער איינער, אין יעדע פעלד, קען טרעפן אן ארבעט פון וואס ער האט שטארק הנאה צו טון און דערפון מאכן געלט.
אויטאמאטיש וועט ער לכאורה קיין פראבלעמען מיטן בעה"ב נישט האבן, ער וועט הנאה האבן פון זיין ארבעט און זיין גאנצער טעג וועט געטוישט ווערן.