טשאַרלעס היינעס טויט!
די גוטע נייעס קומט אצינד אריין, אז דער לעגאנדערער קאראפיטירטער שטאטס אדוואקאט טשאַרלעס היינעס, איז געגאנגן פארקויפן בייגל.
דער אלטער שייסע וועלעכער האט אומגליקליך געמאכט הונדרעטער אידן, שטייט אצינד פאר ג-ט און גיבט אפ א גענויע באריכט איבער זיינע שלעכטע טעטיקייטן, און הויפנס רשעות וואס ער האט אלס באשטייערט פאר די מענטשהייט. ס'הייסט אצינד אז ער גייט ארויפרופן נח''ש צו זאגן עדות אין זיין דעפענסיע, און די מענטשהייט האפט אז נח''ש וועט דאס אנעמען.
זיין פארפוילטע רעפערטאציע וועט פארבלייבן צו שאנדע אויף שטענדיג.
[ציטאט אראפגענומען]
גאר א קאָנטראָווערסיאַלע פראגע האסטו געפרעגט מיין קינד!
פארוואס קאנטראווערסיאל?
דורך חנופה האט מען אסאך אידן געראטעוועט פון זיינע לאפעס.
ערגער ווי פארלירן די וואלן אין 2013 איז געווען דאס אז זיינע לאנגיעריגע פריינד זענען נישט געווען צום געפינען נאכן וואל פארלוסט האט זיין זון געזאגט פאר א צייטונג
יעקב מענטשדורך חנופה האט מען אסאך אידן געראטעוועט פון זיינע לאפעס.
אמת, אבער דאס איז בלויז געווען א אומוועג צו קענען אביסעלע גיין אראונד-דע-בוש פון זיינע אומזיסטע רשעות'דיגע אנקלאגעס; דאס מיינט נישט אז ער איז געווען גוט צו די מענטשהייט בכלל, און צו די אידן בפרט.
ער איז לויזער געווארען איבער די לויף פין יארן, און א דאנק זיין אידישע סעקרעטאַר איז געוועהן טובת הנאה פאר היימישע.
און לאמיר דערמאנען נאך איינס פון זיינע זכותים ביים בית דין של מעלה...!
אין די אנהייב '70ג'ער יארן. ווען ס'האט אויסגעבראכן דער זייער מיאוס'ער און שרעקליכער חילול השם סקאנדאל פון די נוירסינג האומס. ע"י ידידנו המכובד ..."הרב"...יששכר דוב בערגמאן ז"ל. איז טשארלס היינס געווען דער ספעשל פראסעקיוטאר. וועלכער האט ארויסגעזוכט. און געפונען דעם גאנצן שמוץ וואס איז גילעגן אונטער די פרשה. און ער האט מיט דעם גאנצן אייפער אנגעפיהרט דעם קעיס אקעגן די אידישע באשולדיגטע. ווי בערגמאן וסייעתו. און כאטש מ'האט אויפגעוויזן מיט קלארע פאקטן אז די גוי'איש/איירישע נוירסינג האום, פלארענס נייטינגעיל האט געהאט די זעלבע שמוץ. און אפשר נאך ערגער. האט ער זיי אינגאנצן נישט אנגערירט...!
כ'פארשטיי נישט לשמחה מה זו עושה, די לעצטע פאר יאר זייטן פארלירן די וואלן איז ער שוין מער נישט געווען שעדליך, איז וועם גייט אן טאמער ער לעבט אדער איז טויט?
שמעון וואלף: די שאלה איז אויב מ'זאלל זאגן ...זכר צדיק לברכה. אדער שם רשעים ירקב...!
מערקווירדיג צו נאטירן א קאמענטאר פון "וואס איז נייעס" וועבזייטל:
.
📎 Hynes1.jpg
שמעקעדיג: איך ווייס נישט אויב דו קענסט איהם. דעם פארשוין (מלשון פרשנדתא). טיילווייזער , געוועזענער שותף מיט נחום ראזנבערג הידוע (לשימצה). דעם מארק מעיער אפפעל. (עכט אפלדארפער.)...!
איך קען איהם (ליידער) יא. איך וועלל דיר געבן א משל איבער זיין כאראקטער...!
איך האב אמאל געליינט אין אן אלטן בית יהודה חומש א מעשה. אז אין א שטאט איז געווען א גנב. וואס די מענטשן פון די שטאט האבן איהם נאכגעיאגט. ווען ער האט געזעהן ווי אלע מענטשן יאגן איהם נאך. האט ער זיך אויך גענומען לויפן. או שרייען ..."כאפטס דעם גנב"...!
פונקט ער איז דער שומר איבער די קינדערלעך. ער איז מיר געווארן א טשילדרענ'ס עדוואקעיט...ס'איז דאס גרעסטע געלעכטער פון יאר...!
דער איינציגער לימוד (לימיט) זכות וואס איך האב אויף נחום אז ער האט איהם גענומען פאר א שותף איז אז ער האט א סאך געלט..
וויאזוי ער האט געמאכט דאס געלט. און אין וועלכע תקופה, איז שוין א פרשה פאר זיך. ואכמ"ל