☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מאדנע שאלות און פסקים

מאדנע שאלות און פסקים

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12913

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 27, 2019 6:59 pm

· #423396
מאדנע שאלות און פסקים
צומאל זעט מען פארשידענע הלכות און שאלות המעלים חיוך על נפש עייפה.
עפען איך דא אן אשכול פאר די אלע זאכען, כולל צוויי וואס איך האב היינט געזען.

אישתישבי » זונטאג יאנואר 27, 2019 7:24 pm

· #423400
דער צווייטער איז נאך בעסער פין דער ערשטער.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 27, 2019 9:03 pm

· #423410
נאר ס'איז בעצם דא אן עצה צו דעם פראבלעם. אויב דער קארטל איז אנגעפולט געווארן אין יאנואר מיט די כוונה אז ס'גייט פאר פעברואר. קענמען (בשעת הדחק) נוצן דעם צווייטן נאמען. מיט די אנדערע סאושל סעקיוריטי נאמבער...!

יעצט. (אז דער וועלפעיר טשעק איז שוין אריינגעקומען אויף ביידע נעמען.) קענמען זיך נעמען צו ארבעטן אויף די גאר ערנסטע פראבלעמען אין אידישקייט. אז דער המון עם איז נישט נזהר ווען זיי שיקן חתונה בריוולעך (אינוויטעישנס, בלע"ז) שרייבן זיי אויך אויף ענגליש. הישמע כזאת. אז חסיד'ישע אידן זאללן שרייבן אויף גוי'איש. ואין פוצה פה ומצפצף...!

מי אני » מאנטאג אפריל 22, 2019 11:31 pm

· #428882
איך האב עס געשטעלט אין אן אנדערן אשכול אבער יעצט כאפ איך אז לכאורה איז דאס דער ריכטיגע(רע) פלאץ דערפאר. ס׳איז נישט ממש א פסק, אבער ס׳איז א חלק פון א פסק, אין שו״ת באר משה ח״ג סימן קסה, וואו ער דערציילט איבער א רב וואס האט מתיר נדר געווען פאר איינעם א נדר קעגן וואטשען טעלעוויזשיאן, וואס ער האט נישט געוואלט מתיר זיין פאר יענעם (לדעתי זעהט מיר אויס אז לגבי די עצם חילול שבת איז יענע רב גערעכט).
📎 IMG_4356.jpg
ער האט (לדעתי) סתם אזוי אינטרעסאנטע תשובות און זיין אלגעמיינע סיגנון הלשון איז אויך זיס.

דא איז א חלק פון א תשובה וואס איינער האט אים געפרעגט ״פאר א חבר״ (ער האט זיך אבער שפעטער מודה געווען), אין ח״ד סימן קמא, וואס איז ערגער א בעילת נדה ישראלית צו א בעילת נכרית.

📎 IMG_4354.jpg

מי אני » מאנטאג אפריל 22, 2019 11:33 pm

· #428883
Re: מאדנע שאלות און פסקים
געזעהן אין א בית חב״ד.📎 3572ce83-1f2f-4472-a045-087deb510fa4.jpg

Sent from my iPhone using Tapatalk

זאפטיג » דינסטאג אפריל 23, 2019 5:34 am

· #428889
מי אני

דא איז א חלק פון א תשובה וואס איינער האט אים געפרעגט ״פאר א חבר״ (ער האט זיך אבער שפעטער מודה געווען), אין ח״ד סימן קמא, וואס איז ערגער א בעילת נדה ישראלית צו א בעילת נכרית
.

עס איז דא א תשובה אין חת''ס איבער איינער וואס האט געשיקט א פנויה אין מקווה נאך ז' נקיים און בועל געווען,
דער חת''ס שרייבט אז עס איז ערגער, ווייל אז א מענטש כאפט אן א תאווה און ער טוט אן עבירה, נו וואס זאל מען טוהן דער יצה''ר איז שטארק, אבער אז א מענטש זאל האבן א וואך צייט זיך צוגרייטן צו אן עבירה דאס איז געפערליך.

טאמבל סאס » דינסטאג אפריל 23, 2019 9:26 am

· #428894
מי אני
דא איז א חלק פון א תשובה וואס איינער האט אים געפרעגט ״פאר א חבר״ (ער האט זיך אבער שפעטער מודה געווען), אין ח״ד סימן קמא, וואס איז ערגער א בעילת נדה ישראלית צו א בעילת נכרית.

וואו איז די צווייטע חלק פון די צווייטע תשובה?!

מי אני » מאנטאג אפריל 29, 2019 8:20 am

· #429199
Re: מאדנע שאלות און פסקים
📎 IMG_4429.jpg

Sent from my iPhone using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 1:30 pm

· #435374

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 9, 2019 10:21 pm

· #437218

אבי מ'קען משוגע מאכן מענטשן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 9:31 am

· #437229
איך ווייס נישט ווי דו ביסט אויפגעוואקסען, אבער די הלכה איז שוין אין ט"ז. ממילא דארף מען עס ערשט אפלערנען. איך טראכט אייביג אז 'כי פנה יום' מיינט רוב טאג איז אריבער, אבער נישט די גאנצע. אבער 'השמש יבא ויפנה' גייט נישט אויפ'ן טאג נאר אויפ'ן זון, און דאס איז ביים שקיעת החמה, עפ"י פשטות. דער א"ר פארענטפערט אז עס גייט אויף סוף שקיעה, אבער די מחזורים דרוקן דער ט"ז, אזוי ווי דער מ"ב ברענגט.

וואלווי » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 9:38 am

· #437230
ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט ווי דו ביסט אויפגעוואקסען, אבער די הלכה איז שוין אין ט"ז. ממילא דארף מען עס ערשט אפלערנען. איך טראכט אייביג אז 'כי פנה יום' מיינט רוב טאג איז אריבער, אבער נישט די גאנצע. אבער 'השמש יבא ויפנה' גייט נישט אויפ'ן טאג נאר אויפ'ן זון, און דאס איז ביים שקיעת החמה, עפ"י פשטות. דער א"ר פארענטפערט אז עס גייט אויף סוף שקיעה, אבער די מחזורים דרוקן דער ט"ז, אזוי ווי דער מ"ב ברענגט.

פנה יום מיינט רוב טאג? פאר רוב טאג וואלט לכאורה געדארפט זיין א הוה, כגון "היום פונה" וכדומה

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 9:45 am

· #437232
ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט ווי דו ביסט אויפגעוואקסען, אבער די הלכה איז שוין אין ט"ז. ממילא דארף מען עס ערשט אפלערנען.

נו דער ט"ז איז דאך באוואוסט מיט זיינע אינטרעסאנטע פסקים, די פשוטע תירוץ איז אז "יפנה" קען דינען סיי אלץ לשון עתיד און סיי אלץ לשון הווה און אויך אלץ לשון עבר. אבער די אמת איז אז די גאנצע קשיא איז מופרך מעיקרא, פיוטים זענען לכתחילה נישט געמאכט צו שטימען ע"פ דקדוק, היום פנה, היום יפנה, אלץ מיינט די זעלבע זאך, די טאג גייט פארביי. אין כאן לא קשיא ולא תירוץ, אבי מ'קען פארדרייען מענטשן א קאפ.

די חילוק צווישן מיר און דיר איז אז דו ביזט סטאק געווארן ביים ט"ז, ואין בודקין מן הט"ז ולמעלה, דארף מען אזוי פארקרומט מאכן דאס קאפ ביז מ'רעדט זיך איין אז מ'פארשטייט עס. אונז האט מען אויסגעלערנט אז יעדער קען מאכן א טעות, אפילו משה רבינו.

צפור בודד » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 10:17 pm

· #437273
אז מ'קען זאגן שחר קמתי עלף ביי טאג אדער עלף ביי נאכט, איז היום יפנה א קליינע עבירה.

אגרות צפון » פרייטאג אקטאבער 11, 2019 4:36 am

· #437284
אדער זאגן לכה דודי לאנג נאך נאכט

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 11, 2019 9:09 am

· #437292
רביה''ק זי''ע

די חילוק צווישן מיר און דיר איז אז דו ביזט סטאק געווארן ביים ט"ז, ואין בודקין מן הט"ז ולמעלה, דארף מען אזוי פארקרומט מאכן דאס קאפ ביז מ'רעדט זיך איין אז מ'פארשטייט עס. אונז האט מען אויסגעלערנט אז יעדער קען מאכן א טעות, אפילו משה רבינו.

ניין, דו האסט געזען די פסק אין די סידור, כאילו איינער פון בני ברק האט געזוכט א נייעם חומרא להחיות בהם נפש כל חי. דערווייל זעט מען אז עס איז יא אן ערנסטע זאך.

און אוודאי קען דער ט"ז מאכען א טעות, אבער דאס צו זאגען אן זיך צוברעכן די קאפ איידער מ'איז אזוי מחליט איז סתם א טפשות.

און די שחר קמתי איז אויך א פראבלעם, עס איז גארנישט אזוי גלאט. נאר מ'האט זיך צוגעוואוינט צו א געוויסע זלזול אין א חלק פון הלכה, א דאנק די פירערס וואס האבען געראטעוועט 'אידישקייט'.

אישתישבי » פרייטאג אקטאבער 11, 2019 10:02 am

· #437293
מען שטייט אויף דער ערשטער טאג סליחות פאר דער עלות, ווייל מען זאגט "בקומם בעוד ליל". אין אסאך קהילות זאגט מען מוצאי שבת און מען האט זיך בכלל נישט געלייגט, ממילא איז מען נישט אויפגעשטאנען.

יהודי פשוט » פרייטאג אקטאבער 11, 2019 10:29 am

· #437294
.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 11, 2019 10:49 am

· #437297
די שאלה איז נאר צו אין מונקאטש האט מען אזוי געזאגט ווייל ס'איז שוין געווען נאכ'ן שקיעה, צו מ'האט סתם אזוי געזאגט אזוי. אויב האט ער סתם אזוי געזאגט אזוי איז ער כאטש געווען קאנסיסטענט, די מאדנקייט איז נאר ווען מ'מאכט די חילוק צווישן פאר'ן שקיעה און נאכ'ן שקיעה דוקא ביי יענע שטיקל.

יהודי פשוט » פרייטאג אקטאבער 11, 2019 10:55 am

· #437298
ער האט עס מסתמא קיינמאל נישט געזאגט פאר'ן שקיעה, ממילא איז שווער צו וויסן וואס ער וואלט געטוהן ווען ער זאגט עס ווען יא פאר'ן שקיעה

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 16, 2019 10:04 am

· #437339
אישתישבי
מען שטייט אויף דער ערשטער טאג סליחות פאר דער עלות, ווייל מען זאגט "בקומם בעוד ליל". אין אסאך קהילות זאגט מען מוצאי שבת און מען האט זיך בכלל נישט געלייגט, ממילא איז מען נישט אויפגעשטאנען.

איך מיין מ'זאגט בזעקם בעוד ליל, ומתורץ כמין חומר

מי אני » פרייטאג אפריל 8, 2022 12:56 pm

· #497787
הרב דר. מלך שפירא ברענגט צו:
📎 6E598164-B40F-4E6E-A9C9-D8999CA4DCCD.jpeg

פאלאצ'ינטא » זונטאג אפריל 17, 2022 11:07 pm

· #498286
א שאלה אויב מען מעג האלטען מיסטער קליען און לעדי פינגערס אין די זעלבע שאפע צוליב יחוד.

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 25, 2022 12:11 am

· #498523
פאלאצ'ינטא: איך האב שוין געהאלטן ביי פארמאכן דעם קאמפיוטער. נאר ווען איך האב געזעהן דעם נאמען"פאלאצ'ינטא" האביך געוויסט אז ס'מוז זיין א גוטס. 😃

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 25, 2022 9:59 pm

· #498582
ומעשה שהיה: ווען איך בין געווען אין ישיבה. (איך זאג נישט וואו.). אין דעם זעלבן בנין איז אויך געווען א דעלי/טעיק אוט/ גראסערי/בעיקערי. דער בעה"ב פון סטאר, מר. ה. איז אויך געווען א קעיטערער. ער האט געקעיטערט קלענערע שמחות. אזוי ווי שבע ברכות און בר מצווה'ס. אלס חלק פון זיין ש"ץ מ"ץ ביזנעס האט ער אויך געגעבן צו עסן פאר אויסלענדישע בחורים פון אונזער ישיבה. איך בין געווען א לאקאל. געוואוינט אין יענע שטאט.

איין טאג האביך געקויפט א טשיעז דעניש אין מר ה.'ס סטאר. איך בין אריין אין דעם שמחה זאל. וואו מר. ה. האט סערווירט סאפער פאר די בחורים. מר. ה. זייענדיג א פרומער ע"ה, האט זיך גענימען שרייען אויף מיר...גיי ארויס מיט דעם טשיעז דעניש. איך סערוויר יעצט א פליישיגן סאפפער. (דער זאל איז געווען בערך 6 טויזנט סקווער פוס.). האביך מיך אנגערופן (סארקאסטיש)..." איך האב נישט געוואוסט אז בשר בחלב איז מטמא באוהל"... ער האט (נעבעך) נישט פארשטאנען וואס איך זאג...!

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 25, 2022 10:42 pm

· #498587
נ.ב.: נאר דער וואס האט געלערנט אין די אויבנדערמאנטע ישיבה וועט וויסן וואו די ישיבה איז (געווען?). און דעם נאמען פון מר. ה.

איינער פון די אלומניי פון די ישיבה איז היינט א גרויסער גביר. (בליעה"ר) און בעל צדקה. און א פראמינענטער מעמבער אין א גרויס? חסידות. אויך א מחבר פון ספרים?

פאלאצ'ינטא » פרייטאג אפריל 29, 2022 3:28 pm

· #498817
berlbalaguleh
ומעשה שהיה: ווען איך בין געווען אין ישיבה. (איך זאג נישט וואו.). אין דעם זעלבן בנין איז אויך געווען א דעלי/טעיק אוט/ גראסערי/בעיקערי. דער בעה"ב פון סטאר, מר. ה. איז אויך געווען א קעיטערער. ער האט געקעיטערט קלענערע שמחות. אזוי ווי שבע ברכות און בר מצווה'ס. אלס חלק פון זיין ש"ץ מ"ץ ביזנעס האט ער אויך געגעבן צו עסן פאר אויסלענדישע בחורים פון אונזער ישיבה. איך בין געווען א לאקאל. געוואוינט אין יענע שטאט.

איין טאג האביך געקויפט א טשיעז דעניש אין מר ה.'ס סטאר. איך בין אריין אין דעם שמחה זאל. וואו מר. ה. האט סערווירט סאפער פאר די בחורים. מר. ה. זייענדיג א פרומער ע"ה, האט זיך גענימען שרייען אויף מיר...גיי ארויס מיט דעם טשיעז דעניש. איך סערוויר יעצט א פליישיגן סאפפער. (דער זאל איז געווען בערך 6 טויזנט סקווער פוס.). האביך מיך אנגערופן (סארקאסטיש)..." איך האב נישט געוואוסט אז בשר בחלב איז מטמא באוהל"... ער האט (נעבעך) נישט פארשטאנען וואס איך זאג...!
א ישיבה מיט א טעיק אוט און די ישיבה האט דאס צוגעלאזט?

איך וויל דיר פרעגן וועגען דער מר ה. איז דאס זיין ערשטע נאמען? איז זיין לעצטע נאמען אפשר געווען ו ? אויב יא ווייס איך שוין....... ודאי ל...

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 29, 2022 4:27 pm

· #498820
פאלאצ'ינטא: איך וועלל דיר ענטפערן על ראשון אחרון ועל אחרון מפטיר. (קרעדיט: בערל בעל עגלה) דער נאמען פון מר. ה. איז געווען זיין משפחה נאמען (אין אמעריקע זאגט מען א "לעצטער נאמען".). די ישיבה איז געווען באמת אין אן אנדערן בילדינג. נאר ס'איז געווען ..."עטעטש'ד"... פי' מחובר. אויב דו ווילסט וועלל איך דיר זאגן די נאמען פון די גאס. און די פונקטליכע אדרעס אויך...לאל. נאר אויב דו וועסט וויסן דעם נאמען פון דעם געוועזענעם תלמיד וועלכער איז היינט (און לאמיר האפן מארגן, און איבערמארגן אויך, בעז"ה א גרויסער עושר, (בליעה"ר) וועסטו שוין וויסן די אנדערע חלקים פון די געשיכטע...!

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 29, 2022 4:30 pm

· #498821
פאלאצ'ינטא: השאלה היא אם אתה גר בארץ או באמריקה? אני, (באמת) יכול לקבוע לפי העיתוי של התגובות שלך. (אם אתה בן אדם דתי......מצחיק.!)

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 29, 2022 4:45 pm

· #498823
פאלאצ'ינטא: אויב דו קוקסט נאך אויף גוגל מעפס וועסטו זעהן א פיקטשער (תמונה, בלע"ז) פון דעם בילדינג. דער נאמען פון די ישיבה איז (נאכאלץ, ב"ה) מתנוסס לשם ולתפארת. אויך. מ'קען זעהן אז די סטאר האט א באזונדער אריינגאנג פון די ישיבה...!

פאלאצ'ינטא » פרייטאג אפריל 29, 2022 5:03 pm

· #498824
איך געדענק אויך א ישיבה מיט א טעיק אוט וואס זיין לעצטע(ר) נאמען און די נאמען פון די גאס ווי די ישבה איז געוועהן איז געוועהן כמעט די זעלבע.

שוין איך האב שוין צו סאך גערעדט. עד כאן

קבצו זקנים » זונטאג מאי 1, 2022 12:27 pm

· #498900
פאלאצ'ינטא
א שאלה אויב מען מעג האלטען מיסטער קליען און לעדי פינגערס אין די זעלבע שאפע צוליב יחוד.
נאר אויב מענטוס (Mentos) איז אויך אינעם זעלבן שאפער 😂

בן עיר » זונטאג מאי 1, 2022 5:04 pm

· #498925
קבצו זקנים
פאלאצ'ינטא
א שאלה אויב מען מעג האלטען מיסטער קליען און לעדי פינגערס אין די זעלבע שאפע צוליב יחוד.
נאר אויב מענטוס (Mentos) איז אויך אינעם זעלבן שאפער 😂
דער מר. קליען איז עסקו עם הנשים במילא איז ער אסור ביחוד אפי' מיט אסאך פרויען, דארף מען מברר זיין אויב די מענטאס זענען זכרים וואס דאן קענען זיי העלפן אדער זיי זענען נקיבות וואס אפי' אסאך פון זיי וועלן נישט העלפן פאר אן עסקו עם הנשים

berlbalaguleh » זונטאג מאי 1, 2022 5:57 pm

· #498931
נאכמער: אויב די מענטאס זענען פרוצים (לעריות) העלפט נישט אויב זיי זענען זכרים. אפילו הונדערט.

ס'איז (ב"ה) אכשר דרא. אמאל אין די אלטע צייטן (בימי תרח ולבן) האבן די פאשקעס און אנדערע קאמפעניס אדווערטייזט לעידי פינגערס לכבוד פסח. האב די רבנים און ערליכע אידן מעורר געווען. אז מ'טאר נישט דערמאנען דאס ווארט ל---. האבן זיי צוערשט געשריבן ל. פינגערס. אבער די ערליכע אידן זענען נאכאלץ נישט צופרידן געווען. ווייל ל. פארשטייט א יעדער אז מ'מיינט לעידי'ס. האבן זיי אויפגעהערט צו ניצן דעם נישט איידעלן ווארט. זיי האבן געשריבן סתם פינגערס. מ'קען אבער נישט וויסן. אויב עפעס אן ערליכער איד ערגעץ וואו וועט אויך מוחה זיין אויף דעים. (נאר דאס פשט'ל איז שוין צו לאנג.).

מרדכי מרדכי » זונטאג מאי 1, 2022 7:40 pm

· #498946

איך בין טאקע נייגעריג ווען איז געווארן די שינוי השם
ווען איך בין געווען א אינגל האט מען זיך האמיתי מיט די ל ווארט אבער איך בחייה אז די אפיציעלע שינוי השם איז שוין געווען

איז דא דאקומענטן בילדער אד"ג?

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג מאי 1, 2022 8:13 pm

· #498958
berlbalaguleh
נאכמער: אויב די מענטאס זענען פרוצים (לעריות) העלפט נישט אויב זיי זענען זכרים. אפילו הונדערט.

ס'איז (ב"ה) אכשר דרא. אמאל אין די אלטע צייטן (בימי תרח ולבן) האבן די פאשקעס און אנדערע קאמפעניס אדווערטייזט לעידי פינגערס לכבוד פסח. האב די רבנים און ערליכע אידן מעורר געווען. אז מ'טאר נישט דערמאנען דאס ווארט ל---. האבן זיי צוערשט געשריבן ל. פינגערס. אבער די ערליכע אידן זענען נאכאלץ נישט צופרידן געווען. ווייל ל. פארשטייט א יעדער אז מ'מיינט לעידי'ס. האבן זיי אויפגעהערט צו ניצן דעם נישט איידעלן ווארט. זיי האבן געשריבן סתם פינגערס. מ'קען אבער נישט וויסן. אויב עפעס אן ערליכער איד ערגעץ וואו וועט אויך מוחה זיין אויף דעים. (נאר דאס פשט'ל איז שוין צו לאנג.).
איך וואלט מציע געווען אלץ א פשרה אז מען זאל עס רופן "מיטעלסטע פינגער" והכל על מקומו יבוא בשלום

פאלאצ'ינטא » מאנטאג מאי 2, 2022 12:15 pm

· #499011
בן עיר
קבצו זקנים
פאלאצ'ינטא
א שאלה אויב מען מעג האלטען מיסטער קליען און לעדי פינגערס אין די זעלבע שאפע צוליב יחוד.
נאר אויב מענטוס (Mentos) איז אויך אינעם זעלבן שאפער 😂
דער מר. קליען איז עסקו עם הנשים במילא איז ער אסור ביחוד אפי' מיט אסאך פרויען, דארף מען מברר זיין אויב די מענטאס זענען זכרים וואס דאן קענען זיי העלפן אדער זיי זענען נקיבות וואס אפי' אסאך פון זיי וועלן נישט העלפן פאר אן עסקו עם הנשים
אויב איז טאקע עסקו עם הנ... איז שוין נישט קיין פראבלעם מען דארף נאר ווארטען ביז אפאר (אויבער)חכמים וועלען דאס אסר'ן

מי אני » מאנטאג יולי 4, 2022 2:35 pm

· #503554
א שאלה אין שו"ת טוב טעם ודעת (מהדורא ג' ח"ב סימן רלד) פון/צו הג"ר שלמה קלוגר זצ"ל צי מ'מעג מאכן א ברית אין א ביהמ"ד וואו ס'דא א מת אין עזרת נשים וויבאלד אליהו הנביא קומט דאך און ער איז א כהן (לויט געוויסע שיטות, ועיין בב"מ קיד:).

תוהו ובוהו » מאנטאג יולי 4, 2022 4:19 pm

· #503569
מי אני
א שאלה אין שו"ת טוב טעם ודעת (מהדורא ג' ח"ב סימן רלד) פון/צו הג"ר שלמה קלוגר זצ"ל צי מ'מעג מאכן א ברית אין א ביהמ"ד וואו ס'דא א מת אין עזרת נשים וויבאלד אליהו הנביא קומט דאך און ער איז א כהן (לויט געוויסע שיטות, ועיין בב"מ קיד:).
זאל אליהו גיין פרעגן זיין דיין צו ער מעג קומען.. וואס האט דאס מיט אונז?

פרנס החודש » מאנטאג יולי 4, 2022 4:21 pm

· #503570
Re: מאדנע שאלות און פסקים
ער קען קומען מיט אזא גארבידש בעג ווי געוויסע כהנים אויפ׳ן פליגער…

סבא דבהתא » מאנטאג יולי 4, 2022 4:30 pm

· #503571
מי אני
א שאלה אין שו"ת טוב טעם ודעת (מהדורא ג' ח"ב סימן רלד) פון/צו הג"ר שלמה קלוגר זצ"ל צי מ'מעג מאכן א ברית אין א ביהמ"ד וואו ס'דא א מת אין עזרת נשים וויבאלד אליהו הנביא קומט דאך און ער איז א כהן (לויט געוויסע שיטות, ועיין בב"מ קיד:).
איך זע ער מאכט א חילוק צי ווען אליהו קומט בלבוש הגוף אדער אלס מלאך.
אויב אזוי שטעלט זיך די פראגע אויב איז דא דארטן איינער וואס זעיט אים בחוש וואס טוט זיך דעמאלטס?
דאכטסעך אז לעצנס ביי א ברית אין קר"י ביי איינער פון מהרא'ס איייקלעך האט דער אייניקל געקלעימט צו האבן גילוי אליהו און אליהו'ן האט אים אפי' געזאגט וואספארא נאמען צי געבן

מי אני » מאנטאג יולי 4, 2022 4:40 pm

· #503572
תוהו ובוהו
מי אני
א שאלה אין שו"ת טוב טעם ודעת (מהדורא ג' ח"ב סימן רלד) פון/צו הג"ר שלמה קלוגר זצ"ל צי מ'מעג מאכן א ברית אין א ביהמ"ד וואו ס'דא א מת אין עזרת נשים וויבאלד אליהו הנביא קומט דאך און ער איז א כהן (לויט געוויסע שיטות, ועיין בב"מ קיד:).
זאל אליהו גיין פרעגן זיין דיין צו ער מעג קומען.. וואס האט דאס מיט אונז?
מ'קען אולי זאגן אז דא פרעגט מען דאך פון די פּערספּעקטיוו פון אליהו: צי ער איז מחוייב וכו'. נו, גייו דאס אפשר צוזאמען מיט זיין תשובה אין ח"א סימן רסד אז וואו יענער מאכט א טעות גמור בדבר משנה ולא בשיקול הדעת גרידא או חומרא (כברמ"א ביו"ד סימן קיט סעיף ז) איז נישטא קיין לפני עור לא תתן מכשול מיט'ן אים אריינאַרן דערמיט ע"ש (ועיין באשכול זו וזו). נו, איינמאל מ'ווייזט אויף אז עס איז נישטא קיין איסור מצדו, דאן קען מען מאכן א ברית דארט אָן מורא האבן וואס זיין דיין האט גע'פסק'נט (בשמים, ע"ש בהתשובה)...
און שיין 'עמיר אויסזעהן אז זיין דיין וועט ענטפערן "תשבי יתרץ"... 😃
סבא דבהתא
איך זע ער מאכט א חילוק צי ווען אליהו קומט בלבוש הגוף אדער אלס מלאך.
אויב אזוי שטעלט זיך די פראגע אויב איז דא דארטן איינער וואס זעיט אים בחוש וואס טוט זיך דעמאלטס?
דאכטסעך אז לעצנס ביי א ברית אין קר"י ביי איינער פון מהרא'ס איייקלעך האט דער אייניקל געקלעימט צו האבן גילוי אליהו און אליהו'ן האט אים אפי' געזאגט וואספארא נאמען צי געבן
'עט מען זיך מוזן פארלאזן אויפ'ן צווייטן תירוץ אז בזה שאינו מצווה ועושה איז עשה דוחה לא תעשה ועשה אף באפשר לקיים שתיהן ועוסק במצוה פטור מן המצוה. (ווייל 'שטייצעך אז יענער האט אים געזעהן בגוף...)

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 5, 2022 12:42 am

· #503618
סבא דבהתא
מי אני
א שאלה אין שו"ת טוב טעם ודעת (מהדורא ג' ח"ב סימן רלד) פון/צו הג"ר שלמה קלוגר זצ"ל צי מ'מעג מאכן א ברית אין א ביהמ"ד וואו ס'דא א מת אין עזרת נשים וויבאלד אליהו הנביא קומט דאך און ער איז א כהן (לויט געוויסע שיטות, ועיין בב"מ קיד:).
איך זע ער מאכט א חילוק צי ווען אליהו קומט בלבוש הגוף אדער אלס מלאך.
אויב אזוי שטעלט זיך די פראגע אויב איז דא דארטן איינער וואס זעיט אים בחוש וואס טוט זיך דעמאלטס?
דאכטסעך אז לעצנס ביי א ברית אין קר"י ביי איינער פון מהרא'ס איייקלעך האט דער אייניקל געקלעימט צו האבן גילוי אליהו און אליהו'ן האט אים אפי' געזאגט וואספארא נאמען צי געבן
דער אייניקל (פון מהר"א שליט"א) האט שוין (מסתמא) געמאכט א לחיים פאר'ן ברית. איז מסתבר אז ער האט געזעהן (און געהערט) אליהו. איך זעה א יעדעס יאר (נאך די ארבע כוסות פון שטארקן, זיסן וויין) אליהו הנביא. ווען ער מיינט אז איך זעה נישט טרונקט ער אראפ פונ'ם כוס של אליהו...נו, ס'איז דאך זיין בעכער...!

היסטאריע » דינסטאג יולי 5, 2022 6:46 am

· #503628
פרנס החודש
ער קען קומען מיט אזא גארבידש בעג ווי געוויסע כהנים אויפ׳ן פליגער…
וואס איז דאס? קיינמאל נישט געהערט

היסטאריע » דינסטאג יולי 5, 2022 6:49 am

· #503629
סבא דבהתא
מי אני
א שאלה אין שו"ת טוב טעם ודעת (מהדורא ג' ח"ב סימן רלד) פון/צו הג"ר שלמה קלוגר זצ"ל צי מ'מעג מאכן א ברית אין א ביהמ"ד וואו ס'דא א מת אין עזרת נשים וויבאלד אליהו הנביא קומט דאך און ער איז א כהן (לויט געוויסע שיטות, ועיין בב"מ קיד:).
איך זע ער מאכט א חילוק צי ווען אליהו קומט בלבוש הגוף אדער אלס מלאך.
אויב אזוי שטעלט זיך די פראגע אויב איז דא דארטן איינער וואס זעיט אים בחוש וואס טוט זיך דעמאלטס?
דאכטסעך אז לעצנס ביי א ברית אין קר"י ביי איינער פון מהרא'ס איייקלעך האט דער אייניקל געקלעימט צו האבן גילוי אליהו און אליהו'ן האט אים אפי' געזאגט וואספארא נאמען צי געבן
אויב מען מעג מנחש זיין, איז געוועהן א מחלוקת אויף דער נאמען פין דער ווייבער שוהל, און דער חכם האט עס געזאגט כדי להפיס דעתן.

א אלטע טריק, נאר דער מעשה אין דער ווידעא גייט מיט א חלום, און דא האט דער מעשה באקומען א אפגרעיד צו אליהו.

דער חלום . דער בעסטער איז דער לאך שפעטער, ווי טוביה לאכט אז זיין ווייב האט געקויפט זיין ליגענט.

וואלווי » דינסטאג יולי 5, 2022 11:47 am

· #503638
"וביום" השמיני ימול, דרשנ'ט מען אפי' בטומאה (שבת קל"ב ע"ב)

מרדכי מרדכי » דינסטאג יולי 12, 2022 12:59 pm

· #504024
פרנס החודש
ער קען קומען מיט אזא גארבידש בעג ווי געוויסע כהנים אויפ׳ן פליגער…
וואס איז די היתר פון א גארבעדזש בעג?
די עראפלאן איז נישט גענוג הפסק?