☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » חילוקי דעות צווישען עלטערן און מחנכים

חילוקי דעות צווישען עלטערן און מחנכים

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12900

קומזיץ » זונטאג יאנואר 20, 2019 4:41 pm

· #422922
חילוקי דעות צווישען עלטערן און מחנכים
שבת נאכמיטאג זיצענדיג ביים סעודה ווען די געשמאקע גערוך פון די חמין שפירט זיך און די לופט און די אפעקט פון די ביטערע טראפן הייבט אן ארייצוגיין אין קראפט,
האט זיך ערווארבען א שמועס צווישן די מיטגלידער , עס האט נישט לאנג גענומען און פון א שמועס איז עס געווארן א וויכוח ,
איך וועל עס פארלייגען דא פאר די חברי השטיבעל און לאמיר הערן וואס איז אייער מיינונג אויף דעם,
עס מאכט זיך אמאל א טאטע האט אנדערע מיינונגען ווי א רבי אדער מנהל פון זיין קינד סיי בעניני השקפה אדער בכלל ווי אזוי זיי פירען זיך אויף צום קינד , איז עס א פראבלעם צו רעדן ווען די קינדער זענען דארטן אדער נישט
די צד אז יא איז ווייל א קינד דארף נישט מיינען אז די מלמד/מנהל איז א פערפעקט מענטש ואין להרהר אחריו א קינד מעג וויסען אז א יעדער קען מאכן גרייזען און איך מעג האבן א אנדערע מיינונגען פון עם
די צד אז נישט איז א קינד פארשטייט נאך נישט די חילוק אז אמאל האלט איך יא פון עם און אמאל נישט און אויב ער איז נישט אייביג גערעכט וועט די קינד ניצען די תירוץ ווען ער וויל נישט פאלגען און ער וועט פארלירן די קאנטראל אויפן קינד
וואס טראכט איר איז מער ריכטיג?

אישתישבי » זונטאג יאנואר 20, 2019 4:55 pm

· #422924
פאר מען איז דן, וואס האלט איר פארקערט, ווען א מלמד האלט אז א טאטע איז נישט גערעכט מעג ער זאגען פאר די קינדער ענקער טאטע איז נישט גערעכט ווען ער זאגט אבג....

קומזיץ » זונטאג יאנואר 20, 2019 5:01 pm

· #422925
אישתישבי
פאר מען איז דן, וואס האלט איר פארקערט, ווען א מלמד האלט אז א טאטע איז נישט גערעכט מעג ער זאגען פאר די קינדער ענקער טאטע איז נישט גערעכט ווען ער זאגט אבג....

א מלמד ארבייט פארן טאטע און איך גלייב נישט אז א טאטע וויל אז די מלמד זאל רעדן א קעגן עם ביפאר זיינע קינדער

יהודי פשוט » זונטאג יאנואר 20, 2019 8:53 pm

· #422942
Re: חילוקי דעות צווישען עלטערן און מחנכים
קומזיץ
א מלמד ארבייט פארן טאטע און איך גלייב נישט אז א טאטע וויל אז די מלמד זאל רעדן א קעגן עם ביפאר זיינע קינדער

פארוואס טאקע ווילסטו נישט אז דיין זוהנ'ס מלמד זאל רעדן קעגן דיר, פארנט פון דיין זוהן?
דיין זוהן דארף דעם מיינען אז די טאטע/מאמע איז א פערפעקט מענטש ואין להרהר אחריו???
א קינד מעג וויסען אז א יעדער קען מאכן גרייזען און דער מלמד מעג האבן א אנדערע מיינונגען פון דעם טאטן.... (כל זה אמרתי רק בדרך אפשר)

אישתישבי » זונטאג יאנואר 20, 2019 11:16 pm

· #422945
אויב מען וויל זיין פאליטיקלי קארעקט, קען מען זאגען אז דער מלמד איז טאקע גערעכט אבער ער איז אזוי גרויס אז ער איז נישט לפי השגתינו, און מען פארשטייט נישט פארוואס ער האלט אזוי, און עס איז זיכער אז ווען משיח וועט קומען וועט דער הלכה זיין ווי דער מלמד, אבער לעת עתה, איז א נידריגע וועלט, און מען מוז טוהן אזוי ווי איך טאטע האלט.

קומזיץ » מאנטאג יאנואר 21, 2019 12:30 am

· #422948
יהודי פשוט
קומזיץ
א מלמד ארבייט פארן טאטע און איך גלייב נישט אז א טאטע וויל אז די מלמד זאל רעדן א קעגן עם ביפאר זיינע קינדער

פארוואס טאקע ווילסטו נישט אז דיין זוהנ'ס מלמד זאל רעדן קעגן דיר, פארנט פון דיין זוהן?
דיין זוהן דארף דעם מיינען אז די טאטע/מאמע איז א פערפעקט מענטש ואין להרהר אחריו???
א קינד מעג וויסען אז א יעדער קען מאכן גרייזען און דער מלמד מעג האבן א אנדערע מיינונגען פון דעם טאטן.... (כל זה אמרתי רק בדרך אפשר)


א טאטע איז דער וואס נעמט אחריות אויף זיין קינד און האט די מערסטע זכותים אויפן קינד איז ווען א טאטע שיקט זיין קינד צו לערנען ביי א מלמד וויל ער אז ער זאל בלייבן מיט די השקפה וואס די טאטע האלט איז ריכטיג און אוודאי נישט רעדן אקעגן עם , יעצט אז די מלמד ארבעט פארן טאטען האט ער א אחריות זיך צוצישטעלן צום טאט'ן
אבער א מלמד איז א דרויסעגדיגע זאך מען קומט צו עם ווייל מען וויל זיך עפעס אויסלערנען און מען מיז נישט האלטען יעדע זאך אזוי ווי עם
די שאלה נאר אויב עס וועט צומישען די קינד ווען די טאטע און מלמד זענען נישט גלייך אויף געוויסע נושאים

חסיד פון ליטא » מאנטאג יאנואר 21, 2019 1:05 am

· #422950
Re: חילוקי דעות צווישען עלטערן און מחנכים
א מין רויע פראגע דאס.
געוויס וועט זיך דאס ווענדן אינעם קינד'ס פארשטאנד, אינעם קשר דער טאטע האט מיטן קינד, אינעם מלמד.

סתם שיסן אבסטראקט שאלות אבי צו עפענען אן אשכול האט נישט קיין זין.

קומזיץ » מאנטאג יאנואר 21, 2019 8:31 am

· #422953
חסיד פון ליטא
א מין רויע פראגע דאס.
געוויס וועט זיך דאס ווענדן אינעם קינד'ס פארשטאנד, אינעם קשר דער טאטע האט מיטן קינד, אינעם מלמד.

סתם שיסן אבסטראקט שאלות אבי צו עפענען אן אשכול האט נישט קיין זין.

דאס אקוראט איז די טעמע דא, עס איז אנגענומען אז מען צומישט נישט קיין קינד און טאקע ביי אזא פאל וואס די טאטע האט א גיטע קשר און ער שפירט אז דאס קינד וועט פארשטיין
, זאגן אסאך מחנכים אז אפילו אין אזא פאל ווערן קינדער צומישט און מען זאל עס נישט טוהן ,
די שאלה איז אויב עס איז דא אן אמת אין דעם אדער עס איז גיט פארן קינד צו הערן אנדערע מיינונגען

אישתישבי » מאנטאג יאנואר 21, 2019 10:26 am

· #422961
עס איז דא אן אשכול וועגען "קאנפיוזען" קינדער קארטעל וואס די מלמדים מחנכים ניצען.