☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #12899

אשכול אן א טיטל #12899

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12899

— » זונטאג יאנואר 20, 2019 10:08 am

· #422893

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

איסר האטלקי » זונטאג יאנואר 20, 2019 10:31 am

· #422897
פאלגאנד א ליסטע פון סגולות וואס צו טון בשעת דעם טאטאלן ליקוי:

פארשפרייט דורך כולל גילגול שלג, געספאנסערט דורך בוני שלמה, ותשחח"ל.

א. ווען דער לבנה הייבט אן צו ווערן קלענער, זאל מען זאגן 9 מאל ביי א מזוזה די ערשטע שטיקל פון קל אדון, ישר והפוך, סגולה לרוחות רעות.

ב. ווען די לבנה איז שוין א פערטל קלענער, זאל מען מאכן הבדלה לע"נ הרה"ק מריבניץ, קערעסטיר, ר"מ מנתני'. סגולה בדוק ומנוסה לעצירות.

ג. ווען דער ליקוי גייט צום טאטאליטעט, זאל מען איבערדרייען די ציצית און קושן די פיאות, ומסוגל להפוך המזל.

ד. ווען דער ליקוי איז טאטאל אין קראפט, זאל מען זיך מייחד זיין עם זיוויגו, ומסוגל להריון תיקף ומיד.

ה. ווען די לבנה ווערט צוריק נארמאל, יתן צדקה ח"י פרוטות, ויחזור ויטלו אח"כ, ויכוון שמות אלו: אללא עכבאר, שאברא שאברא, ראבינאוויטש, שפיטיווקא. ומסוגל לשבירת הס"מ מהאי עלמא.

ו. ווען די לבנה איז שוין צוריק גאנץ, ישתה לחיים, ויאכל כדי שובעו, בשר דגים ויין וכל מטעמים, ומסוגל למקרי לילה.

ויקבל בכל אלו שיפרסמו אח"כ בבתי כנסיות ובתי מדרשות, ואז יזכה לעשותו.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 20, 2019 12:03 pm

· #422906
איסר האיטלקי: איך בין מיך נוהג צו עסן א באנאנע גאנצערהייט בשעת דעם ליקוי וכל המסתעף...!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 20, 2019 5:27 pm

· #422928
איך הער יעצט אפאר מינוט אויף NPR וועגן דער ערשיינונג. זיי דערמאנן נישט די סגולה.

#פעיקניוז

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואלווי » זונטאג יאנואר 20, 2019 8:04 pm

· #422936
ליטוואק פון בודאפעסט
איך הער יעצט אפאר מינוט אויף NPR וועגן דער ערשיינונג. זיי דערמאנן נישט די סגולה.

#פעיקניוז

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


חכמה בגוים תאמין?...

בן ישי » זונטאג יאנואר 20, 2019 8:58 pm

· #422943
איסר האטלקי
פאלגאנד א ליסטע פון סגולות וואס צו טון בשעת דעם טאטאלן ליקוי:

פארשפרייט דורך כולל גילגול שלג, געספאנסערט דורך בוני שלמה, ותשחח"ל.

א. ווען דער לבנה הייבט אן צו ווערן קלענער, זאל מען זאגן 9 מאל ביי א מזוזה די ערשטע שטיקל פון קל אדון, ישר והפוך, סגולה לרוחות רעות.

ב. ווען די לבנה איז שוין א פערטל קלענער, זאל מען מאכן הבדלה לע"נ הרה"ק מריבניץ, קערעסטיר, ר"מ מנתני'. סגולה בדוק ומנוסה לעצירות.

ג. ווען דער ליקוי גייט צום טאטאליטעט, זאל מען איבערדרייען די ציצית און קושן די פיאות, ומסוגל להפוך המזל.

ד. ווען דער ליקוי איז טאטאל אין קראפט, זאל מען זיך מייחד זיין עם זיוויגו, ומסוגל להריון תיקף ומיד.

ה. ווען די לבנה ווערט צוריק נארמאל, יתן צדקה ח"י פרוטות, ויחזור ויטלו אח"כ, ויכוון שמות אלו: אללא עכבאר, שאברא שאברא, ראבינאוויטש, שפיטיווקא. ומסוגל לשבירת הס"מ מהאי עלמא.

ו. ווען די לבנה איז שוין צוריק גאנץ, ישתה לחיים, ויאכל כדי שובעו, בשר דגים ויין וכל מטעמים, ומסוגל למקרי לילה.

ויקבל בכל אלו שיפרסמו אח"כ בבתי כנסיות ובתי מדרשות, ואז יזכה לעשותו.


האסט פארגעסן דאס וויכטיגסטע...
פאר א ביליגע פרייז קענט איר האבן די חשובע יונגעלייט פון כולל גילגול שלג (וואס זיי האבן די זכי' אגאנץ יאר צו זעהן די ליקוי לבנה כידוע) אייך אינזין צו האבן און טוהן פאר אייך די סגולה, און פאר נאך 165 (כמנין קללה) וועלן זיי צולייגן א ספעציעלע קללה געזאגט ספעציעל מיט אייער נאמען וואס כידוע איז עס מסוגל אויף גרויסע זאכן.
רופט שוין אריין אויף די 24 שעה'דיגע האטליין און געבט אייער קרעדיט קארטל און איר זענט א געהאלפענער!