☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אשכול אן א טיטל #12872

אשכול אן א טיטל #12872

90 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12872
בלאט: 1 2

קלוגסטער פון אייראפע » דינסטאג יאנואר 15, 2019 11:27 pm

· #422435
📎 rps20190115_232645.jpg

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 16, 2019 12:01 am

· #422437
(צווייט) קלוגסטער פון אייראפע: פונקט פארקערט. פון דא . דעם פיקטשער וואס דו ברענגסט איז א ראיה אז דער עולם בכלליות האט נישט קיין אינטערנעט. ווייל אויב יא. וואלט א יעדער געקוקט ביי זיך אינדערהיים אדער אין אפיס. און מ'וואלט נישט געדארפט אראפלייגן א מאניטאר אין אן אפענעם פלאץ ברבים. וואו א יעדער שטופט זיך צו זעהן די לעצטע נייעס...!

שושן פורים » מיטוואך יאנואר 16, 2019 12:17 am

· #422439
קומזיץ
ליטוואק פון בודאפעסט
לעיקוואד תומכי שבת, מיט אנגעפער 180 מתנדבים, האבען געשאפן 1.8 מיליון אין א טאג פאריגע אלול. חסידות בעלזא רעדט פון טויזענטער נדבנים, ווייל יעדער שווארץ באזאקטע, בלאסען געזיכטע חסיד איז בע"כ א מתנדב. פינף מיליון איז גארנישט אזוי אייאייאיי. ובפרט ווען מ׳טראכט אז אלס קען זיין פון אינעווייניג, אוו מ׳געדענקט נאך וואס איז געווען ווען דער צענטער האט זיך פארזוימט.

מ׳קען עס ספינן אלס א ריזיגע געווינס, אבער אינדערויסן זעט זיך עס אויס ווי גארנישט אבנארמאל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ליטוואק , קענסט אויסגיין פאר קנאה אז אזויפיל טויזענטער יודן אנערקענען אז בעלזא איז א פלאטץ וואס איז ווערט צו געבן פאר זיי צדקה


איך פארשטיי אז עס זאגט זיך בעסער אזוי און עס שלאפט זיך בעסער דערנאך, קען זיין אויב איך וואלט געווען א בעלזער וואלט איך געזאגט די זעלבע זאך, אבער מיט ריעאלעטי האט עס א קנאפע שייכות.

צווישן די זעקס און פערציג טויזנט צושטייערער בין איך אויך אריינגערעכנט דריי מאל, און וואונדער איבער וואונדער , איך האב נישט קיין טראפ געפיל פאר בעלזא, נאר וואזשע דען? איך האב דריי בעלזע חברים מיט וועמען איך דיעל אין ביזנעס גאנץ אסאך, די חברה האבן מיר אראפגעדרייט די געהירן, און יא, עס איז מיר ווערט געווען די פאר דאללער הוצאה צו אנהאלטן די פריינטשאפט.

ווען די זעלבע חברה בעטן מיר פאר מונקאטש ביתר, צו גאר צעהלים ציריך, אדער אפילו קרית בבל גוואטאמאלא וואלט איך לכאורה געגעבן די זעלבע אמאונט.

די זעלבע קען איך גענוג און נאך חברים פון סאטמאר, פאפא, קראסנא, און טאהש וואס האבן געגעבן פאר די זעלבע סיבה.

באט עניוועי, קודאס טו בעלזא, די געלט איז דא, נישט קיין חילוק צו עס איז געקומען דורך פארלענגערן די שעות, מעטשן עטליכע מאל, די מאני איז היער און לאמיר האפן עס זאל גענוצט ווערן אויף גוטע זאכן.

אדיר_אדירינו » מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:01 am

· #422446
סמבטיון
אדיר אדירנו, איך ווייס נישט אויף וועלכע וועלט די געפינסט זיך, האמת אגיד אז אפאר פון דיינע נקודות איז ריכטיג נאר איך וויל יעצט נישט אריין גיין אין דעם נושא, בנוגע די קאמפעין, דארפסטו זיין אדער בלינד אויף ביידע אויגן אדער בבחינת השנאה מקלקלת את המציאות, מען האלט יעצט 2 שעה נאך די ארגינעלע צייט און מען האלט ביי 4 אהאלב מיליאן דאלער , ווי דורךפאל ואס דורךפאל ווען דורךפאל?, ווי האט מען אזאנס באוויזן? און די שענסטע פון אלעס איז אז דאס קומט פון 41000 תורמים(אדערווייל) אויסגעשפרייט אין די גאנצע וועלט, אשרני מה טוב חלקינו, די פאר שעה האט מען ציגעלייגט, ווייל די סייט איז געווען דאון אפאר שעה, און מען האט דערלייגט אסאך געלט. הצלחה, צום ווידער זען אין אפאר שעה ווען בעלזא וועט אריבער שמייסן דעם 5 מיליאן דאלערדיגע גאול,
אמת ויציב.
א געווינס פאר די איזרעלי שנארערס.
איך בין זייער פרייליך פאר די וואס זיצען ביים שיסעל.
די בעלזער מוסדות שבגולה וועלען זיך ווייטער באדען אין חובות, נישט באצאהלען געהעריג פאר די מלמדים, מגידי שיעורים און טיטשערס, וכהנה וכהנה....
די עיקר איז אז די "מרכז און ארץ ישראל" האט נאך 5 מיליון דאלער, בנוסף צי די מיליונען וואס מען באקומט פון די ציונים...

ובא לציון גואל.

צפור בודד » מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:46 am

· #422456
דער קאווע שטיבל דיקלערד דורכפאל ווייסט נישט קיין עקן. ס'האלט שוין איבער פינף מיליאן און כמעט פיפציג טויזנט נדבנים און די בעלזער ווייסן נישט וואו זיך אהינצוטון פון בזיונות אויף זייער גרויזאמער מפלה.

איך בין היינט ווייט פון א בעלזער נאר דאך האב איך פאר ענק איין בעלזער עקספרעשן:

יצאו עיניכם!

וואלווי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 2:04 am

· #422460
צפור בודד
דער קאווע שטיבל דיקלערד דורכפאל ווייסט נישט קיין עקן. ס'האלט שוין איבער פינף מיליאן און כמעט פיפציג טויזנט נדבנים און די בעלזער ווייסן נישט וואו זיך אהינצוטון פון בזיונות אויף זייער גרויזאמער מפלה.

איך בין היינט ווייט פון א בעלזער נאר דאך האב איך פאר ענק איין בעלזער עקספרעשן:

יצאו עיניכם!


בארוהיג דיך, קיינעם'ס אויגען גייען נישט אויס, נישט פאר די קאמפיין, און נישט פאר די פארהייליגטע געטשקע שלעפעריי פון די אייניקלעך...

שושן פורים » מיטוואך יאנואר 16, 2019 4:19 am

· #422462
צפור בודד
דער קאווע שטיבל דיקלערד דורכפאל ווייסט נישט קיין עקן. ס'האלט שוין איבער פינף מיליאן און כמעט פיפציג טויזנט נדבנים און די בעלזער ווייסן נישט וואו זיך אהינצוטון פון בזיונות אויף זייער גרויזאמער מפלה.

איך בין היינט ווייט פון א בעלזער נאר דאך האב איך פאר ענק איין בעלזער עקספרעשן:

יצאו עיניכם!


לדעתי איז עס א צוזאמענשטעל פון ביידע.

די אויבנאויף בילד איז א סוקסעס, מען האט געמאכט א קאמפיין + געהאט א גאול + עררייכט דעם ציל פלאס טשעינדזש = הצלחה!

אבער ווען מען גייט אריין אין פרטים זעהט זיך אן פילע קרעקס אין די אמאל שטארקע פונדאמענט אויף וואס די "כבוד בעלזא" פענאמענאן פלעגט שטיין.

דאס אז פילע בעלזא חסידים האבן בכלל נישט גורס געווען די גאנצע זאך, ביודעי ובמכירי, צו ווייל מען איז אנגעווייטאגט אז קיינער קימערט זיך נישט איבער די היזיגע מוסדות, צו פאר אנדערע סיבות, א ערשיינונג וואס פאר אפאר יאר צוריק וואלט א בעלזא חסיד זיך אליינס דערווארגן פארן אפילו ארויפברענגען אזא געדאנק.

דאס אז מען האט געמוזט צוקומען צו פארשידענע שפיצלעך, צולייגן צייט ( יא איך ווייס אז די אפיציעלע תירוץ איז וויבאלד די סיסטעם האט געקראכט, אבער דאס איז פארגעקומען בלויז עטליכע מאל אין א צירקע פיר שעה און על סמך דעם האט מען צוגעלייגט צען) עט ליעסט צוויי מאל דורכאויס די קאמפיין האט מען יא געמאכט מעטשינג.

וכהנה וכדומה, אז מען שטעלט צוזאם אפאר פאקטן שטעלט זיך ארויס אז די בילד איז נישט אזוי שיין ווי מען וואלט ווען געוואלט.

קוקט אויס ווי גאט פארלאזט נישט קיינעם, פאר די בעלזא שווענץ האט ער צוגעשטעלט גענוג געלט צו דערקלערן סוקסעס, און פאר די באטשיס גענוג דעטאלן צו דערקלערן דורכפאל.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:58 pm

· #422509
כבוד בית בעלזא?! וואס איז דאס בעלזא בכלל? סתם א נארישע קליינטשיקע דערפל אין גאליציע. איך בין א חסיד פון בארא פארק, בארא פארק איז אן עיר ואם בישראל מיט צענדליגער טויזענטער משפחות. כל העיירות קודש, ובארא פארק קודש קדשים. יעדער ווייסט אז בארא פארק איז איבער אלעם, יעדער איד האט ערגעץ ווי אין הארץ א סאפט ספאט פאר בארא פארק. אפילו די בעלזער לאזן אפ בעלז אין די מאסן און קומען אריבער קיין בארא פארק!

דער וועלט דארף האבן בארא פארק! כולנו למען כבוד בית בארא פארק!!!

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 16, 2019 2:03 pm

· #422510
.

גדליה » מיטוואך יאנואר 16, 2019 3:58 pm

· #422532
רביה''ק זי''ע
כבוד בית בעלזא?! וואס איז דאס בעלזא בכלל? סתם א נארישע קליינטשיקע דערפל אין גאליציע. איך בין א חסיד פון בארא פארק, בארא פארק איז אן עיר ואם בישראל מיט צענדליגער טויזענטער משפחות. כל העיירות קודש, ובארא פארק קודש קדשים. יעדער ווייסט אז בארא פארק איז איבער אלעם, יעדער איד האט ערגעץ ווי אין הארץ א סאפט ספאט פאר בארא פארק. אפילו די בעלזער לאזן אפ בעלז אין די מאסן און קומען אריבער קיין בארא פארק!

דער וועלט דארף האבן בארא פארק! כולנו למען כבוד בית בארא פארק!!!

שוין אפגערעדט אז בארא פארק איז געווען די ארט ווי ר׳ פרחיה האט געוואוינט 69 יאר און מקדש ומטהר געווען די אוויר ביז די שיעור חימוץ איז געווארען מצה.

בן פרצי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:20 pm

· #422572
רביה''ק זי''ע
כבוד בית בעלזא?! וואס איז דאס בעלזא בכלל? סתם א נארישע קליינטשיקע דערפל אין גאליציע. איך בין א חסיד פון בארא פארק, בארא פארק איז אן עיר ואם בישראל מיט צענדליגער טויזענטער משפחות. כל העיירות קודש, ובארא פארק קודש קדשים. יעדער ווייסט אז בארא פארק איז איבער אלעם, יעדער איד האט ערגעץ ווי אין הארץ א סאפט ספאט פאר בארא פארק. אפילו די בעלזער לאזן אפ בעלז אין די מאסן און קומען אריבער קיין בארא פארק!

בעלזא איז א מקום וואס איז מחנך אויף תורה און יר"ש, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?
לדוגמא כבוד פאר א מיליטער פון א מדינה אדער כבוד פאר די הייטעק פון א מדינה איז א כבוד פאר די מדינה, די זעלבע זאך אויב איז דא א תנועה אדער א קבוצה וואס שטרעבט און טוט למען כבוד ה', איז עס א כבוד פאר דער פון אויבן און פאר זיין פאלק. ווען מ'זאגט בעלזא מיינט מען נישט לאפוקי ויזניץ אדער באבוב, אזוי ווי ווען מ'זאגט אז די מדינה האט א שטארקע צבא מיינט עס נישט לאפוקי אז ס'האט א שוואכע כלכלה. יעדער חלק האט זיך זיין חשיבות. (אדער אין א צווייטע נוסח: ווען "חטיבת גולני" איז מצליח מיט א מבצע איז עס א כבוד פאר די מדינה, און ווען "חטיבת הצנחנים" האט א סוקסעס איז עס אויכט א הצלחה פאר די מדינה, ס'איז נישט קיין סתירה איינס מיטן צווייטן, און קיין איינס קומט נישט ממעט זיין פון די חשיבות פון דעם אנדערען).

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:27 pm

· #422573
איך פלאן גראדע אפצושטאטן א באזוך אין בעלזא אינעם נאנטן צוקונפט, קענסטו מיר אפשר אנווייזן וואו מ'קען טרעפן די תורה און יר"ש דארט? א דאנק.

בן פרצי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:32 pm

· #422577
רביה''ק זי''ע
איך פלאן גראדע אפצושטאטן א באזוך אין בעלזא אינעם נאנטן צוקונפט, קענסטו מיר אפשר אנווייזן וואו מ'קען טרעפן די תורה און יר"ש דארט? א דאנק.

בעלזא האט טויזענטע יונגלעך מיט מיידלעך וואס מ'איז מחנך אויף תורה יר"ש און מידות טובות, צענדליגע תלמודי תורה'ס, ישיבות און בתי חינוך לבנות, (און אזוי אויך אין אנדערע קהילות בישראל, כמו שהארכנו לעיל), וואס פרובירסטו זיך מאכן א תמים?!
רביה"ק איך בין דיסעפוינטעט פון דיר. בדר"כ שרייבסטו צום זאך.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:34 pm

· #422578
ווי ווייט איך ווייס וואוינען נישט קיין אידן היינט אין בעלזא בכלל.

בן פרצי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:50 pm

· #422588
רביה''ק זי''ע
ווי ווייט איך ווייס וואוינען נישט קיין אידן היינט אין בעלזא בכלל.

גאנץ א שוואכע ווערטל

אבער אונז ביידע ווייסן אז מ'רעדט דא פון א קהילה וואס רופט זיך בעלזא (טאקע "במקרה" רופט זיך עס על שם יענעם שטאט ווי די מייסדי הקהילה האבן געוואוינט אמאל), און נישט פון דעם אוקראיינעם שטאט בעלז. (דאכט זיך מיר אז אין רוסלאנד איז אויך דא א שטאט וואס רופט זיך בעלז).

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:00 pm

· #422592
דער גאנצער חשיבות פון "כבוד בית בעלזא", איז דאך נאר ווייל ס'קומט פונעם דערפל בעלזא, דיו לבא מן הדין להיות כנידון.

בן פרצי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:03 pm

· #422594
רביה''ק זי''ע
דער גאנצער חשיבות פון "כבוד בית בעלזא", איז דאך נאר ווייל ס'קומט פונעם דערפל בעלזא, דיו לבא מן הדין להיות כנידון.

פשיההה
כ'האב נישט געוואוסט אז מ'האט צוטוהן מיט אזא למדן
איך בעק ארויס...

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:06 pm

· #422596
בכל אופן, אפילו מיט די צענדליגער מוסדות וואס בעלזא פארמאגט, בארא פארק פאקט זיין איין הונדערט מאל, אפילו די בעלזער זענען מודה...

בן פרצי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:10 pm

· #422598
רביה''ק זי''ע
בכל אופן, אפילו מיט די צענדליגער מוסדות וואס בעלזא פארמאגט, בארא פארק פאקט זיין איין הונדערט מאל, אפילו די בעלזער זענען מודה...

אקעי, איך ווייס שוין נישט ווען דו מיינסט עס ערענסט און ווען נישט
אבער כמובן בארא פארק איז נישט א מוסד, בארא פארק איז נישט א קהילה, אויב ס'וועט זיך אויפשטעלן א קהילת ב"פ ווי מ'איז דארט מקדש שם שמים און מלערענט דארט אויס צו זיין אן ערליכע יוד, אדרבה ואדרבה.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:16 pm

· #422600
בארא פארק איז שוין איינמאל א קהילה, ס'איז נישט איין מוסד, ס'נעמט אריין הונדערטער מוסדות. ווייל ס'נישט דא איין איינציגסטער מענטש וואס רעדט זיך איין אז ער פירט עס און נעמט די גאנצע כבוד פאר זיך, ווערט עס נאכנישט אויס קהילה.

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:20 pm

· #422602
בן פרצי
רביה''ק זי''ע
ווי ווייט איך ווייס וואוינען נישט קיין אידן היינט אין בעלזא בכלל.

גאנץ א שוואכע ווערטל

אבער אונז ביידע ווייסן אז מ'רעדט דא פון א קהילה וואס רופט זיך בעלזא (טאקע "במקרה" רופט זיך עס על שם יענעם שטאט ווי די מייסדי הקהילה האבן געוואוינט אמאל), און נישט פון דעם אוקראיינעם שטאט בעלז. (דאכט זיך מיר אז אין רוסלאנד איז אויך דא א שטאט וואס רופט זיך בעלז).

בן פרצי: לידיעתך. אין רומעניע איז אויכעט דא א שטאט מיט'ן נאמען בעלז. און ווען מ'זינגט דאס וועלט בארימטע (און שיינע) לידל..."מיין שטעטעלע בעלז".. מיינט מען אט דאס שטעטל אין רומעניע. וואס איז לעבן די שטאט יאס(י)...!

אבל אני שמעתי. אז אין בעלזא גופא וואו די הייליגע רבני בית בעלזא האבן געוואוינט און געפיהרט זייער אדמורו"ת, האבן אויך געוואוינט א סאך מאדערנע מענטשן. און דאס איז דער טעם פארוואס די אדמור"י שושלת בעלזא רופט מען ..."רב"... און נישט ..."רבי"... מפני מעשה שהיה. אז די שטאט מענטשן פון בעלזא האבן בימי דעם מיטעללן רב ז"ל געוואלט אויפנעמען א מאדערנעם רב לויט זייער געשמאק. און דער רב זאלל ווייטער פיהרן רביס'ט'ווא מיט זיינע חסידים. און זייער ..."רב"... מטעם וועט פיהרן די שטאט. אבער דער רב ז"ל האט נישט מסכים געווען...!

פערינא » מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:31 pm

· #422603
ספלעגט זיין א גוי אין מיין אפיס, ער פלעגט אלס זאגען "געב אבער א פיפציגער איי וויל גיוו יו א העטער"..


איך וועל אים אויפזיכען און פארציילן אז די פרייז איז פינעף מיליאן פאר צוויי גאנצע טעג עבירות. נעבעך.

בן פרצי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:34 pm

· #422604
berlbalaguleh
בן פרצי
רביה''ק זי''ע
ווי ווייט איך ווייס וואוינען נישט קיין אידן היינט אין בעלזא בכלל.

גאנץ א שוואכע ווערטל

אבער אונז ביידע ווייסן אז מ'רעדט דא פון א קהילה וואס רופט זיך בעלזא (טאקע "במקרה" רופט זיך עס על שם יענעם שטאט ווי די מייסדי הקהילה האבן געוואוינט אמאל), און נישט פון דעם אוקראיינעם שטאט בעלז. (דאכט זיך מיר אז אין רוסלאנד איז אויך דא א שטאט וואס רופט זיך בעלז).

בן פרצי: לידיעתך. אין רומעניע איז אויכעט דא א שטאט מיט'ן נאמען בעלז. און ווען מ'זינגט דאס וועלט בארימטע (און שיינע) לידל..."מיין שטעטעלע בעלז".. מיינט מען אט דאס שטעטל אין רומעניע. וואס איז לעבן די שטאט יאס(י)...!

גערעכט, דאס האב איך געמיינט אויבן, כ'האב נישא געדענקט פינקט ווי די שטאט איז, כ'האב געמיינט רוסלאנד. שכח פארן קלאר מאכן...
berlbalaguleh
אבל אני שמעתי. אז אין בעלזא גופא וואו די הייליגע רבני בית בעלזא האבן געוואוינט און געפיהרט זייער אדמורו"ת, האבן אויך געוואוינט א סאך מאדערנע מענטשן. און דאס איז דער טעם פארוואס די אדמור"י שושלת בעלזא רופט מען ..."רב"... און נישט ..."רבי"... מפני מעשה שהיה. אז די שטאט מענטשן פון בעלזא האבן בימי דעם מיטעללן רב ז"ל געוואלט אויפנעמען א מאדערנעם רב לויט זייער געשמאק. און דער רב זאלל ווייטער פיהרן רביס'ט'ווא מיט זיינע חסידים. און זייער ..."רב"... מטעם וועט פיהרן די שטאט. אבער דער רב ז"ל האט נישט מסכים געווען...!

מעשה שלא היה ולא נברא
מ'האט אים גערופן רב ווייל ער איז געווען רב פון שטאט
אגב, דאכט זיך מיר אין גאנץ גאליציע האט מען גערופן רב, צאנזער רב, באבובער רב, רופשיצער רב, בעלזער רב, וכו'
נאר אין פולין און רוסלאנד האט מען גערופן רבי.

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 16, 2019 11:30 pm

· #422620
בן פרצי: כ'האב מורא אז דו האסט פארפאסט (גע'מיסס'ד) די נקודה. אז ס'איז געווען א ..."קפידה"... אין די שטאט בעלזא דייקא צו רופן דעם רב. און נישט רבי. כאטש ער איז געווען א מנהיג פון חסידים אויך....! כמו שסיפרתי...!

בן פרצי » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 1:15 am

· #422627
berlbalaguleh
בן פרצי: כ'האב מורא אז דו האסט פארפאסט (גע'מיסס'ד) די נקודה. אז ס'איז געווען א ..."קפידה"... אין די שטאט בעלזא דייקא צו רופן דעם רב. און נישט רבי. כאטש ער איז געווען א מנהיג פון חסידים אויך....! כמו שסיפרתי...!

קודם כל, איך לעב שוין אסאך יאר אין בעלזא, כ'האב קיינמאל נאכנישט געהערט דעם ווארט קפידא ביי אונז, די האט אדאפטעט מושגים פון סקווירא...
און איך מיין דו האסט גע'מיס'ט דעם נקודה, און גאנץ גאליציע האט מען (בדר"כ) קיינמאל נישט גערופן א מנהיג פון חסידים מיטן נאמען "רעבע", דו ביזט צוגעוואוינט צו דעם ווייל אזוי האט מען עס גערופן אין רוסלאנד און אין פולין. ממילא דאפסטו נישט זיכן קיין סיבה פארוואס מ'האט אים נישט גערופן רבי, ווייל מ'האט קיינעם נישט גערופן רבי, אזויווי די חפץ חיים האט מען נישט גערופן 'די רעבע'...

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 3:33 am

· #422633
אוי. ר' בן פרצי. איך ווילל שוין גיין שלאפן. ס'העיסט. אנלאנען. אבער. למען הדיוק.עטליכע נקודות קטנות. ערשטנס. איך קום נישט פון פוילן און נישט פון רוסלאנד. (אייגנטליך, יא. האלב פון פוילין. האלב פון רוסלאנד. און האלב פון אונגארן. און נאך א האלב פון ארץ ישראל.). צווייטנס. איך האב מיך אויך געדרייט אין בעלזא. און לפי ידיעתי, זענען יא געווען ..."קפידות"...לעומת אין סקווירא איז דא ..."קעפעידעס"...! אויך ווייס איך אז אין גאנץ גאליציע האט מען נישט גערופן דעם מנהיג בלשון..."רעבע"...! חוץ אין גור. וואו מ'האט נישט געזאגט דער רב. נאר די רעבע...!

איך האב נאר מדגיש געווען אז אין בעלזא איז געווען א ספעציעלער טעם פארוואס מ'האט גערופן דעם מנהיג בלשון..."רב"... דו מוזסט עס נישט אננעמען. הכל במקומו עומד...!

נאר סתם א ראיה אז אין בעלזא האבן געוואוינט ניש נאר צדיקים וחסידים און יושבים. נאר מאדערנע מענטשן אויך. וועלכע זענען געווען גאנץ קאלט צו אידישקייט. און כש"כ צו חסידות... דער תוכן (די ליריקס) פון דעם לידעלע..."מיין שטעטעלע בעלז"... זאגט ער נישט אז ס'בענקט איהם צו דעם ביהמ"ד און דעם רב'ס טיש. נאר וואו ער האט די קינדערישע יארן פארבראכט/פארברענגט. ווארפנדיג שטיינער אין טייך. און ארומלויפנדיג מיט די יונגעלעך און מיידעלעך אום שבת קודש אינדערפריה...!

שוין. א גוט נאכט...!

בן פרצי » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 5:15 am

· #422638
berlbalaguleh
א. אוי. ר' בן פרצי. איך ווילל שוין גיין שלאפן. ס'העיסט. אנלאנען.
ב. אבער. למען הדיוק.עטליכע נקודות קטנות. ערשטנס. איך קום נישט פון פוילן און נישט פון רוסלאנד. (אייגנטליך, יא. האלב פון פוילין. האלב פון רוסלאנד. און האלב פון אונגארן. און נאך א האלב פון ארץ ישראל.).
ג. צווייטנס. איך האב מיך אויך געדרייט אין בעלזא. און לפי ידיעתי, זענען יא געווען ..."קפידות"...לעומת אין סקווירא איז דא ..."קעפעידעס"...!
ד. אויך ווייס איך אז אין גאנץ גאליציע האט מען נישט גערופן דעם מנהיג בלשון..."רעבע"...! חוץ אין גור. וואו מ'האט נישט געזאגט דער רב. נאר די רעבע...!
ה. איך האב נאר מדגיש געווען אז אין בעלזא איז געווען א ספעציעלער טעם פארוואס מ'האט גערופן דעם מנהיג בלשון..."רב"... דו מוזסט עס נישט אננעמען. הכל במקומו עומד...!
ו. נאר סתם א ראיה אז אין בעלזא האבן געוואוינט ניש נאר צדיקים וחסידים און יושבים. נאר מאדערנע מענטשן אויך. וועלכע זענען געווען גאנץ קאלט צו אידישקייט. און כש"כ צו חסידות...
ז. דער תוכן (די ליריקס) פון דעם לידעלע..."מיין שטעטעלע בעלז"... זאגט ער נישט אז ס'בענקט איהם צו דעם ביהמ"ד און דעם רב'ס טיש. נאר וואו ער האט די קינדערישע יארן פארבראכט/פארברענגט. ווארפנדיג שטיינער אין טייך. און ארומלויפנדיג מיט די יונגעלעך און מיידעלעך אום שבת קודש אינדערפריה...!
שוין. א גוט נאכט...!

א. איך האף אז נישט פאר אזעלעכע שטותים האלסטו דיך אהן פון גיין שלאפען... א דרייווער דארף זיין אויסגערוהט.
ב. כ'האב נישט געזאגט אז איר קומט פון פולין, זייט די אייבערשטער האט אויסגעלייזט די יודן פון גלות אירופה און מקבץ געווען נדחי ישראל פון מזרח און פון מערב, זענען אונז געווארן ממש מבולבל כבימי סנחריב, און אונז וואוינען אויסגעמישט פוילישע מיט אונגארישע, רוסישער מיט גאליציאנער, יעקעס מיט רומעינער, ממילא היינט איז געווארן אנגענומען די [פוילישע/רוסישע] נאמען "רעבע" עד כדי כך אז מ'זיכט סיבות פארוואס אין אנדערע פלעצער הייסט עס נישט אזוי.
ג. איך קען זיך נישט טענה'ן מיט דיר, אבער ס'איז א דבר העבידא לאיגלויי, גיי פרעג דיך נאך ביי דיינע פריינט נאכאמאל. איך ווייס אז ביזט נישט די ערשטע וואס האט א טעות אין דעם נושא, כ'האב מיך שוין אנגעהאקט דא אין פארומים מיט פרעמדע וואס זענען אזוי איינגערעדט.
ד. גור איז נישא פון גאליציע, גור איז פון פולין.
ה. איך האף אז דו פארשטייסט אז ס'איז אביסל מאדנע וואס דו זאגסט, ס'איז פינקט אזויווי דו זאגסט, אז א לעפל הייסט טאקע "א לעפל", אבער ס'דא נאך א סיבה פארוואס עס צו רופן "לעפל". ס'איז נישט שייך צו געבן נאך א טעם פארוואס ס'הייסט אזוי, אויב ס'איז נישט דא א צווייטע נאמען וויאזוי עס צו רופן. איך האף אז דו האסט פארשטאנען
ו. ווער האט געזאגט אז נישט? א ודאי האבן געוואוינט אויך פראסטע יונגען אין בעלז! גויים האבן אויך געוואוינט אין בעלז. כ'וועל דיר מגלה זיין א סוד, ס'איז אפילו געווען א קבוצה פון ציונים אין בעלז וואס האבן גע'ארבעט אפצופירן היימישע בחורים פונעם דרך התורה, און זיי האבן ליידער געהאט גרויס הצלחה...
ז. די ניגון "מיין שטעטעלע בעלז" אזויווי האסט שוין פריער מציין געווען רעדט נישט פון די גאליציאנער שטאט בעלז, נאר פון די רומעינישער שטאט וואס האט במקרה געהאט די זעלבע נאמען.

שוין א גוטען נאכט, סליפ טייט...

איש חזון » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 10:41 am

· #422673
אין בעלז איז אלץ געווען אן אופוזיציה געמיינדע, היינט זענען זיי אין בני ברק, אנצוהאלטן די מסורה 😃

איש חזון » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 10:51 am

· #422679
בן פרצי
אזויווי די חפץ חיים האט מען נישט גערופן 'די רעבע'...

מענין לענין כו', איך מיין אז דעם חזון איש רופן זיי יא 'די רעבע'

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:49 am

· #422705
איש חזון
בן פרצי
אזויווי די חפץ חיים האט מען נישט גערופן 'די רעבע'...

מענין לענין כו', איך מיין אז דעם חזון איש רופן זיי יא 'די רעבע'

קוק דא. נאכאמאזל יענער פותח האשכול קען נישט קיין אידיש, ווייל ווען יא, וואלט ער אונז אויך אזוי געספעמט ווי ער טוט דארט.

בן פרצי » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:58 am

· #422711
ליטוואק פון בודאפעסט
איש חזון
בן פרצי
אזויווי די חפץ חיים האט מען נישט גערופן 'די רעבע'...

מענין לענין כו', איך מיין אז דעם חזון איש רופן זיי יא 'די רעבע'

קוק דא. נאכאמאזל יענער פותח האשכול קען נישט קיין אידיש, ווייל ווען יא, וואלט ער אונז אויך אזוי געספעמט ווי ער טוט דארט.

כ'האב געמיינט אז מיט ליטוויקעס קומסטו דיך יא אויס גוט... 😉 נאר מיט באדאפעסטער ליטוויקעס? 😂

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:38 pm

· #422780
בן פרצי: ייש"כ פאר דיינע דוטע וואונטשן. מיט איין זאך ביניך נסכים מיט דיר 100% אז גור איז אין פוילן. נישט אין גאליציע. איך האב דאס געוואוסט מתחילה. נאר למען תפארת המליצה האביך אזוי געשריבן. אפילו ס'איז נישט מדוייק...!

יהודי פשוט » פרייטאג יאנואר 18, 2019 8:54 am

· #422799
אין אנדערע פלעצער ווי מ'האט גערופן רב איז דאס געוועהן צוליב דעם וואס די רבי האט אויך אויפגעפירט די אויפגאבעס פון א רב, משא"כ אין בעלז האבן די רבי'ס נישט אויסגעפירט די אויפגאבעס פון א רב (נישט יעדער קען אלעס) אבער פאר סאם אד ריזען האבן זיי דארט ליב געהאט דאס ווארט רב (אפשר ווייל ס'מאכט אויסזעהן ווי איינער וואס לערנט אויך)

קומזיץ » פרייטאג יאנואר 18, 2019 10:39 am

· #422811
יהודי פשוט
אין אנדערע פלעצער ווי מ'האט גערופן רב איז דאס געוועהן צוליב דעם וואס די רבי האט אויך אויפגעפירט די אויפגאבעס פון א רב, משא"כ אין בעלז האבן די רבי'ס נישט אויסגעפירט די אויפגאבעס פון א רב (נישט יעדער קען אלעס) אבער פאר סאם אד ריזען האבן זיי דארט ליב געהאט דאס ווארט רב (אפשר ווייל ס'מאכט אויסזעהן ווי איינער וואס לערנט אויך)


פששש.. איר זענט באמת א ידען און א קליגער , די וויסט וואס מענטשען פון הינדרעט יאר צוריק וואס די האסט קיינמאל נישט גערעדט מיט זיי , וואס זיי טראכטען און וואס זיי האבן ליב.

איש חזון » פרייטאג יאנואר 18, 2019 12:41 pm

· #422832
יהודי פשוט
אין אנדערע פלעצער ווי מ'האט גערופן רב איז דאס געוועהן צוליב דעם וואס די רבי האט אויך אויפגעפירט די אויפגאבעס פון א רב, משא"כ אין בעלז האבן די רבי'ס נישט אויסגעפירט די אויפגאבעס פון א רב (נישט יעדער קען אלעס) אבער פאר סאם אד ריזען האבן זיי דארט ליב געהאט דאס ווארט רב (אפשר ווייל ס'מאכט אויסזעהן ווי איינער וואס לערנט אויך)

ע"ע בריסקער רב ועוד

איש חזון » פרייטאג יאנואר 18, 2019 1:08 pm

· #422835
(דאס רופן 'דער רב' טוט לענ"ד סימבאלאזירן דעם רעפארם וואס בעלז האט איינגעפירט בנוגע צו 'חסידות'; בקצרה, בעלז האט גענומען 'חסידות' און עס אריינגעפיט אין טראדיציאנאלע טערמינען, דער רבי איז בעצם א 'רב' (און ער גייט נישט מיט קיין בגדי לבן), דער צענטער פונעם 'חצר' איז א דער 'שול', א קוויטל איז א 'תפילה' (יש על זה סיפור ואכ"מ), קבלה ענינים זאגט מען נאך פון באר היטב ווי איידער פון כתבי אר"י, וכן הלאה)

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יאנואר 18, 2019 1:30 pm

· #422840
ביזט גערעכט אז בעלזא איז בעצם א מתנגדישע חסידות, אבער מיט בגדי לבן און שול-חצר-צענטער, האט עס נישט קיין שייכות. איבעראל איז די שול די צענטער, אלע רוסישע רביס גייען שווארץ, און כמעט קיין איין רבי גייט נישט בגדי לבן. וועגן די מעשה מיט'ן קוויטל קען איך נישט רעדן, ווייל איך קען עס נישט.

בן פרצי » מוצ"ש יאנואר 19, 2019 2:14 pm

· #422849
יהודי פשוט
אין אנדערע פלעצער ווי מ'האט גערופן רב איז דאס געוועהן צוליב דעם וואס די רבי האט אויך אויפגעפירט די אויפגאבעס פון א רב, משא"כ אין בעלז האבן די רבי'ס נישט אויסגעפירט די אויפגאבעס פון א רב (נישט יעדער קען אלעס) אבער פאר סאם אד ריזען האבן זיי דארט ליב געהאט דאס ווארט רב (אפשר ווייל ס'מאכט אויסזעהן ווי איינער וואס לערנט אויך)

אזעלכע שטותים צאם גערעדט.
במקרה, בעלזער רבי'ס זענען אלע געווען די רב פון שטאט בעלז וסקאהל, שפעטער האט זיך עס צוטיילט, איינער איז געווארן רב פון בעלז און איינער פון סקאהל.
(ס'דאך דא דעם מעשה מיטן בילגורייא רב ואכמ"ל).

בן פרצי » מוצ"ש יאנואר 19, 2019 2:15 pm

· #422850
רביה''ק זי''ע
ביזט גערעכט אז בעלזא איז בעצם א מתנגדישע חסידות, אבער מיט בגדי לבן און שול-חצר-צענטער, האט עס נישט קיין שייכות. איבעראל איז די שול די צענטער, אלע רוסישע רביס גייען שווארץ, און כמעט קיין איין רבי גייט נישט בגדי לבן. וועגן די מעשה מיט'ן קוויטל קען איך נישט רעדן, ווייל איך קען עס נישט.

איך האב נישט וואס צו מגיב זיין צו דעי אלע שטותים וואס ווערט דא צאם גערעדט, אבער בנוגע די בגדי לבן - היסטאריש רעדסטו נישט ריכטיג, די ערשטע בעלזער רב איז געווען די ערשטע רבי מכל תלמידי הבעש"ט וואס האט נישט געגאנגן בגדי לבן.

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש יאנואר 19, 2019 7:50 pm

· #422856
בן פרצי
די ערשטע בעלזער רב איז געווען די ערשטע רבי מכל תלמידי הבעש"ט וואס האט נישט געגאנגן בגדי לבן.

מקור?
בלאט: 1 2