☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אשכול אן א טיטל #12868

אשכול אן א טיטל #12868

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12868

— » זונטאג יאנואר 13, 2019 3:46 pm

· #422055

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

חסיד פון ליטא » זונטאג יאנואר 13, 2019 3:58 pm

· #422059
ווען מאמענט האט שכל הייערן זיי דיך זאפארט פאר א וועכענטליכן הומאר קאלום!
איך העט עס געקויפט יעדע'ס איינציג וואך נאר צוליב דעם.

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 13, 2019 5:25 pm

· #422070
דערמאנט מיר עפעס פון וועלוול פעלדמאן.
שטאמט פון אים, ניין?

חסיד פון ליטא » זונטאג יאנואר 13, 2019 6:56 pm

· #422078
מזל טוב צום געבורט פון דיין נייעם יונגעלע! סאו דו מאכסט טאקע א שלום זכר דעם שבת?
כ'זעה אז די וואכנאכט גייט זיין מיטוואך אי"ה, זאג נאר, דאס קינד איז אפשר געהל?
דיין זיידע אידעך אוועק פאר צוויי חדשים צוריק, האסט שוין אפשר א נאמען?

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 13, 2019 9:35 pm

· #422084
דער געוואגטער יונגל: איך האב בערך א 350 ענליכע מצבים וואס מענטשן? פרעגן אזעלכע רעטארישע קשיות און שאלות. נאר איך שעם מיך זיי ארויפצוברענגען על הכתב. אפשר זאלל איך עס דיר אריינוואטסעפפן. און דו זאלסט עס ארויפברענגען דא אין קאווע שטיבל. איך זעה אז דו האסט דא א שטיקל ווארט. דו ביסט מסתמא א ירא שמים. ווייל די גמרא זאגט (ערגעץ) מי שהוא ירא שמים, דבריו נשמעים.. (און אויב ס'איז נישט דא אזא גמרא. האביך עס יעצט אויפגעמאכט. און איך נעם מיר א קאפירייט דערויף...!

נ.ב.: מייין רבי דער מהר"א מ'קר"י/פאלם טרי יצ"ו שליט"א האט געזאגט אז מ'טאר נישט האבן קיין וואטסעפפ. כ'האב מורא אז מ'וועט מיר אהיימשיקן די קינדער פון חדר. נאכדעים וועלל איך זיי מוזן שיקן צו די בני יואל. וואו ר' יוסף בן מרים וואלדמאן איז דער בעה"ב. און דאס טויג שוין נישט...!

איסר האטלקי » זונטאג יאנואר 13, 2019 9:41 pm

· #422087
שמעקעדיג
דערמאנט מיר עפעס פון וועלוול פעלדמאן.
שטאמט פון אים, ניין?

איין שטיק פעלדמאן, און איך מיין אז במקורו שטאמט עס נאך פון לאבין אין צייטשריפט. אבער מאמענט האט אויסגענארט האלב קראקא...

יהודי פשוט » זונטאג יאנואר 13, 2019 9:58 pm

· #422090
וואוינענדיג נישט אינעם זעלבן שטעטל ווי מיינע עלטערן, געשעהט פון צייט צו צייט אז מ'כאפט זיך אריבער אויף א שבת, מקיים צו זיין די געוואלדיגע מצוה פון כיבוד אב ואם, פארגאנגענעם שבת איז אויך אזוי געוועהן.

שפאציר איך אריין אין ביהמ"ד פרייטאג צונאכטס מיט א פרישקייט, און איך הייב אן זיך ארום קוקן אויפ'ן אנשטויס פון צעטלעך וועלכע טוען באלאגערן דעם סמעדריש וואנט ווי כאילו דאס איז דער מעקסיקאנער גרעניץ... איך פראביר אביסל אפצוליינען די שטיקלעך וואס זענען נישט באדעקט מיט סקאטש טעיפ פונעם צעטל וואס ליגט אויף דעם... צווישן די שורות, זעה איך אז מיין חבר משה נחום(מיט וועם איך האב געלערנט אין ישיבה קטנה פאר בערך 12 יאר צוריק, און איך האב שוין נישט געהערט פון איהם זייט דעמאלטס) מאכט זיין יערליכער קידוש פאר זיין פינף'טע מיידל וואס איז געבוירן אין א גוטע שעה, בערך פיר אהאלב יאר נאך זיין חתונה, פונקט דאס מאל מאכט ער דעם קידוש נישט ווייט פונעם ביהמ"ד ווי איך דאווען געווענליך ווען איך קום צו מיינע עלטערן, נו וואס טוט מען נישט פאר א חבר (גראדע אסאך זאכן ואכמ"ל).

געטוהן ווי געזאגט און געזאגט ווי געטראכט (קרעדיט: נייטרא קאר ראפעל), נאכ'ן דאווענען שבת אינדערפרי געב איך א שפאציר אריבער, און איך קום אריין אין ביהמ"ד, און מיט א געשמאק גיי איך צו משה נחומ'ען און איך וואונטש אן א הארציגן מזל טוב מיט אלע גוטע ברכות, און ער קוקט מיך אן מיט 2 גרויסע אויגן, און ער געבט א מורמאל ארויס: דערמאנט מיך נאר ווער איר זענט?! זאג איך איהם: משה נחום דו האסט אזוי שנעל פארגעסן איך בין חיים יחזקאל פון ישיבת אהבת תורה, אונז האמיר געלערנט חברותא וכו', אה יא אוודאי, דערמאנט זיך משה נחום, דו וואוינסט דאך שוין נישטא.... דו ביסט דא אויף שבת?? ניין זאג איך איהם, איך בין ספעציעל יעצט געקומען צו פארן צום קידוש... איך יאג מיך טאקע ווייל איך פאר שוין צוריק...

איסר האטלקי » זונטאג יאנואר 13, 2019 10:05 pm

· #422092
געוואגטער שרייבט אן ארטיקל, קומט אריין בערעלע און פרעגט: וואס? געוואגטער? אזאנס!! שרייט אריין דער גאלדענער אדלער: נע, ס'איז עכט שמעקעדיג, ער האט זיך אריינגעסיינט מיט געוואגטער'ס ניק אים צו שענקן אפאר לייקס....

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 13, 2019 10:06 pm

· #422093
דער געוואגטער יונגל: אבער ער איז דאך שוין אלט געווען . דער יאנקעלע גליק. נו, ער מעג שוין האבן א פרי רייד. ער טויג דאך שוין נישט צו וואקן...!

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 13, 2019 10:07 pm

· #422094
איסר האטלקי
געוואגטער שרייבט אן ארטיקל, קומט אריין בערעלע און פרעגט: וואס? געוואגטער? אזאנס!! שרייט אריין דער גאלדענער אדלער: נע, ס'איז עכט שמעקעדיג, ער האט זיך אריינגעסיינט מיט געוואגטער'ס ניק אים צו שענקן אפאר לייקס....

איסר האיטלקי: דו ביסט עס טאקע דער איסר האיטלקי?. נעה, איך מיין אז דו ביסט דער כיכר הירדן... לאל...!

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יאנואר 13, 2019 10:26 pm

· #422096
[ציטאט אראפגענומען]
העלא! יאנקעלע גליק (נישט יענקעלע, זעהט אויס ביזט א פארצייטערישע צעהלימער איד) איז נאר דא איינס!

הוגה » מאנטאג יאנואר 14, 2019 9:00 am

· #422117
איסר האטלקי
שמעקעדיג
דערמאנט מיר עפעס פון וועלוול פעלדמאן.
שטאמט פון אים, ניין?

איין שטיק פעלדמאן, און איך מיין אז במקורו שטאמט עס נאך פון לאבין אין צייטשריפט. אבער מאמענט האט אויסגענארט האלב קראקא...


במקורו שטאמט עס פון בערל אינגבל. ער האט א באקאנטע קאמעדי ביט וואס ער רופט "Here's Your Sign". ער האט הונדערטער אזעלכע פון איבער די יארן, גיב נאר א מיש אויף יוטוב ותמצא נחת.


.

יהודי פשוט » מאנטאג יאנואר 14, 2019 1:45 pm

· #422142
נאך א קאכעדיגע מקוה, מיט א פרישן קאווע אין די הענט, גיי איך ארויס אין הויף פונעם סמעדריש און איך עפן אויף מיין פרישן שאכטל מארלבראו לייטס ציגארעטלעך, איך ציה ארויס דעם ערשטן ציגארעטל, און איך צינד איהם אן מיט'ן צינדער וואס ליגט ווי געווענליך אינעם אונטערשטן וועסטל טאש אויף די לינקע זייט...

אזוי טוה איך געמיטלעך פאררויכערן דעם ציגארעטל, ווען אינמיטן שפאצירט אריין ר' קלונימוס דעם רב'ס עלטסטע זוהן, וועם איך באגעגן נישט געווענליך ווייל ער דאווענט מיטן חצות מנין, זעהט אבער אויס אז היינט האט איהם די בעט אויסגעשפיגן אביסל פריער, ער קומט צו נענטער און קוקט מיך גוט אן, און דאן געט ער א שפיי אויס דעם מיליאן דאלער'דיגן פראגע... חיים יחזקאל, דו רויכערסט?? ניין זאג איך איהם, איך מאך זיך נאר ווי איך רייכער אז אלע אידן וואס ווילן נישט אליין קויפן ציגארעטלעך זאלן קומען ביי מיר שנארען...

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 20, 2019 11:11 am

· #422900
דא האט איר א וויכטיגע ליד אויף דער טעמע, פון איינר וואס גייט ביים נאמן Johnny Cash

Now you've all heard foolish questions and no doubt you've wondered why
Some person will ask a foolish question and expect a sensible reply
Like when you take your girl some candy, say maybe just after tea
You notice how she'll grab it and then she'll say, "Is this for me?"

Foolish Questions! You can answer when you can
"No I bought this candy for your Ma or Pa, or for John the hired hand
"I just thought you'd like to see it. Now I'm gonna take it away"
Now wasn't that a foolish question? You'll hear 'em ev'ry day

And then most every morning, there is someone 'round the place
Who sees you take the shaving brush and lather up your face
And as you give the razor a preliminary wave
This fool will walk up and ask you, "Are you gonna take a shave?"

Foolish questions! Your answer is, I hope
"No! I ain't prepared for shavin', I just like the taste of soap!
I kinda like to take the shaving brush and paint myself this way"
Now wasn't that a foolish question? You'll hear 'em ev'ry day!

Now then there's this fella who meets you on your way
And asks you why your all dressed up and listens while you say
That you just been returning from the funeral of poor old Uncle Ned
As soon as you have told him, he will say, "Is Ned dead?"

Foolish questions! You might as well reply
"No, he thought he'd have the funeral now. Then later on he'd die
You know Ned was always so original, he wanted it that way"
Now wasn't that a Foolish Question? You'll hear 'em ev'ry day!

Now suppose the elevator guy should forget to close the door
And you should tumble down, oh say forty-seven floors
And when you reach the bottom and you're lying there inert
Some fool will stick his head down the shaft and holler, "Are you hurt?"

Foolish Questions! Your dying words are
"No! I was in an awful hurry and that elevator's just too slow
Usually saves a lot of time, you know, comin' down this way"
Now wasn't that a Foolish Question? You'll hear 'em ev'ry day!

That was a Foolish Question! You'll hear 'em ev'ry day!