☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #12865

אשכול אן א טיטל #12865

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12865

— » זונטאג יאנואר 13, 2019 1:31 am

· #421973

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

אישתישבי » זונטאג יאנואר 13, 2019 1:38 am

· #421974
פין וועלכע מאגאזין זענט איר?

קלוגסטער פון אייראפע » זונטאג יאנואר 13, 2019 2:00 am

· #421975
דרעזנער איז גראדע א שרייבער אין מאמענט

טאמבל סאס » זונטאג יאנואר 13, 2019 6:32 am

· #421981
פונקט דער נומער איז געווען די ערשטע מאל וואס כ'האב געקויפט די מאמענט - כדי צו א קוק טאן וואס זי איז. איך בין מיילדלי איבערראשט געווארן פון דער שניט און זיך געגרייט צו שרייבן א קורצע פאזיטיווע רעוויו. א שאד אז דיין אנטדעקוג האט פארהארגעט דער פוירסט אימפרעשאן וואס כ'האב געהאט.

אגב, וויאזוי האסטו מברר געווען? האסט גערעדט מיט מארגארעטן?

אספקלריה » זונטאג יאנואר 13, 2019 7:52 am

· #421984
[ציטאט אראפגענומען]

אויב דרעזנער שרייבט פאר די מאמענט און מארגרעטען האט געזאגט פאר דרעזנער אז ער מעג ליפטערען אלעס וואס ער האט עם עזאגט פאר די מאמענט, זע איך נישט אז סזאל זיין אזא הארבע חטא, אונזער סוסייעטי,רעביס און קהילות האלטען נאך זייער ווייט פון אזא הויעכע מדריגה און אמת.

chosen people » זונטאג יאנואר 13, 2019 8:37 am

· #421985
[ציטאט אראפגענומען]


צודק, אבער פארוואס נאך וואס דער מאמענט האט געטוהן אזא עוולה, און די ביסט שוין געוואר געווארן יענעם שבת פון די חטא פארוואס האסטו פארהוילן פון אינז די פאקטן פאר גאנצע צוויי וואכן.

טאמבל סאס » זונטאג יאנואר 13, 2019 11:56 am

· #422002
אבער אפילו אז מארגארעטן האט נישט קיין צייט געהאט צו מאכן אן אינטערוויאו מיט די מאמענט איז עפעס וואס איך מעג וויסן.. ווי די אלגעמיינע צייטונגען טוען געווענליך.

אברך משי » זונטאג יאנואר 13, 2019 12:17 pm

· #422007
בין איך דער איינציגסטער וואס פילט ווי א יוון אין די סוכה לגבי די שטורמישע אויפדעקונג?
הע? מאמענט? דרעזנער? קול מבשר? מארגערעטן? הא דע גיהנום קערס?!!!
כאילו די טיים מעגעזין האט עפעס געגאנבעט א רייכע ארגינעלע ארטיקל פון דע פיק מעגעזין, ועל זאת ידוו כל הדוויים

אספקלריה » זונטאג יאנואר 13, 2019 12:31 pm

· #422010
טאמבל סאס
אבער אפילו אז מארגארעטן האט נישט קיין צייט געהאט צו מאכן אן אינטערוויאו מיט די מאמענט איז עפעס וואס איך מעג וויסן.. ווי די אלגעמיינע צייטונגען טוען געווענליך.

דרעזנער איז כמעט די גרעסטע שרייבער און די מאמענט
אויב מארגרעיטען זאגט בפירוש אז אלעס וואס איך האב דיר געזאגט אויף מבשר איז כאילו אמרתי למאמענט, ולשון יפול על לשון, וכאילו כפלתי הדברים למבשר וממאמענט, און פארשטייט זיך אויב סאיז ברשותא ובהורמנא דהאי זלמנא, דממבשרא,דעמאלס וואלט איך געפאסקענט מיט א צירוף פון תרי קלא משתעמעי בדבר חביבא, אז סאיז מותר צו שרייבען אלץ אן אינטערוואוי פארען מאמענט.
הכ״ד
........... מ...... והגלילות

איסר האטלקי » זונטאג יאנואר 13, 2019 12:41 pm

· #422013
דרעזנער איז די גרעסטע שרייבער אין מאמענט? כ'מיין איר האט א טעות.

אספקלריה » זונטאג יאנואר 13, 2019 12:49 pm

· #422016
איסר האטלקי
דרעזנער איז די גרעסטע שרייבער אין מאמענט? כ'מיין איר האט א טעות.


צו אזוי צו אזוי האלט איך אז @אנאנים האט שטארק איבערגעטריבען מיט זיין קעפל
און מקען פאררופען זיין קעפל אלץ פארפירעש.

קענסט מיר אפשר זאגן » זונטאג יאנואר 13, 2019 1:31 pm

· #422026
יונגעגלע האט געוואלט ווייזן אז ער איז א אלץ ווייסער און יעדער פרעגט אים אפ
גיבטס אים זיין עטענשען

אספקלריה » זונטאג יאנואר 13, 2019 3:29 pm

· #422052
אוקיי האב איך גערעדט מיט א חבר וואס האט גערעדט מיטען שרייבער און ער האט גענטפערט פאלגענד

1. איך האב געהעריג גערעדט מיט משה מארגארעטן און מאמענט עדיטארס האבן געהאלפן מיט אראנזשירן פאטאגראפיע און מיר געגעבן א ליסטע פון ספעציעלע שאלות צו פרעגן לכבוד דעם אינטערוויו.
2. מענדל ראטשילד איז געווען אויף ק"מ טאקע לארכה ולרוחבה און די איינציגסטע זאך ער האט מיך געגעבן פאר דעם אינטערוויו איז געווען מארגארעטענס נומער.
3. דרעזנער האט קיינמאל נישט גערעדט מיט משה אויף ק"מ -- נאר שמעון האט אינטערוויאירט משה.
4 געוויסע זאכן האט מיך משה געשיקט אויף ענגליש איך זאל קענען בויען זיין כראנאלגיע אנדערע זאכן האב איך אים געפרעגט.
5 די תפיסה באזוך נאך די פריזאן רעפארם איז דורך איז געווען א מאמענט עקסקלוסיוו, כ'האב די רעקארדינגס דערפון.
6 קיין אינפא אין דער ארטיקל קומט נישט פון ראטשילד סיידן איין ציטאט אנהויב און ווערט טאקע געברענגט בשמו.
7. מארגארעטן האט מיר געזאגט אז ער האט וויפיל צייט נייטיג און האט מיך קיינמאל נישט געזאגט איך זאל אויסהערן סיי וועלכע אינטערוויו פון קול מבשר.

קרעקער » זונטאג יאנואר 13, 2019 3:55 pm

· #422057
בין איך דער איינציגסטער וואס פילט ווי א יוון אין די סוכה לגבי די שטורמישע אויפדעקונג?
הע? מאמענט? דרעזנער? קול מבשר? מארגערעטן? הא דע גיהנום קערס?!!!
כאילו די טיים מעגעזין האט עפעס געגאנבעט א רייכע ארגינעלע ארטיקל פון דע פיק מעגעזין, ועל זאת ידוו כל הדוויים


סדערמאנט מיר א ווארט וואס מפלעגט זאגען מיט התלהבות אין 500 בעדפארד בהילו נרו
כל המהרהר אחר אלי' דוד, כאילו מהרהר אחר שלום לויפער

קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 13, 2019 4:04 pm

· #422060
איסר האטלקי
דרעזנער איז די גרעסטע שרייבער אין מאמענט? כ'מיין איר האט א טעות.

ווער דען איז?

חסיד פון ליטא » זונטאג יאנואר 13, 2019 5:11 pm

· #422066
אליעזר ראזען

קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 13, 2019 5:15 pm

· #422067
אפשר בעסטע שרייבער, נישט גרעסטע שרייבער. דרעזנער שרייבט סך מער, גראדע איז ער א פיינע שרייבער.

chosen people » זונטאג יאנואר 13, 2019 8:18 pm

· #422080
[ציטאט אראפגענומען]


😲 😲 😢

איסר האטלקי » זונטאג יאנואר 13, 2019 9:38 pm

· #422086
קאצקע ציקער
אפשר בעסטע שרייבער, נישט גרעסטע שרייבער. דרעזנער שרייבט סך מער, גראדע איז ער א פיינע שרייבער.

דרעזנער שרייבט אפשר א משהו מער פון ראזען (כ'מיין אז נישט, אבער אז דו זאגסט קען זיין), אבער ער איז גארנישט ספעציעל, שרייבט זייער קאלט און דורכזיכטיג, קומט נישט צו קיין פינטל צו אליעזר ראזען, חנוך, לאבין, ש"ש, וכו'.

גדליה » זונטאג יאנואר 13, 2019 9:55 pm

· #422089
געוואגטער יונגעל,
אפשר קענט איר בעסער אויסקלארען וואס דא האט פאסירט לויט דיין גירסא.
מאמענט האט - אנגעבליך - ציטירט פון קול מבשר און בכלל נישט גערעדט מיט מארגערעטען?
ווער האט געשריבען די אינטערוויו? האט מען בכלל איינעם אינטערוויוט?
ווי אזוי האט איר דאס מברר געווען? ביי דרעזנער אדער ביי מארגערעטען?
אגב כהאב זייער הנאה פון אייערע פארזעצונג.

היכי דמי » זונטאג יאנואר 13, 2019 11:37 pm

· #422101
נישט די ערשטע מאל וואס זיי טוהן עס.

עטליכע וואכן צוריק איז געווען א קאווער סטארי אן אינטערוויא מיט א איד, מיט א גרויסע בילד פון יענעם, און איך האב שפעטער געהערט פון איינעם פון זיין משפחה, אז מאמענט האט קיינמאל נישט געמאכט דעם אינטערוויא. זיי האבן סתם געשריבם זאכן וואס זיי האבן געליינט און געהערט פון אנדערע פלעצער און עס אפגעשריבן כאילו אן עקסלוסיווע שמועס.

קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 13, 2019 11:49 pm

· #422102
איסר האטלקי
קאצקע ציקער
אפשר בעסטע שרייבער, נישט גרעסטע שרייבער. דרעזנער שרייבט סך מער, גראדע איז ער א פיינע שרייבער.

דרעזנער שרייבט אפשר א משהו מער פון ראזען (כ'מיין אז נישט, אבער אז דו זאגסט קען זיין), אבער ער איז גארנישט ספעציעל, שרייבט זייער קאלט און דורכזיכטיג, קומט נישט צו קיין פינטל צו אליעזר ראזען, חנוך, לאבין, ש"ש, וכו'.

איינער האט געזאגט אז יא ?
ער צונעמט זייער גיט דורך א נייעס כמו שכתוב מאך עים נישט אינגאנצן אוועק

גדליה » זונטאג יאנואר 13, 2019 11:57 pm

· #422103
היכי דמי
נישט די ערשטע מאל וואס זיי טוהן עס.

עטליכע וואכן צוריק איז געווען א קאווער סטארי אן אינטערוויא מיט א איד, מיט א גרויסע בילד פון יענעם, און איך האב שפעטער געהערט פון איינעם פון זיין משפחה, אז מאמענט האט קיינמאל נישט געמאכט דעם אינטערוויא. זיי האבן סתם געשריבם זאכן וואס זיי האבן געליינט און געהערט פון אנדערע פלעצער און עס אפגעשריבן כאילו אן עקסלוסיווע שמועס.

אויף אייוועלט האט איינער געשריבען אז מאמענט האט אזוי געטוהן מיט א ארטיקעל אין נפשי וועגען א יונגערמאן א געוועזענע געמבלער. אז זיי האבען גענומען א אינטערוויו פון קול מבשר און אהערגעשטעלט כאילו ס'איז א אייגענע אינטערוויו. (הערה: כ'ווייס נישט אויב די טענה איז ריכטיג צו נישט).
כהאב גראדע באמערקט אז אסאך מאל שרייבט מאמענט "עקסקלוסיוו" אויף סתם א אינטערוויו.
קען זיין אז די הוספה "עקסקלוסיוו" מיינט אז די אינטערוויו איז טאקע פארגעקומען...