☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #12861

אשכול אן א טיטל #12861

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12861

— » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 10:14 pm

· #421854

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 10:23 pm

· #421855
וואס דארף די ווארט צו מיינען? פראדוקטיוו? פרוכטבאר? עפעס אנדערש?

קלוגסטער פון אייראפע » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 11:31 pm

· #421857
Prolific

איסר האטלקי » פרייטאג יאנואר 11, 2019 12:25 am

· #421862
אין פארצייטישע אידיש האט עס געהייסן 'פרוכטבאר'.

שקד » פרייטאג יאנואר 11, 2019 1:17 pm

· #421933
פאנטאזפול
אין מנשה לוסטיג'ס נייע ביכל

איסר האטלקי » דינסטאג יאנואר 28, 2020 9:07 am

· #442173
ארט איז די אפטייטש פון Place, פלאץ ווערט נישט עכט גענוצט ביים שרייבן, נאר אנשטאט דעם שרייבט מען ארט. ארט איז א שם דבר פון א פלאץ, ווי א געגנט, א רעסטוראנט, א בית המדרש...

לאקאציע איז מער די אפטייטש פון די ארט פון א ספעצעפישע זאך. די ישיבה'ס לאקאציע, די געשעפט האט זיך געצויגן צו א נייעם לאקאציע.

Location” is defined as “the specific area where a place is situated.” It is, therefore, particular with spatial positions. It usually has absolute coordinates. 2. “Place” is a broader term that describes any part of space or an area that does not have any reference to something specific

כוכב » דינסטאג יאנואר 28, 2020 9:16 am

· #442175
אין קינדליין איז די וואך דא אן אינטערוויו מיט הרב צאנגער, דער מגיה פון דער אויסגאבע (וועלכער טוט גראדע געווענליך א פיינעם דזשאב). צאנגער רעדט פון זיין עבודת ההגהה און זאגט אז ער האט נישט ליב די נייע "פאראידישטע" ווערטער, און גיט צוויי ביישפילן: "פאפולאציע" און "לאקאציע".

לדעתי, הגם געווענליך איז בעסער צו נוצן ווערטער וועלכע האבן מער א אידישן טעם, ווי "באפעלקערונג" און "אָרט", זענען פאפולאציע און לאקאציע נאך אלץ גוטע אידישע סינאנימען און זענען ווערדפול אין פארשידענע קאנטעקסטן.

אבער עס איז מיר געווען ממש קאמיש צו לייענען שפעטער אינעם ארטיקל אז הרב צאנגער רופט דעם קעפל פון א בילד מיט דעם ווארט "קעפּציע" – אן אייגענע "פאראידישטע" ווארט פון דעם ענגלישן ווארט caption...
האסט געהעקט מיין מח...
כ'האב געהאט די זעלבע הערה ביים ליינען און ווי דו זאגסט, די טענה פון הרב צאנגער איז נישט אינגאנצן ריכטיג, אויב א ווארט איז גענוג וויכטיג, דהיינו אז עס האט נישט קיין ענליכן טערמין אין אידיש, אדער ווען דאס ווארט איז שוין נשתרש און ווערט פיל געניצט דורך אנדערע שרייבערס, איז נישטא קיין שום סיבה זיך צוריקצוהאלטן, ווערסוס קעפציע, וואס איז בכלל נישט קיין באנוצטע ווארט און כ'האב עס נאך קיינמאל נישט געזען געשריבן ערגעץ אין א פראפעסיאנאלער צייטונג צי כדו' און ס'איז בכלל נישט וויכטיג, ווען אין אידיש איז דא א פיל שענערער ווארט, פשוט: קעפל!

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 28, 2020 8:35 pm

· #442193
וויבאלד מ'שמועסט דא איבער באנוצן זיך מיט ריין יודישע ווערטער, איז מיר בייגעפאללן א שאלה. וויאזוי מ'זאגט אויף ריין אידיש..."קיעבאורד"...!

זעקעל » מיטוואך יאנואר 29, 2020 4:22 am

· #442198
berlbalaguleh
וויבאלד מ'שמועסט דא איבער באנוצן זיך מיט ריין יודישע ווערטער, איז מיר בייגעפאללן א שאלה. וויאזוי מ'זאגט אויף ריין אידיש..."קיעבאורד"...!


זייער פשוט... ״קנעפלברעט״

טראכטכמוני » מיטוואך יאנואר 29, 2020 2:32 pm

· #442223
אין קינדליין איז די וואך דא אן אינטערוויו מיט הרב צאנגער, דער מגיה פון דער אויסגאבע (וועלכער טוט גראדע געווענליך א פיינעם דזשאב). צאנגער רעדט פון זיין עבודת ההגהה און זאגט אז ער האט נישט ליב די נייע "פאראידישטע" ווערטער, און גיט צוויי ביישפילן: "פאפולאציע" און "לאקאציע".

לדעתי, הגם געווענליך איז בעסער צו נוצן ווערטער וועלכע האבן מער א אידישן טעם, ווי "באפעלקערונג" און "אָרט", זענען פאפולאציע און לאקאציע נאך אלץ גוטע אידישע סינאנימען און זענען ווערדפול אין פארשידענע קאנטעקסטן.

אבער עס איז מיר געווען ממש קאמיש צו לייענען שפעטער אינעם ארטיקל אז הרב צאנגער רופט דעם קעפל פון א בילד מיט דעם ווארט "קעפּציע" – אן אייגענע "פאראידישטע" ווארט פון דעם ענגלישן ווארט caption...
ס'איז אינטערסאנט אז - ווי באוואוסט - איז אין עברית'ישע שרייבעריי שטארק נפוץ דעם ענין פון איבערטייטשן פרעמדע ווערטער אין העברעאזירטן פארעם אפילו ווען עס זענען פארהאן ריין-עברית'ישע ווערטער פארדעם.

דא איז מלון ספעציעל אוועקגעשטעלט איבערצוטייטשן די ווערטער:

עיין
https://halufon.hebrew-academy.org.il/

וע"ע
https://hebrew-academy.org.il/%d7%90%d7%99%d7%9a-%d7%90%d7%95%d7%9e%d7%a8%d7%99%d7%9d-%d7%91%d7%a2%d7%91%d7%a8%d7%99%d7%aa/?letter=%D7%90

ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט אז זיי האבן אפילו אייגנארטיגע ווערטער פאר עכטע נייע אנטוויקלונגען א שטייגער ווי segway / סגוויי = רכינוע

מי אני » מיטוואך יאנואר 29, 2020 5:00 pm

· #442232
טראכטכמוני

ס'איז אינטערסאנט אז - ווי באוואוסט - איז אין עברית'ישע שרייבעריי שטארק נפוץ דעם ענין פון איבערטייטשן פרעמדע ווערטער אין העברעאזירטן פארעם אפילו ווען עס זענען פארהאן ריין-עברית'ישע ווערטער פארדעם.

דא איז מלון ספעציעל אוועקגעשטעלט איבערצוטייטשן די ווערטער:

עיין
<a class="postlink" href="https://halufon.hebrew-academy.org.il/">https://halufon.hebrew-academy.org.il/</a>

וע"ע
<a class="postlink" href="https://hebrew-academy.org.il/%d7%90%d7%99%d7%9a-%d7%90%d7%95%d7%9e%d7%a8%d7%99%d7%9d-%d7%91%d7%a2%d7%91%d7%a8%d7%99%d7%aa/?letter=%D7%90">https://hebrew-academy.org.il/%d7%90%d7 ... ter=%D7%90</a>

ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט אז זיי האבן אפילו אייגנארטיגע ווערטער פאר עכטע נייע אנטוויקלונגען א שטייגער ווי segway / סגוויי = רכינוע

📎 IMG_6486.jpg
פון די בוך (פ״ח).

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 29, 2020 8:24 pm

· #442246
זעקעל
berlbalaguleh
וויבאלד מ'שמועסט דא איבער באנוצן זיך מיט ריין יודישע ווערטער, איז מיר בייגעפאללן א שאלה. וויאזוי מ'זאגט אויף ריין אידיש..."קיעבאורד"...!


זייער פשוט... ״קנעפלברעט״

הגהות הב"ח: ...שליסלברעט...כצ"ל...!

טראכטכמוני » דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 2:27 am

· #442261
berlbalaguleh
זעקעל
berlbalaguleh
וויבאלד מ'שמועסט דא איבער באנוצן זיך מיט ריין יודישע ווערטער, איז מיר בייגעפאללן א שאלה. וויאזוי מ'זאגט אויף ריין אידיש..."קיעבאורד"...!


זייער פשוט... ״קנעפלברעט״

הגהות הב"ח: ...שליסלברעט...כצ"ל...!

השתא דאתינן להכי מתרגמינן key-board“וויכטיגע הנהלה״...