☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » שלא עשני ליטוואק

שלא עשני ליטוואק

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12849

שקד » מאנטאג יאנואר 7, 2019 3:01 pm

· #421382
שלא עשני ליטוואק
ס'היינט שוין אזוי, אז בא השואה ובילבל הכל.. ס'דא וואס זאגן נשתכחה, און ס'דא וואס זאגן חזרו ונזכרו..
אבער כדי ס'זאל נישט פארגעסן ווערן דעם אלט'ן חסידישער ברכה - שלא עשני ליטוואק - ברויך מען דא פארצייכענען די אמאליגע און אויך היינטיגע ערפארונג און לעגענדעס פון ביידע זייטן.

וועל איך אנהייבן מיט איין עפיזאד;
איינער קומט אריין אין א 'ליטווישער שול' און פרעגט; מעג מען נעמען דא א קאווע?
ליטוואק; ס'איז נישט אזוי פשוט! די קאווע געהערט פאר'ן ציבור, און ס'איז א שיילע פון גזילה בלי דעת פונעם גאנצן ציבור..

גייט יענער אריין אין א חסידישע שטיבל און פרעגט - דאס אויבערדערמאנטע. זאגט מען עהם; אוודאי.. ס'דאך דעם ציבור'ס.. נעמט אייך גערן..

ליפא » מאנטאג יאנואר 7, 2019 3:22 pm

· #421386
דאס איז נישט אן עפיזאד ס'איז א וויץ פון א בדחן

שקד » מאנטאג יאנואר 7, 2019 3:31 pm

· #421387
ליפא
דאס איז נישט אן עפיזאד ס'איז א וויץ פון א בדחן

מה פתאום? ס'איז א מעשה שהיה. אפשר דארף מען שרייבן מעשה שהווה, ווייל ס'מעשים בכל יום.

גדליה » מאנטאג יאנואר 7, 2019 4:09 pm

· #421398
אפשר אין בבל.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 7, 2019 4:34 pm

· #421405
Re: שלא עשני ליטוואק
מעשה באיש אחד, וואס איז אריין צו א ליטווישע ישיבה, און ער זעט א מענטש וואס מוטשעט זיך שטארק, מיט א פארקוועטשטן שטערן און אן אנגעצויגענעם מינע. פרעגט ער אים, "וואס שטערט דיר?"
"איך האב א רשב"א וואס איך פארשטיי נישט. איך מוטשע זיך און מאטער זיך, און איך טרעף נישט קיין וועג ארויס"

דער זעלבע מענטש גייט אין א כולל אין ווסמב"ג אדער מאנסי, און ער זעט א חסידישער יונגערמאן שטראלט פון שמחה.
"וואס איז דאס?"
"איך האב א קשיא אויף א רשב"א. יעצט איז מיין ספר מיט איין דף דיקער"

א ראש ישיבה איז אמאל אריין צו א ביהמ"ד אין א פרעמדן שטאט. ער האט געדאווענט אין ווינקל, אבער פונקט האט איינער פון זיין געוועזענע תלמידים אים באמערקט און ער האט געבעטן דער גבאי זאל אים מכבד זיין מיט אן עליה. דער גבאי האט געמוזט אפזאגען, ווייל איינער האט געהאט יארצייט יענער טאג. שטייט דארט א דריטע מענטש און ער ברומט אונטער די וואנזע, "דער ראש ישיבה קען נישט קומן אן א כיבוד?"

שוב מעשה, ווי א צוציק א יורש לבית טווערסקי\הגר\רוקח\טייטלבוים איז אריין אין ביהמ"ד אוף שחרית אין א פרעמדן ארט, מיט נאר פיר גבאים ווייל ער רוט זיך אפ. עס איז געווען ראש חדש, אבער ער האט נאר גענומן איין עליה, און ניטאמאל געכאפט הלל פאר זיך. די גבאים האבען מפליג געווען בגודל ענוותנותו, "זעסט דער שפלות הרוח פון רבי׳ן? ער מאכט גארנישט קיין טאראראם פון זיך"

אישתישבי » מאנטאג יאנואר 7, 2019 6:02 pm

· #421416
ליטוואק וו"ס שקד.

פיינעלי האט ליטוואק געטראפן א בעל פלוגתא. גוד לאק.

שקד » מאנטאג יאנואר 7, 2019 6:10 pm

· #421417
כ'גיי אריבער צו מיין שכן, א ליטוואק און כ'בעט עהם ער זאל מיר בארגן א פלעשל מילך.
איי.. זאגט דער ליטוואק - די מילך איז פון 'וויק' און ס'געהערט פאר'ן קטן וואס קען נישט מקנה זיין בתורת מתנה.. ממילא ס'איז א שיילע..

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 7, 2019 8:57 pm

· #421442
ליפא
דאס איז נישט אן עפיזאד ס'איז א וויץ פון א בדחן

ניין. ס'איז א מעשה שהיה. און איך וועלל דיר פארציילן א שענערע מעשה. מיין חבר האט עס מיר דערציילט. היות. מיט א 2 יאר צוריק האט ער אנגענומען א זומער דזשאב צו דרייוון א באס אין א זומער קעמפ פון א ליטווישע ישיבה. און אלס א טייל פון די קאנדישאנס (אויסער די ריזיגע געהאלט וואס זיי האבן ..."צוגעזאגט...") איז געווען אז ער קען עסן פון די קעמפ.!

זיצט ער זיך אזוי איין טאג אין די קעמפ לאנטש רום און עסט זיין פראנקפורטער מיט מאסטערד. קומט צו א חשוב'ער בחור אדער יונגערמאן. און ער פרעגט ביי איהם. אויב ער באלאנגט צו די ישיבה/קעמפ. מיין חבר. א שטיקל לץ האט געזעהן אז ס'איז דא סחורה. זאגט ער איהם אז ניין...ער איז פונקט דא אדורכגעפארן און ר'האט געזעהן אז מ'געט צו עסן. האט ער אפגעסטאפט...! זאגט איהם דער חשוב'ער בחור/ יונגערמאן אז...ס'איז א ש'עילעה פון געזעילעה...! עד כאן הסיפור...!

צפור בודד » דינסטאג יאנואר 8, 2019 12:55 pm

· #421510
אלעס שיינע דזאוקס נאר חסידים האבן טאקע א צוגאנג פון שלי שלך ושלך שלי, וואס די משנה זאגן איז אן עם הארץ.

אין דער חסיד'ישער ישיבה וואו איך האב געלערנט געדענק איך איז געווען א בחור וואס איז געקומען פון געיטסהעד און ער האט פארגליכנט ווי ביי אונז אז מ'לייגט אראפ א שטיקל מזונות ווערט עס באלד נעלם און דארט איז געווען א כללית'דיגע פרידזידער וואו מען האט זיך אויפגעשריבן דער נאמען און קיינעם איז נישט איינגעפאלן צו נעמען וואס געהער נישט זיינס.

חסידים זענען ווארעמער, מער וועלקאמינג און בעסער אויסגעקאכט (פאן אינטענדיד) אין הלכות אכילה נאר זיי האבן זיך אויך זייערע פראבלעמען.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 8, 2019 1:20 pm

· #421512
ציפור בודד: אבער דארט וואו ס'איז דא הונגעריגע אידן (או. קעי. שבת אחים. מענטשן. אזוי ווי אפריקאנער אמעריקאנער, היספאנישע, לאטינאס, אזיאטן און נאטיווע געבוירענע אמעריקאנער) דארף מען זיך נישט גריבלען אין הלכה'דיגע חקירות. נאר מ'געט קודם צו עסן פאר דעם הונגעריגן און נאכדעם קענמען זיך גריבלען און חקרנ'ען...!

דו האסט שוין אמאל געזעהן אז אין סאטמאר אדער פאפא אדער וויזשניץ אדער קלויזנבורג זאל מען זיך גריבלען און חקרנ'ען בשעת ס'קומט א הונגעריגער איד (יא. און אפילו א גוי) אויב ער מעג עפ"י הלכה עסן פון די שפייז וואס ס'ליגט דא אינדרויסן... אדער טרינקען די קאווע...!

איך מיין אז אין סדום זענען אויכעט געווען אזעלכע "תלמידי חכמים"... וועלכע האבן גע'חקר'ט און זיך געגריבלט אין די ר' חיים'ס און ר' שמעון שקאפס אויב דער "אורח"... קומט זיך צו עסן פון אונזער שפייז. ס'זענען געווען סברות לכאן ולכאן, און די מסקנא איז געווען אז ער מעג יא. נאר ביז די אלע פלפולים און ראיות און סברות און בירורים האבן זיך געענדיגט איז דער ארימאן נעבעך אויסגעגאנגען פאר הונגער...!

שקד » דינסטאג יאנואר 8, 2019 3:33 pm

· #421540
מ'זאגט נאך א ביישפיל פון עלטערע חסידים; ווען א יוד קומט צוגאסט אין שטאט, און ער דארף שוין גיין פון דא, און כאפן דעם באן וואס פארט יעדע ליאדע מינוט.
דער ליטוואק וועט עהם פרעגן; אפשר קען איך אייך מאכן א קאווע? ניין! זאגט דער גאסט, איך דארף לויפן כאפן דעם באן.. אפשר דאך.. ניין, איך מוז לויפן..
שוין, זאגט דער ליטוואק, איך האב פראבירט מיינס.
דער חסיד באמערקט ווי דער גאסט פאקט שוין פעק, כאפט ער דעם קעסל און ווארעמט אן א קאווע, און זאגט דעם גאסט; אט האט איר דא, איך מאך אייך א קאווע..
ניין! איך מוז לויפן כאפן דעם באן..
זאגט דער חסיד; גוט איך לויף מיט אייך מיט, און כ'וועל אייך ברענגן מזונות אויך ביז צום באן..

גראף » דינסטאג יאנואר 8, 2019 8:32 pm

· #421554
Re: שלא עשני ליטוואק
שוין נו. מיט לויפן צום באן מיט מזונות איז שוין אפשר ביטול תורה וואס שטייט העכער...

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 8, 2019 8:53 pm

· #421556
צפור בודד
אלעס שיינע דזאוקס נאר חסידים האבן טאקע א צוגאנג פון שלי שלך ושלך שלי, וואס די משנה זאגן איז אן עם הארץ.

אין דער חסיד'ישער ישיבה וואו איך האב געלערנט געדענק איך איז געווען א בחור וואס איז געקומען פון געיטסהעד און ער האט פארגליכנט ווי ביי אונז אז מ'לייגט אראפ א שטיקל מזונות ווערט עס באלד נעלם און דארט איז געווען א כללית'דיגע פרידזידער וואו מען האט זיך אויפגעשריבן דער נאמען און קיינעם איז נישט איינגעפאלן צו נעמען וואס געהער נישט זיינס.

חסידים זענען ווארעמער, מער וועלקאמינג און בעסער אויסגעקאכט (פאן אינטענדיד) אין הלכות אכילה נאר זיי האבן זיך אויך זייערע פראבלעמען.

ציפור בודד: דו האסט נישט געכאפט דעם ריכטיגן פשט אין די משנה אין מס' אבות. ווען די משנה זאגט אז אויב איינער האלט..."שלי, שלך. ושלך שלי"... איז ער אן עם הארץ. צוערשט איז דא 2 פשטים אין דעם ווארט ..."עם הארץ"...לויט איין פשט מיינט דאס אן עוורידזש מענטש.. אבער אפילו לויט די מיינונג אז עם הארץ מיינט א פראסטער מענטש, איז אויך דער פשט אז ווען איינער רעספעקטירט נישט זיין חבר'ס פרייוועסי. ד.מ. ער קען זיך אנרוקן צו זיין חבר'ס הויז און זיך נעמען באלבאטעווען כאילו ער איז ביי זיך אין שטוב. משא"כ ווען ס'קומט צו געבן עסן פאר הונגעריגע מענטשן. אדער ווען איינער האט בטעות גענומען א רעלאטיווע קלייניגקייט פון זיין חבר. הייסט ער נאכנישט קיין גנב אדער גזלן. און אזוי ווי מ'האט שוין געשמועסט איז דא א באשיינפערליכער קולטורעלער דיפערענץ צווישן די חסיד'יש ערצויגענע מענטשן מיט די ליטוויש'ע מענטשן. אז מ'איז נישט מקפיד אויב דער אורח טרינקט א קאווע אין ביהמ"ד. אדער ער עסט צוזאמען מיט דעם רעגולערן ציבור. וחילופיהן ב'ליטא...א מעגליכער לימוד זכות (לימיט זכות) קען זיין אז אין די ליטא האט געהערשט גרויס עניות. אדער איז עס א סטעיט אוו מיינד. ווארלד וויו. אדער אוטלאאק אן לייף... בכל אופן. די מידה פון נדבנות איז נישט פון וואס די משנה רעדט...!

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 8, 2019 9:08 pm

· #421558
מ'דארף קודם טייטשן דעם ווארט ליטוואק, ווען ראפשיצער רב האט געזאגט אז יעדע ליטוואק האט א צלם אין הארץ, האט ער געמיינט צו זאגן יעדער וואס גייט מיט א קנייטש? איך קען גענוג מענטשן מיט ברייטע הוטן וואס שטייען גארנישט הונטערשטעליג אין דעם פרט.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 8, 2019 9:33 pm

· #421560
רביה"ק זי"ע: ס'איז נישט דער קנייטש אויפ'ן הוט. נאר וואס מ'האט אין הארץ...!
נאר לגבי דעם ווערטל אז א יעדער ליטוואק האט א צלם אין הארץ. דאס ווערטל האט א המשך...וואס איך האב געהערט פון א ליטוואק... (ר' יצחק לערנער, ע"ה). אז אויב מ'וועט אויפשניידן א ליטוואק'ס הארץ וועט מען זעהן אז ער האט א צלם. און אויב מ'וועט נישט טרעפן קיין צלם...וועט זיין מיט איין ליטוואק ווינציגער...!

שקד » דינסטאג יאנואר 8, 2019 11:45 pm

· #421565
גראף
לויפן צום באן מיט מזונות איז ביטול תֵּעירע ...

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

חסיד פון ליטא » מיטוואך יאנואר 9, 2019 12:08 am

· #421569
Re: שלא עשני ליטוואק
berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: ס'איז נישט דער קנייטש אויפ'ן הוט. נאר וואס מ'האט אין הארץ...!
נאר לגבי דעם ווערטל אז א יעדער ליטוואק האט א צלם אין הארץ. דאס ווערטל האט א המשך...וואס איך האב געהערט פון א ליטוואק... (ר' יצחק לערנער, ע"ה). אז אויב מ'וועט אויפשניידן א ליטוואק'ס הארץ וועט מען זעהן אז ער האט א צלם. און אויב מ'וועט נישט טרעפן קיין צלם...וועט זיין מיט איין ליטוואק ווינציגער...!
דער פראזשיצער מגיד האט דאך שוין דערציילט אז ווען דער ראפשיצער איז ארויפגעקומען אויבן האבן אלע ליטאים אים אנטקעגן געקומען מיט שווערד און שפיזן, האט ער זיי געזאגט, אז איר האט נישט געכאפט דעם וויץ בין איך נישט שולדיג. וכונתו היתה, אז יעדער ליטוואק האט אויך א צלם אלוקים, איי מ'זעהט עס נישט, אויף דעם ארויף האט ער מסביר געווען אז ס'איז טאקע אין הארץ באתכסיא.

סקרן » מיטוואך יאנואר 9, 2019 10:12 am

· #421591
רביה''ק זי''ע
מ'דארף קודם טייטשן דעם ווארט ליטוואק, ווען ראפשיצער רב האט געזאגט אז יעדע ליטוואק האט א צלם אין הארץ, האט ער געמיינט צו זאגן יעדער וואס גייט מיט א קנייטש? איך קען גענוג מענטשן מיט ברייטע הוטן וואס שטייען גארנישט הונטערשטעליג אין דעם פרט.

די ליידאק וואס האט אויפגעמאכט די דזשאוק מיט יאהרן צוריק האט געוואוסט אז מ ען וועט עס נישט נאכזאגן אזוי נאריש איז עס האט ער עס תולה געווען אין סאטמאר רב ז'איז אריבער אסאך יאהר מיט די דזשאוק אויף סאטמאר רב'ס נאמען מיט'ן המשך וואס די בעל עגלה האט צוגעלייכט אבער מען האט געזעהן עס וועפט און ס'ארבעט שין נישט איז מען אריבער צום ראפשיצער רב ווער איז נעקסט קאצקער רבי? די רוזינער? אפשר גאר די דגל?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 9, 2019 10:17 am

· #421593
ס'גארנישט קיין דשאוק, ווען מ'זאגט עס ווען נישט נאך בשם ראפשיצער רב וואלט איך עס אליינס געזאגט.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יאנואר 11, 2019 1:33 am

· #421871
א איד קומט אריין אין שול, זעט ער א ליטוואק זיצט און זאגט תהילים מיט בכיות נוראות. זייענדיג נייגעריג וועלכע טרויעריגע קאפיטל תהילים ער זאגט דארט, בייגט ער זיך צו און זעט אז ער בוכהט אריין אויפ'ן פסוק "אם אסק שמים שם אתה ואציעה שאול הנך", אוי ווי ביטער און פינסטער איז אונז, מ'קען נישט אנטלויפן פון גאט, וואו דו זאלסט נאר נישט גיין וועט ער דיך אלץ כאפן.
גייט ער אריין אין א חסידישע שטיבל, און זעט א חסידישע איד טאנצט מיט אן אפענעם תהילים אין די הענט. זייענדיג גאר שטארק נייגעריג וועס ער זאגט דארט וואס מאכט אים אזוי פרייליך, גייט ער צו און זעט אז ער זאגט די זעלבע פסוק "אם אסק שמים שם אתה, ואציעה שאול הנך"! איי ווי געשמאק און זיס אז דער הייליגער באשעפער איז מיט מיר, אפילו אין גיהנם איז גאט אויך דארט...

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יאנואר 11, 2019 1:38 am

· #421872
א ליטווישע ראש ישיבה האט געפרעגט א שטארקע קשיא. פארוואס איז די הלכה אז א גוי קען ווערן א איד, אבער א איד קען נישט ווערן א גוי? ממה נפשך, אויב א גוי קען ווערן א איד, וואלט א איד אויך געדארפט קענען ווערן א גוי.

האט ער געענטפערט, זייער פשוט. גאט איז נישט קיין נאר, ער ווייסט גאנץ גוט אז אויב זאגט ער אז ווער ס'וויל קען ווערן א גוי קען ער פארמאכן דאס גאנצע געשעפט...

וואלווי » פרייטאג יאנואר 11, 2019 2:58 am

· #421877
רביה''ק זי''ע
א ליטווישע ראש ישיבה האט געפרעגט א שטארקע קשיא. פארוואס איז די הלכה אז א גוי קען ווערן א איד, אבער א איד קען נישט ווערן א גוי? ממה נפשך, אויב א גוי קען ווערן א איד, וואלט א איד אויך געדארפט קענען ווערן א גוי.

האט ער געענטפערט, זייער פשוט. גאט איז נישט קיין נאר, ער ווייסט גאנץ גוט אז אויב זאגט ער אז ווער ס'וויל קען ווערן א גוי קען ער פארמאכן דאס גאנצע געשעפט...


איי ער נעמט דאך אריין גרים? די פראבלעם איז ער וועט בלייבט מיט א ציבור וואס מיינען עס שוין צו ערענסט...

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יאנואר 11, 2019 12:32 pm

· #421929
פרעגט מיר א ליטוואק, פארוואס חסידים זענען נישט מחשיב תורה. עפן איך אים א נועם אלימלך, און איך ווייז אים אז א גרויסע פראצענט פונעם ספר רעדט ער פון די חשיבות פון תורה, מ'קען נאר צוקומען צו קדושה וטהרה דורך תורה, יראת שמים, אהבת השם, דבקות בהשם, אלעס קען מער נאר דורך תורה. "יא" - זאגט ער מיר - "חסידים לערנען תורה ווייל זיי ווילן זיין נאנט צום אויבערשטן, זיי זענען מחשיב דעם אויבערשטן, נישט די תורה..." ודפח"ח.

לייבעלע » פרייטאג יאנואר 11, 2019 3:10 pm

· #421941
C/P

ביי דער ליטוואק איז תורה א שפיל
און צו תפילה האט ער קיין געפיהל
ווען א שיעור כללי (אויף לא ילבש...) טוט ער זאגן
הערט עס זיך ווי איינער מיט א לויזן מאגן

דער פארביסענע ליטוואק
האט קיין געשמאק
אומער פויל און אומעטיג
קיינמאהל וואַך און טעטיג

ביי א קרומע סברא, נישט מיט גלייכן שכל
גיבט ער זיך א פאטש אין בייכל
פון פשטות איז ער גאהר ווייט
מיט קרומקייט פארברענגט די צייט

שמחה איז ביי אים פרעמד
ווי אין די ניין טעג די הויזן און העמד
פונעם טרויעריגער איכה ניגון
האט ער שטארק פארגעניגן

זיין משפחה גייט אויס פון הונגער
אבער ער דרייט נאך מיט׳ן פינגער
די ווייב האט קיין קלייד
און ער פארנומען מיט ישיבה׳שע רייד

ער מיינט אז ר׳איז א חרוץ
אבער גאנץ מעגליך, א וויסטע עם הארץ
כ׳פארבייס זיך די ליפן
ווען דער איז מסביר תורת חליפין

ר׳זוכט אין תוספות רבינו פרץ
צו א נארישע קשיא א תירוץ
וואלט ער טאקע געוועהן א גאון
וואלט ער געוואוסט אז ס׳הייבט זיך נישט אהן

פארנומען מיט לעיקוואוד האַק
ס׳איז נס לחו אהן א געשמאק
ווען ער רעדט פון וועלטליכע זאכן
קומט מיר ממש צו לאכן

די קאר פון א ישיבה מאן
דארף מער גערודער מאכן ווי דער באן
א קאר דרייווט ער א דזשעלאפע
פאר דזשי פי עס נוצט ער אן אלטן מאפע

פארן ליטוואק איז וויכטיג א שטעלע צו האבן
אפילו אויב ער דארף אן אנדערן באגראבן
מ׳מוז הענגן פלאקאטן בחוצות העיר
ווען אימער ער גייט זאגן א שיעור

מיטן ריזיגן יארמולקע אויפן שפיץ קאפ
און דער הוט אזוי גרויס ווי א קאמערשל טאפ
אין לעיקוואוד און בני ברק
מוזן זיי אלע גיין מיט א פראק

איפכא מסתברא איז ביי זיי גלייך

וואס ביי אונז לעכטיג אין הארץ
איז ביי זיי טונקל און שווארץ
וואס ביי אונז נישט ריכטיג
ווערט ביי זיי גאהר וויכטיג

דער ליטוואק איז אט דאס
כ׳ווייס נישט פארוואס
די גאנצע באנדע
ממש א שאנדע

נהורא נפישא » פרייטאג יאנואר 11, 2019 4:02 pm

· #421945
...
...
...

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש יאנואר 12, 2019 9:33 pm

· #421960
זאגט מיר איינער אמאל, פארוואס רופט מען זיי 'חסידי אומות העולם'? ווייל זיי פאלגן נישט קיין הלכה, הלכה היא בידוע שעשיו שונא ליעקב. גערעכט - זאג איך איהם - פייניגן מענטשן בשם הלכה איז טאקע איינס פון די זאכן וואס חסידים זענען נישט אויסגעצייכנט דערין.

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש יאנואר 12, 2019 9:40 pm

· #421961
ס'דא אסאך ווערטער פון ראפשיצער רב אויף ליטוואקעס:

א. יעדע ליטוואק האט א צלם אין הארץ, אז דו גלייבסט נישט שנייד איהם אויף. טרעפסטו יא, איז דאך גוט, אז נישט איז נאך א ליטוואק גע'פטר'ט.

ב. פרום איז די ראשי תיבות פון פיל רשעות ווייניג מצוות.

ג. ווען איך וועל ארויפקומען אויבן אין הימל איך וועל זען א נאר זיצן אויפ'ן העכסטן פלאץ אין גן עדן, וועל איך איהם זאגן, "א נאר ביזטו געווען, און א נאר וועסטו בלייבן, און איך בין דיר נישט מקנא אפילו מיט דיין שענסטן פלאץ אין גן עדן".

אדונינו » מוצ"ש יאנואר 12, 2019 10:26 pm

· #421962
רביה''ק זי''ע
ס'דא אסאך ווערטער פון ראפשיצער רב אויף ליטוואקעס:

א. יעדע ליטוואק האט א צלם אין הארץ, אז דו גלייבסט נישט שנייד איהם אויף. טרעפסטו יא, איז דאך גוט, אז נישט איז נאך א ליטוואק גע'פטר'ט.

ב. פרום איז די ראשי תיבות פון פיל רשעות ווייניג מצוות.

ג. ווען איך וועל ארויפקומען אויבן אין הימל איך וועל זען א נאר זיצן אויפ'ן העכסטן פלאץ אין גן עדן, וועל איך איהם זאגן, "א נאר ביזטו געווען, און א נאר וועסטו בלייבן, און איך בין דיר נישט מקנא אפילו מיט דיין שענסטן פלאץ אין גן עדן".


א. רעדט ער פון א ליטוואק

ג. רעדט ער פון א ליטוואק

ב. מהיכי תיתי ליטוואק?

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש יאנואר 12, 2019 10:31 pm

· #421963
מ'זאגט נאך פון איינער פון די סטאלין-קארלינע רביס, אז איינער וואס היט אפ גאנץ הלכות שבת בכל פרטיה ודקדוקיה, אבער ער ענדשויט נישט דעם שבת, וועט ער טאקע באקומען שכר, אבער ער וועט פילן אין גן עדן פונקט ווי א באנק. לויט ווי איך פארשטיי איז עס דער זעלבער געדאנק ווי דעם ראפשיצער רב'ס, דער נאר/ליטוואק היט טאקע אפ שטרענגערהייט אלע הלכות, אבער ער כאפט נישט וואס מ'וויל פון איהם.

שקד » מוצ"ש יאנואר 12, 2019 11:06 pm

· #421968
כ'האב געהערט א גוט'ס פון איינע פון די היינטיגע בדחנים;
פון וואו ווייסט מען אז המן איז דווקא נישט געווען קיין ליטוואק?
ווייל טאמער יא, וואלט מען עהם נישט געדארפט אויפהענגן אויף א בוים, נאר איינפאך עהם פארשעמען אז ער איז 'גארניט' און עהם זעצן אין די בעק.. און ער וועט זיך שוין אליינס הענגן..

חסיד פון ליטא » זונטאג יאנואר 13, 2019 9:36 am

· #421988
Re: שלא עשני ליטוואק
א ליטוואק איז אמאל צוגעגאנגען צו א חסיד און געשפעט פון חסידות און געפרעגט וואס האט דער חסיד מיטן לערנען חסידות מער פונעם מתנגד, האט דער חסיד געענטפערט אז אויב לערנט מען חסידות קען מען וויסן גענוי וואס דער צווייטער מענטש טראכט! האט אים דער ליטוואק געפרעגט, נו, לאמיך זעהן דו זאלסט מיר קענען זאגן וואס איך גיי יעצט טראכטן. האט דער חסיד מסכים געווען. ווען דער ליטוואק האט געענדיגט טראכטן האט ער געפרעגט דעם חסיד מיט אזא טריציג שמייכל, נו, וואס האב איך יעצט געטראכט? האט אים דער חסיד געענטפערט, איר האט געטראכט פונעם באשעפער! האט דער ליטוואק געזאגט מיט אזא ניצחון, ניין כ'האב נישט געטראכט פון גאט! האט אים דער חסיד געענטפערט, טאקע פארדעם דארף מען לערנען חסידות!