☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » די וואונדערליכע מרת מעיזעל

די וואונדערליכע מרת מעיזעל

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12846

קאווע קריטיק » זונטאג יאנואר 6, 2019 5:58 pm

· #421266
די וואונדערליכע מרת מעיזעל
אלס זעלבסט געקרוינטער ארט און קינא קריטיקער דא אויף קאווע שטיבל וויל איך הויך רעקאמענדירן די אמאזאן שוי "די מארוואלאס מרת מעיזעל".
די געשיכטע דערציילט די לעבנס ערפארונגען פון א אידישער יונגער פרוי אין וועסטסייד מאנהעטטען, אין די 1950'ער יארן.
די סקריפט, די כאראקטערן, די קליידונג, די פראפס, די הומאר, איז שניידענד און אטעמפארכאפנד. קיין וואונדער אז די שוי האט געווינען אייניגע עממי אווארדס.
אויב גלייכן מיר אלע א גוטע פילם אדער שוי איז ווי געשמאקער ווען עס דערגרייכט צו אונז אהיים און בארירט (עכ"פ עטוואס) דעם אידישן כאראקטער און לעבנסשטייגער.
די שוי איז אן אמאזאן אריגינעל און דאס צו קענען זען דארף מען זיין א פריים מעמבער, די אלע וואס האבן דאס שוין געוואטשט, אדרבה ואדרבה, קומט אריין מיט אייערע קאמענטארן.

יהושע חיים » מיטוואך יאנואר 9, 2019 8:39 pm

· #421734
Re: די וואונדערליכע מרת מעיזעל
איז עס אפשר דא צובאקומען אויף טעלעגרם? אויב יא א לינק ביטע

נעגעל וואסער » מיטוואך יאנואר 9, 2019 9:25 pm

· #421742
Re: די וואונדערליכע מרת מעיזעל
יהושע חיים
איז עס אפשר דא צובאקומען אויף טעלעגרם? אויב יא א לינק ביטע

<a class="postlink" href="https://telegram.me/joinchat/ACzuljvGFUjzJf4ambpzTA">https://telegram.me/joinchat/ACzuljvGFUjzJf4ambpzTA</a>

עס איז דארט, מאכט א סירטש.
אגב, איך האב נאר געזעהן די ערשטע פרק, און עס איז נישט געאייגנט פאר שובבי"ם.

הוגה » מיטוואך יאנואר 9, 2019 9:49 pm

· #421745
[ציטאט אראפגענומען]

Which episode? I don't remember it

גדליה » מיטוואך יאנואר 9, 2019 11:52 pm

· #421765
הוגה
[ציטאט אראפגענומען]

Which episode? I don't remember it

כמיין סאיז אין די קאנטרי עפיסאד

אישתישבי » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 7:28 am

· #421781
מען זאגט די ערשטע סעזאן איז נישט אזוי אידיש ווי דער צווייטער.

מונטסורי » זונטאג אפריל 16, 2023 11:24 am

· #521305
די פיפטע און ענדגילטיגע סעזאן האט זיך אנגעהויבען פארגאנגענעם פרייטאג, מסתמא לכבוד אסרו חג, דריי עפיזאדן זענען גלייך ארויף און יעדע וואך פרייטאג וועט ערשיינען א פרישע עפיזאד ביז די פיינעלי פרייטאג מאי 26.

איך בין מסופק אויב איך זאל מיטהאלטען זייער סקעדזשועל אדער ענדערש זיך איינהאלטען איצט בימי הספירה און בינדזשען ס׳גאנצע מעשה נאכן רבי׳נס באגלייטען.

https://www.amazon.com/Marvelous-Mrs-Maisel-Season/dp/B0B7F6XRGS