☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאמפיין "ללקק"

קאמפיין "ללקק"

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12841

גדליה » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 9:20 pm

· #421118
קאמפיין "ללקק"
טייערע אידען,
אזוי ווי כ'זעה אז די עולם מאכט ריזיגע קאמפיינען און ס'קומען אריין מיליאנען טריליאנען דאלארן.
האב איך געקלערט איך קען אויך מאכען א קאמפיין.
איך זוך אנצוקומען צו טויזענט לייקס ביז שבת קודש, אין א פארזיך צו באסטען מיין קאנפידענץ.
יעדער קען מנדב זיין וויפיל ליקס ער קען, איינער קען געבן פינעף איינער צען איינער פופצען, אפילו איין לייק איז אויך עפעס. איהר קענט לייקען די ארטיקעל און יוצא זיין אייער נדבה.
יעדער וואס איז מנדב גייט אריינגיין אין א גורל, ס'וועט זיין איין געווינער פון פופציג לייקס. צוזאמען מיט נאך צען קלענערע געווינער פון איין לייק.
אזוי ווי מיר נויטיגען זיך יעצט שטארק אין לייקס (וד"ל) בעטען מיר די עולם זאל זיך שיין צושטעלען.
וזאת למודעי, אונזערע קאמפיין ווערט נישט געמאכט מיט טריפהנ'ע ראבא קאלס וואס זענען מצער מענטשען, און מיט מסירת נפש וועלן מיר זיך פארמיידען פון טרעטן אויף די נערווען פון עם ישראל.

נעגעל וואסער » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 9:34 pm

· #421119
Re: קאמפיין "ללקק"
דיין קאמפיין וועט קיינמאל נישט געלונגען. עס האבן אין זיך די מעדזשיק ווארט "מעטישנג".

גדליה » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 9:42 pm

· #421120
נו נעגעל, המתחיל במצוה וכו'
אפשר נעמסטו אויף זיך מעטשינג פאנדס?

גדליה » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 10:12 pm

· #421125
ברוך ה' מיר רוקען זיך פאראויס, מיר ברויכען נאך קנאפע פופציג לייקס צו דערגרייכען די ענגילטיגע ציהל.
רבותי רבותי פליז פליז ברענגט נישט צו מיר זאלען מוזען זיך באנוצען מיט די טריפהנע ראבא קאלס, רופט אייך אן מיט ווארעמע נדבות.

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 10:31 pm

· #421132
אויב די געסט אויף דיין אינטערנעט קאמפיין, עלעך ארלעידיגן די ארונים זאלען ארויסגעבען א קידוש ה' בריעף לטובתך.

גר ותושב » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 10:38 pm

· #421136
Re: קאמפיין "ללקק"
אז מען בעט שיין באקומט מען.

איסר האטלקי » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 10:51 pm

· #421138
גדליה
נו נעגעל, המתחיל במצוה וכו'
אפשר נעמסטו אויף זיך מעטשינג פאנדס?

איך גיי איין אויף 'מעטשינג פאנדס'!

פאר יעדע לייק וואס מען געט פאר גדליה ביז שבת, זאל מען מעטשן מיט מיר און מיר אויך געבן איינס כנגדו.

עירלי בירד באונעס ראפעל: פאר יעדע לייק וואס מ'געט מיר ביז מארגן 10:00 צופרי, גייט מען אריין אין א ספעציעלן ערשמאליגן ראפעל, דער געווינער וועט באקומען דרייסיג אישי'ס פון מיר פערזענליך!

אישתישבי » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 10:54 pm

· #421141
על פי דקדוק וואלט מען געברויכט עס רופען לללק, נישט ללקק.

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 10:59 pm

· #421144
איסר האטלקי
גדליה
נו נעגעל, המתחיל במצוה וכו'
אפשר נעמסטו אויף זיך מעטשינג פאנדס?

איך גיי איין אויף 'מעטשינג פאנדס'!

פאר יעדע לייק וואס מען געט פאר גדליה ביז שבת, זאל מען מעטשן מיט מיר און מיר אויך געבן איינס כנגדו.

עירלי בירד באונעס ראפעל: פאר יעדע לייק וואס מ'געט מיר ביז מארגן 10:00 צופרי, גייט מען אריין אין א ספעציעלן ערשמאליגן ראפעל, דער געווינער וועט באקומען דרייסיג אישי'ס פון מיר פערזענליך!


ע"ד די מלמד אין חדר, איך וויל עס נישט ניצען אבער טאמער ס'פעלט אויס עמער דארפן דרוקען די נודניק קנעפל...

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 11:02 pm

· #421145
אישתישבי
על פי דקדוק וואלט מען געברויכט עס רופען לללק, נישט ללקק.


עכט וואלט געדארפט זיין "ללק" נאר ס'איז העברעאיש פאר א "לייקעלע" אזא. פונקט ווי קטנ'צ'יק כזה.

גדליה » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 11:31 pm

· #421150
א גרויסן יישר כח פאר אלע משתתפים
נאך קנאפע 34 לייקס צום יעד

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 11:58 pm

· #421153
Re: קאמפיין "ללקק"
גדליה
א גרויסן יישר כח פאר אלע משתתפים
נאך קנאפע 34 לייקס צום יעד
שרייב א פרישן אשכול,באקומסטו נאך איינס

גדליה » פרייטאג יאנואר 4, 2019 1:57 am

· #421156
אימגלויבליך! ישראל נתבעים ונותנים!
נאך קנאפע 22 אין מיר קומען אן צום יעד!

בן ישי » פרייטאג יאנואר 4, 2019 2:03 am

· #421157
וואס געשעהט אויב מ'קומט חס ושלום נישט אן צום ציל? אלעס גייט צוריק גיין?

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יאנואר 4, 2019 2:05 am

· #421159
Re: קאמפיין "ללקק"
גדליה
אימגלויבליך! ישראל נתבעים ונותנים!
נאך קנאפע 22 אין מיר קומען אן צום יעד!
גדלי' זיסער: אזוי ווי כ'האב שטארק הנאה פון דיינע ארטיקלעך, עלעך אפירזוכן טייל פון דיינע תגובות וואס כ'האב נאכנישט געלייקט, און עס לייקן, נאר ווייל כ'האב דיך ליעב, און מיט א פרייליכן געמיט וועסטו קענען עסן די טשולענט מיט ירושלמי'ר לאקשן קוגל שוין מארגן פאר טועמי'

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יאנואר 4, 2019 2:20 am

· #421160
Re: קאמפיין "ללקק"
גדלי': פליז געב מיר א חשבון וויפיל לייקס דו האלסט שוין, כ'ארבייט שוין אריין דא פאר כאטשיג צוואנציג מינוט און כ'באווארף דיר מיט לייקס לכאן ולכאן, און כ'מוז שוין גיין מיך צולייגן צו האבן כח פארן מארגענדיגן טאג.

בן ישי » פרייטאג יאנואר 4, 2019 2:41 am

· #421161
מ'קען שוין כמעט צולייגן די באנוס גאול

איסר האטלקי » פרייטאג יאנואר 4, 2019 5:50 am

· #421164
איך וויל אויך מאכן א קאמפיין, אבער כ'האב א גרינגערע וועג. פארוואס זאל איך משוגע מאכן גאנץ כלל ישראל פאר דעם?

איך מאך א געשעפט מיטן גאלדענעם לעקער (אדלער) דירעקט, פופציג פאר פופציג, האמער א געשעפט?

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 4, 2019 7:53 am

· #421166
מזל טוב! דער גאול איז געריעטשד געווארן!

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יאנואר 4, 2019 9:00 am

· #421167
Re: קאמפיין "ללקק"
איסר האטלקי
איך וויל אויך מאכן א קאמפיין, אבער כ'האב א גרינגערע וועג. פארוואס זאל איך משוגע מאכן גאנץ כלל ישראל פאר דעם?

איך מאך א געשעפט מיטן גאלדענעם לעקער (אדלער) דירעקט, פופציג פאר פופציג, האמער א געשעפט?
איסר'ל מיין ברידער, מ'האמיר א געשעפט![emoji3]

וואלווי » פרייטאג יאנואר 4, 2019 9:21 am

· #421170
@גדליה וואס טוט זיך מיט דעם גורל?

אפשר ווארט צו ביז נאך שבת אז דער געווינער פון אוסטראליע זאל אויך קענען מיטהאלטן..

חסיד פון ליטא » פרייטאג יאנואר 4, 2019 10:27 am

· #421173
Re: קאמפיין "ללקק"
[ציטאט אראפגענומען]
קענסט נאך אריינכאפן דעם באונעס גאול.

גדליה » פרייטאג יאנואר 4, 2019 3:22 pm

· #421179
ב"ה די קאמפיין איז געקרוינט געווארען מיט א געוואלדיגע סוקסעס.
א גרויסע דאנק פאר אלע משתתפים, ספעציעל פאר די גאלדענע אדלער פאר זיך אנשטרענגען סזאל אריינקומען די נויטיגע סכומים.
אונזער קאמפיין איז א קלארע באווייז אז ספעלט נישט אויס די טריפהנע ראבא קאללס און טשארידי לגיונות און אנדערע מרעין בישין אויפצוטרייבן שטיצע פאר א צוועק..
גלייכצייטיג וועלן מיר מודיע זיין אז מיר באגייען נישט דעם באקאנטן סקעם פון ארויפשטיפן די יעד באלד נאכדעם וואס מגרייכט עס. א ווארט איז א ווארט. דער יעד איז דערגרייכט געווארן. איך האלט ביי טויזענט לייקס ב"ה. מיין סעלף עסטים איז געוואקסן צו א אלל טיים היי. מיר גייען מקבל שבת זיין מיט א פרייליכע אין דערהויבענע געמיהט.
מוועט אויסראפלען די געווינסן נאך שבת אי"ה.
יעדער האט געווינען א מצוה, שטייצעך.
גוט שבת אלע מיינע גוטע פריינט. (און אלע לצים).

איסר האטלקי » מוצ"ש יאנואר 5, 2019 7:46 pm

· #421185
גדליה

גוט שבת אלע מיינע גוטע פריינט. (און אלע לצים).

די לצים זענען נישט קיין פריינט?

הוגה » זונטאג יאנואר 6, 2019 6:50 pm

· #421275
אויף קומענדיגע מאל איז ראטזאם צוצושטעלן א טעלעפאן נומער פאר מענטשן ווי מיר וואס זענען חושש אויף כח הפועל בנפעל און ווילן ענדערש אריינרופן זייערע לייקס ווי איידער נוצן דעם טמא'נעם אינטערנעט פאר אזא הייליגע צוועק.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יאנואר 6, 2019 8:57 pm

· #421287
Re: קאמפיין "ללקק"
גדלי' זיסער; איינע פון די סיבות פארוואס כ'האב אריינגעארבייט אין די שפעטע שעות פון ליל ששי, וואס דאן ברויך מען לערנען רצופות, (געדענקסט נאך די לאנגע שווערע אומבאטעמטע שובבי"ם ליל ששי נעכט אין ישיבה??) איז ווייל כ'בין געווען זיכער אז דו גייסט שרייבן נאכמער זאפטיגערע ארטיקלעך פאר די נעקסטע טויזענט לייקס, ניטאמאל האב איך געטראכט אז דו וועסט איינטוישן די טויזענט לייקס פאר מיילן און זיך אפפליען ערגעצוואו אין די ווארעמע טראפישע אינזלען פון די קאריביען אויף דאטשע.

תנחום » זונטאג יאנואר 6, 2019 9:59 pm

· #421292
יש ענין של תשלומין למי שפיספס ההזדמנות?

גדליה » מאנטאג יאנואר 7, 2019 12:45 pm

· #421353
דער גאלדענער אדלער
גדלי' זיסער; איינע פון די סיבות פארוואס כ'האב אריינגעארבייט אין די שפעטע שעות פון ליל ששי, וואס דאן ברויך מען לערנען רצופות, (געדענקסט נאך די לאנגע שווערע אומבאטעמטע שובבי"ם ליל ששי נעכט אין ישיבה??) איז ווייל כ'בין געווען זיכער אז דו גייסט שרייבן נאכמער זאפטיגערע ארטיקלעך פאר די נעקסטע טויזענט לייקס, ניטאמאל האב איך געטראכט אז דו וועסט איינטוישן די טויזענט לייקס פאר מיילן און זיך אפפליען ערגעצוואו אין די ווארעמע טראפישע אינזלען פון די קאריביען אויף דאטשע.

סארי, כ'בין פארנומען די לעצטע טעג מיט די שווערע גזירות אויף כלל ישראל (צווישען זיי די טרויערדיגע גזירה פון בזיעת אפיך תאכל לחם וואס שוועבט אויף כלל ישראל).
כ'האף אי"ה איינמאל זאכען סעטלען זיך וועל איך צוריק אריינקומען דא.