מעלות חברינו וואו מען באלאנגט נישט
31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12838
מעלות חברינו וואו מען באלאנגט נישט
אין פאליטיק איז דא א מנהג אז מ'פרעגט ביידע קאנדידאטן זאלן זאגן א מעלה וואס ער האלט פון זיין קעגנער פון די אנדערע פארטיי. ווילן בעטן דעם עולם צו שרייבן מעלות וואס זיי זען ביי אנדערע קהילות און הויפן וואס מזעט מעגליך נישט ביי די אייגענע בכלל אדער אויף דעם פארנעם. איר מוזט נישט שרייבן וואו איר באלאנגט יא.
איך באלאנג נישט אין באבוב, א מעלה וואס איך זע דארט אז מ'גייט אנגעטון זייער שיין מ'איז מקפיד אויף דעם ת''ח רביב על בגדו.
באלאנג נישט אין בעלז. בעלז אינגעלייט האבן א געוויסע איידלקייט וואס מ'זעט נישט ערגעץ אנדערש אויף אזא פראצענט.
נישט קיין וויזניצער. זיי זענען באשאנקען מיט תמימות און ווארימקייט.
איך באלאנג נישט אין באיאן.
זייער רבי גייט א נעקטיי.
מאכסט חוזק פון מיר? אדער איז נעקטיי א מעלה?
שוין, איז נישט.
גדליה עס איז א שיינע איידיע, פליז הארגע נישט אוועק די אשכול אויך, בתודה למפרע
סמבטיוןגדליה עס איז א שיינע איידיע, פליז הארגע נישט אוועק די אשכול אויך, בתודה למפרע
הער שוין אויף מיט די נעגאטיוויטי, כ'ברענג ארויס ערענסטע נקודות. כ'שרייב עס אביסעל יומאריסטיש. לאך אביסעל.
Re: מעלות חברינו וואו מען באלאנגט נישט
איך באלאנג נישט אין מחנובקה, זייער רבי איז אן איש מורם מעם ואיש אמת.
גדליהאיך באלאנג נישט אין באיאן.
זייער רבי גייט א נעקטיי.
גדליה: טאמער באלאנגסט דו אין טשארטקוב, סאדיגורא,הוסיאטין. אדער סיי וועלכע אנדערע חלק פון די ריזשינער גזע, קענסטו אויכעט אנטון א נעקטיי. יא נאך א זאך. דו מוזסט גיין מיט דעם פאני, שפיציגן שטריימל...!
אדער קענסטו זיין א סטאלין-לויצקער רבי און גיין מיט א שניפסל מיט א נארמאלע שטריימל.
רביה"ק זי"ע: ניין. לכאורה נישט. ווייל אויב ער וועט גיין א ווייסע העמד, א שווארצע בעקישע און א שווארצע שניפסל. הנקרא בוי טיי. וועט מען נאך מיינען אז ער איז איינער פון די ספאנישע אדער רוסישע וועיטערס. הנקרא קעלנערס. או מעססערא...!
איך בין נישט קיין אהרוני, און ר' אהרון איז א תלמיד חכם. איך בין נישט קיין זאלוני, און רז"ל איז א בעל מדות.
און ביידע סאטמארע חסידים זענען אגרעסיווע געלט פארדינער, און האבן גאטס ווי טראמפ.
און באבוב 48 קען שיין זינגען, און ציט ארויס מער געלט פין איין גביר ווי אלע רבי'ס.
איך באלאנג נישט אין פאניוועז', זיי געבן ארויס (אדער: נעמען אריין ?) באמבעדיגע עילויים
איך בין נישט א סקווירא, אבער די חכמה פין רבי'ן איז שלא מעלמא הדין.
berlbalagulehגדליהאיך באלאנג נישט אין באיאן.
זייער רבי גייט א נעקטיי.
גדליה: טאמער באלאנגסט דו אין טשארטקוב, סאדיגורא,הוסיאטין. אדער סיי וועלכע אנדערע חלק פון די ריזשינער גזע, קענסטו אויכעט אנטון א נעקטיי. יא נאך א זאך. דו מוזסט גיין מיט דעם פאני, שפיציגן שטריימל...!
אויב באלאנגסטו אין פאשקאן דאן קענסטו אויך גיין מיט א בלויע העמד אין א געשטריקטע קאפל
אישתישביאיך בין נישט א סקווירא, אבער די חכמה פין רבי'ן איז שלא מעלמא הדין.
טאקע שלא מעלמא הדין און נאך א מזל פאר די עלמא הדינ'ניקעס.
Re: מעלות חברינו וואו מען באלאנגט נישט
איך בין נישט קיין טאליבאנער אבער זייער אמונה תמימה און די שטארקייט פאר מסורה איז מבהיל'דיג!
איך בין נישט א ליובאוויטשער אבער זייער הסתפקות במיעוט איז זיך אפצולערנען. דער געיעג נאך געלט און דערנאך עס אויסגעבן אויף משוגע'נע אופנים ווי עס גייט פאר אלגעמיין ביי כמעט אלע חסידים זעט נישט אויס צו עגזיסטירן ביי זיי.
איך בין נישט קיין גוי אבער... לא תחנם.
איך בין נישט קיין באבובער, אבער דאס באלאנס, און נישט עקסטרעם כמעט און קיין איין זאך, געפעלט מיר זייער!
איך בין נישט קיין
הר המור'ר, אבער זייער ליבשאפט צום אייבערשטען אין די ליבשאפט פונעם
רביןצו יעדן איד איז עפעס אוט אף זיס ווארלד!
איך בין נישט קיין
איתרי'ער אבער זייער איידעלקייט איז עפעס אויסערגעווענליך און די גראדקייט פון די דרך הלימוד פון זייער גרויסע רבין'
הגה"ק רבי שלמה פישער שליט"א אין דוגמתו כלל!
כ'בין נישט קיין דושינסקיא חסיד אבער דער רבי איז אן איש אמת
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.........
איך בין נישט קיין פרוי, אבער זיי זענען שיינע פיינע איידעלע באשעפענישן וואס דער אויבישטער האט געלייגט אין זיין וועלט.
אויסער געווענדליךאיידעלע באשעפענישן
אמאל געווען
איך בין נישט קיין קנאי, אבער די "ויהי מלעיבים במלאכי אלקים" לעצטענס דא אין שטיבל, איז ממש צו-ברעכן.
איך בין נישט יעצט און קיינמאל געווען און קיינמאל זיין א או טי די. אבער די דרייסטקייט פון א פראמינענטע רייכע או טי די צו מאכן א פרישע 180 דעגרי טוירן, שוין נאכן גיין פאבליק אויף מידיע אלץ או טי די. איז ממש צום באוואונדערן.
קרלין סטאלין. תפילותיהם בוקעות רקיעים.
איך בין נישט קיין בעלזער, אבער די שטארקקייט מיט וואס זיי נעמען זיך אן פאר זייער פארטיי/רב איז ממש צום באוואונדערן.
עיין ערך גזירת הסמארטפאון.
איך בין נישט קיין אמונת ישראל חסיד, אבער די גימטריאות פון הרב וואלפסון זענען להפליא.
איך בין נישט די חפץ חיים אבער איך בין שטאלץ פון אים אז זיין זון האט געהאט א phd
יאסל ראקאוועראיך בין נישט די חפץ חיים אבער איך בין שטאלץ פון אים אז זיין זון האט געהאט א phd
איך בין נישט דער חפץ חיים...
איך בין נישט דער משנה ברורה...
ביסט אפשר אבסעסד דא מיט עפעס?