☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הרבני החסיד מו"ה בערל ראזענפעלד ע"ה מנכ"ל וויזניץ מאנסי וראש

הרבני החסיד מו"ה בערל ראזענפעלד ע"ה מנכ"ל וויזניץ מאנסי וראש

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12824

ימים ידברו » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 11:24 am

· #420516
הרבני החסיד מו"ה בערל ראזענפעלד ע"ה מנכ"ל וויזניץ מאנסי וראש
אוי אבידה גדולה לעיר מאנסי לחסידות וויזניץ א איידעלער איד! א נאבעלער מענטש! ענוותן ושפל ברך!

לך לך » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 11:32 am

· #420517
מעיאר פון כתר ווילעדטש

ימים ידברו » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 11:46 am

· #420520
הרב החסיד רבי בערל ז"ל בן הרב אלימלך ז"ל מוותיקי חסידי וויזניץ מעיר חיסט, חתן הרב שלמה ניימאן ראש חסידי וויזניץ בניו יארק, הרב בערל איז געווען איין שטיק מיט זיין ווארעם הארץ, מבית אבותיו, חסיד נלהב ועבד נאמן לרבינו האור האמת זי"ע ועומד לימינו זייענדיג דער ראש העיר פון כתר ווילדיזש מיום היווסדה, זייענדיג מנהל המוסדות, אנטלאפען פון שקר און גניבה זייענדיג בראש מוסדות וויזניץ מיט אירע טויזענטע תלמידים ותלמידות, זייענדיג געטריי פאר די מחנכים ומחנכות זיך פירענדיג מיט יושר און צדק! א מוסטער פון א מנהל המוסד! ובאמת האט ער אנגעהויבען זיין קאריר זיינדיג די מנהל רוחני, און פון דארט צו זיין מנהל כללי! ועוד חזון למועד

שמערל » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 12:11 pm

· #420523
אוי וועי! מי יתן לנו תמורתו!

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 1, 2019 5:13 am

· #420731
<a class="postlink" href="https://www.lohud.com/story/news/local/rockland/kaser/2018/12/31/bernard-rosenfeld-kasers-only-mayor-its-history-dies/2449115002/">https://www.lohud.com/story/news/local/ ... 449115002/</a>

שבת אחים » פרייטאג יאנואר 4, 2019 5:20 am

· #421162
ר׳ בערל ראזענפעלד ז״ל איז געוועהן א זוהן פון הרה״ח ר׳ אלימלך ז״ל וואס איז געוועהן איינע פון די זוהן פון דעם באקאנטן עסקן און באוואוסטער וויזניצער חסיד הרבני הנגיד המפואר ר׳ משה ראזענפעלד- באקאנט אלץ ר׳ משה טעטשער ז״ל ראה״ק אין חוסט

רבי משה טעטשער מיט זיינע קינדער זענען געוועהן וואלד/האלץ סוחרים. ר׳ משה איז געוועהן פון די גרעסטע עסקנים אין די גאנצע אומגעגענט, ער האט באזארגט אז אידן זאלן האבן מצה אויף פסח און אתרוגים אויף סוכות, ער האט געשיקט חלה, וויין, און פיש פאר טויזנטער ארימע אידן אין די גאנצע געגענט, ער האט געהאלפן און געשדלט ביי די שטאטישע באאמטע און הויכע פענסטערס לטובות אסאך אידן. ער האט געהאלפן פיל אידן זיך ארויסדרייען פון מילטער.

ר׳ משה טעטשער איז געוועהן א פייערדיגע חסיד פונעם סב״ק דער אהבת ישראל און איז געוועהן שטארק מקושר
צום סב״ק און פון די נאנטע מענטשען.

דריי זוהן פון ר׳ משה טעטשער האבן איבערגעלעבט די קריג

הרה״ח ר׳ חיים שמואל- וויליאמסבורג
(טאטע פון הרה״ח ר׳ יעקל ראזענפעלד שליט״א לאיו״ט- לאנג יעריגער משב״ק האור האמת מוויזניץ-מאנסי זצ״ל)

הרה״ח ר׳ אלימלך- וויליאמסבורג (טאטע פונעם נפטר ר׳ בערל)

הרה״ח ר׳ נפתלי- בארא פארק
(האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער)

יהא זכרו ברוך


די ראזענפעלד ברודער
פון רעכטס צו לינקס ר׳ אלימלך, ר׳ נפתלי, ר׳ חיים שמואל



א בילד פון ר׳ משה אינאיינעם מיטן אהבת ישראל אויף א וואגן, ווען דער אהבת ישראל האט באזוכט אין חוסט אין יאר תרצ״א/1931 למספרם.