☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » רמזים אויף שנת 2019

רמזים אויף שנת 2019

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12811

גדליה » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 10:19 am

· #419986
רמזים אויף שנת 2019
ס'איז ידוע וואס שטייט פון הייליגען אפטער רב זי"ע אז ער פלעגט ווינטשען א ניי יאר ווען ס'איז געקומען די גוי'אישע ניו יעיר. זעהט מען דאך אז ס'איז נישט קיין פשוט'ע זאך א גויאישע יאר
אשר על כן האב איך געקלערט צאמצוקלויבען דא פארשידענע רמזים אויף שנת 2019 און בזכות זה וועלן מיר זוכה זיין ס'זאל קומען א זיס לעכטיג יאר אויף אלע יודישע אין גויאישע קינדער.
וזה החלי
2019 איז בגימטריא:
1) וְאֵת פַּרְשַׁנְדָּתָא וְאֵת דַּלְפוֹן
2) שֹׁמְרִים מִשְׁמֶרֶת הַמִּקְדָּשׁ
3) פַּעַם בַּחוּץ פַּעַם בָּרְחֹבוֹת, וְאֵצֶל כָּל פִּנָּה תֶאֱרֹב
4) לַחְצֹב לָהֶם בֹּארוֹת בֹּארֹת נִשְׁבָּרִים
5) בָּרְכִי נַפְשִׁי אֶת יְה-וָה, וְאַל תִּשְׁכְּחִי כָּל גְּמוּלָיו

גדליה » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 10:55 am

· #419996
טא טאוזענד ניינטין איז ראשי תיבות:
תהא טוב נצח

איסר האטלקי » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 10:57 am

· #419998
להסתופף תחת כנפי השכינה

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 11:32 am

· #420001
פארוואס נישט ברענגן די אנדערע פון דארט ווי דו האסט געטראפן די ערשטע?

למשל
וּֽבָטַחְתָּ כִּי־יֵ֣שׁ תִּקְוָ֑ה וְ֝חָפַרְתָּ֗ לָבֶ֥טַח

גדליה » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 1:40 pm

· #420029
גארנישט פארשטייען זיי נישט די ליטוואקעס. גארנישט.

יין שרף » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 2:37 pm

· #420039
ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס נישט ברענגן די אנדערע פון דארט ווי דו האסט געטראפן די ערשטע?

למשל
וּֽבָטַחְתָּ כִּי־יֵ֣שׁ תִּקְוָ֑ה וְ֝חָפַרְתָּ֗ לָבֶ֥טַח

א גמטריה וואס רב פתחיה איז ניט מגלה, איז לכאורא פון די קליפות.. ממילא ברענגט ער נאר די וועריפיייד סחורה