☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » טיעפע הומאר

טיעפע הומאר

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12805

חסיד פון ליטא » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 9:50 pm

· #419728
טיעפע הומאר
ברוך אשר לא השבית לנו גואל, אז מ'לעבט דערלעבט מען - זאגט די וועלט.
ס'איז יעדער עדות צום פארשלאפענקייט וואס האט געהערשט דא אין שטיבל די לעצטיגע תקופות, א פארשלאפענקייט פון שעפערישקייט, א פארשלאפענקייט פון חכמה ופקחות עד שבא גדליה והעמידו על אחת.
מיט זיין טיעפע הומאר האט ער באוויזען צו ערוועקן די שלאפענדע, די ניקים לא נודעו למי האבן אנגעפאנגען צו מגלה זיין טפחיים, די אלטע בערן האבן זיך געיונגערט אין פריידן, עס שיינט א נייעם ליכטל אין שטיבל, עס איז צום ערווארטן אז די איבעריגע לייבן זאלן זיך נעמען ברומען בקול רמה, און די שטיבל זאל גענצליך צוריקזעהן איר אמאליגן גלאנץ.
ברם זכור אותו האיש לטוב וגדליה שמו, לאמיר אים דא באגריסן אויף זיינע וואונדערליכע ארבייט שהראו פירות, נוצר גפן ישתה יינה, און אים דערלאנגען א מחיית כפים.

יין שרף » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 10:09 pm

· #419736

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 10:17 pm

· #419737
במקום שאין איש, איז הומאר אויך א פיש...

גדליה » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 11:45 pm

· #419746
כדי מ'זאל מיך נישט אנקלאגען אין בית דין של מעלה וויל איך דא מאכען א דיסקלעימער אז ס'האט גארנישט מיט מיך ס'איז אלץ אין זכות פון ר' פרחיה זלע"ה
החותם בצער ובתמהון לבב
פרחיה זלע"ה

cictim » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 3:51 am

· #419757
אזוי ווי האסטיך מורא'דיג געשעמט אין חיידר מיט דיין נאמען "גדליה" און דיין טעראפיסט האט מייעץ געווען "טא מעיק די בעסט אוט אוו איט" ויצץ ציץ ופרח "פרחיה" ויצא העגל הזה, פונקט ווי די פאזיטיוו מחשבות וואס הנ"ל האט מגלה געווען ויצא לפועל רק בחלום ובשעה שבני אדם ישנים על מיטתם ואנחנו מנדדים שינה מעינינו, על כן רופן מיר אויס בשם כל הקהל החלום הזה:
this was a joke that carried on to long