☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » געגנבטע ספר תורה פין תשנ"ה איז צוריקגעקומען

געגנבטע ספר תורה פין תשנ"ה איז צוריקגעקומען

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12800

אדמור מקרייניץ זצל » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 7:46 am

· #419589
געגנבטע ספר תורה פין תשנ"ה איז צוריקגעקומען
דעם מוצאי שבת איז פארגעקומען א מעמד הכנסת ספר תורה צום בית המדרש בית וועד לבחורי מכנובקא בעלזא אין ירושלים
דעם ספר תורה האט שוין געהאט אמאל א הכנסס"ת בשנת תשנ"ה אין די בראשית מכנובקא יארן
דעמאלטס איז עס צושטערט געווארן און עס האט זיך געענדיגט מיט עטליכע יודן אין שפיטאל און די ס"ת געגנבט.
ביי די שלום אפמאך צווישן בעלזא און מכנובקא איז צוריק געגעבן געווארן די ס"ת.

אויב איינער ווייסט אדער דעדענקט עפעס מער פרטים פין די פארווייטאגטע פרשה פליז ארויפקומען

איסר האטלקי » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 8:00 am

· #419593
רגע שיא במאבק היצרי בין שתי החסידויות נרשם ב-1994. חסידות מכנובקא "הרימה ראש", פתחה בית מדרש חדש בירושלים ובבעלזא היריבה ראו בכך הכרזת מלחמה. "במודעות שהתפרסמו לקראת אירוע הכנסת ספר תורה במעמד פתיחת המקום בירושלים", נזכר אחד מחסידי מכנובקא, "השתמשנו בשמה של חסידות בעלזא. האירוע היה אמור להתקיים במוצאי שבת, אלא שבתחילתו הגיעו בהפתעה קבוצה של 300-400 בחורים מבעלזא שפוצצו לנו את האירוע. הם נקטו באלימות קשה, התפתחה קטטה שהסתיימה בפצועים והאירוע חרב".

איסר האטלקי » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 8:01 am

· #419594
כפי זכרוני איז דער מחנובקער רבי אליין אויך געשעדיגט געווארן אין יענע קריסטאל נאכט.

אדמור מקרייניץ זצל » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 4:57 pm

· #419685
דאכט זיך מיר אז ער האט נאך אנגעיאגט צו כאפן פליטה מיט די פארוואונדעטע קאר

גדליה » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 5:03 pm

· #419687
אה א געשמאק שטיקעל לשון הרע... איינער קען אריינקומען קלארער? וועלכע ספר תורה ווער איז גווען אין שפיטאל וועלכע שפיטאל וויפיל ביינער.
רעדטס רבותי

שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 8:41 pm

· #419716
עפעס איז געווען דעמאלטס אז די משגיח אין בעלזע ישיבה האט געדרש'נט פאר די בחורים אז כבוד בית בעלז איז מער ווי כבוד התורה.
איך מיין אז בעלז מחנובקה האט דעמאלטס געריפן בעלז צו די תורה ביי עדה"ח און פארשטייט זיך זיי זענען נישט געקומען איז ארויסגעקומען א מכתב מחאה פון ר' משה ארי'. עפעס האלבע זאכן געדענק איך

אדמור מקרייניץ זצל » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 8:11 am

· #419766
פנים חדשות בשעתו
📎 331-1 (1).jpg