☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?

ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12794

חסיד פון ליטא » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 7:26 pm

· #419454
ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
בינעך לעצטענס אדורכגעגאנגען א קופקע אין סמעדריש, הער איך ווי דער קופקע פירער שפרעכט מיט באק ציינער ובתוך דבריו; 'יעדע נארמאלע מענטש (פרומע איד) וויל האבן ערליכע תמימות'דיגע קינדער'.

ס'איז מיר אדורך א סקרוך אין די ביינער, ס'הייסט איך בין אפיציעל פון די נישט נארמאלע, ווייל ביי מיר איז די גרעסטע נחת צו זעהן ווי מיין קינד אנטוויקלט זיין אייגענעם טעם אין זאכן וואס איך בין לאו דוקא געצויגן דערצו, לדוגמא, א מוזיק סטייל וואס שמעקט מיר אביסל צעלאזט, א טשעלענדשינג שאלה וכדומה. דאס איז ביי מיר א סימן אז דאס קינד ווערט ערוואקסן און טאנצט נישט נאך דעם שטראם בלינדערהייט.

וואס האלט דער עולם?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 7:42 pm

· #419456
"זו היתה אפוא מטרת טקסי הקודש: שלא יעשו הבריות דבר לפי החלטתם הם אלא הכל יעשו במצוות זולתם, ויודו בכל מעשיהם ומחשבותיהם שאינם עומדים כלל וכלל ברשות עצמם אלא תלויים לגמרי ברשות זולתם." - ברוך שפינוזה

קומזיץ » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 8:26 pm

· #419462
זיי מיינען די פסוק תמים תהי' עם ה' אלקיך

אישתישבי » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 12:42 am

· #419469
נעה, זיי מיינען דער פסוק זכר תמים יקריבנו.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 12:57 am

· #419470
פרה אדומה תמימה...

טרויבן88 » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:35 am

· #419567
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
חסיד פון ליטא
בינעך לעצטענס אדורכגעגאנגען א קופקע אין סמעדריש, הער איך ווי דער קופקע פירער שפרעכט מיט באק ציינער ובתוך דבריו; 'יעדע נארמאלע מענטש (פרומע איד) וויל האבן ערליכע תמימות'דיגע קינדער'.

ס'איז מיר אדורך א סקרוך אין די ביינער, ס'הייסט איך בין אפיציעל פון די נישט נארמאלע, ווייל ביי מיר איז די גרעסטע נחת צו זעהן ווי מיין קינד אנטוויקלט זיין אייגענעם טעם אין זאכן וואס איך בין לאו דוקא געצויגן דערצו, לדוגמא, א מוזיק סטייל וואס שמעקט מיר אביסל צעלאזט, א טשעלענדשינג שאלה וכדומה. דאס איז ביי מיר א סימן אז דאס קינד ווערט ערוואקסן און טאנצט נישט נאך דעם שטראם בלינדערהייט.

וואס האלט דער עולם?
תמימותדיגע אינגעלייט ווילן האבן תמימותדיגע קינדער, וואסע זוי אינטערעסאנט...

עס איז א געוויסע קאנטראל פריק מיינדסעט פון נישט לאזן זאכן אויסשפילן פון זיך אליינס

גדליה » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:40 am

· #419568
ווילט איר האבען ערליכע קינדער?
ווילט איר האבען תמימות'דיגע קינדער?
ווילט איר האבען שיינע קינדער?

מאכט זיכער איהר וועלט אויס די ריכטיגע ספערם

וואלווי » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:44 am

· #419570
גדליה
ווילט איר האבען ערליכע קינדער?
ווילט איר האבען תמימות'דיגע קינדער?
ווילט איר האבען שיינע קינדער?

מאכט זיכער איהר וועלט אויס די ריכטיגע ספערם

כ'וואלט ציגעלייגט אויך "די ריכטיגע גראז", (ובפרט במוצ"ש ) נאר בדרך כלל העלפט עס נישט...

אישתישבי » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 8:55 am

· #419601
גראדע דא ווערט געברענגט אז איינער האט געוואלט דוקא קינדער וואס ענדיגן ש"ס ביי די פינף און צוואנציג.

Buddy » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 12:22 pm

· #419626
צו באמערקן:

אויף די רעזומעי פון הגה"צ רבי מיכאל בן ארי שליט"א איז געמעלדעט אז ער טוט העלפן ראטעווען די תוצאה פון אווערדאז פון תמימות:

כלכלה ורווחה:

יש מי שמאשים אותנו שאנו לא עוסקים בנושאים הללו. בכנסת עסקתי בזה בלי סוף. נושא פגיעות מיניות בילדי הציבור החרדי שהם מאוד מאוד תמימים ונפגעים, נושא ההתאבדויות בצבא שהוא נושא כאוב שעסקנו בו כמה וכמה פעמים. הצעת החוק הראשונה שלי בכנסת היתה בנושא של מפעל ענק בצפון שנסגר ומאות עובדים נשארו ללא פרנסה.

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 5:29 pm

· #419693
פארוואס דען מיינסטו וויל די רע-בנים אז אונזערע קינדער זאלן זיין תמימות'דיג? נעקסטע מאל דו זעסט איינעם רעדן וועגן תמימות, זאלסטו גלייך רופן ר' נחום'ען...

הקטן » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 11:04 pm

· #419741
חסיד פון ליטא
בינעך לעצטענס אדורכגעגאנגען א קופקע אין סמעדריש, הער איך ווי דער קופקע פירער שפרעכט מיט באק ציינער ובתוך דבריו; 'יעדע נארמאלע מענטש (פרומע איד) וויל האבן ערליכע תמימות'דיגע קינדער'.

ס'איז מיר אדורך א סקרוך אין די ביינער, ס'הייסט איך בין אפיציעל פון די נישט נארמאלע, ווייל ביי מיר איז די גרעסטע נחת צו זעהן ווי מיין קינד אנטוויקלט זיין אייגענעם טעם אין זאכן וואס איך בין לאו דוקא געצויגן דערצו, לדוגמא, א מוזיק סטייל וואס שמעקט מיר אביסל צעלאזט, א טשעלענדשינג שאלה וכדומה. דאס איז ביי מיר א סימן אז דאס קינד ווערט ערוואקסן און טאנצט נישט נאך דעם שטראם בלינדערהייט.
וואס האלט דער עולם?

נישט דא אין דעם א כלל, ווענד זיך א יעדער און וואס ער זעט די חשובסטע זאך, די אידיאל, און לעבן.

ס'דא עלטערן וואס ווילן זייער קינדער זאלן דוקא ווערן דאקטוירים אדער לויערס, און דאס איז זייער גרעסטע נחת
דערנאך איז דא עלטערן וואס זאגן וואס גייט דאס מיך אן, זאל ער ווערן א גענגסטער, אויב ער וויל, זיי האבן א די גרעסטע נחת צו זעהן ווי זייער קינד אנטוויקלט זיין אייגענעם טעם אין זאכן.

בשםואין » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 11:21 pm

· #419743
יעדער שטרעבט דאך אז משיח'ס פינגער זאל זיין געוואנדן אין די דירעקציע פון זיינע קינדער און אייניקלעך...

...דארט אויף דעם קליינעם הייפעלע פון יא.

חסיד פון ליטא » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 12:19 am

· #419748
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
הקטן
חסיד פון ליטא
בינעך לעצטענס אדורכגעגאנגען א קופקע אין סמעדריש, הער איך ווי דער קופקע פירער שפרעכט מיט באק ציינער ובתוך דבריו; 'יעדע נארמאלע מענטש (פרומע איד) וויל האבן ערליכע תמימות'דיגע קינדער'.

ס'איז מיר אדורך א סקרוך אין די ביינער, ס'הייסט איך בין אפיציעל פון די נישט נארמאלע, ווייל ביי מיר איז די גרעסטע נחת צו זעהן ווי מיין קינד אנטוויקלט זיין אייגענעם טעם אין זאכן וואס איך בין לאו דוקא געצויגן דערצו, לדוגמא, א מוזיק סטייל וואס שמעקט מיר אביסל צעלאזט, א טשעלענדשינג שאלה וכדומה. דאס איז ביי מיר א סימן אז דאס קינד ווערט ערוואקסן און טאנצט נישט נאך דעם שטראם בלינדערהייט.
וואס האלט דער עולם?

נישט דא אין דעם א כלל, ווענד זיך א יעדער און וואס ער זעט די חשובסטע זאך, די אידיאל, און לעבן.

ס'דא עלטערן וואס ווילן זייער קינדער זאלן דוקא ווערן דאקטוירים אדער לויערס, און דאס איז זייער גרעסטע נחת
דערנאך איז דא עלטערן וואס זאגן וואס גייט דאס מיך אן, זאל ער ווערן א גענגסטער, אויב ער וויל, זיי האבן א די גרעסטע נחת צו זעהן ווי זייער קינד אנטוויקלט זיין אייגענעם טעם אין זאכן.
די שאלה איז פארוואס איינער וויל זיינע קינדער זאלן זיין דאקטורים און לויער'ס, אויב ווייל אזוי וועט עס באפרידיגן זיין עגו און משפחה סטאנדארט אין לך מושחת גדול מזה, ס'הייסט ער פאשקלאפט די קינדער צו דינען זיינע אינטערעסן.
טאמער וויל ער אזוי ווייל ער האלט אז דאס וועט מאכן דעם קינד פרייליך און פילן סיפוק, דאן קען מען אים אויפקלערן שיינערהייט אז ווען דאס קינד וועט טוהן במקום שלבו חפץ מיט דיינע שטיצע וועט ער סך מער הנאה האבן.

שלום על ישראל » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 8:50 am

· #419770
חסיד פון ליטא
די שאלה איז פארוואס איינער וויל זיינע קינדער זאלן זיין דאקטורים און לויער'ס, אויב ווייל אזוי וועט עס באפרידיגן זיין עגו און משפחה סטאנדארט אין לך מושחת גדול מזה, ס'הייסט ער פאשקלאפט די קינדער צו דינען זיינע אינטערעסן.
טאמער וויל ער אזוי ווייל ער האלט אז דאס וועט מאכן דעם קינד פרייליך און פילן סיפוק, דאן קען מען אים אויפקלערן שיינערהייט אז ווען דאס קינד וועט טוהן במקום שלבו חפץ מיט דיינע שטיצע וועט ער סך מער הנאה האבן.

צווישן שווארץ און ווייס, זענען די שאטענס פו גרוי...

איך רעד נישט פון די וואס ווילן טאקע גארנישט מער ווי די כבוד משפחה, איז אבער פארהאן א ווילן פאר וואס איז די בעסטע פאר'ן קינד. דאס קען נישט אייביג דערגרייכט ווערן דורכ'ן רעדן שיין צום קינד. פרוביר צו "אויפקלערן א צוויי יעהריגס פארוואס בליטש איז נישט קיין תכלית, און לאז אים מאכן זיין אייגענע החלטה... ווען דאס קינד איז שוין גענוג אלט, איז צופיהל מאל שוין צו שפעט.

הקטן » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 9:29 am

· #419776
חסיד פון ליטא

טאמער וויל ער אזוי ווייל ער האלט אז דאס וועט מאכן דעם קינד פרייליך און פילן סיפוק, דאן קען מען אים אויפקלערן שיינערהייט אז ווען דאס קינד וועט טוהן במקום שלבו חפץ מיט דיינע שטיצע וועט ער סך מער הנאה האבן.

וואס מאכט דיך מיינען אז פילן פרייליך אדער פילן סיפוק, איז די אלטימעטע?!

דו האלסט אז פילן פריילעך איז די העכסטע דערגרייכאנג און א צווייטער האלט אז האבן א פרעזדשיפאל שטעלע איז וואס איז די אלטימעט גוט, טוט ער אלס וואס ער קען אז ער זאל גיין אין קאלידש ווערן א דאקטער, ער איז איבערצייגט אז ביי די 50 וועט אים זיין זון דאנקען דערפאר. און אויב וועט ער אים יעצט לאזן גיין במקום שלבו חפץ וועט ער יעצט הנאה האבן אבער סוף סוף חרטה האבן.

ס'דא וואס האלטן אז שטארבן וואו א הירא פאר די מיטער לאנד איז די שפיץ וואו איינער קען דערגרייכן, ווער ביסטו אריינצירעדן וואס מיינט סוקסעס אין לעבן.

חסיד פון ליטא » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 9:51 am

· #419782

פרעסטיזשפולע שטעלע מיינט אז כבוד ברענגט אים סיפוק, ס'קען זיין אז דער פאטער האט אזא תכונת הנפש, אבער ס'נישט קיין מיינונג. זיין קינד מעג האבן אן אנדערן תכונת הנפש און דער פאטער ברויך אים בויען דערמיט (אויב מיינט ער דעם קינד'ס טובה).

הקטן » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 9:58 am

· #419784
וואס איז אייער שטעלאנג אז דער קינד זאגט ער איז נישט אינטערעסירט און "סיפוק"!
ער וויל פלעין פילן גוט און זאן high - און וויל זיין אויף דראגס זיין גאנצע לעבן, דאס איז זיין תכונת הנפש?

דו האלסט אז דער פאטער ברויך אים בויען דערמיט (אויב מיינט ער דעם קינד'ס טובה)?

בכלל קוקט אויס אז די ביסט מער מחשיב short term סיפוק איבער long term - איז דאס א תכונת הנפש זאך?
פרעסטיזשפולע שטעלע מיינט אז כבוד ברענגט סיפוק, מיט די צייט, דער קינד מיז דאס נאך יעצט נישט וויסען, איז פארוואס אויב א טאטע מיינט די דעם קינד'ס טובה, און זעט אז דאס ליגט אויך אין די קינד'ס תכונת הנפש, זאל ער אים נישט אינקארידשען און בויען דערצי?

חסיד פון ליטא » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:02 am

· #419786
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
שלום על ישראל
חסיד פון ליטא
די שאלה איז פארוואס איינער וויל זיינע קינדער זאלן זיין דאקטורים און לויער'ס, אויב ווייל אזוי וועט עס באפרידיגן זיין עגו און משפחה סטאנדארט אין לך מושחת גדול מזה, ס'הייסט ער פאשקלאפט די קינדער צו דינען זיינע אינטערעסן.
טאמער וויל ער אזוי ווייל ער האלט אז דאס וועט מאכן דעם קינד פרייליך און פילן סיפוק, דאן קען מען אים אויפקלערן שיינערהייט אז ווען דאס קינד וועט טוהן במקום שלבו חפץ מיט דיינע שטיצע וועט ער סך מער הנאה האבן.

צווישן שווארץ און ווייס, זענען די שאטענס פו גרוי...

איך רעד נישט פון די וואס ווילן טאקע גארנישט מער ווי די כבוד משפחה, איז אבער פארהאן א ווילן פאר וואס איז די בעסטע פאר'ן קינד. דאס קען נישט אייביג דערגרייכט ווערן דורכ'ן רעדן שיין צום קינד. פרוביר צו "אויפקלערן א צוויי יעהריגס פארוואס בליטש איז נישט קיין תכלית, און לאז אים מאכן זיין אייגענע החלטה... ווען דאס קינד איז שוין גענוג אלט, איז צופיהל מאל שוין צו שפעט.
ווער רעדט דא פון רעדן שיין צום קינד? א צוויי יעריג קינד מאן דכר שמיה? גראדע קען מען אויפקלערן א צוויי יעריג קינד אז בליטש איז נישט קיין עסק, והא ראיה כמעט יעדע צוויי יעריג קינד האט דאס פראבירט צו עקספלארן און זענען נישט געבליבן ביים זיך פיטערן דערפון.
אבער מיר רעדן דא פון א קינד וואס צייגט א געוויסע תכונת הנפש, לדוגמא, ער גלייכט צו ארומלויפן און טוהן און אויפטוהן זאכן (רוף עס ADHD), דער טאטע האט אבער געחלומ'ט אלס קינד אז זיין זוהן וועט זיין א לויער, איז דער טאטע א שוטה אדער א רשע.

חסיד פון ליטא » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:05 am

· #419787
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
הקטן
וואס איז אייער שטעלאנג אז דער קינד זאגט ער איז נישט אינטערעסירט און "סיפוק"!
ער וויל פלעין פילן גוט און זאן high - און וויל זיין אויף דראגס זיין גאנצע לעבן, דאס איז זיין תכונת הנפש?

דו האלסט אז דער פאטער ברויך אים בויען דערמיט (אויב מיינט ער דעם קינד'ס טובה)?

בכלל קוקט אויס אז די ביסט מער מחשיב short term סיפוק איבער long term - איז דאס א תכונת הנפש זאך?
טאמער דאס קינד ליידט פון סיי וועלכע פסיכולאגישע פראבלעם, ווי אין דעם פאל, אדיקשאן, איז פארהאן א פליכט אויפן פאטער אים צו נעמען צו א פראפעשענאל וואס זאל אים היילן.

הקטן » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:07 am

· #419788
דו ריפסט דאס עדיקשען, פסיכולאגישע פראבלעם!
די קינד ריפט דאס סיפוק, תכונת הנפש!
ווער געט דיך רשות אלס טאטע ארויפציצוויגען דיין אדער סעסייעטיס מיינאנג!

(איך האב ציגעלייגט צי מיין פריערדיגע תגיבה)

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:11 am

· #419789
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 9:35 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

הקטן » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:14 am

· #419791
איך מיין אז אלע דא האלטן אז א טאטע דארף\זאל טון שתדלות לטובת דעם קינד.
די שאלה ווערט יעצט וואס איז די "טובה" פארן קינד.
בין איך גערעכט?

חסיד פון ליטא » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:14 am

· #419792
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
הקטן
דו ריפסט דאס עדיקשען, פסיכולאגישע פראבלעם!
די קינד ריפט דאס סיפוק, תכונת הנפש!
ווער געט דיך רשות אלס טאטע ארויפציצוויגען דיין אדער סעסייעטיס מיינאנג!

(איך האב ציגעלייגט צי מיין פריערדיגע תגיבה)
חוסר ידיעה איז איין זאך.

אנדערע תכונת הנפש איז א צווייטע זאך.

ביטע נישט זיך האלטן אין איין פארמישן.

א דאנק.

הקטן » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:32 am

· #419797
תכונת הנפש פין א קינד ווערט אויך געבויט מיט די ריכטיגע ידיעה.
און דאס איז אויך א חלק פין די טעטעס ארבעט.

זיכער דארף מען פארשטיין אז נישט אלע זענען גלייך און חנוך לנער ע"פ דרכו

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:36 am

· #419798
למעשה, איז זיין תמימות'דיג א גוטע זאך, אדער נישט?

חסיד פון ליטא » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:45 am

· #419799
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
הקטן
תכונת הנפש פין א קינד ווערט אויך געבויט מיט די ריכטיגע ידיעה.
און דאס איז אויך א חלק פין די טעטעס ארבעט.

זיכער דארף מען פארשטיין אז נישט אלע זענען גלייך און חנוך לנער ע"פ דרכו
געוואלדיג.
אזוי לאנג ווי דער טאטע פארשטייט אז די ריכטיגע ידיעה האט נישט מיט זיין פערזענליכע מיינונג און עס איז פארהאן אסאך ריכטיגע ידיעות פון אנדערע מענטשן.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 11:11 am

· #419807

הקטן » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 11:24 am

· #419809
חסיד פון ליטא
הקטן
תכונת הנפש פין א קינד ווערט אויך געבויט מיט די ריכטיגע ידיעה.
און דאס איז אויך א חלק פין די טעטעס ארבעט.

זיכער דארף מען פארשטיין אז נישט אלע זענען גלייך און חנוך לנער ע"פ דרכו
געוואלדיג.
אזוי לאנג ווי דער טאטע פארשטייט אז די ריכטיגע ידיעה האט נישט מיט זיין פערזענליכע מיינונג און עס איז פארהאן אסאך ריכטיגע ידיעות פון אנדערע מענטשן.

ס'דא טאטעס וואס האלטן אז ס'דא אסך ריכטיגע ידיעות וואס איינס איז סותר די צווייטע, אבער נאך אלס זענען אלע ריכטיג!
ס'דא טאטעס וואס האלטן אז אזא מהלך המחשבה איז נאנ-סענס! ס'דא וואס איז ריכטיג און ס'דא וואס איז פאלש!

Buddy » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 11:26 am

· #419810
מנעו בניכם מן ההגיון, זאגט נישט הארמאטיש פארמאכן

חסיד פון ליטא » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 12:46 pm

· #419821
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
הקטן
חסיד פון ליטא
הקטן
תכונת הנפש פין א קינד ווערט אויך געבויט מיט די ריכטיגע ידיעה.
און דאס איז אויך א חלק פין די טעטעס ארבעט.

זיכער דארף מען פארשטיין אז נישט אלע זענען גלייך און חנוך לנער ע"פ דרכו
געוואלדיג.
אזוי לאנג ווי דער טאטע פארשטייט אז די ריכטיגע ידיעה האט נישט מיט זיין פערזענליכע מיינונג און עס איז פארהאן אסאך ריכטיגע ידיעות פון אנדערע מענטשן.

ס'דא טאטעס וואס האלטן אז ס'דא אסך ריכטיגע ידיעות וואס איינס איז סותר די צווייטע, אבער נאך אלס זענען אלע ריכטיג!
ס'דא טאטעס וואס האלטן אז אזא מהלך המחשבה איז נאנ-סענס! ס'דא וואס איז ריכטיג און ס'דא וואס איז פאלש!
ס'דא וואס האלטן אז א קינד איז א חפץ פון זיינע עלטערן.
ס'דא וואס האלטן אז יעדער מוז האלטן ווי זיי.
ס'דא וואס האלטן אז ווער ס'האלט אנדערש ווי זיי איז א טיפש.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 12:49 pm

· #419823
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
רביה''ק זי''ע
למעשה, איז זיין תמימות'דיג א גוטע זאך, אדער נישט?
כאילו עס איז דא א ברירה אין דעם

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הקטן » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 12:51 pm

· #419824
יא חפץ נישט חפץ
דו האלסט אויך אז א טאטע דארף טון וואס איז באמת גוט פאר זיין קינד.
און די האלטסט אויך אז געוויסע פעלער דארף ער אפילה גיין אנדערש וואו די קינד וויל זיך אויף די מעניט
פיין, זעמער אויף די זעלבע פעדעש.

ס'דא וואס האלטן אז ס'איז דא אסך אמת - און א יעדער איז אינטייטעלט צי זיין אייגען אמת.
און ווער ס'האלט נאר פין איין אמת, איז א טיפש.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 12:54 pm

· #419825
ליטוואק פון בודאפעסט
רביה''ק זי''ע
למעשה, איז זיין תמימות'דיג א גוטע זאך, אדער נישט?
כאילו עס איז דא א ברירה אין דעם

איך בין נישט זיכער אז איך פארשטיי וואס דו ווילסט ארויסברענגען.

קומזיץ » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 1:23 pm

· #419832
איך מיין אז במקורו נעמט זיך די ווילן צו ג'יין בתמימות פון א גיטע שטאנדפונקט ,
אז מען וויל זיין געטריי צו די זאך מיט'ן גאנצ'ן הארץ ,
און דאס געשעהט ווען מען גלייבט און דעם אינגאנצען,
מ'האט עס אביסל ארויסגענומען פון פראפארציע און געלייגט א מחיצה של ברזל ארום זיך אז נאר וואס איך טראכט און ווייס איז די אמת און אביסל אנדערש איז שוין אפגעפרעגט ,
אבער המון עם וואס וויל ג'יין בתמימות מיינען נישט צו קאנטראלירן די קינדער לשם תאות הקאנטראל נאר זיי האלטן אז דאס איז די ריכטיג וועג און יודישקייט ווייל און טעגליכן לעבן געבן זיי אסאך ליבשאפט פאר די קינדער און קאנטראלירן זיי נישט אויף טריט און שריט.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 1:40 pm

· #419834
קיינער מיינט נישט קיין שלעכטס, The road to hell is paved with good intentions.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 2:01 pm

· #419839
רביה''ק זי''ע
ליטוואק פון בודאפעסט
רביה''ק זי''ע
למעשה, איז זיין תמימות'דיג א גוטע זאך, אדער נישט?
כאילו עס איז דא א ברירה אין דעם

איך בין נישט זיכער אז איך פארשטיי וואס דו ווילסט ארויסברענגען.

א מענטש וואס איז א תמים, ער איז געבוירן געווארען א תמים און טאמער ער וועט עפעס הערן אז די פשטות איז נישט אזוי פשוט וועט ער ווערן נערוועז און אריבער גיין א קאפוויי, וועט נארמאלעהייט האבן תמימות'דיגע קינדער. אים דארף מען דאס נישט הייסן טון, ווייל עס קומט אזוי ממילא.
א 'נישט תמים' האט מעגליך א ברירה, אדער קען ער מיינען ער האט א ברירה, אבער באמת האט ער דאס נישט. זיין קינדער וועלן זען וואס ער איז אויפ'ן אמת און זיי וועלן אדער אויך זיין בלאפערס ווי אים, וואס שפילען תאמעוואטע און גלויבן גארנישט, אדער וועלן זיי זיין אמת'דיג און נישט שפילען תאמעוואטע. תמימים וועלן זיי אבער נישט זיין.

איך האב טאקע מערערע מאל מעורר געווען אין שטיבל אז עס איז בכלל נישט קיין אויסוואל צו דער מענטש צו זיין אן אנדערע סארט מענטש. דער וואס באמערקט וואס עס פעלט אים אין לעבן, קען עס נישט 'נישט באמערקן'. אזעלכע אויגען האט ער און טאמער עס טוט אים וויי, איז עס זינלאז אים צו מאנן 'ווער האט דיר געבעטן דאס צו באמערקן?' הייסן א מענטש בלייבן תמימות'דיג איז אזוי ווי הייסן א מענטש נישט זען וואס שטייט אים פאר די אויגען.

יעקב מענטש » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 2:17 pm

· #419842
איז מעגליך צו דעפינירן דאס ווארט תמימות בעפאר מ'דעבאטירט דא אזוי הייס צו ס'איז אויסגעהאלטן אדער נישט?

לדעתי איז די אפטייטש פון ריכטיג תמימות דאס וואס רש"י שרייבט אויף תמים תהיה.

צווישן דעם המון עם איז אריינגעקומען נאך צו סארט תמימיות

1) א נאר, איינער וואס 'כאפט' נישט, מקען אים איינרעדן וואס מ'וויל.
2) א 'פאלגזאם' קינד, ער פרעגט נישט קיין סאך קושיות, אז דער רבי הייסט אזוי איז אזוי! און אין דעם קאטעגאריע איז כמעט יעדער (טו עי סערען עקסטענט) ביז מ'באגעגענט אנדערע/פארקערטע אינפארמאציע, און דעמאלטס פראבירט דער מוח צו מאכן סדר.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 2:29 pm

· #419844
ליטוואק פון בודאפעסט
א 'נישט תמים' האט מעגליך א ברירה, אדער קען ער מיינען ער האט א ברירה, אבער באמת האט ער דאס נישט. זיין קינדער וועלן זען וואס ער איז אויפ'ן אמת און זיי וועלן אדער אויך זיין בלאפערס ווי אים, וואס שפילען תאמעוואטע און גלויבן גארנישט, אדער וועלן זיי זיין אמת'דיג און נישט שפילען תאמעוואטע. תמימים וועלן זיי אבער נישט זיין.

איך כאפ נישט וואו פונקטליך בלאפן קומט אריין דא. למעשה גערעדט, קען מען נאכאלץ דן זיין אויף די עצם מידה פון שמאלקעפיגקייט, צו ס'מאכט סענס צו נישט. אפילו נאר פאר דעם אליינס, אז די קלוגע מענטשן זאלן אויסגעבן זייער ווייטאג.

חסיד פון ליטא » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 2:30 pm

· #419845
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
יעקב מענטש
איז מעגליך צו דעפינירן דאס ווארט תמימות בעפאר מ'דעבאטירט דא אזוי הייס צו ס'איז אויסגעהאלטן אדער נישט?

לדעתי איז די אפטייטש פון ריכטיג תמימות דאס וואס רש"י שרייבט אויף תמים תהיה.

צווישן דעם המון עם איז אריינגעקומען נאך צו סארט תמימיות

1) א נאר, איינער וואס 'כאפט' נישט, מקען אים איינרעדן וואס מ'וויל.
2) א 'פאלגזאם' קינד, ער פרעגט נישט קיין סאך קושיות, אז דער רבי הייסט אזוי איז אזוי! און אין דעם קאטעגאריע איז כמעט יעדער (טו עי סערען עקסטענט) ביז מ'באגעגענט אנדערע/פארקערטע אינפארמאציע, און דעמאלטס פראבירט דער מוח צו מאכן סדר.
2
תם מה הוא אומר מה זאת. ער דארף נאר הערן דעם באפעל און געגאנגען.

מיר רעדן געוויס כלשון בני אדם.

יעקב מענטש » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 4:01 pm

· #419860
רביה''ק זי''ע
ליטוואק פון בודאפעסט
א 'נישט תמים' האט מעגליך א ברירה, אדער קען ער מיינען ער האט א ברירה, אבער באמת האט ער דאס נישט. זיין קינדער וועלן זען וואס ער איז אויפ'ן אמת און זיי וועלן אדער אויך זיין בלאפערס ווי אים, וואס שפילען תאמעוואטע און גלויבן גארנישט, אדער וועלן זיי זיין אמת'דיג און נישט שפילען תאמעוואטע. תמימים וועלן זיי אבער נישט זיין.

איך כאפ נישט וואו פונקטליך בלאפן קומט אריין דא. למעשה גערעדט, קען מען נאכאלץ דן זיין אויף די עצם מידה פון שמאלקעפיגקייט, צו ס'מאכט סענס צו נישט. אפילו נאר פאר דעם אליינס, אז די קלוגע מענטשן זאלן אויסגעבן זייער ווייטאג.

ווי אויך איז דא א מקום דן צו זיין אויף די מידה וואס רופט זיך 'אויפגעקלערט', וואס האט לאו דוקא צו טוהן מיט א איבערפלוס פון חכמה, און א מהלך פון טראכטן אביעקטיוו (דאס איז וואס זיי רעדן זיך אליינס איין אז ס'איז), נאר איז ענדערש א 'אינדעטיטעט' געטריבן פון א געמיש פון ריסענטענס און גאוה.

אויפגעקלערט איז אפט פונקט אזוי שמאלקעפיג ווי שמאלקעפיג

הקטן » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 4:19 pm

· #419864
יעקב מענטש

אויפגעקלערט איז אפט פונקט אזוי שמאלקעפיג ווי שמאלקעפיג

אויפגעקלערט איז שמאלקעפיג בקום ועשה, וואו איידער פאסיוו

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 4:25 pm

· #419865
איך קוק עס אן אנדערש. ס'דא מענטשן וואס ווילן זיין אויפגעקלערט, און ס'דא מענטשן וואס גייען פשוט נאך וואו די פאקטן פירן זיי.

נאכדעם זענען דא מענטשן וואס אנטלויפן פון די פאקטן, הדא הוא דכתיב ignorance is bliss.

אונטער חכם » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 4:26 pm

· #419866
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
דעתי העניי' איז אז עכ"פ ווילאנג מען בלייבט אין אונזער קאמיוניטי האט מען א בעסער לעבן ווען מען איז תמימות'דיג, איך האב געהאט סאך א בעסער לעבן ווי היינט אזוי לאנג ווי איך בין געווען תמימות'דיג, איז פארוואס זאל איך נישט ווינטשן מיין קינד דאס זעלבע?

פונדעסטוועגן האב איך אייביג א תאווה צו מאכן מיינע קינדער באמערקן געוויסע זאכן און טראכטן פון געוויסע זאכן , אבער איך פרוביר מיך איינצוהאלטן ווייל איך האלט אז עס וועט נישט זיין קיין טובה פאר זיי.

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 4:31 pm

· #419867
אויפגעקלערט איז נישט אזוי געפערליך, בסך הכל לערענט מען אביסל סייענס מיט מורה נבוכים
די עיקר הארבקייט איז ׳אנגעקלערט׳, די חברה וואס זענען קעגען די סיסטעם, זיי זענען די ארגסטע

חסיד פון ליטא » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 5:40 pm

· #419878
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
וואס מיינט דאס אויפגעקלערט?
אויב מיינט עס open minded, דאן איז עס געווענליך א מענטש וואס האט די יכולת צו זעהן זאכן מער אביעקטיוו ווי דעם תם.
אויב מיינט עס איינער וואס גייט קעגן דאס וואס זיין סביבה האט אים פארקויפט ווייל ער איז רעבעליעס, דאן איז ער דער זעלבער תם וואס זעהט נאר זאכן סוביעקטיוו.

אלענפאלס, מיר רעדן דא פון תמימות און לאמיר קלעבן צום טעמע.

-
אחר כתבי באמערק איך אז כבוד רביה"ק האט שוין מדגיש געווען דאס בקוצר אמרים.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 5:47 pm

· #419883

אונטער חכם » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 6:46 pm

· #419901
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
דעםשטיקל דארף מען שיקן פאר די השומרים חברה.

"אפי' די גוים ווילן אז זייערע קינדער זאלן זיין תמימות'דיג"

<a class="postlink" href="https://www.usatoday.com/story/news/nation/2018/12/05/teacher-removed-school-district-after-telling-kids-santa-isnt-real/2212733002/">https://www.usatoday.com/story/news/nat ... 212733002/</a>

אונטער חכם » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 5:44 pm

· #420070
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
א סקאנדאל האט אויסגעבראכן ווען פרעזידענט טראמפ האט אויך גענומען א חלק אין אויסרייסן די תמימות פון אונזערע קינדער.
<a class="postlink" href="https://www.usatoday.com/story/news/politics/2018/12/24/donald-trump-tells-child-its-marginal-still-believe-santa-clause/2410738002/">https://www.usatoday.com/story/news/pol ... 410738002/</a>