☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אשכול אן א טיטל #12793

אשכול אן א טיטל #12793

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12793

— » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 4:31 pm

· #419439

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

וואלווי » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 6:15 pm

· #419443
אדער, אז ער האט שוין חתן געהאט בזיוו"ש האט ער אכטונג געווען נישט ארויף צו ברענגען די ערשטע משפחה מער ווי די מינימום.

פרעגט אבער נישט אפ די טראומא

שמערל » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 6:30 pm

· #419446
כ'מיין אז עס איז נאכנישט דערמאנט געווארן דא אין שטיבל, איז אז די האסט געברענגט דא די לעילוי נשמת בילד קען מען באמערקן אז אויף איינע פון די ברודער שטייט נישט קיין שום טיטל נאר סתם הבחור מו"ה יחיאל מיכל. די מעשה מיט דעם ברודער איז אז זייענדיג א בחור'ל א יתום איז ער נעבעך געווארן א קאמוניסט און אנטלאפן קיין רוסלאנד אין די אנהייב דרייסיגער יארן, און זייט דעמאלטס האט מען מער נישט געהערט פון אים. מען האט אנגענומען אז ער איז מסתם געשאסן געווארן דארט ביי די גרעיט טעראר ווען סטאלין האט געהייסן אויסשיסן די אלע ענטוזיאסטישע קאמוניסטן וואס זענען געקומען העלפן בויען קאמעניזם.

הי"ד.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 6:47 pm

· #419447
און אונדז ליידט מיר נאך אלע פון דעם טראמא

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 7:58 pm

· #419459
קאצקע ציקער
און אונדז ליידט מיר נאך אלע פון דעם טראמא

קאצקע ציקער: די עלטערן פונ'ם היינטיגן דור ליידן פון אנדערע פראבלעמען. די פאלשע פרומקייט מיט וואס זיי זענען ליידער נתחנך געווארן. און זיי פרובירן עס ארויפצווינגען אויף זייערע קינדער...!

פיש כאפער » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 4:28 pm

· #420261
שמערל
כ'מיין אז עס איז נאכנישט דערמאנט געווארן דא אין שטיבל, איז אז די האסט געברענגט דא די לעילוי נשמת בילד קען מען באמערקן אז אויף איינע פון די ברודער שטייט נישט קיין שום טיטל נאר סתם הבחור מו"ה יחיאל מיכל. די מעשה מיט דעם ברודער איז אז זייענדיג א בחור'ל א יתום איז ער נעבעך געווארן א קאמוניסט און אנטלאפן קיין רוסלאנד אין די אנהייב דרייסיגער יארן, און זייט דעמאלטס האט מען מער נישט געהערט פון אים. מען האט אנגענומען אז ער איז מסתם געשאסן געווארן דארט ביי די גרעיט טעראר ווען סטאלין האט געהייסן אויסשיסן די אלע ענטוזיאסטישע קאמוניסטן וואס זענען געקומען העלפן בויען קאמעניזם.

הי"ד.


איך מיין אז דו ביסט דיך טועה מיט איינעם אנדערש.
עלי וויזעל שרייבט אין זיין בוך (night) אז ער האט אים געפונען אין אוישוויץ.
אבער ס׳איז נאכאלץ אינטערעסאנט צו דערגיין וואס די מעשה איז געווען מיט אים.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 7:28 pm

· #420279
איך האב אים ערגעץ דערמאנט אין שטיבל ברמיזה, וועגן חילוש. איינער א גרויסע קענער האט שעמעדיגעהייט מיר געפרעגט אין אישי דערוועגן. עכ"פ כמבואר למעלה, אלי וויזעל האט אים געטראפען אין אוישוויץ, און דארט איז ער אוועק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk