☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » גמ"ח תפארת הראש

גמ"ח תפארת הראש

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12785

חיים שיש בהם » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 1:25 pm

· #419250
גמ"ח תפארת הראש
א גוט יאר טייערע חברים וידידים, הע"י.

אזוי ווי עס זענען פארהאנען ערליכע פרויען וועלכע לאזן וואקסן די האר פון קאפ, און היות אז עס זענען דא געוויסע הלכות צניעות און הידורים אין צניעות וועלכע זענען נוגע צו א פרוי וואס טראגט די אייגענע האר, אריינגערעכענט וואס עס ווערט געשריבן אין "שבט הלוי" (ח"ה סי' קצ"ט) אז די נשים צנועות וועלכע שערן נישט זייערע האר זאלן צודעקן די קאפ מיט צוויי כיסויים כדי עס זאל נישט ארויסשטעקן, ווי די זוהר הקדוש וואונטש די פרויען וועלכע זענען מקפיד אויף דעם מיט אלע ברכות, ווילן מיר מעלדן בשער בת רבים אז מיר האבן געעפענט א גמ"ח, "תפארת הראש", וואס פארטיילט ספעציעלע גוטע CAPS וואס מען קען אנטוהן אויף די האר, און דאס פארמיידט די האר פון זיך ארויסשטעקן און עס איז אויך באטראכט ווי א דאפעלטע צודעק אויפן קאפ, כדי יוצא צו זיין אלע שיטות.

מיר האבן אוועקגעשטעלט א ספעציעלע אנאנימעס סיסטעם וויאזוי מיר וועלן אפשיקן די קעפס פאר די וואס ווילן דאס, כדי אייער נאמען און אדרעס זאל בלייבן אין געהיים אפילו פאר די הנהלת הגמ"ח.

אויב ווילט איר באקומען אזא קעפ אדער איר דארפט מער אינפא איבער אונזער גמ"ח ביטע שיקן אן אימעיל צו <!-- e --><a href="mailto:tiferetrosh@gmail.com">tiferetrosh@gmail.com</a><!-- e -->

יהודי פשוט » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 2:00 pm

· #419254
Re: גמ"ח תפארת הראש
און אויב אייער מאמע האט זיך געשוירן די האר און איהר שערט זיך נישט, דאן זאלט איהר פארשטיין אז אייער טאכטער וועט שוין בכלל נישט צודעקן די האר, ווי אויך איז גאר שטארק מעגליך אז זי וועט האבן חשק אנצוטוהן הויזן...

סקרן » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 2:19 pm

· #419256
יהודי פשוט
און אויב אייער מאמע האט זיך געשוירן די האר און איהר שערט זיך נישט, דאן זאלט איהר פארשטיין אז אייער טאכטער וועט שוין בכלל נישט צודעקן די האר, ווי אויך איז גאר שטארק מעגליך אז זי וועט האבן חשק אנצוטוהן הויזן...

איהר פאסט נישט גוט?

לבי ובשרי » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 2:28 pm

· #419257
יהודי פשוט
און אויב אייער מאמע האט זיך געשוירן די האר און איהר שערט זיך נישט, דאן זאלט איהר פארשטיין אז אייער טאכטער וועט שוין בכלל נישט צודעקן די האר, ווי אויך איז גאר שטארק מעגליך אז זי וועט האבן חשק אנצוטוהן הויזן...

מיר עפענען א ספעציעל גמ"ח פון הויזן, פאר די פרויען וועלכע פירן זיך צו גיין מיט הויזן, חלילה נישט צוגעפאסטע, אזוי ווי אסאך אין כלל ישראל פירן זיך.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 2:45 pm

· #419260
יהודי פשוט
און אויב אייער מאמע האט זיך געשוירן די האר און איהר שערט זיך נישט, דאן זאלט איהר פארשטיין אז אייער טאכטער וועט שוין בכלל נישט צודעקן די האר, ווי אויך איז גאר שטארק מעגליך אז זי וועט האבן חשק אנצוטוהן הויזן...

אויב אייער רבי איז געגאנגען סטראקעס און איהר גייט נישט, דאן זאלט איהר פארשטיין אז אייער זון וועט שוין בכלל נישט גיין קיין בעקישע, ווי אויך איז גאר שטארק מעגליך אז ער וועט האבן חשק אנצוטון א שניפסל...

אישתישבי » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 2:53 pm

· #419261
אויב דיין טאטע איז געגאנגן א צוויי אינטשיגע שטריימעל, און די גייסט שוין א זיבן אינטשיגע, וועלען דיינע קינדער מעגליך טראגן קאמוניסטישע קוטשמעס שבת, און פין דארט ביז כפירה איז שוין א לייכטע וועג.

אברך משי » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 3:20 pm

· #419264
ואני און איך זיידענע יונגערמאן. כאטש אפי' איך בין זייער נתרגש פון אזא לשם שמים-דיגע גמ"ח וואס וויל מזכה זיין נשי ובנות ישראל מיט צניעות און כיסויין דקדושה. און כאטש אפי' אז מיין מאמע רחל האט נישט אזוי געטאן, נאר זי האט זיך געשוירן, עם כל זה זענט איר דא אויפצוטון פארן דור אזא וויכטיגע שריט אין עניני קדושה.
בעט איך אייך אבער איר זאלט נישט האבן קיין טענות צו מיר. ווייל אויב מיין אשת חיל תליט"א וויל נישט שערן דאס קאפצאל (אזוי האט דער רבי געזאגט אין חדר דענק איך) פארוואזשע אין די וועלט זאלעך מעך ווענדן צו א אנאנימער גמ"ח וואס דארף זיין פארהוילן פון מיר און פון דיר, און כ'דארף סייעתא דשמיא אויף יעדן טריט פון וועג ביים האנדלן מיט אנ"ש אז מיין אידענטעטעט זאל פארבלייבן א געהיימניס, אסאך אסאך לייכטער וואלט געוועזן אויב מ'שטעלט ארויס א לינק צו עמעזאן, אדער פרטים פון א קאמפאני ווי מ'קען זעך דיזן קאפ-טיכלעך איינהאנדלן, ולא תסמרנה שערות ראש מעתה ועד עולם, אמן כן יהי רצון.

יעקב מענטש » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 3:49 pm

· #419265
איז דער גמ"ח געשטעלט צו "פראמאוטען" בעקיפין זיך נישט צו שערן? אדער איז עס א אינגערמאן וואס איז פשוט נכשל געווארן פון א ארויסגעשטעקטע האר - וואס איז א ערוה- און ער זוכט צו מתקן זיין דעם דור?

חיים שיש בהם » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 4:01 pm

· #419267
אברך משי
ואני און איך זיידענע יונגערמאן. כאטש אפי' איך בין זייער נתרגש פון אזא לשם שמים-דיגע גמ"ח וואס וויל מזכה זיין נשי ובנות ישראל מיט צניעות און כיסויין דקדושה. און כאטש אפי' אז מיין מאמע רחל האט נישט אזוי געטאן, נאר זי האט זיך געשוירן, עם כל זה זענט איר דא אויפצוטון פארן דור אזא וויכטיגע שריט אין עניני קדושה.
בעט איך אייך אבער איר זאלט נישט האבן קיין טענות צו מיר. ווייל אויב מיין אשת חיל תליט"א וויל נישט שערן דאס קאפצאל (אזוי האט דער רבי געזאגט אין חדר דענק איך) פארוואזשע אין די וועלט זאלעך מעך ווענדן צו א אנאנימער גמ"ח וואס דארף זיין פארהוילן פון מיר און פון דיר, און כ'דארף סייעתא דשמיא אויף יעדן טריט פון וועג ביים האנדלן מיט אנ"ש אז מיין אידענטעטעט זאל פארבלייבן א געהיימניס, אסאך אסאך לייכטער וואלט געוועזן אויב מ'שטעלט ארויס א לינק צו עמעזאן, אדער פרטים פון א קאמפאני ווי מ'קען זעך דיזן קאפ-טיכלעך איינהאנדלן, ולא תסמרנה שערות ראש מעתה ועד עולם, אמן כן יהי רצון.

א. מיר האבן נישט געטראפן אין אמריקא די גוטע באקוועמע סארט, וועלכע איז די מערסטע באקוועם צו אנטוהן, און מיר ברענגען דאס ספעציעל פון אייראפא.

ב. מענטשן זענען אמאל פויל צו קויפן, און "וביותר צריך הכתוב להזהיר במקום שיש חסרון כיס", דערפאר ווילן מיר פארבירן מזכה זיין מענטשן אומזינסט.

ג. צום שלוס - די גמ"ח איז נישט געמאכט צו אריינרעדן אדער מעודד זיין סיי וואסערע הנהגה. דער גמ"ח אפעלירט צו דער וואס פירט זיך, מאיזה סיבה שיהיה, צו לאזן וואקסן זייער האר, און ווילן מהדר זיין אין זייער צניעות, און וויאזוי הגרש"ה וואזנער זצ"ל שרייבט (ח"ה ס"ס קצ"ט): "וכן נהגו צנועות כאלה שאין מגלחות שערותיהן שיהי' להם שבכה על השערות".

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 5:18 pm

· #419272
Re: גמ"ח תפארת הראש
"דער גמ"ח אפעלירט צו דער וואס פירט זיך, מאיזה סיבה שיהיה, צו לאזן וואקסן זייער האר,"

צו לאזן וואקסן די האר ברויך מען נישט קיין שום סיבה, צו אפשערן די האר ברויך מען א סיבה
אינז זענען שוין אזוי פארדרייט, אז מ'ברויך שוין א סיבה צו זיין א נארמאלער מענטש!

צפור בודד » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 5:56 pm

· #419273
און וואס איז מיט דער אנדערע האר? זיי בעטן זיך למה נגרע און זיי ווילן אויך א גמ"ח

נולד מאוחר » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 6:29 pm

· #419274
קוקו מיר אויס ווי גענוג א גוטע צוועק צי עפנען א chairdy בלעטעל.

שמעון וואלף » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 7:41 pm

· #419282
אישתישבי
אויב דיין טאטע איז געגאנגן א צוויי אינטשיגע שטריימעל, און די גייסט שוין א זיבן אינטשיגע, וועלען דיינע קינדער מעגליך טראגן קאמוניסטישע קוטשמעס שבת, און פין דארט ביז כפירה איז שוין א לייכטע וועג.


אין מיטן וועג מאכט מען נאך א סטאפ - מ'עסט א פיצא

יין שרף » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 7:43 pm

· #419283
פיצא קומט שוין נאכן כפירה

שמערל » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 8:46 pm

· #419285
זעהט אויס ווי דער עולם כאפט נישט, די פרויען וואס הייבן זיך אן צו לאזן וואקסן די האר כמנהג בנות ישראל הכשרות, האבן א שטארקע פראבלעם אז א האר זאל זיך ארויסשטעקן, לאו דוקא צוליב א זוהר נאר ווייל זי ווילן זיך איינשפארן די קאפוויי פון דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר די מאמע שוויגער שכנים וכו', דערפאר איז א שטארקע הילף אזא טיכל אויפן קאפ וואס נעמט ארום אלע האר און האלט עס צוגעדריקט נאנט צום קאפ אזוי דערקענט זיך גארנישט פון דרויסן.
נאך אלע מעשות אבער וואלט געווען א שטארקע הילף אויב איז עס אוועיליבל אויף עמעזאן, מענטשן זענען גרייט צו צאלן בחפץ לב אז עס זאל אנקומען צו זיי אינדערהיים דעליווערט אויף א פראפעשענעל אופן, און אז איר ווילט דוקא קענט איר נאכאלטס האלטן אפן די גמ"ח פאר די וואס ווילן עס באקומען בחינם והכל על מקומו יבא בשלום.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 9:11 pm

· #419286
יין שרף
פיצא קומט שוין נאכן כפירה

איך מיין אז דער מיינונג איז נסתלק געווארען פאריגע שבת ז' טבת

יין שרף » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 9:41 pm

· #419287
ליטוואק פון בודאפעסט
יין שרף
פיצא קומט שוין נאכן כפירה

איך מיין אז דער מיינונג איז נסתלק געווארען פאריגע שבת ז' טבת

אזא סארט מיינונג ווערט נישט נסתלק, וישרצו וירבו ויעצמו..

בן אדם » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 11:42 pm

· #419293
חיים שיש בהם

א. מיר האבן נישט געטראפן אין אמריקא די גוטע באקוועמע סארט, וועלכע איז די מערסטע באקוועם צו אנטוהן, און מיר ברענגען דאס ספעציעל פון אייראפא.

דו מיינסט אז די גרינגסטע בענדענע/טורבאן איז באקוועמער ווי א קאפל? הלוואי... קודם דארף מען זאגן תהילים.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 12:03 pm

· #419312
ליטוואק פון בודאפעסט
יין שרף
פיצא קומט שוין נאכן כפירה
איך מיין אז דער מיינונג איז נסתלק געווארען פאריגע שבת ז׳ טבת

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דער וואס פארשטייט, פארשטייט...! והמבין יבין. והיוון מבין...!

דולה ומשקה » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 11:38 am

· #419411
א אינטרעסאנטע בייפאל דאס, הייסט עס ווען א פרוי וואס טראגט אזא קאפל איז טייטש כאילו א עדווערטייזמענט אז יעדער וועט באלד וויסן אז זי איז פון דער "נישט אפשערן די האר קלאוב"? אדער זעהט דאס אויס ווי דער לעצטע מאדע וואס הייסט "סדאאד"?

ווייל לויט ווי איך געדענק האט פאפא אדער ווייסיך ווער גע'אסר'ט די סדאאד'ס מיטן אויסרייד אז יענץ וועט גורם זיין אז פרויען זאלן זיך לאזן וואקסן די האר.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 1:13 pm

· #419422
Re: גמ"ח תפארת הראש
דולה ומשקה
א אינטרעסאנטע בייפאל דאס, הייסט עס ווען א פרוי וואס טראגט אזא קאפל איז טייטש כאילו א עדווערטייזמענט אז יעדער וועט באלד וויסן אז זי איז פון דער "נישט אפשערן די האר קלאוב"? אדער זעהט דאס אויס ווי דער לעצטע מאדע וואס הייסט "סדאאד"?

ווייל לויט ווי איך געדענק האט פאפא אדער ווייסיך ווער גע'אסר'ט די סדאאד'ס מיטן אויסרייד אז יענץ וועט גורם זיין אז פרויען זאלן זיך לאזן וואקסן די האר.
יא אין די הייליגע טאון אוו פאלם טרי איז עס ג'אסרט געווארן

Totallycool » זונטאג יאנואר 13, 2019 12:56 am

· #421972
דולה ומשקה
א אינטרעסאנטע בייפאל דאס, הייסט עס ווען א פרוי וואס טראגט אזא קאפל איז טייטש כאילו א עדווערטייזמענט אז יעדער וועט באלד וויסן אז זי איז פון דער "נישט אפשערן די האר קלאוב"? אדער זעהט דאס אויס ווי דער לעצטע מאדע וואס הייסט "סדאאד"?

ווייל לויט ווי איך געדענק האט פאפא אדער ווייסיך ווער גע'אסר'ט די סדאאד'ס מיטן אויסרייד אז יענץ וועט גורם זיין אז פרויען זאלן זיך לאזן וואקסן די האר.


This is a headcovering for under a tichel that nobody would see,

אספקלריה » זונטאג יאנואר 13, 2019 12:53 pm

· #422019
חיים שיש בהם
א גוט יאר טייערע חברים וידידים, הע"י.

אזוי ווי עס זענען פארהאנען ערליכע פרויען וועלכע לאזן וואקסן די האר פון קאפ, און היות אז עס זענען דא געוויסע הלכות צניעות און הידורים אין צניעות וועלכע זענען נוגע צו א פרוי וואס טראגט די אייגענע האר, אריינגערעכענט וואס עס ווערט געשריבן אין "שבט הלוי" (ח"ה סי' קצ"ט) אז די נשים צנועות וועלכע שערן נישט זייערע האר זאלן צודעקן די קאפ מיט צוויי כיסויים כדי עס זאל נישט ארויסשטעקן, ווי די זוהר הקדוש וואונטש די פרויען וועלכע זענען מקפיד אויף דעם מיט אלע ברכות, ווילן מיר מעלדן בשער בת רבים אז מיר האבן געעפענט א גמ"ח, "תפארת הראש", וואס פארטיילט ספעציעלע גוטע CAPS וואס מען קען אנטוהן אויף די האר, און דאס פארמיידט די האר פון זיך ארויסשטעקן און עס איז אויך באטראכט ווי א דאפעלטע צודעק אויפן קאפ, כדי יוצא צו זיין אלע שיטות.

מיר האבן אוועקגעשטעלט א ספעציעלע אנאנימעס סיסטעם וויאזוי מיר וועלן אפשיקן די קעפס פאר די וואס ווילן דאס, כדי אייער נאמען און אדרעס זאל בלייבן אין געהיים אפילו פאר די הנהלת הגמ"ח.

אויב ווילט איר באקומען אזא קעפ אדער איר דארפט מער אינפא איבער אונזער גמ"ח ביטע שיקן אן אימעיל צו <!-- e --><a href="mailto:tiferetrosh@gmail.com">tiferetrosh@gmail.com</a><!-- e -->

איך נויטיג מיר באמת שטארק און דעם קעיפ, אבער פון וואנעט קען איך וויסען אז איר זענט נישט קיין שפיאן פונעם רעבין זאל זיין געזונט או שטארק.

חיים שיש בהם » מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:57 am

· #422107
[ציטאט אראפגענומען]

די קאפ'ס זענען נישט אזוי באקוועם. מיר האבן נאכנישט געטראפן אנליין פון די באקוועמע.
ס'איז דא אויך אין עמעזאן אבער מיט א Wide band.

חיים שיש בהם » מאנטאג יאנואר 21, 2019 1:13 pm

· #422975
Update:
מיר האבן בס"ד געטראפן די באקוועמע Caps צו קויפן אנליין.

קאך_לעפל » מאנטאג יאנואר 21, 2019 3:07 pm

· #422987
אפשר עפענט מען אן אשכול וועלכע ר''ת גאטקעס איז דאס בעסטע און דאס באקוועמסטע? און גענוי וואו מ'קען זיך איינהאנדלן די דאזיגע מיט די צוויי פאדערשטע שטריקליך, מיט וועלכע די רביס באנוצן זיך?

געדאנקן » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 12:25 pm

· #486031
בערך וויפיל פראצענט פרויענ אין וומסב"ג גייען מיט האר?