☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » לינקע-רעפארמער-סאטמירור השפעה אויף די טעראריסטן

לינקע-רעפארמער-סאטמירור השפעה אויף די טעראריסטן

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12780

Buddy » מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 10:02 am

· #419139
לינקע-רעפארמער-סאטמירור השפעה אויף די טעראריסטן
די אידן וואס האבן גענומען אויף זיך די לינקע אגענדעס אויף זיך, און טוהן מחזק זיין זייער אגענדעס דורך "בצלם" "כפרות" "תיקון עולם" "היומען רייטס" "באלעסטינער אומרעכט" "זייעניסט אקיופעיטשין" [קרי:נאתריני בלעז ] האבן א דירעקטע אחריות אין די הריגות איבער די וועלט ובפרט אין ארץ ישראל, ס'איז א פשוטע 1+1 אז די חברה זענען מחזק די טעראריסטן און געבן זיי די מוט און קוראזש, פונקט די פארקערטע פון "ולא ימס אחיו כלבבו" א לאו אין די תורה, זיי שלאגן די מאראל פון ריינע ערליכע מאטיוון פון כלל ישראל, און פאר דעם איז געווידמעט די אשכול אנצוווייזן פאקטן אין די מערכה

עס איז צום האפן אז דאס אשכול וועט ארויסברענגן לאור עולם די נידערטרעכטיגע טונקעלע מעשים מגונים ותעתועים.



The accompanying photo and video show the court-ordered gap in the security wall that permitted the terrorist to enter the army position near Beit El on erev Shabbos and carry out the attack that left an IDF soldier in critical condition. The terrorist entered via the opening and when confronted by the soldier, Naveh Rotem, and then injured him with a knife and struck him in his head with a stone and then fled the scene.


Chaggai Ben-Artzi, Prime Minister Binyamin Netanyahu’s brother-in-law and resident of Beit El tells of the painful situation, the reality that resulted when the High Court of Justice instructed the army upon constructing the security wall that it must leave an opening for an Arab farmer, towards permitting him to reach his shed inside, an area “that has not been visited by him in 100 years”.

איינמאל איינס איז יעצט די טעראר אטאקע אין בית אל, וואו די בג"ץ האט געהייסן אראפנעמען א שטיקל פון די וואנט פון ווי די טערעריסט האט צומזיקט די אידישע סאלדאט



א בגץ קען נישט פסקענען קעגן דעת רבים דעת הציבור, די לינקע סטמאריר רפורמישע באוועגונגען שיטן מיליאנען צו מעצב זיין דעם דעת הציבור אויף א נידערטרעכטיגן אופן, און דאס מוז ארויסגברענגט ווערן אין די ליכטיקייט!

אונטער חכם » מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 10:17 am

· #419142
Re: לינקע-רעפארמער-סאטמירור השפעה אויף די טעראריסטן
WOW!! איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז יושע כ"ץ איז אזוי געלונגען, לאמיר טרייען איינצוקלאפן מיט אים.

Buddy » מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 10:54 am

· #419153
און צו גרינגער מאכן פאר די פי אר חברה וואס דארפן ענטפערן [עז איף זיי דארפן אמאל בעקן זייער "פראף" פאר איינעם...]
קוקט אינעם אכזריותדיגן צייטונג הארץ געברענגט דורך "גורמים"... [הרוצה לשקר ירחיק... קרדיט: סנדר ד.] זעה דא

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 8:43 pm

· #419203
באדדי: דו מאכסט א טעות. די סאטמאר'ע אזוי גערופענע ארגאניזאתיע..."נטרונא"... טוט נישט שעדיגן די אינטערעסן און די זיכערהייט פון מדינת ישראל און איהר באפעלקערונג. זיי זענען גאנץ אן אומשעדליכע גרופ. נישט אזוי ווי די נטורי חרתא און דער בג"ץ און בצלם און די אנדערע פינפטע קאלומ'ס און טראיאנער פערד...!

מיין טענה צו נטרונא איז, אז לשיטתם אויב מ'וועט אויפקלערן פאר די גאנצע גוי'אישע וועלט. אריינגערעכנט פאר די מערדערישע און בלוטדורשטיגע אראבישע און דייטשע און אנדערע רוצחים און אנטיסעמיטן אז די רעגירונג פון מדינת רעדט נישט אין נאמען פון די ערליכע אידן. אדער פון דעם גאנצן אידישן פאלק. וועללן זיי אויפהערן צו דערמארדן אידן. סיי אין ארץ ישראל. און סיי אין אייראפע. זאג איך אז דאס איז אין בעסטן פאלל זייער שטארק נאאיוו. און אין ערגערן פאל איז די גאנצע ארגאנציע געמאכט ארויסצושלעפן ריזיגע סכומים פון די נאאיווע עשירים אין ניו יארק און אין לאנדאן... ווייל איך האב זיי (די אנפיהרערס פון נטרונא) געפרעגט אויב זיי קענען אנווייזן אויף איין איד וועמענ'ס לעבן איז שוין געראטעוועט געווארן דורך די פראפאגאנדע פון נטרונא. אבער מ'קען דאך נישט צוגלייכן די פוסטע, אומשעדליכע און אומ-ניצליכע שטותים מיט די זייער שעדליכע מעשים פון די נטורי חרתא...!

פאר די לנק-פרייע ארגאניזאציעס ווי ..."בצלם"... אדער דער פארשאלטענער בג"ץ האביך גארנישט צו זאגן. ביי מיר זענען זיי נישט אין כלל ישראל...!

Buddy » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 7:04 pm

· #419277
נתי פון לב העולם העלפט אראבער פון די נעגל פון די PLO, דאס ברענגט ארויס די היפאקריסי פון די לינקע "יונען רייטס ארגס"

הקטן » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 7:33 pm

· #419280
אונטער חכם
WOW!! איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז יושע כ"ץ איז אזוי געלונגען, לאמיר טרייען איינצוקלאפן מיט אים.

קאליע מאכן קען א קאץ

Buddy » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:06 pm

· #419316
אפשר מאכן א טיי אווענט לטובת מוסדות הקדושים "עד כאן"?
די וואוילטעטיגע ארגאניזאציע "עד כאן" פירט דורך אפעראציעס צוריקצוברענגען יושר און גערעכטיגקייט וואס ווערט צו ווארפן דורך די שוברים שתיקה חברה און א.ג. מוקד להגנת הפרט.


זיי האבן אויפגעמאכט א פעידזש מיט תומכים

Buddy » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 10:37 am

· #419489
'צו הריסה'' לבתיהם של ראשי ארגון השמאל הקיצוני
ב"ה אידן שיינען ליכט אויף די עוכרי ישראל וואס באהאלטן די טערוריסטן אונטער זייער שאטן



זעה מער
ב"ה די bds האט געכאפט א שטיקל קלאפ אז donorbox האט זיי געפאקט און לאסזט נישט געלט אדורך זיי

עס איז אפילו אפגעכאפט געווארן אז די אראבער זאגן ווי די לינקע זענען די וואס געבן זיי כח אנצוגיין מיט די טעראר

Buddy » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2018 9:12 pm

· #419530
דער ברענגט ארויס גאר גוט ווי די געלט גייט, און וואס די לינקע מחוצפים און אכזרים האבן אויף די רציחות

טרויבן88 » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:31 am

· #419565
Re: לינקע-רעפארמער-סאטמירור השפעה אויף די טעראריסטן
דער בחור דא איז סטאק אויף די נושא, יעדעס מאל איך טשעק אריין מיין איך אז עס די זעלבע ווי איך האב עס איבערגעלאזט, (אחוץ אידיש וואס ער האט זיך זעט אויס ציגעלערנט)

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 6:38 am

· #419587
די מחלה האט א נאמען, ס'רופט זיך 'פונדמנטליזם'.

טאמבל סאס » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 6:57 am

· #419588
ער כאפט נישט אז קיינעם גייט נישט אן אין די לינקע פאה די אלע סארטן נייעסער. ס'איז נישט נאר ווייל רוב פון דא זענען פון חוץ לארץ נאר ווייל מיר זעען זיך נישט אפילו ווי איין פאלק, מיט די ישראלים..

מיר זענען מער פארוויינט ווען אן אמעריקאנער סאלדאט קומט צוריק א הרוג פון די מיטל מזרח ווי ווען א גאנצע מתנחלישע משפחה ווערט אויסגעשחטן אינמיטן נאכט פון אן אראבער.

וואס ווייסן מיר צוזאגן פון אחוה, אחדות, עצמיות און אומה? אונזערע פאררעטערס זענען יוסף'ס פון די פרשה און אט"דס פון ברוקלין. אונזערע היראוס זענען די רויטע העלזער פון דרום און רובאשקין פון אייווע.

Buddy » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 12:12 pm

· #419815
און די אלע לינקע וואס האבן געהאט א השפעה אויף באפרייען שליט, האבן אויף זייער הענט די אלע רציחות וואס קומט ארויס פון די רוצחים וואס מ'האט ארויסגעלאזט אקעגן א אפענע פשוט'ע הלכה אין שוע, וואו ס'האט שוין געווארענט דאן הגה"צ רבי יצחק ברנד שליטא

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 12:08 am

· #419958
טאמבל סאס
מיר זענען מער פארוויינט ווען אן אמעריקאנער סאלדאט קומט צוריק א הרוג פון די מיטל מזרח ווי ווען א גאנצע מתנחלישע משפחה ווערט אויסגעשחטן אינמיטן נאכט פון אן אראבער.

הא? ווער איז דער "מיר"? אין לנו חלק ונחלה עמהם.

Buddy » מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 10:20 pm

· #420191
לאמיר האפן אז דא הייבט זיך אן א נייע מהלך אין די מדיניות אין ארץ ישראל זיך צו נעמן איבער די ביינער פון טרור העלפערס

Buddy » דינסטאג יאנואר 15, 2019 11:53 am

· #422311
דאס איז זייער כח! זיי בויען אקעגן אינטערנעשיענעל חוק

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 15, 2019 2:04 pm

· #422336
Buddy
לאמיר האפן אז דא הייבט זיך אן א נייע מהלך אין די מדיניות אין ארץ ישראל...

נעם דיך עס גוט אריין אין די ביינער, ווילאנג דער עולם וועט זיין פארנומען מיט די אלע פאנדאמענטאליסטישע שיטות און אמונות, וועט דאס לאנד אויסקוקן פונקט ווי אלע אנדערע פאנדמענטאליסטישע צופארענע לענדער. מה שהיה הוא שיהיה, והארץ לעולם תשמם.

Buddy » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 9:11 am

· #422650
די בעצעלים חברה לייגן אריין נאך א אידישע זעלנער אין חד גדיא...


מנעמט אים צו קארט פארן שלאגן א אראבישע היצהינט

Buddy » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 5:45 pm

· #422749
א פשע על פשע פון די לינקע סוציאליסטין
זיי האבן געוואלט פטור ווערן פון די אראבער אין די שווים באסיין אין רמת רחל, האבן זיי געמסרט אז די שווים באסיין אין ארמון הנציב לאזט מען נישט אריין קיין אראבער... אזוי אז די אראבער האבן פארפעסט די פול פון ארמון הנציב, און ס'איז ביליגער ווייל די עולם קומט מער נישט.

צבועין בדמות תמימי..

Buddy » זונטאג יאנואר 20, 2019 12:52 pm

· #422910
די חברה דארפן מלחמה האלטן מיט די lawyers פון די לינקע חברה.

רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 20, 2019 7:21 pm

· #422935
די ציונים קענען זיך נישט אן עצה געבן מיט די מערדער, די איינוואוינער פון ארמון הנציב דרייען זיך ארום מיט העק אויס פחד.

איש חזון » זונטאג יאנואר 20, 2019 11:43 pm

· #422946
טאמבל סאס
ער כאפט נישט אז קיינעם גייט נישט אן אין די לינקע פאה די אלע סארטן נייעסער. ס'איז נישט נאר ווייל רוב פון דא זענען פון חוץ לארץ נאר ווייל מיר זעען זיך נישט אפילו ווי איין פאלק, מיט די ישראלים..

מיר זענען מער פארוויינט ווען אן אמעריקאנער סאלדאט קומט צוריק א הרוג פון די מיטל מזרח ווי ווען א גאנצע מתנחלישע משפחה ווערט אויסגעשחטן אינמיטן נאכט פון אן אראבער.

וואס ווייסן מיר צוזאגן פון אחוה, אחדות, עצמיות און אומה? אונזערע פאררעטערס זענען יוסף'ס פון די פרשה און אט"דס פון ברוקלין. אונזערע היראוס זענען די רויטע העלזער פון דרום און רובאשקין פון אייווע.

ליידער

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 21, 2019 12:58 am

· #422949
איש חזון: אמת. אז דו ק/פ'סט. נאר פון טאמבל סאס. אבער ער ווילל נישט פארשטיין אז די זעלבע שונאי ישראל וואלעכע הרג'נען אידן אין ארץ ישראל, זענען גרייט צו הרג'נען אידן אין ברוקלין., ח"ו היל"ת. און דייקא אין וויליאמסבורג...!

ביי די צווייטע וועלט מלחמה. ווען די צרות און רציחות האבן זיך אנגעהויבן אויף די אידן אין פוילן און טשעכאסלאוואקיע. זענען געווען נארישע אידן אין אונגארן וועלכע האבן געזאגט אז מ'מיינט נישט זיי. אבער לסוף האטציך ליידער ארויסגעוויזן אז די שונאי ישראל. די רוצחים האבן יא געמיינט זיי אויך. ווען א גוי א שונא ישראל א רוצח הייבט די פארשאלטענע מערדערישע הענט אויף א איד. מיינט ער אלע אידן. אריינגערעכנט סאקמערער חסידים, נטורי חרתא און בני יואל...! גיי לערן מיט די נאציס און אראבישע מערדער דעם חילוק פון קנאים ביז ציונים. אפשר וועללן זיי פארהערן דעם אידישן קרבן דעם ויואל משה אדער על הגאולה ועל התמורה פאר זיי גייען איהם הרג'נען, ח"ו...!

Buddy » מאנטאג יאנואר 21, 2019 9:58 am

· #422958
דער ענטפערט פיין אויף די "אינטערוויו" אין על דזשזירא

Buddy » זונטאג פעברואר 3, 2019 11:27 am

· #423758
ווער האט נאך ספיקות..

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 3, 2019 1:21 pm

· #423768
באדדי: למען האמת. דזשאסט פאר דהע רעקארד. וויאזוי איז סאטמאר גע'לינקט צו דעם אלעם וואס איז געזאגט געווארן אין דעם קליפ. דורך דעם מיניסטער גלעד ארדן. די נטורי חרתא מעגליך אז יא. אבער סאטמאר נישט...!

Buddy » מאנטאג פעברואר 4, 2019 12:03 am

· #423824
berlbalaguleh
באדדי: למען האמת. דזשאסט פאר דהע רעקארד. וויאזוי איז סאטמאר גע'לינקט צו דעם אלעם וואס איז געזאגט געווארן אין דעם קליפ. דורך דעם מיניסטער גלעד ארדן. די נטורי חרתא מעגליך אז יא. אבער סאטמאר נישט...!

די אידן וואס האבן גענומען אויף זיך די לינקע אגענדעס אויף זיך, און טוהן מחזק זיין זייער אגענדעס דורך "בצלם" "כפרות" "תיקון עולם" "היומען רייטס" "באלעסטינער אומרעכט" "זייעניסט אקיופעיטשין" [קרי:נאתריני בלעז ] האבן א דירעקטע אחריות אין די הריגות איבער די וועלט ובפרט אין ארץ ישראל, ס'איז א פשוטע 1+1 אז די חברה זענען מחזק די טעראריסטן און געבן זיי די מוט און קוראזש, פונקט די פארקערטע פון "ולא ימס אחיו כלבבו" א לאו אין די תורה, זיי שלאגן די מאראל פון ריינע ערליכע מאטיוון פון כלל ישראל, און פאר דעם איז געווידמעט די אשכול אנצוווייזן פאקטן אין די מערכה

זיי שטייען מיט די לינקע האנט ביי האנט כלפי די מערכות!

אדרבא לאמיר זעהן איין ארטיקל אין די צייטונגען אנטקעגן זיי, אדער ארויסברענגען אז די אידן האבן א רעכט צו די לאנד, און די איי די עף זענען מאראליש גערעכט. (נישט לויטן סיגעטער שו"ע, מרעדט לויט אלגעמיינע אידנטוהם...)

אז דו האלסט אז דו טארסט נישט נעמן דאס לאנד גוט, אבער וואס רייסטו אראפ די וואס האלטן אז יא. זאג א קאפיטל תהלים אדער העכסטענס זארג זיך פאר די רעליגיע דערפון, אבער צו הייבן לינקע כופרישע מהלכים?? דאס איז מרידה במלכות שמים! מרידה אין אלע מיליאנען וואס טרואמפירן מיט חוקים וואס איז נאנט צו חוקי התורה, משא"כ די לינקע זענען כופרים מיט חוקים טמאים.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 4, 2019 3:09 am

· #423830
באדדי: דו מאכסט א טעות. נטרונא איז אזא גארנישט ש'בגארנישט ארגאניזאציע. דו האסט א הווה אמינא אז איין נארמאלער גוי ליינט עס אדער הערט זייערע אסינינע שטותים...!

די שמוציגע, שטינקעדיגע לאו לייף'ס פון די נטורי חרתא, יא. ווייל זיי גייען ארום צו די גוים. סיי די אראבערס . און סיי די דייטשע און באשמוצן אידן.

מיין אימפרעשן איז אז די גאנצע נטרונא ארגאניזאציע איז נישט געשטעלט אויף פעיק ניוז. נאר ס'איז א פעיק ארגאניזאציע. ס'איז געשטעלט ארויסצושלעפן גרויסע געלטער פון די נאאיווע סאטמאר'ע גבירים פון אמעריקע און ענגלאנד. און עטליכע היימישע אידעלעך מאכן א פיין לעבן פון דעם...!

Buddy » מאנטאג פעברואר 4, 2019 3:35 pm

· #423874
“Terrorists in Suits”
he anti-Israel boycott, divestment and sanctions (BDS) movement has extensive terror links, according to a new report published by the Israeli Ministry of Strategic Affairs on Sunday.

The report — titled “Terrorists in Suits” — revealed over 100 specific alleged links between BDS groups and terrorism, particularly the Hamas and the Popular Front for the Liberation of Palestine (PFLP) organizations.

More than 30 Hamas and PFLP members, many with terror convictions, are spread out among BDS organizations.

“Terrorist groups and the anti-Israel boycott campaign have united in their goal of wiping Israel off the map,” Strategic Affairs Minister Gilad Erdan stated.

“Terrorist groups view boycotts as a complementary tactic to terror attacks,” he added. “Following the exposure of over 100 links between terrorist groups and leading BDS organizations, I urge all governments and financial institutions to investigate the activities of these BDS organizations, and immediately end all funding and support which they provide to them.”

The report found that millions of euros have been donated to the BDS organizations in question by European governments and charities.

The Algemeiner (c) 2018 . Benjamin Kerstein

Buddy » מאנטאג פעברואר 18, 2019 10:43 am

· #424696
ווי אלץ וועלן די "ברירת מחדל" מידיא (איכא דאמרי "סעלעקטיוו ניוז") שרייבן לינק אויף א קיצוניותדיגן אופן

למשל יעצט ווען ס'האט זיך צופלאקערט אויף הר הבית, שרייבן זיי אלע אז "מתפללים" האבן געוואלט זיך אריינרייסן אין שער הרחמים אריין... ווען די המון עם וועט גלייך סימפאנטאניש אויסטייטשן אלץ די אידן, און זיי וועלן נאר ברענגען די תוצאות פון די "אויפברויז" און די סאמוטוכע פון די מיליטערס רעאגירונג...

אבער איין רעכטע זייטל ברענגט א ווידיאו ווי די אראבישע וואקף (נישט די אידישע וואקף וואס איז אמאל געווען און אויסגעריסן...) צוברעכן פיזיש די "שער" הרחמים פון אינעוויניג.

און זאל מען וויסן ווער איז די אויפרייצער אין מזרח התיכון!!! לינקע-רעפארמער-סאטמירור השפעה אויף די טעראריסטן!!

מיט דעם גיט מען פיול און ענערגיע פאר די אראבער זיך צו רייצן ווייטער מיט די אידן! און אויף זיי ליגט די בלוט!

רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 18, 2019 10:49 am

· #424697
אידישע וואקף???

Buddy » מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:29 am

· #424701
ווקף איז די טירם וואס ווען די טערקן האבן געוועלטיגט האבן גענוצט פאר אלע רעליגעזע איינהייטן פון אלע רעליגיעס, און די רבנות וכדומה זענען געוען די אידישע ווקף,

אינטערסאנט אין אמעריקע פלעגט מען רופן די שוהל אין ענגליש טשורטש... סינעגאגע איז שפעטער אריינגעקומען.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:38 am

· #424703
כ'געדענק נישט אזא זאך...

Buddy » מאנטאג פעברואר 18, 2019 5:20 pm

· #424732
נספח א ' - ההקדשות ) ' וקפיות' ( היהודיות שנרשמו בסג'ל מ - ו88ו ואילך

<a class="postlink" href="https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%95%D7%A7%D7%A3">https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%95%D7%A7%D7%A3</a>

<a class="postlink" href="http://www.ybz.org.il/_Uploads/dbsAttachedFiles/Article_19.1.pdf">http://www.ybz.org.il/_Uploads/dbsAttac ... e_19.1.pdf</a>

Buddy » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 12:39 pm

· #425366
וואו איז קרן הצלה פאר אדוואקאטן פאר אידישע פאמיליעס??

Buddy » זונטאג מערץ 3, 2019 8:51 am

· #425516
געוויזן די אמת אין פנים פון 40 יו ען מעמבערס!

דאס איז א גוטע ענטפער פאר די קליקע...