☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול אן א טיטל #12771

אשכול אן א טיטל #12771

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12771

— » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 7:39 pm

· #418728

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 7:43 pm

· #418730
חת"ם סופר: ווייל לגבי זיינע גרויסע ברודער איז ער זיכער געווען דער קלענערער. אדער דער קלענסטער...!

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 7:44 pm

· #418731
היינט צוטאגס זענען אויך דא פיל מענטשן וואס רופן די מוז'יניקל "די בעיבי".

וואלווי » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 7:52 pm

· #418736
ער איז געווען א יתום אויך און מן הסתם דיירעקט געהאדעוועט געווארן ביים טאטעענס געצעלט.

בכלל שטייט דאך קלאר אז יעקב האט געציטערט מיט עם נאך דעם וואס די מאמע איז שוין גישטארבן, און די איינציגסטע ברודער איז אויך נעלם געווארען, ביידע קינדער פון זיין באליבסטע רעביצין.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 7:54 pm

· #418737
חת"ם סופר: ווייל ער איז געווען אין א פאזיציע פון א טאטע וואס האט שוין ל"ע ..."פארלוירן" איין קינד. אזוי ווערט געברענגט פון א פארלעסליכן (נישט פאר די אפיקורסים, פארשטייצעך.) היסטארישן מקור...דער פסוק חומש..."ואחיו איננו"...!

גדליה » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 7:57 pm

· #418739
פארמעקט

פרייוויליג » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 8:18 pm

· #418741
מדי דברו בו, סווערט איבער דערציילט אז יוסף האט זיך קודם אנטפלעקט צו בנימין און שמעון און זיי געבעטן נישט צו דערציילן פאר די ברידער. ווען יוסף האט זיך אננטפלעקט פאר די ברידער, האט ער געפרעגט העוד אבי חי? דארף מען פארשטיין פארוואס האט ער זיי געפרעגט, זיי האבן דאך אים קלאר געזאגט כי איך אעלה אל אבי, האט ער דאך געוויסט אז ער לעבט. זאגט דער כלי יקר, אז יוסף האט מורא געהאט אז זיי האבן געזאגט ליגענט אז זייער טאטע לעבט, כדי ער זאל רחמנות האבן אויף זייער אלטן טאטן, אבער באמת לעבט ער שוין נישט, דערפאר האט ער איבערגעפרעגט העוד אבי חי.

דאס שטימט אבער נישט מיט די נאראטיוו אז יוסף האט זיך קודם אנטפלעקט פאר שמעון און יוסף, ווייל אויב יא, וואלט ער זיי זיכער געפרעגט מה שלום של אבא, און זיי וואלטן אים זיכער געזאגט. דאן פארוואס איבערפרעגן, די תורה שרייבט דאס נישט אבי אין דער וועלט אריין.

שטימט נישט די כלי יקר.

נקודת-אמת » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:13 am

· #418787
פרייוויליג
דאס שטימט אבער נישט מיט די נאראטיוו אז יוסף האט זיך קודם אנטפלעקט פאר שמעון און יוסף, ווייל אויב יא, וואלט ער זיי זיכער געפרעגט מה שלום של אבא, און זיי וואלטן אים זיכער געזאגט. דאן פארוואס איבערפרעגן, די תורה שרייבט דאס נישט אבי אין דער וועלט אריין.

די קשיא איז בעצם נאך שווערער, וויבאלד יוסף האט דאך געפרעגט 'השלום אביכם הזקן אשר אמרתם העודנו חי' (ביי פרשת מקץ)
און דערנאך האט ער באהאלטן די בעכער'ל ביי בנימין'ן'ס טאשקע, און 'טרם הרחיקו' האט מען זיי באלד געכאפט און צוריק געברענגט,
איז וואו קומט אריין, נאך-א-מאהל איבער-צו-פרעגן ווען ער ווייסט קלאהר אז זיי האבן נישט באזוכט דעם טאט'ן אין-צווישען, אתמהה.

נאר וואס דען, איז פארהאן א טייערע ווארט, וואס איז אויך מסביר כמין חומר די באקאנטע מדרש רבה בפרשתן:
"ר' אלעזר בן עזריה אמר אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה ומה יוסף הצדיק שהוא ב"ו כשהוכיח את אחיו לא יכלו לעמוד בתוכחתו
הקדוש ברוך הוא שהוא דיין ובעל דין ויושב על כסא דין ודן כל אחד ואחד עאכ"ו שאין כל ב"ו יכולים לעמוד לפניו"

אז נאך וואס יהודה האט געטענה'ט מיט א פעסטקייט אז ''והיה כראותו כי אין הנער ומת"
האט יוסף געזאגט מיט א תוכחה: "אני יוסף אחיכם אשר מכרתם אותי מצרימה, העוד אבי חי"
כלומר, ווען אייך האבן מיר פארקויפט פאר די ישמעאלים, וואו איז דענטסמאהל געוועזן די דאגה פון 'כראותו כי אין הנער ומת' הא?!

און אויף דעם 'ולא יכלו אחיו לענות אותו'.

וואלווי » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 4:47 pm

· #418851
[ציטאט אראפגענומען]

אגב, כ'מיין אז די האסט א טעות אין דער טייטש פון הקטן. קטן מיינט נישט קליין דא, נאר יוגסטער, פונקט אזוי ווי אח הגדול מיינט נישט גרויס נאר עלטסטער. מילא איז א שאד זיך צו טענה'ן מצד דער age, נאר ענדערש זען צו פארשטיין פארוואס מ'האט עם אזוי געהיטן ווי א בן זקונים, א לעצט פארבליבענער צוויגל, א קינד וואס איז אויפגעוואקסען דוקא ביים טאטן אן א מאמע, וכו' וכו'...

קאצקע ציקער » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:30 pm

· #418890
טאקע א שטארקע קשיא א טאטע מיט א שטוב פון 10 קינדער דארף האבן רשות צו ג'יין ערגעץ

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:08 pm

· #418898
[ציטאט אראפגענומען]

חת"ם סופר: איך פרעג נישט אפ דיין טענה בכלליות. אבער דאס וואס דו זאגסט אז אין יענע צייטן האט מען שוין ביי די 24 געהאט חתונה געהאט און געפיהרט אן אייגענע ווירטשאפט איז נישט ריכטיג. יצחק האט חתונה געהאט ביי די פערציג יאר. און יעקב אבינו ביי די אכציג...!

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:10 pm

· #418900
און די פרויען האבן געהייראט ביי די דריי יאר, אזוי ארום האט יעדער געקענט האבן צען ווייבער... עיין ערך לעיקוואוד שידוך קריזיס...

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 3:58 pm

· #418974
חת"ם סופר: דאס וואלט געקענט זיין א שיינער שיעור אין חומש רש"י אויף די פרשת השבוע. פארגעלערנט דורך דעם מרא דאתרא. דער גלח שליט"א...!

צפור בודד » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2018 4:05 pm

· #419515
איך האף אז מיין מהלך איז אויסגעהאלטן און אז נישט וועלן די שלומי אמוני חברי הפארום זיכער מיך פארעכטן און שטעלן במעגלי צדק.

די מעשות פון די סדרות קען מען פארשטיין אויף פארשידענע אופנים. יעדער האט זיך אירע קשיות און תירוצים להפליא. נאר אין מקרא יוצא מידי פשוטו און צו פארשטיין די מעשה אויפן פשוט'סטן אופן און בפרט די געפילן וואס דער פסוק ברענגט בפירוש ארויס אדער צווישן די שורות איז דער פשוט פשט וויאזוי מען פארשטייט עס דער בעסטער אפילו אז דער כראנאלאגיע קלאפט נישט.

לענינינו, די מעשה מיט בנימין קלאפט אום בעסטן אז ער איז געווען א אינגל אדער א בחור'ל א צענערלינג, און מען האט אים צוגענומען פון זיין פאטער. ואביו אהבו ווייל קיין פרוי האט ער נישט געהאט און קינדער אויך נישט וואס זאלן בלייבן יתומים און פארדעם איז דער באציונג צו אים ווי צו אי יונג קינד וכו' וכו'. דער זעלבער איז ביי עקידת יצחק, אז מען רעכנט עס אויס כראנאלאגיש איז יצחק אפשר געווען זיבן און דרייסיג אבער עס וועט נישט קלאפן מיט דער גאנצער מעשה, די געפילן, דער 'קיוטקייט' פון זיין שאלה ואיה השה לעולה און אזוי ווייטער. דער זעלבער דער עלטער פון רבקה ביים שידוך פון יצחק אדער דער עלטער פון יעקב ווען ער האט אפגעקוילערט דער שטיין און געקושט רחל. פשוט פשט פון דער מעשה איז אז ער איז געווען א יונגערמאן וואס האט זיך פארליבט און מסכים געווען צו ארבעטן זיבן יאר פאר איר און דערנאך זיך אועק געשטעלט א פרנסה. די פשטים פון שם ועבר זענען פיין און וואויל כדי די הונדערט דרייסיג יאר בעמדו לפני פרעה זאל פיין קלאפן אבער די מעשה אליינס ווערט אזוי אפגע'שחט'ן. כנלע"ד.

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2018 6:02 pm

· #419516
דיין פשט גרעניצט זיך מיט כפירה, אבער לאמיר עס לאזן ביי דעם.

צפור בודד » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2018 7:19 pm

· #419519
ביסט גערעכט און לויט קיין שום פשט קלאפט נישט אלעס גלייך. אנדערע זענען אינטערסירט מיישב צו זיין יעדער עלטער און אלע כראנאלאגיעס אז דער טעקסט זאל קלאפן אויף א מאטאמאטישן אופן און איגנארירן די מעשה אליין. איך בין אינטערעסירט אין דער מעשה און די קושיות וועט תשבי פארענטפערן. די עקדה האט נישט קיין זינען סיידן אז יצחק איז געווען א יונג קינד. אלקים יחנך בני זאגט מען פאר א קינד. בלויז א ראמאנטישער יונגערמאן ארבעט פערצן יאר פאר א פרוי. איי לפי דעם קלאפן נישט אנדערע פסוקים? ביסט גערעכט און לויט אנדערע פשטים קלאפט אויך נישט אלעס, און מיר קענען זיך אין דעם נישט העלפן.