☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » ארויסשטעלן קינדער פון חדר: שיטת החתם סופר

ארויסשטעלן קינדער פון חדר: שיטת החתם סופר

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12769

בן נריהו » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 8:30 am

· #418618
ארויסשטעלן קינדער פון חדר: שיטת החתם סופר
[פילע דאנקע ערשטרעקט פאר א פריינטליכע ניק וואס ער - הייסט דער מאן אונטער די ניק - האט דיזע אשכול אין פליסיג אידיש איבערזעצט, צום געזונטס באצוועק פון דער פיאקער פירער, בערל]

שאלה: נישט אננעמען/ארויסווארפן א קינד וואס דער טאטע גייט נישט אין שפאן?

תשובה: שטייט אין שו"ת חתם סופר ח"ב יו"ד סי' שכ"ב, אבל סרבן ועבריין בעלמא, מאן לימא לן שלא נחוש על בניו שיהיה צדיקים, ואיך נגרשם מהסתפח בנחלת ד'? והנה מהרש"ל בים של שלמה ב"ק י, יג השיג על תשובת רב פלטוי גאון, שיש לגזור על על אשת המוחרם שלא לילך לבית הכנסת ולגרש בניו מבית הספר, וכתב: חלילה במה שכל העולם אינו מתקיים אלא בהבל תינוקות של בית רבן וכו' גם להוציא בניו מבית הספר חלילה וחלילה, וכן פעם אחת בא מעשה לידי שכתב לי חכם וזקן בדורו, בעל הוראה, שאוציא בני המוחרם מהישיבה, ולא השגחתי בו כל עיקר, עכ"ל מהרש"ל.

דער רמ"א ברענגט יא די שיטת רב פלטוי להלכה אין יו"ד סי' שלד, ו, אבער דער מחבר אפאר סעיפים ווייטער ברענגט טאקע רב פלטוי, אבער ער לאזט אויס דעם חלק פון ארויסשטעלן די קינדער פון בית הספר! דער ט"ז פראבירט מחלק זיין ווי אלט די קינדער זענען, אבער אנדערע פארשרייען עם.

הנוגע לענייננו, אלעס גייט דאך היינט מיט "שיטת חתם סופר". גייט נישט דערך א שבע ברכות/בר מצוה/חנוכה פארטי וואס דער דרשן פארענטפערט נישט זיין קשיא בהקדם וואס ס'שטייט אין חתם סופר. גאנץ התבדלות וכו' וכו' וכו' שטאמט אויפן נאמען פון חתם סופר.

ברויך מען באוויסטזיניג זיין אויך פון דעם חתם סופר.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 8:33 am

· #418620
קומט דאך אויס אז ס'איז א מחלוקת צווישן די מחבר און די רמ"א, ובני ישראל (האשכנתזים) יוצאים ביד רמ"א...

בן נריהו » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 9:22 am

· #418627
רביה''ק זי''ע
קומט דאך אויס אז ס'איז א מחלוקת צווישן די מחבר און די רמ"א, ובני ישראל (האשכנתזים) יוצאים ביד רמ"א...

ער - דער חת"ס - האט ביידע אין בעוואוסטענזינען געהאט. די פונקטע דא איז די מיינונג פון חת"ס.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 9:39 am

· #418632
די רמ"א האט אויך געוואוסט וואס די חת"ס האט געוואוסט...

הקטן » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 9:50 am

· #418638
ס'איז דא א פאל וואס נאר די "עלטערען" זענען די פראבלעם פין דעם מוסד
אויך איז דא פעלער וואס די "קינדער" זעלבסט פין די סארט עלטערען זענען די פראבלעם, לויט די מוסד'ס בליק (גערעכט צי נישט)
רעדט אויך פין דעם די חתם סופר?

האט מיר איינער נאכגעזאגט אמאל אז די חתם סופר שרייבט אז דער רבים דארף קיינמאל נישט ליידען פין דעם יחיד. ווייסט איינער א מקור?