☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » ופרח לו איש האמת

ופרח לו איש האמת

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12768

גדליה » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:59 pm

· #418590
ופרח לו איש האמת
יעצט אריינגעקומען די בשורה אז רבי פרחיה האט אויסגעהויכט די נשמה אין א גאנץ יונגע עלטער פון 69 יאר.
רבי פרחיה איז געווען באקאנט פאר זיינע געניאלע חידושים און מאדנע וועג פון קוקען אויף זאכען.
פרטים איבער די לויה און הספדים אין אייוועלט.

די קינדער האבען איבערגעגעבן די פאלגענדע צוואה געשריבען אין קורצע מליצות:

ברוך דיין האמת
ופרח לו איש האמת
ועשית נא עמנו חסד ואמת
אל נא תקברנו בדרך אמת

כה דברי הפורח
כשמש בבוקר זורח
ובבוא הערב לעת
לא אוכל עוד לצאת
השמש בא בצהרים
אל נא תקברנו במצרים

נ. ב. אבקש מכל מי שפגעתי בו שימחול לי בלב שלם, כי לפעמים מחמת ריתחא דאורייתא אולי פגעתי במישהו, וגם אני אין בליבי טינא על שום אחד ח"ו, כי הכל רק משחק שקורין פלעי בלע"ז, ואני אוהב כל בן אדם וכל נברא באהבה רבה ואהבת עולם,
כה דברי הקטן פרחיה.


וכל בית הקפה יבכה את השריפה אשר שרף.

קורקלענד » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:52 pm

· #418596
זעהט אויס אז פאר גדליה איז ר' פרחיה מער ווערט טויט ווי לעבעדיג... ווייל ווילאנג ער האט געלעבט האט מען נאך געקענט פרעגן ביי ר' פרחיה צו גדליה האט איהם גוט פארשטאנען. אבער אזוי וועט עס מער זיין גדליה ווי פרחיה......

שוין זאל ער כאטש זיין א גוטער בעסטער......