☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קענט איר איינעם פון שטיבל?

קענט איר איינעם פון שטיבל?

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1276

זר זהב » מאנטאג יולי 30, 2012 11:41 am

· #29752
קענט איר איינעם פון שטיבל?
ווער קען וועמען? ביטע אויפהייבן די האנט.

דאפעלטע ניקים נישט אינקלודעד...

איך, נישט נאר וואס איך קען נישט קיינעם דא, האט מיר איינער גאר געאייצעט צו גיין צום טעראפיסט געוואויר צו ווערן ווער "איך" בין.

דולה ומשקה » מאנטאג יולי 30, 2012 1:12 pm

· #29809
וואס איז דער גדולה, צו איך קען יענעם אדער אז יענער קען מיר?
איך גראדע קען איינעם אבער איך ווייס נישט זיין ניק, נאר אזוי פיל ווייס איך אז יענער געפונט זיך דא.

ידען » מאנטאג יולי 30, 2012 1:24 pm

· #29815
איך קען נאר ביי google talk

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 30, 2012 1:25 pm

· #29818
איך קען בלויז איינעם און יענער קען מיך.

אויף א אנדערע ניק בין איך 75% זיכער אז איך ווייס ווער דאס איז, אבער משום תקנות המקום טו איך גארנישט דערוועגן. איך זאג אים נישט מיינס און פרעג אים נישט זיינס.
אזוי קענען מיר ביידע שרייבן מער רואיג און אפן, און זיך נישט שעמען...

גאלד » מאנטאג יולי 30, 2012 1:30 pm

· #29821
איך קען קיינעם כאף קיינער קען מיך נישט,
איך בין דא מקיים א מפורש'ע חז"ל חגיגה טז.

אם רואה אדם שיצרו מתגבר עליו ילך למקום שאין מכירין אותו
וילבש שחורין ויתעטף שחורין
ויעשה מה שלבו חפץ ואל יחלל שם שמים בפרהסיא

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 30, 2012 2:34 pm

· #29850
גאלד
איך קען קיינעם כאף קיינער קען מיך נישט,
איך בין דא מקיים א מפורש'ע חז"ל חגיגה טז.

אם רואה אדם שיצרו מתגבר עליו ילך למקום שאין מכירין אותו
וילבש שחורין ויתעטף שחורין
ויעשה מה שלבו חפץ ואל יחלל שם שמים בפרהסיא


גאלד, נאך אביסל דו רעדסט, ווייס איך ווער דו ביסט!... 😂 😂
JUST KIDDING
פאר אלע אידן געוואונטשן אזוי צו זינדיגן ווי דו זינדיגסט דא אויף קאווע שטיבל.....

ווילעך טאקע דא מוסר מודעה זיין, אז דאס וואס איינער קען דעם צווייטן, שטערט פון זיך ארויסגעבן וואס מען טראכט.
די אנאנימיטעט (?) איז א געוואלדיגער מיטל צו הערן די אמת וואס יעדער טראכט, און אייגענע פרשיות וואס יעדער מאכט מיט...
אויב ווערט דאס צושטערט, לוינט זיך נישט די גאנצע עסק.

zurich » מאנטאג יולי 30, 2012 6:31 pm

· #29924
די סייט איז נאך צו יונג אז די עולם זאל זיך שוין קענען ווארטס אפאר יאר!!
למשל אין איי וועלט איז די עולם זייער היימיש צווישן זיך, זיי האבן שוין אפילו געמאכט א קומציץ צווישן זיך!

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 30, 2012 6:34 pm

· #29926
די קומזיץ דארט איז נישט געווען ווייל זיי קענען זיך פערזענליך.
אין פאקט איז געווען א מלוה מלכה/קומזיץ, און נישט יעדער האט ארויסגעגעבן ווער איז ווער...

אבער עס איז א גוטע איידיע פאר קאווע שטיבל.
אפשר מוצש"ק נחמו?...

DotCom » מאנטאג יולי 30, 2012 6:48 pm

· #29934
שמעקעדיג
די קומזיץ דארט איז נישט געווען ווייל זיי קענען זיך פערזענליך.
אין פאקט איז געווען א מלוה מלכה/קומזיץ, און נישט יעדער האט ארויסגעגעבן ווער איז ווער...

אבער עס איז א גוטע איידיע פאר קאווע שטיבל.
אפשר מוצש"ק נחמו?...


זאלסטעך אבער נישט וואונדערן אז די פנימער וועלן זיין די זעלבע 😉

ידען » מאנטאג יולי 30, 2012 7:04 pm

· #29941
ווען איך קען מענטשן פערזענלעך וואלטעך נישט געשריבן אסאך זאכן וועגן מיר וואס כאב קיינמאל נישט געזאגט פאר קיינעם אין די וועלט.

town1 » מאנטאג יולי 30, 2012 7:06 pm

· #29943
שמעקעדיג
די קומזיץ דארט איז נישט געווען ווייל זיי קענען זיך פערזענליך.
אין פאקט איז געווען א מלוה מלכה/קומזיץ, און נישט יעדער האט ארויסגעגעבן ווער איז ווער...

אבער עס איז א גוטע איידיע פאר קאווע שטיבל.
אפשר מוצש"ק נחמו?...

א גוטע איידיע

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 30, 2012 7:17 pm

· #29950
ידען
ווען איך קען מענטשן פערזענליך וואלטעך נישט געשריבן אסאך זאכן וועגן מיר וואס כ'האב קיינמאל נישט געזאגט פאר קיינעם אין די וועלט.


זה הדבר אשר דברתי.

ס'איז אפשר אויך כדאי צו נעמען אין באטראכט ווען מען שרייבט, אז אויב ח"ו איינער וועט ליום מן הימים אויסגעפינען ווער מען איז, זאל מען האבן וואס צו ענטפערן אויף די אלע תגובות.
אוי געוואלד, איך אליין האב שוין צוזאמענגעווארפן איבער גענוג פריוואטע זאכן....

שוין, נאר בלייבט נאר, מקח בלייבט מקח..

zurich » מאנטאג יולי 30, 2012 7:41 pm

· #29966
שמעקעדיג
ידען
ווען איך קען מענטשן פערזענליך וואלטעך נישט געשריבן אסאך זאכן וועגן מיר וואס כ'האב קיינמאל נישט געזאגט פאר קיינעם אין די וועלט.


זה הדבר אשר דברתי.

ס'איז אפשר אויך כדאי צו נעמען אין באטראכט ווען מען שרייבט, אז אויב ח"ו איינער וועט ליום מן הימים אויסגעפינען ווער מען איז, זאל מען האבן וואס צו ענטפערן אויף די אלע תגובות.
אוי געוואלד, איך אליין האב שוין צוזאמענגעווארפן איבער גענוג פריוואטע זאכן....

שוין, נאר בלייבט נאר, מקח בלייבט מקח..
מיט דעים אליינס קענסטו אויפווייזן אז ס' נישט דיר.ווייל וועלכע נאר וועט שרייבן אזעלכע פריוואטע זאכן וועגן זיך,אלא מאי מיז זיין אז ס' נישט מיך!!קאפטשוי??

קרעקער » דינסטאג יולי 31, 2012 11:33 am

· #30251
סוועט נישט זיין קיין מנין ביי אזא מלוה מלכא לויט וויפעל דאפעלטע אין טריפעלטע ניקס סיז דא

town1 » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 3:45 pm

· #30775
ניין, איך קען נישט

יידל » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 4:01 pm

· #30790
קרעקער
סוועט נישט זיין קיין מנין ביי אזא מלוה מלכא לויט וויפעל דאפעלטע אין טריפעלטע ניקס סיז דא

דו האסט געווארפן צופיל פיעטשעס אויפן טיטשער ביי מאטעמאטיק...
כעת איז דא 423 ניקס. לאמיר זאגן, לרווחא דמילתא, אז יעדער האט פיר ניקס. 423 צוטיילט אין 4 איז 105 מיט דריי רעשטלעך. דאס איז צען מנינים!

קלוג און יונג » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 9:10 pm

· #30969
ווי האט די לאפיטשאווער זיך אויסגעדריקט ווען די מוטער האט געפרעגט צו ער זעט אליהו'ן:
ווער ס'זעהט זאגט נישט, ווער ס'זאגט זעהט נישט.
ווער ס'קען רעדט נישט...

פריינדליך » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 9:37 pm

· #30990
דורוך א צופאל קען איך איינעם פון שטיבעל,
איך בין געווען צוזאמען מיט יענעם אויף א פלאטץ און א געוויסע זמן און ער האט געשריבען פון זיין אייפאון, כ'האב עס באמערקט און ביז ווי ווען איך האב מיר פראבירט צו מאכען ווי איך זע נישט האט ער מיר באמערקט, ער איז געווארען זייער פארשעמט איך האב אים באמת געשוינט, אלץ די גמרא פון מוטב שיפיל עצמו לתוך כבשון האש ואל ילבין פני חבירו האב איך אים געזאגט אז איך שרייב אויך און איך האב אים געזאגט מיין ניק, מיר האבן שוין אסאך גערעדט זייט דעמלאטס,

א איד » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 12:20 am

· #31103
די זעלבע האב איך געהאט מיט א חבר מיינער, ווער ווייסט אפשר איז עס גאר געווען פריינדליך טאקע?

דו ביזט עס געווען???

אייגענארטיג » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 10:09 am

· #31163
קינדערליך טוטס נישט אזעלעכע זאכן.

וועם גייט אן ווער יענער איז ווער דער איז.

די עיקר איז מלופטערט די מוח נאך א שווערע טאג ארבעט

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 11:17 am

· #31175
אייגענארטיג
קינדערליך טוטס נישט אזעלעכע זאכן.

וועם גייט אן ווער יענער איז ווער דער איז.

די עיקר איז מלופטערט די מוח נאך א שווערע טאג ארבעט


אקעי טאטי, אז דו הייסט, וועלן מיר אלע שיין פאלגן.

א גוטע נאכט.

אייגענארטיג » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 12:30 pm

· #31201
שמעקעדיג
אייגענארטיג
קינדערליך טוטס נישט אזעלעכע זאכן.

וועם גייט אן ווער יענער איז ווער דער איז.

די עיקר איז מלופטערט די מוח נאך א שווערע טאג ארבעט


אקעי טאטי, אז דו הייסט, וועלן מיר אלע שיין פאלגן.

א גוטע נאכט.


כהאב הנאה שעפעלע אזוי דארף מען טאקע טון ווען די וועסט גרויס ווערן וועסטו אויך אזוי פארשטיין.

ע"כ בדרך הלצה.

גיב מיר ביטע צו פארשטיין. פארוואס ווילסטו איינער זאל שרייבן דא ווען מ'וועט אים נאכגיין ווער ער איז.

ווען איך קום דא ארויף וויל איך זיך אויסלופטערן אן טראכטן אז איינער גייט נאכגיין ווער איך בין.