קורקלענדדי גאנצע אמאזאן מאנאפאלי איז נאר א דאנק אייער לינקע רעגירונג, זיי האבן איהם געמאכט א מאנאפאל ווייל זיי האבן ליעב קאנטראל. בעזאס איז נישט קיין קאפיטאליסט! ער איז סתם א (כלומרשט) לינקע ביזנעס מאן וואס גלייבט אז די איינציגסטע וועג צו סוקסעס איז דורך אונטערקויפן די רעגירונג איינגעשטעלטע. דערפאר שפילט ער לינקע ווייל ס'רעדט איין אזעלכע ווי אייך אז ער מיינט הומאניטי, אבער באמת איז עס קאמוניזם (אדער סאושעליזם לויט אייערע באגריפן) מיט א קאפיטאליסטישע מאסק! פארוואס גיבט די רעגירונג שטייער דיסקאונטס נאר פאר אמאזאן? פארוואס באקומט אמאזאן ביליגערע פרייזן פאר זייער שיפמענטס? פארוואס מעג די פעדעראלע רעגירונג נאר קויפן פון אמאזאן? דאס איז קאפיטאליסטיש? אדער גאר קאראפטיסטיש?
בערני האט נישט ליעב קאמפעטישן. ער וויל נישט ס'זאל זיין פערציג פערציג דעאדעראנטס אויף די פאליצעס ער זאגט אז פיר איז גענוג, נו אויב אזוי איז איין אמאזאן אויך גענוג. ס'איז צייט אז איר זאלט אנהייבן לייענען אביסל מער וועגן קאפיטאליזם......
באמת אבער האט אמאזאן גאר געמאכט די ראפעל צו קאמפיטן מיט בינגאו, נישט מיט נייטרא.....
אוי באשעפער!
אזעלכע שטותים און ליגיונות. האסט זיך אויסגעלערנט צו לעבן אינעם שקר פון טראמפ און אלע עקסטרעים רעכטע, און ווען מ׳ווייזט זיי עפעס וואס געפעלט זיי נישט שרייען זיי ״פעיק נוס״...
כהאב נישט קיין נערווען צו צונעמען דיין תגובה און דיר ווייזן קודם וויפל שטותים דו רעדסט דא צאם... אפשר איין טאג... אבער איין קשיא וויל איך דיר יא פרעגן וואס מיינט ״אייער לינקע רעגירונג״? דאכצעך די רעכטע זענען געוועהן אין קאנטראל די לעצטע צוויי יאהר??? כהאב געמיינט אז טראמפ גייט זיין דער שופר של משיח??
זאלסט מיר שטארק אנטשולדיגן מיין פריינד אבער לויט דיין תגובה דארפסטו זיך נאך לערנען פשוטע אל״ף בי״ת... בתוך שאר רעכטע...
נעבעך! אזוי פארכאפט צוזיין אין שקרים...