☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » יוסי פריעד רעדט פאר די בארד אף עדיוקעישן

יוסי פריעד רעדט פאר די בארד אף עדיוקעישן

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12754

יתרו » דינסטאג דעצעמבער 4, 2018 11:39 pm

· #417985
יוסי פריעד רעדט פאר די בארד אף עדיוקעישן
יוסי פריעד רעדט דברי חכמה ופיקחות, כנראה האט ר' אהרן מיט ר' יוסי זיך פארגעגרייט בינעזאם די דרשה.

נחום האלפנטיני » מיטוואך דעצעמבער 5, 2018 8:59 am

· #418016
די דזשאוק איז אז ווער עס קען יוסי פריעד ווייסט אז אין ישיבה האט ער נישט געלערנט א מילה אחת (גוזמא). ער האט אופגעבחורט פארוויילענדיג די צייט מיט כל מיני עסקים נאר נישט דאס וואס ער פארקויפט די ישיבה איז גוט פאר.

מעגליך אז ער האט געקענט קענען לערנען אבער ער האט אויסגעוועלט דאס נישט צוטוהן. נו, דאס שרייען אלע איז איינע פון די הויפט פראבלעמען פון חדרים וישיבות. ס'איז נישטא קיין פרעשור מבחוץ.

ס'איז נאר פאני אז ער טרייט איינצורעדן מענטשן אז ער מיינט די וועלט פונקציאנירט נאר מחמת מעשי ידיהם פון די מאכערס און וואויל-רעדערס.

קורקלענד » מיטוואך דעצעמבער 5, 2018 10:04 am

· #418025
נחום האלפנטיני
די דזשאוק איז אז ווער עס קען יוסי פריעד ווייסט אז אין ישיבה האט ער נישט געלערנט א מילה אחת (גוזמא). ער האט אופגעבחורט פארוויילענדיג די צייט מיט כל מיני עסקים נאר נישט דאס וואס ער פארקויפט די ישיבה איז גוט פאר.

מעגליך אז ער האט געקענט קענען לערנען אבער ער האט אויסגעוועלט דאס נישט צוטוהן. נו, דאס שרייען אלע איז איינע פון די הויפט פראבלעמען פון חדרים וישיבות. ס'איז נישטא קיין פרעשור מבחוץ.

ס'איז נאר פאני אז ער טרייט איינצורעדן מענטשן אז ער מיינט די וועלט פונקציאנירט נאר מחמת מעשי ידיהם פון די מאכערס און וואויל-רעדערס.

אייער סטעיטמענט איז נישט קיין סתירה צו וואס ער האט געזאגט. איך האב נישט געהערט אין זיין קורצע רעדנער זאל משבח זיין די עדיוקאציע אונזערע מצד גרעידינג אדער חומר, סך בכלל רעדט ער וועגן די שוואכקייטן אין גרעידינג פון די פובליק סקולס, און אויך פון די דיפערענצן אין וויאלענס קריים וכדו'.....

או אינו » מיטוואך דעצעמבער 5, 2018 3:30 pm

· #418044
Re: יוסי פריעד רעדט פאר די בארד אף עדיוקעישן
ער זאגט נאך אדמור מק"י אדער פארקערט. באיזה א מצב אז מווייסט נישט וואס מווייסט נישט.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 5, 2018 9:57 pm

· #418064
נחום האלפנטיני
די דזשאוק איז אז ווער עס קען יוסי פריעד ווייסט אז אין ישיבה האט ער נישט געלערנט א מילה אחת (גוזמא). ער האט אופגעבחורט פארוויילענדיג די צייט מיט כל מיני עסקים נאר נישט דאס וואס ער פארקויפט די ישיבה איז גוט פאר.

מעגליך אז ער האט געקענט קענען לערנען אבער ער האט אויסגעוועלט דאס נישט צוטוהן. נו, דאס שרייען אלע איז איינע פון די הויפט פראבלעמען פון חדרים וישיבות. ס'איז נישטא קיין פרעשור מבחוץ.

ס'איז נאר פאני אז ער טרייט איינצורעדן מענטשן אז ער מיינט די וועלט פונקציאנירט נאר מחמת מעשי ידיהם פון די מאכערס און וואויל-רעדערס.

נחום האלפנטיני:נאכ'ן גיין אויף א דייעט מעגסטו דיך באטראכטן אז דער יונגערמאן יוסי פריעד (וועם איך קען נישט) האט זייער גוט און קלאר, אין א גוטן, פארשטענדליכן ענגליש אראפגעלייגט זיין קעיס. אויב וויאזוי ער האט גערעדט איז אן אינדיקאציע פון די קוואליטי פון עדיוקעישן וואס מ'באקומט אין ישיבות. האט ער שוין געוואונען דעם קעיס...!

גדליה » מיטוואך דעצעמבער 5, 2018 10:02 pm

· #418067
ער רעדט מוראדיג שטרענג. אזוי דארף מען טוהן. דאס איז די איינציגסטע שפראך וואס זיי פארשטייען.

גדליה » מיטוואך דעצעמבער 5, 2018 10:05 pm

· #418069
אויכעט איז זייער גוט אז ער איז מגלה קלונם פון די פאבליק סקולס. סאיז זיכער אז זיי פארשעמען זיך שטארק און דאס וועט גורם זיין זיי זאלען זיך אפשאקלען פון אונז. זיי קענען זיך נישט ערלויבען צו ליידען אזעלכע בושות יעדען טאג.

פליקער » מיטוואך דעצעמבער 5, 2018 10:20 pm

· #418071
Re: יוסי פריעד רעדט פאר די בארד אף עדיוקעישן
משינעדיגער עולם דארטן, וועט זיכער האבן א ווייטען אפקלאנג

אישתישבי » מיטוואך דעצעמבער 5, 2018 10:26 pm

· #418072
ועל זה אמר החכם, ווער עס פארשטייט נישט פארשטייט נישט.