☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » א מענטש איז געשטארבען

א מענטש איז געשטארבען

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12749

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 3, 2018 2:42 pm

· #417818
א מענטש איז געשטארבען
א צארטע נשמהלע
קוים געבוירען
אראפגעקלאפט פון באס
א מענטש איז געשטארבען

בעוון הדור פארשטייצעך
אינטערנעט, גיוס
תקנות , צניעות
א מענטש איז געשטארבן

א מאמע פון פינעף קינדער
טעטיג און טיכטיג
אומגעקומען פון קענסער
א מענטש איז געשטארבען


מעיקקאפ, שטראפן
אלע עבירות נעבעך
ראשית חכמה, גיהנם
א מענטש איז געשטארבען


א שיסעריי, געוואלד!
אין א שוהל וואו מען דאווענט
פארגאסן אומשולדיג בלוט
מענטשן זענען געשטארבען

געי, תועבה
רחמנא ליצלן
א טעמפעל געוואלד
מענטשן זענען געשטארבען


א מיטליעריג איד
געשלאגן מיט יענע מעשה
איבערגעלאזט יונגע קינדער,
א מענטש איז געשטארבען

צדיק וקדוש וטהור
לוחם מלחמות השם
נישט דא קיין שלעכט וארט
א מענטש איז געשטארבען