שבת אחיםשטותים מיט הבלים. אסאך פון די פראבלעמען איז גלייך אוועקגעגאנגען ווען “Orange Hitler” איז אנטלאפן מיט בושות אין א בונקער אין פלארידע.
אמעריקע lead ווייטער די פייט קעגן גלאובעל ווארמינג. אימיגראנטן זענען ווייטער וועלקאום אין אונזער לאנד (דורך א לעאגאלע סיסטעם). אמעריקע חנפ'ט זיך נישט צו קיין דיקטעטארס ווי פוטין און קים דזשונג אן. דער פרעזידענט שלאגט זיך נישט ארום מיט יעדן אויף טוויטער. פירט זיך אויף ווי א שטאטסמאן, נישט ווי קיין חדר יונגל. אמעריקע האט זיך ארויסגעצויגן פון אפגאניסטאן ענדליך נאך צוואנציג יאהר.
האהאהא ס'האט מיר געקאסט א פיינער לאך, צו ליינען ווי דו ביסט דיך מחי' מיט א בוך פון דעם געוועזענעם 'היטלער' רעפובליקאנע פרעזידענט בוש, יא יא, יעצט עמיר זיך רואיגערהייט שטעלן ווארטן פאר 10-15 יאר ארום ווען דו וועסט דיך אליינס נישט גלייבן אז דו לייענסט א בוך פון דעם ארענדזשן באגי מען דאנעלד טראמפ.
וואס מיינט lead די פייט? געבן די מערסטע געלט?!!! דאס מיינט לעקן די כינעזער שטיוול, 'כינע' געט ווייטער ארויס די מערסטע פארפעסטיקסטע לופט ואין פוצה פה ומצפצף! נישט נאר דאס, נאר 'אמעריקע' געט ווייטער די מערסטע געלט צו באקעמפן די אפגאט וואס רופט זיך 'קלימאטן טויש' וואס האט עטליכע יאר צוריק געהייסן 'גלאבאלע אנווארימונג', נאר נאכן פעסטשטעלן אז די וועלט ווארימט זיך טאקע נישט אן האט די לינקע אפגאט געמוזט מאכן א שינוי השם, ויקרא שמו, 'קלימאטן טויש'.
איך בין זיכער ביי מיר אז בלויז עטליכע חדשים צוריק, ווען דער 'ארענדזשע היטלער' האט געמאלדן אז 'אמעריקע' ציט ארויס די אירע טרופן פון 'אפגאניסטאן', האסטו ווי אלע וואוילע לינקע שעפעלעך, געשריגן און פארפירט אז ער מאכט חרוב אלעס וואס מ'האט אויפגעטון דארט, אבער יעצט אז דער אלטער פארקאלעכטער ביידען טוט אזוי, איז עס מורא'דיג, א געוואלדיגע דערגרייכונג. לינקע היפאקריטן.
ווען פרעזידענט טראמפ'האט געמאלדן אז ער וועט
אפשטופן די יערליכע מיליטערישע מאנעווערעס מיט 'דרום קארעא' כדי נישט אויפצורעגן 'צפןן קארעא' מיט וועם ער האט געוואלט מאכן א דיעל, זענען אלע דעמאקראטן געשפרינגען ווי מייז, הלמאי ער געט נאך פאר דעם קאמוניסטישע דיקטאטור אן גארנישט צוריק באקומען, אבער יעצט ווען 'ביידען' נעמט אראפ סאנקציעס פון 'איראן', גארנישט, אלעס איז פיין, דער עיקר אונזער פאפוט פרעזידענט שיקט נישט קיין ווילדע טוויטס.