וויליאמסבורג - צענדליגע טויזענטע אידן האבן זיך פארזאמעלט
51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12740
וויליאמסבורג - צענדליגע טויזענטע אידן האבן זיך פארזאמעלט
דעם מיטוואך נאכט ביי די צענטראלע סאטמארער סעודת הודאה וואס איז אפגעהאלטען געווארען דאס יאר כ"א כסלו שנת תשע"ט צוזאמען מיט דעם יערליכען דינער אין דעם גיגאנטישען בארימטען זאל אין געגנט פון ווילימסבורג, במעמד ראשי אלופי אלפי ישראל, זקני הרבנים ואדמורים שליט"א, ובראשם כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א - פייערדיגע דברות קודש געהערט דורך סאטמארערער רבי'ן שליט"א איבער די שרעקליכע גזירות וואס לויערן אויף כלל ישראל - נדיבי עם האבען געעפענט די טאשען ברייט און ס'איז אריינגעקומען די אסטראנאמישע סכום פון אריבער דריי און זיבעציג מיט פינעף טריליאן דאלאר -
מאסן מענטשן, לויט טייל שאצונגען אריבער צוואנציג טויזענט אין צאל, האבען זיך צונויפגעזאמעלט דעם מיטוואך נאכט אין די גיגאנטישע זאל אין שכינות פון וויליאמסבורג ווי מען האט געפראוועט די פייערליכער יום הצלה אינאיינעם מיט די דינער השנתי, וואס שוין לאנגע וואכען וואס מען גרייט זיך צום פייערליכען דינער, ווען מען האלט אפ די געוואלדיגע יום הצלה פון רביה"ק מסאטמארער זיעוכי"א, ווען ער איז געראטעוועט געווארן מעמק הבכא, און יעצט האט מען אפגעהאלטן די סעודת הודאה אינאיינעם מיט'ן דינער, וואס איז געצילט צו העלפן די מוסדות על טהרת הקודש וואס איז נתייסד געווארן בדם לבבו הטהור פון רשכבה"ג מסאטמארער זצוקללה"ה, וועלכע איז געראטעוועט געווארן אין דעם טאג כ"א כסלו, וואס איז באשטימט געווארן צו אפהאלטען די דינער דעם טאג ארויסצוהעלפען די הייליגע מוסדות בהתייסדות מרן רביה"ק מסאטמארער זי"ע הכ"מ הי"ד.
די גרויסארטיגע סעדת הודאה האט זיך אנגעהויבן ווען די אלעמען באקאנטע באגאבטע רעדנער ר' שלמה יוקלשטיין האט זיך אויפגעשטעלט רעדן און באגריסען די אלע פארזאמעלטע, און דערביי האט ער ארויסגעברענגט די געוואלדיגע טאג ווי מיט איבער זיבעציג יאר צוריק איז מרן רביה"ק רשכבה"ג מסאטמארער זי"ע געראטעוועט געווארן, גלייכצייטיג האט ער מסביר געווען אז די הייליגע מוסדות שטייען יעצט הארט פאר א צוזאמבראך! און ס'איז שוין נישט מעגליך אנצוגיין ווייטער מיט אזויפיל חובות, און עס דראעהט אז די הייליגע מוסדות ואס די רבי זי"ע האט אויפגעשטעלט זאל צוזאמפאלן, און דאס מיינט אז די גאנצע כ"א כסלו נס און די גאנצע קאסטנער באן איז געגאנגען לאיבוד.
נאכדעם האט זיך אויפגעשטעלט דער בארימטער נואם הכבוד וואס מ'האט ספעציעל אימפארטירט פון איטאליע, הרה"ג נואם בחסד עליון ר' גרשון פרוימאן שליט"א, ראש ישיבת עולם גולם דאיטאליע, וועלכע איז בארימט אין די גאנצע וועלט אלץ א מייסטער רעדנער און ער האט אפילו אויפגעטרויטן ביי די רבי מאיר בעל הנס דינער אין מאנטריאל. הרב פרוימאן האט מיט געשמאק נאכדערציילט אפאר וויצן וועגן די שוויגער, און ער האט געענדיגט מיט א קנאקעדיגע דזשאוק וואס האט מסביר געווען אז יעדער זאל יעצט געבען אסאך געלט, די עולם האט געלאכט אביסעל און מ'האט געקענט דערשמעקן א שמייכעל אויפ'ן רעבענס פנים.
די גולת הכותרת איז געווען ווען כ"ק מרן אדמו"ר עט"ר הגה"ק והטהור מסאטמארערערער שליט"א איז ערשינען אין די זאל. ס'האט זיך שוין באמערקט אז די רבי קומט אן, ווען געניטע אויגען אויף די פרענטשעס האבען אויפגעכאפט אז די שטיפעניש אויפ'ן אויבן אן איז דערגאנגען צו סכנת נפשות, האט מען באלד פארשטאנען אז די עולם שטיפט זיך ווייל די רבי איז שוין אויפ'ן וועג. למעשה האט נאך געדויערט א האלבע שעה ביז די רבי איז אנגעקומען, אבער די שטופעניש איז געווארן שטערקער און שטערקער, און דאס האט באשיינפערליך געוויזען די געוואדליגע סוקסעס פון די מעמד, און ר' יודעלע ראטענשטיין דער זקן האט זיך אויסגעדרוקט אז בימים ההם ווער ואלט זיך געחלומ'ט אז מ'וועט זיך נאך אמאל שטופען ביי די כ"א כסלו מסיבה?
ווען די רבי איז ערשינען אין זאל איז די דראמא געשטיגען צו גאר הויכע שטאפלען, כאטש זיין הייליגע צורה האט מען נאך נישט געקאנט זעהן. די גאנצע עולם האט ספאנטאן זיך אנידערגעלאזט אין הויעכהילעכיגע געזאנגען, און די מוזיק אונטער די שטארק פראפעסיאנאלע פירערשאפט פון די וועלט בארימטע נעימה יתרה כאר האט זיך געלאזט הערען מיט א הויעכע גרודער וואס האט אויפגעהייטערט אלע ארומיגע. זקנים און בחורים צוגלייך האבען געטאנצען מיט א חיות דקדושה, "אוי חסדי השם כי לא תמנו! כי לא כלו רחמיו!" און מ'האט געזען עלטערע אידען ווישן טרערן פון די אויגן.
דערנאך האט זיך אויפגעשטעלט די בארימטע נהנה מנכסי ציבור, הרה"ח הנגיד ר' אלישע קעסטען שליט"א, וועלכע האט ארויסגעברענגט אז די קאסע איז ממש יעצט אויסגעליידיגט, און מ'האט נארוואס ארויסגעגעבן די געהאלטען פאר אלע געטרייע אידען וואס זיצען אויף די קאסע און מאכען זיכער אז דאס געלט קומט אריין, און אזוי ווי די קאסע איז ליידיג האלט מען איצט א טריט בעפאר פארשליסען די מוסדות אויב קומט נישט איצטערט אריין די קאלאסאלע סכום פון לכל הפחות פינעף טריליאן. ער האט מסביר געווען אז די פינאנציעלע מאצעוו איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי שמאל ווי איצטערט און יעדע וואס כבוד רביה"ק זי"ע איז נוגע בלבבו זאל זעהן צו געבען לכל הפחות איין ביליאן. הרה"ח ר' אלישע האט אליינס פארשפראכען אזויפיל ווי הונדערט ביליאן דאלאר! וואס ער וועט אריינלייגען אין די קאסע און גלייך צוריק ארויסנעמען כדי ס'זאל נישט שאטען א שלעכטע אויג זעענדיג די ריזיגע סכום געלד.
נאכדעם האט אויפגעטרעטן ר' געציל, די אדמיניסטראטאר, ער האט אלעס פארגעשטעלט מיט קלארע ציפערען אז יעדע זאל זעהן במה הדברים אמורים. למשל ער האט געגעבען א שריי: "מ'האט שוין נישט געצאלט די איינגעשטעלטע פופצען יאר" און יעדע האט זיך ביטער דערשראקן און אויסגעליידיגט די בערזלען. אויך האט מען אויסגעטיילט הערליכע קאלירפול דייאגראמס מ'זאל זעהן פונקטליך די הון תועפות וואס עס קאסט אפ צו פיטערן טאמעיטעס און אייער יעדען טאג פאר פרישטיג אין די חדרים, און ער האט געזאגט אז כאטש די רעגירונג צאלט א חלק פון די הוצאות, איז אבער דא א פארלאנג פון די טאטעס מ'זאל דווקא צושטעלען הארטע ברויט פאר די קינדער און דאס ציהט אריין אין הויכע קאסטען.
די קלימאקס איז פארשטייצעך געווען די רבי'ס דרשה. ווען די רבי האט צוגעטרויטען צום מיקראפאן האט זיך אנידערגעזעצט א שטילקייט אין די זאל און הונדערטע טויזנטע פארזאמעלטע זענען געשטאנען מיט אפענע מויל און אויערען צו הערן די דברי חכמה פון דעם סאטמארערערער רעבען שליטע.
די סאטמארער רבי שליטה האט אנגעהויבען מיט א טייטש אויף די וואכעדיגע סדרה, און אריינגעפלאכטען א הערליכע חתם סופר וואס איז ממש פאסיג פאר די מעמד. נאכדעם האט ער דאס משלב געווען להפליא מיט א שטיקל דברי יואל אז די עולם איז ממש אינטערגעשפרינגען.
ענדיגנדיג די דברי תורה, האט די רבי משמיע געווען בלבת אש זיין דעת תורה הבהירה איבער ענינים העומדים על הפרק. "הרשעים כים נגרש!" האט די רבי אויסגעשריגען מיט א וויי געשריי מנהמת לבו הטהור.
די רבי האט זיך קאנצענטרירט קודם אויף די גזירת הגיוס און אראפגעלייגט די ביטערע מצב ווי ציוניסטישע פרוי פאליציאנטקעס שטעלען אפ ישיבה בחורים און כאפען זיי אן און נעמען זיי מיט גוואלד אין מיליטער. ער האט אראפגעלייגט ווי די מירע און פאנעוויזשע און גערער ישיבות זענען אויסגעליידיגט פון בחורים, און ס'איז נישטא צו טרעפען א ישיבה מאן אויזער אין די ישיבה הקדושה דסאטמאר וואס זענען נישט נהנה פון די רשעים.
אויכעט האט די רבי הערליך מסביר געווען די פלאן פון די ציונים, ווי אזוי זיי רעכענען אויס אז ביז תשפ"ץ זאל נישט זיין קיין איין פרומע איד אין גאנצען מיטעל מזרח. און ער האט מסביר געווען ווי די סאטמארערער רבי וואס איז היינט געראטעוועט געווארן האט שוין פאראויסגעזעהן אז ס'וועט קומען א טאג וואס א פרומע איד וועט נישט קענען וואוינען אין ארץ ישראל.
נאכדעם האט די רבי אנגעהויבען שטורעמען וועגען די גזירת החינוך. ער האט אראפגעלייגט אז ס'דראעהט א געוואלדיגע געפאר אויף אונזערע תינוקות של בית רבן אז מ'זאל זיי וועלען אויסלערנען רעדן די שפת המדינה און אביסל חשבון. נאכדעם האט ער מסביר געווען ווי א דאנק זיין שתדלנות קענען מיר זיין פארזיכערט אז אונזערע קינדער וועלען פארבלייבען אנאלפאבעטען אויף אייביג, גלייכצייטיג האט ער מסביר געווען אלע אינערליכע קשרים וואס ער פארמאגט מיט די הויעכראנגיגע רעגירונגס לייט א שטייגער ווי די בארימטע מיניסטאר זכריה מעלדער, וועלכע איז פון די העכטסע באאמטע אין לאנד און פונדעסטוועגען קומט ער הערען די מיינונג פון די רבי וויסענדיג אז ער האט די בעסטע עצות אויף אלע פראבלעמען.
די מוזיק האט געשפילט נאך אביסעלע. דאס מאל האט מען געזינגען והוא שעמדה, דער עולם האט פלייסיג געטאנצן און די קאפעלע האט אראפגעלייגט אן עבודה. אין די שפעטע נאכט שעה'ן איז דער עולם זיך צוגאנגען אנגעשעפט מיט חיזוק פאר די קומעדיגע יאר.
נ.ב. באכאשעם אז א דאנק די אויסטערלישע הצלחה גייט מען ווייטער האלטען אפען די חדרים. די באסעס וועלן פארן א שעה שפעטער. ביטע קומען אנגעטון מיט ווייסע העמדער. ווער ס'האט נישט קיין ווייסע העמד קריגט נישט קיין קאפקעיק. אויב קומט אייער קינד אנגעטאן מיט א בלויע העמד, וועט ער נישט קריגען קיין שום קאפקעיק, נישט מיט די קאלירפול ספרינקלס און נישט מיט די שווארצע. ביטע קומט נישט מיט קיין טענות ווייל דאס איז א תקנה און מיר קענען אייך נישט העלפן.
גדליה: איך וואונדער מיך וואו די לייקס זענען. זיי וואלטן געדארפט אריינצושטראמען. ווען דו וועסט ארויסנעמען א איד אדער א בלאט די וואך דאנערשטיג, וועסטו זעהן אז ס'איז כמעט די גאנצע קאפירט פון גדליה'ס פארשטעלונג פון דעם מצב...!
כנראה אז דא דרייען זיך אסאך פאפע אידען וואס קענען נישט פארגינען די אויסטערלישע הצלחה פון סאטמארער.
קאך לעפעל האט מיר דאס פארשאפט
א באנדע לצים
גדליהכנראה אז דא דרייען זיך אסאך פאפע אידען וואס קענען נישט פארגינען די אויסטערלישע הצלחה פון סאטמארער.
דער עולם זיצט נאך צוגענאגעלט און שלינגען מיט דארשט די דברות קודש פון שר צבא (פוי) ההולך לפני מחנה ישראל (פוי)
די סאטמערע פאליציי ליעזאן האט בשלימות אויסגעפירט זיינע פליכטן מיט'ן געבן זיין יערליכע פאליציי אפשאצונג אויף די מאס פארזאמעלטע: הונדרעט פופציג טויזענט(!) זאלן די ציונים פלאצן פאר קנאה.
די אלע קאלטע לצנות האבן ב''ה נישט געקענט אפשטילן דאס פייערליכע התרגשות וואס די אלפים ורבבות חסידי סאטמאר האבן געשפירט נעכטן נאכט, דורכאויס די הייליגע און פייערדיגע טענץ, מתוך שבח והודאה פארן הייליגן באשעפער, וואס האט אונז מיט זיין גרויס גענאדע איבערגעלאזט דעם הייליגן לייכט טורם נאכן שרעקליכען פונסטערניש, וואס האט אונז דאן אריינגעבלאזן א פרישער לעבנס גייסט אין די פארטריקענטע ביינער, ווידער אויפצושטעלן ערליכע אידישע גענעראציעס גענוי ווי ס'איז געווען אמאל אין דער אלטער היים.
חסדי השם כי לא תמנו...
למעשה, מיליאנע שטופן זיך אויף די פארענטשעס און ווער זענען עס די חוזק-מאכער? נאר אפאר אפגעריסענע לוזערס דא, וואס האבן זיך אליינס אויסגעשפילט, זיצן און קריצן מיט די ציין אויף די מעכטיגע סוקסעס פון די כ"א כסלוס וואס סאטמער שטעלט אהער יערליך, וואס האלט זיך נאר אין איין שטארקן.
טאמבל סאסלמעשה, מיליאנע שטופן זיך אויף די פארענטשעס און ווער זענען עס די חוזק-מאכער? נאר אפאר אפגעריסענע לוזערס דא, וואס האבן זיך אליינס אויסגעשפילט, זיצן און קריצן מיט די ציין אויף די מעכטיגע סוקסעס פון די כ"א כסלוס וואס סאטמער שטעלט אהער יערליך, וואס האלט זיך נאר אין איין שטארקן.
דער בריטישער קעניגן אליזיבעט האט אמאל באזוכט א נארן הויז. ביי די ענדע פונעם באזוך רופט זי זיך אן פאר די ארטיגע נערנים: איר זענט טאקע די נארמאלע, אבער מיר זענען פארט דאס מערהייט...דערפאר זענט איר פארשפארט, און מיר זענען אויף די פריי....
כ'מיין אז דער דאזיגער געשיכטעלע אדרעסירט דאס בעסט דיין אנאליז...
קאך_לעפלדי אלע קאלטע לצנות האבן ב''ה נישט געקענט אפשטילן דאס פייערליכע התרגשות וואס די אלפים ורבבות חסידי סאטמאר האבן געשפירט נעכטן נאכט, דורכאויס די הייליגע און פייערדיגע טענץ, מתוך שבח והודאה פארן הייליגן באשעפער, וואס האט אונז מיט זיין גרויס גענאדע איבערגעלאזט דעם הייליגן לייכט טורם נאכן שרעקליכען פונסטערניש, וואס האט אונז דאן אריינגעבלאזן א פרישער לעבנס גייסט אין די פארטריקענטע ביינער, ווידער אויפצושטעלן ערליכע אידישע גענעראציעס גענוי ווי ס'איז געווען אמאל אין דער אלטער היים.
חסדי השם כי לא תמנו...
מיר זענען די ברכיים שלא כרעו לבעל. כי אתם המעט!
גדליהקאך_לעפלדי אלע קאלטע לצנות האבן ב''ה נישט געקענט אפשטילן דאס פייערליכע התרגשות וואס די אלפים ורבבות חסידי סאטמאר האבן געשפירט נעכטן נאכט, דורכאויס די הייליגע און פייערדיגע טענץ, מתוך שבח והודאה פארן הייליגן באשעפער, וואס האט אונז מיט זיין גרויס גענאדע איבערגעלאזט דעם הייליגן לייכט טורם נאכן שרעקליכען פונסטערניש, וואס האט אונז דאן אריינגעבלאזן א פרישער לעבנס גייסט אין די פארטריקענטע ביינער, ווידער אויפצושטעלן ערליכע אידישע גענעראציעס גענוי ווי ס'איז געווען אמאל אין דער אלטער היים.
חסדי השם כי לא תמנו...
מיר זענען די ברכיים שלא כרעו לבעל. כי אתם המעט!
מיר (גדליה) זענען די ברכיים (די קניען פון גדליה) שלא כרעו לבעל (סאטמאר) כי אתם המעט! (ווער? סאטמאר? אדער גדליה? כ'בין אינגאנצן צומישט....)
כאפט גוט אן אייער אויסגעשארפטע גמרא קאפ ווייל ס'איז אביסעל קאמפליצירט.
געווען א יוד מיט'ן נאמען רבי יואל טייטלבוים, וואס ער האט נישט מורא געהאט זיך צו שלאגן מיט די גאנצע וועלט. אפילו ער האט געהאט קוים א מנין אידן און רוב מנין ובנין כלל ישראל האט געהאלטן אנדערש ווי אים האט ער זיך געהאלטן פעסט.
היינט אז רוב חסידישע אידן באלאנגען פאר די קאמפאני סאטמאר, זענען מיר, גדליה און די קאווע שטיבל ליינער, בתוכם כבוד חכם וסופר קאך לעפעל שליטא, די ברכיים שלא כרעו לבעל, די הייפעלע אידן וואס זעען איין די טפשות און קינדערישקייט פון די אלע פארטייען.
אפילו איר זאלט באמת האבן צענדליגער טויזנטער מענטשן וואלטן מיר זיך נישט געשראקן, ווייל מיר זענען די קליינע הייפעלע און מיר שרעקן זיך נישט.
גדליהכאפט גוט אן אייער אויסגעשארפטע גמרא קאפ ווייל ס'איז אביסעל קאמפליצירט.
געווען א יוד מיט'ן נאמען רבי יואל טייטלבוים, וואס ער האט נישט מורא געהאט זיך צו שלאגן מיט די גאנצע וועלט.
די גאנצע וועלט? א שטייגער ווי דער אהבת ישראל, מהרי''ד מבעלזא, אור מלא מקאסני, מהר''ם בריסק מטאשנאד, האמרי יהודה מסעקלהאד, הלבושי חכמה ממאדע, הלחם שלמה משימלוי, המריי''ץ מלובאוויטש, זי''ע...דאס איז די גאנצע וועלט? מיט די אלע האט זיך דער רבי יואל טייטלבוים געשלאגן?
אפילו ער האט געהאט קוים א מנין אידן און רוב מנין ובנין כלל ישראל האט געהאלטן אנדערש ווי אים
יא? כ'הער...
האט ער זיך געהאלטן פעסט.
היינט אז רוב חסידישע אידן באלאנגען פאר די קאמפאני סאטמאר,
וו.צ.ב.ש.? די גערער, בעלזא? וויזשניצע און ליבאוויטשע באלאנגן אלע צו סאטמאר? משיח איז שוין טאקע ווירקליך געקומען? כ'קום אצינד פון די גאס, און ס'איז גולם כמנהגו נהג...
זענען מיר, גדליה און די קאווע שטיבל ליינער, בתוכם כבוד חכם וסופר קאך לעפעל שליטא,
איך ווייס נישט גענוי וואו איך באלאנג, אבער מיר דיר אין די זעלבע פארטיי ווארשיינליך נישט....
די ברכיים שלא כרעו לבעל, די הייפעלע אידן וואס זעען איין די טפשות און קינדערישקייט פון די אלע פארטייען.
אלע פארטייען? די מזרחי איז אויך שוין נישט גוט?
אפילו איר זאלט באמת האבן צענדליגער טויזנטער מענטשן וואלטן מיר זיך נישט געשראקן, ווייל מיר זענען די קליינע הייפעלע און מיר שרעקן זיך נישט.
מיר שרעקן זיך יא!
מר קאך, דו נעמסט אן א סתירה'דיגע מהלך. זייענדיג רוב איז א ראיה צו דיר אדער אנטקעגן דיר?
כ'האב נישט קיין קושא, און נישט קיין ראיה, און נישט קיין ענטפער, כ'פראביר בלויז עטוואס צו פארשטיין די טיפזיניגע רייד פון החכם מר' גדליהו... גארנישט מער...
קאך_לעפלגדליהכאפט גוט אן אייער אויסגעשארפטע גמרא קאפ ווייל ס'איז אביסעל קאמפליצירט.
געווען א יוד מיט'ן נאמען רבי יואל טייטלבוים, וואס ער האט נישט מורא געהאט זיך צו שלאגן מיט די גאנצע וועלט.
די גאנצע וועלט? א שטייגער ווי דער אהבת ישראל, מהרי''ד מבעלזא, אור מלא מקאסני, מהר''ם בריסק מטאשנאד, האמרי יהודה מסעקלהאד, הלבושי חכמה ממאדע, הלחם שלמה משימלוי, המריי''ץ מלובאוויטש, זי''ע...דאס איז די גאנצע וועלט? מיט די אלע האט זיך דער רבי יואל טייטלבוים געשלאגן?
אפילו ער האט געהאט קוים א מנין אידן און רוב מנין ובנין כלל ישראל האט געהאלטן אנדערש ווי אים
יא? כ'הער...
האט ער זיך געהאלטן פעסט.
היינט אז רוב חסידישע אידן באלאנגען פאר די קאמפאני סאטמאר,
וו.צ.ב.ש.? די גערער, בעלזא? וויזשניצע און ליבאוויטשע באלאנגן אלע צו סאטמאר? משיח איז שוין טאקע ווירקליך געקומען? כ'קום אצינד פון די גאס, און ס'איז גולם כמנהגו נהג...
זענען מיר, גדליה און די קאווע שטיבל ליינער, בתוכם כבוד חכם וסופר קאך לעפעל שליטא,
איך ווייס נישט גענוי וואו איך באלאנג, אבער מיר דיר אין די זעלבע פארטיי ווארשיינליך נישט....
די ברכיים שלא כרעו לבעל, די הייפעלע אידן וואס זעען איין די טפשות און קינדערישקייט פון די אלע פארטייען.
אלע פארטייען? די מזרחי איז אויך שוין נישט גוט?
אפילו איר זאלט באמת האבן צענדליגער טויזנטער מענטשן וואלטן מיר זיך נישט געשראקן, ווייל מיר זענען די קליינע הייפעלע און מיר שרעקן זיך נישט.
מיר שרעקן זיך יא!
דער ספר פון הגה"ק רבי מרדכי לייב ווינקלער ממאדא רופט זיך "לבושי מרדכי"
ר׳ יואליש איז לאמיר זאגן נישט געוועהן גערעכט מיט אלעס. ספעציעל מיט זיין זינלאזע קאמף קעגן יעדע זאך וואס האט געהאט צוטוהן מיט מדנ״י איז ער געגעאנגען מיטן קאפ אין וואנט אריין. און מסתם אסאך פון אונזער היינטיגע משגעתן און OCD׳ס שטאמט דירעקט פון אים. רוב רבנים אהער רוב רבנים אהין. ער האט עס אבער געמיינט אמת׳דיג. ער האט געמיינט גוטס. צי ער איז געוועהן הונדרעט פראצענט גערעכט? אבסולאטלי נישט. ער האט אבער נישט געהאט קיין תאווה צו לעבן א שוואוילטאג אויף יענעמס חשבן און פארן מיט פריוואטע דזשעטס און אויסזויגן זיינע קעלבלעך. איך בין טאקע נישט זיין גרעסטע חסיד אבער פאקט איז אז ער האט מסתם געטיילט די מערסטע צדקה פון אלע רביס נאכן קריג, און נישט נאר פאר זיינע מענטשען נאר פאר יעדע אידיש קינד, ער איז געוועהן גרייט צוטוהן אלעס פאר אידישע קינדער. זיין מאדנע הנהגה ביי די האליקאוסט בלייבט זיין גרעסטע קשיא. אבער מ׳דארף זיין אויפריכטיג ווי קענען אונז בכלל פארשטיין מענטשען אין די שווערע מצבים. די שרעק מיט וואס זיי האבן געלעבט דעמאלטס. סאיז נישט אזוי פשוט. סאיז געוועהן אנדערע צייטן און סאיז א צריך עיון. ס׳נעמט נישט אוועק פון זיין גרויסקייט, געשמאקייט און זיינע אנדערע מעלות וואס מקען כמעט נישט טרעפן ביי די היינטיגע רביס. דער אהבת ישראל, אמרי חיים און ר׳ מאטעלע האבן שטארק געהאלטן פון אים אפילו זיי זענען געוועהן אגודיסטן. ווען ער האט געהאט די סטראוק האט ר׳ חיים מאירל געהייסן די בחורים און כולל אינגעלייט זאלן זאגן תהילים פאר אים און ער האט דאן געזאגט חב״י כמעט רגע איז ר״ת יואל בן חנה.
מיין טאטע פארציילט מיר אז ווען ער איז געוועהן א בחור און געלערנט אין מאנסי נאך פאר ר׳ מאטלע איז געווארן רבי האט ער אמאל געשמועסט מיט די בחורים און איינער פון די בחורים האבן זיך עפעס אין צווישן אנגערופן אז ער האט נאך קיינמאל נישט געזעהן דעם סאטמערער רב. ר׳ מאטעלע האט זיך הויך אנגערופן האסט נאך קיינמאל נישט געזעהן סאטמארער רב??? מארגן זאלסטו אריינפארן אין שטאט קיין וויליאמסבורג און גיין דאווענען שחרית מיט סאטמערער רב. סאיז נאך נישט געוועהן קיין באסעס דעמאלטס און מאנסי איז נאך געוועהן ממש א קליין דערפלע.
נאך מעריב איז ער ר׳ מאטלע צוגעגאנגען צום בחור זאגן אז ער האט שוין גערעדט מיט ר׳ חיים סימקאוויטש ז״ל וואס פלעגט אריינפארן יעדען טאג אין שטאט און ערלעדיגט אז ער זאל אים מיטנעמען קיין וויליאמסבורג און צוריק ברענגן.
אבער הרה"צ דער תפארת מרדכי מ'וויזניץ איז אין אנהייב נישט געגאנגען דווקא מיט סאטמאר. אבער מיט די יארן האט ער געטוישט זיין מהלך. למשל זיין מאמע'ס נאמען האט ער פארענדערט פון פון מרגלית צו מרגליא. און אויך די יערליכע תפילות וואס ער פלעגט אפרעכטן צוזאמען מיט די אגודה אין מאנהעטן האט ער מבטל געווען. מיט פארשידענע תירוצים און אויסריידן...!
קאך_לעפלדי בריטישער קעניגן אליזיבעט האט אמאל באזוכט א נארן הויז. ביי די ענדע פונעם באזוך רופט זי זיך אן פאר די ארטיגע נערנים: איר זענט טאקע די נארמאלע, אבער מיר זענען פארט דאס מערהייט...דערפאר זענט איר פארשפארט, און מיר זענען אויף די פריי....
כ'מיין אז דער דאזיגער געשיכטעלע אדרעסירט דאס בעסט דיין אנאליז...
זייער גוט ארויסגעברענגט. די בריטישע קעניגן, דאס זענען די קאווע שטיבל אידן. די משוגעים, דאס זענען די פאנאטישע חסידים. די משוגעים הויז, דאס איז וויליאמסבורג/פאלם טרי. די צווישנשייד איז נאר, אז דארט האט די מערהייט איינגעשפארט די מינדערהייט, משא"כ דא האט די מינדערהייט זיך אליינס פארחלהדעקלט פון זייער אייגענעם ווילן.
גראדע איך פארזענליך בין שוין יארן נישט געווען ביי די כ"א כסלו פייערונג, דאכצעמער אז איך בין נאך אפילו קיינמאל נישט געווען ביי קיין רבישע חתונה. יא, שבת און יו"ט גיי איך צומאל צו א טיש זינגען אביסעלע ווארעמע ניגונים אדער כאפן א טענצל, אבער סתם אזוי אינמיטן די וואך?! ווער האט צייט/געדולד/נערוון פאר די זאכן???
wewishyouamerrychristmasandahappynewyear#
זיי מיר מסביר, זיצט דארט ר' ברוך יוסף אין שטוב. נארוואס אהיים געקומען פון א שווערער טאג'ס ארבעט, און ער וויל עסען וועטשערע. דערנאך וואלט זיך געוואלט לייגען שלאפען, צו זיך אפרוען אביסל, אבער ער איז דאך א איד און ער געדענקט פון זיין טאטע וואס א איד ברויך טון. נעמט ער זיין הוט\קוטשמע און זיין מאנטל און ער גייט אין ביהמ"ד צו דאווענען מעריב און באטייליגען אין זיין טעגליכע שיעור. ער גיבט אוועק זיין באקוועמליכקייט פאר וואס ער האלט וויכטיג.
איין נאכט, מוז ער מוותר זיין אויפ׳ן שיעור. פארוואס? ווייל עס איז כ"א און עס איז דא א דינער. פארוואס און פארווען? פארוואס נישט בלייבען באקוועם אין שטוב? וואס טרייבט מענטשען צו גייען אהין? ווען ב.מ.ג. מאכט א יארצייט חגיגה צו א דיננער וכדו', פאלט מיר דען ביי אז דארט באלאנג איך? די ישיבה ווי איך האב געלערנט מאכט א חנוכה חגיגה יעדעס יאר, צוויי מינוט צו גייען פון מיין הויז. מיינסט עס פאלט מיר דען ביי זיך אהין צו שלעפן?
און דער כ"א חגיגה איז דאך אן אנקומעניש, ביז מ׳קומט אן, מ'טרעפט ווי צו לייגען דער מאנטעל, מ'טרעפט ווי צו זיצן. און ערשט דערנאך דארף מען הערן דרשות עד שיצא מאפכם.
וואס טרייבט מענטשן אהין?
ליטוואק פון בודאפעסט: ווען דו וועסט זיין א סאטמאר'ע חסיד (ארוני צי זאלוני) וועסטו פארשטיין וואס ס'טרייבט דיך אהין. דו קענסט נישט נעמען א פראנצויז און איהם מסביר זיין וואס דער פערטער דזשוליי מיינט פאר אן אמעריקאנער...!
מ'קען יא. מ׳גיבט א משל פון באסטיל טאג.
איך מיין נישט די פארגלויבטע מענטשן דוקא. איך מיין די וואס זענען נישט אזוי פארגלויבט. אחוץ די אויסגעשפראכענע קעגענער, גייט דאך יעדער. פארוואס? וואס טו איך ענליך צו דעם אין מיין פארטיי?
berlbalagulehאבער הרה"צ דער תפארת מרדכי מ'וויזניץ איז אין אינהייב נישט געגגאנגען דווקא מיט סאטמאר. אבער מיט די יארן האט ער געטוישט זיין מהלך. למשל זיין מאמע'ס נאמען האט ער פארענדערט פון פון מרגלית צו מרגליא. און אויך די יערליכע תפילות וואס ער פלעגט אפרעכטן צוזאמען מיט די אגודה אין מאנהעטן האט ער מבטל געווען. מיט פארשידענע תירוצים און אויסריידן...!
פארקערט! ר' מאטעלע איז דאך שוין געגאנגען קיין סאטמאר אלץ בחור???!
אבי גערעדט, ממש אבי אין די וועלט אריין. די נאמען פון מרגליא צי מרגלית האט גארנישט צו טוהן מיט ציונות, זעראו! ר' מאטעלע האט געפרעגט זיין מאמע פון וואו שטאמט איר נאמען? ווער האט געהייסן מרגלית אין ראחמיסטריווקא? און זי האט געזאגט אז איר עכטע נאמען איז מרגליא. אויף די מציבה נאך וועמען זי הייסט שטייט קלאר "מרגליא"! די נאמען מרגלית נעמט זיך פון א טעות פון די איבערגעשריבענע דריטע כתובה פון ר' חיים מאיר'ל וואס דער קוממיות'ער רב האט בטעות אריינגעשריבן מרגלית, ווייל מרגליא איז נישט געוועהן קיין פאפולער נאמען. קוק אריין וואס הרה"ח ר' אלי' ניימאן לרפו"ש האט געשריבן דערוועגן, איך האב נישט די לינק אויף די מינוט. ר' מאטעלע מיט רוב פון די געשוויסטער האבן געהאלטן אז ר' מוישעלע האט א טעות געהאט מיט מרגלית. זאג, ביסט חושד אז אדלער מיט ארנסטר-ר' מאטעלעס שוועסטערס- האבן אויך פארדרייט די נאמען וועגן ציונות?
ר' מאטעלע האט געהאלטן סיי פון סאטמערער רב און סיי פון זיין טאטע, בבחינת אלו ואלו דברי אלקים חיים!!! זייער פשוט. ביידע האבן געמיינט דעם אייבערשטן און ביידע זענען אביסל א אנדערע שיטה אין עבודת ה'/אידישקייט.
דיין צווייטע זאך וואס דו שרייבסט איז פשוטע ליגנט. ר' מאטעלע ער איז אייביג געוועהן א אגודיסט - זיין זיידע אין וועמען ער האט געהאלטן אז ער איז געווען ממש אזוי גרויס ווי משה רבינו איז דאך געווען פון די גרעסטע אגודיסטן!!! ר' מאטעלע איז נישט אהינגעגאנגען ווייל ער האט זיך מסתם נישט געפיהלט דאס פלאץ דארט און וועגן די בילדער.
ר' מאטעלע האט געהאלטן סיי פון זיין טאטען דעם אמרי חיים, ער האט נאר קיינמאל נישט גערעדט פון אים ווייל זיין טאטע איז געוועהן זייער א באהאלטענע מענטש און זיין גאנץ לעבן קיינמאל נישט געלאזט רעדן איבער זיין גרויסקייט. ביי די ערשטע יארצייט ט' ניסן, האט ר' מאטעלע געזאגט היות דער טאטע האט נישט געלאזט רעדן איבער אים "מכבדו בחייו מכבדו במותו", און ער האט זינט דאן נישט גערעדט קיין ווארט בשבחו און ער האט עס אנגענומען זייער ערנסט, ער האט געהאלטן אז ס'איז נישט קיין כבוד צו רעדן וועגן אים. און זייט דעמאלטס פלעגט ער נאר רעדן פונעם זיידן דער אהבת ישראל, אפילו ביי די יארצייט פון זיין טאטע. ס'איז באוואוסט ביי אלע מאנסיער חסידים וויפיל מאל ער פלעגט זאגן "ווי קען מען מיך אפילו צוגלייכן צום טאטן"?? יעדע מאל איינער האט אים נאר געזאגט 'אבער די רבי ז"ל האט דאך געטוהן אזוי און אזוי', פלעגט ער זאגן ווי גלייכסטו מיך צו צום טאטן??? ער פלעגט כסדר פארציילן אז דער זיידע האט שטארק געהאלטן פון זיין טאטען, און אז זיין זיידע פלעגט האלטן פון זיין טאטען וועט ער נישט זאגן אנדערש חלילה - דאס ווייסט יעדער אז ר' מאטעלע האט געהאלטן פון זיין זיידע און אנגענומען יעדע אות וואס ער האט געזאגט אלץ קודש קדשים.
ס'איז באוואוסט פאר די גאנצע גאס אז ער האט זיך אויפגעשטעלט אינמיטן א פראטעסט אין מאנהעטן פארנט פון סאטמארער רב און איז ארויס געגאנגען בפני כל הקהל ועדה ווייל די רעדנער האבן אנשטאט רעדן קעגן די 'ציונים' אנגעהויבן רעדן קעגן 'אגודה' (דאכצעך שוין נאך זיין טאטענס פטירה). ער האט דעמאלטס פארלוירן אסאך אסאך שטיצע פון סאטמארער אידן וואס פלעגן אים שטיצן און קומען צו אים...
ס'איז באוואוסט אז ער האט אויפגעהערט צו גיין צו סאטמערער רב פאר א לאנגע צייט, ווען איינער איז אים געקומען זאגן אז ער האט בפירוש געהערט ווי סאטמערער רב האט גערעדט קעגן זיין טאטע און זיין פעטער דער סערעטער. ביי א געוויסע חתונה האבן זיי זיך צאמגעטראפן, און סאטמארער רב האט געפרעגט הלמאי איר קומט נישט מעהר? האט ר' מאטעלע געזאגט, איך הער איר רעדט אויף מיין טאטען? האט אים סאטמארער רב געזאגט "וואס מ'רעדט אינדערהיים הייסט נישט גערעדט". און זינט דאן האט ר' מאטעלע נאכאמאל אנגעהויבן גיין צו אים.
ר' מאטעלע איז אייביג געוועהן א אגודיסט זינט ער איז געוועהן א קליין בחור'ל, און ער איז אייביג געוועהן א שטיקל חסיד פון סאטמערער רב זייט אלץ קליין בחור'ל. ס'איז זעהט זיך אויס נישט געוועהן קיין סתירה. ער פאר זיך אין זיינע מוסדות אין ארץ ישראל האט טאקע נישט גענומען קיין געלט פון די מדינה, אבער ער האט ח"ו נישט געהאלטן אז איינער וואס נעמט יא איז אפגעפרעגט. ער האט עס אנגעקוקט ווי א אנדערע דרך אין עבודת ה'.
שיק אַרויף די פאפקארן
ליטוואק פון בודאפעסטמ'קען יא. מ'גיבט א משל פון באסטיל טאג.
איך מיין נישט די פארגלויבטע מענטשן דוקא. איך מיין די וואס זענען נישט אזוי פארגלויבט. אחוץ די אויסגעשפראכענע קעגענער, גייט דאך יעדער. פארוואס? וואס טו איך ענליך צו דעם אין מיין פארטיי?
דו האסט נישט קיין פארטיי, פארשטייסטו נישט וואס דאס באדייט פאר א מענטש. פארדעם ביסטו דאך א ליטוואק פאר א גיט יאר. מאך איינמאל אפ אז די ביסט א עכטע ליטוואק פון דער ליטע און די האסט א אנדערע מהלך בחיים ווי אינז והכל על מקומו יבא בשלום
שבת אחים: דו קענסט זאגן וואס דו ווילסט. איבער דעם נאמען מרגליא/מרגלית וועל איך מיך נישט מתוכח זיין מיט דיר. אבער איבער גיין צוזאמען צו בשותפות'דיגע תפילות אין די עשרת ימי תשובה מיט די אגודה. דאס וועיס איך 100%. ווייל איך האב דאמאלס געארבעט אין וויזניץ. ס'האט געהייסן אז מ'פארט קיין מאנהעטן צו אן עצרת תפילה צוזאמען מיט די אגודה. און מ'האט עס מבטל געווען. מיט'ן תירוץ אז די מזרחי'סטן מיט די קליינע קאפעלעך וועללן אויכעט זיין דארט. און דאס קומענדיגע יאר איז מען בכלל נישט געפארן צו די עצרת תפילה...! דער פסול פון די אזוי-גערופענע מזרחיסטן. דאס איז א סאטמערע זאך. און ס'איז געווען נאך זאכן מיט וואס מ'האטציך געטרייט צו חנפנ'ען צו סאקמער...!
איך וויל בעטן בדרך כבוד אלע חשוב'ע פארזאמעלטע זיך צו האלטן צום נושא האשכול.
גדליהליטוואק פון בודאפעסטמ'קען יא. מ'גיבט א משל פון באסטיל טאג.
איך מיין נישט די פארגלויבטע מענטשן דוקא. איך מיין די וואס זענען נישט אזוי פארגלויבט. אחוץ די אויסגעשפראכענע קעגענער, גייט דאך יעדער. פארוואס? וואס טו איך ענליך צו דעם אין מיין פארטיי?
דו האסט נישט קיין פארטיי, פארשטייסטו נישט וואס דאס באדייט פאר א מענטש. פארדעם ביסטו דאך א ליטוואק פאר א גיט יאר. מאך איינמאל אפ אז די ביסט א עכטע ליטוואק פון דער ליטע און די האסט א אנדערע מהלך בחיים ווי אינז והכל על מקומו יבא בשלום
אסאך אונגארישע זענען אויך נישט קיין פארטיי שווענץ. דא אין שטיבל האט מען בלויז א פאר שווענץ. אבער זיך אפגעוואוינען פון זיך וואשען כ"א איז נאכאלץ צו שווער.
berlbalagulehשבת אחים: דו קענסט זאגן וואס דו ווילסט. איבער דעם נאמען מרגליא/מרגלית וועל איך מיך נישט מתוכח זיין מיט דיר. אבער איבער גיין צוזאמען צו בשותפות'דיגע תפילות אין די עשרת ימי תשובה מיט די אגודה. דאס וועיס איך 100%. ווייל איך האב דאמאלס געארבעט אין וויזניץ. ס'האט געהייסן אז מ'פארט קיין מאנהעטן צו אן עצרת תפילה צוזאמען מיט די אגודה. און מ'האט עס מבטל געווען. מיט'ן תירוץ אז די מזרחי'סטן מיט די קליינע קאפעלעך וועללן אויכעט זיין דארט. און דאס קומענדיגע יאר איז מען בכלל נישט געפארן צו די עצרת תפילה...! דער פסול פון די אזוי-גערופענע מזרחיסטן. דאס איז א סאטמערע זאך. און ס'איז געווען נאך זאכן מיט וואס מ'האטציך געטרייט צו חנפנ'ען צו סאקמער...!
איר קענט רעדען מער דערוועגען? כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט דערפון
דאכט זיך אז שבת אחים האט גערעדט פון א אנדערע מעשה וואס רבי מאטעלע איז ארויסגעלאפן אינמיטען א פראטעסט אין מאנהעטן ווייל מ'האט גערעדט קעגן די אגודה
פון אייער מעשה האב איך קיינמאָל נישט געהערט.
berlbalagulehדער פסול פון די אזוי-גערופענע מזרחיסטן. דאס איז א סאטמערע זאך.
לאו דוקא, דאס איז א חרדישע קרענק בכלליות, עיין ערך חזון איש, דובב מישרים.
רביה''ק זי''עberlbalagulehדער פסול פון די אזוי-גערופענע מזרחיסטן. דאס איז א סאטמערע זאך.
לאו דוקא, דאס איז א חרדישע קרענק בכלליות, עיין ערך חזון איש, דובב מישרים.
אמת אבער די מאָדנע אינטערפרעטאציע פון "התבדלות מרשעים" איז א יוניקלי סאטמארער חידוש
(יעצט וועט קאך לעפעל שרייען אז דאס איז שוין פון הייליגען חתם סופר)
ליטוואק פון בודאפעסטאסאך אונגארישע זענען אויך נישט קיין פארטיי שווענץ. דא אין שטיבעל האט מען בלויז א פאר שווענץ. אבער זיך אפגעוואוינען פון זיך וואשען כ"א איז נאכאלס צו שווער.
שווענץ מיינט דווקא פון טייטלבוים אדער האלבערשטאם? אדער שטיינמאן און שאכמאן, קארעליץ און שמולעוויץ איז אויך גוט
דאס האב איך געזאגט. אז איך בין נישט גרייט צו שטיין צווישן טויזענטער מענטשן צו פייערן א חגא פאר סיי וועלכע גדול. ביי הרב שך'ס לוויה בין איך געווען, אבער דאס איז בלויז צוליב די מצוה, איך האב עכט נישט געוואלט גיין. א חג הצלה איז ווייטער ווי מיין השגה. ווען הרב שטיינמן איז געקומען קיין לעיקוואד, בין איך געגאנגען צו הערן זיין שיעור (אויף די סוגיא פון רובא דליתא קמן). מער ווי דעם האב איך נישט געטון. איך בין נישט קיין פארענטשע סטאפינג.
מיין קשיא איז נישט אויף די שווענץ, עס איז אויף די וואס זענען נישט קיין שווענץ. פארוואס קענען זיי זיך נישט אפזאגען פון די סארט חגאות'ן?
בקיצור צו שאכמאן און שטיינמאן גייסטו איז וואס פארשטייסטו נישט דא?
ענקער פארטיי האט ליב נארישע לומדות און קינדערישע ווערטלעך און אונזער פארטיי האט ליב ניגונים און באמבאסטישע רעדעס. די תוצאות זענען אייניג.
שלעפ ארויס דיין קאפ פון דיין @$!# און דערהער די שאלה.
איך האב נישט קיין קשיא אויף דער וואס גלויבט יא אין די פארטיי, נאר אויף דער וואס גלויבט נישט. איך גלויב נישט, בין איך נאר געגאנגען צו וואס אינטרעסירט מיר. ניגונים אינטרעסירען מיר נישט, ממילא גיי איך נישט אפילו ווען עס איז מיין פארטיי. א שיעור אינטרעסירט מיר יא, ווען דער מגיד שיעור האט וואס צו פארקויפען. אבער סתם צו גייען ווייל ער איז גדול הדור, פארשטיי איך נישט.
@ליטוואק
ווער זאגט אז מ'גייט? איך קען הינדרעטע סאטמערע יונגעלייט און עלטערע מענטשן וואס גייען נישט. פארשטיי אבער אז אסאך מענטשן זענען העכסט צופרידן אז ס'דא א תירוץ נישט צו דארפן לערנען איין נאכט נאך מיט א תירוץ אז מ'גייט שטיצן מוסדות התורה.
היי יאר האט מרז"ל פראקלאמירט אז מ'גייט גרינדן א קרן צו גיבן געלט פאר מלמדים בעת שמחתם, א געדאנק וואס די ארונים האבן שוין פראקלאמירט א יאר צוריק.
פון די אנדערע זיין האט מר"א נאכגעמאכט די זלונים און געמאלדן אז מ'וועט איינפירן שיעורים אין ספר ויואל משה
berlbalagulehשבת אחים: דו קענסט זאגן וואס דו ווילסט. איבער דעם נאמען מרגליא/מרגלית וועל איך מיך נישט מתוכח זיין מיט דיר. אבער איבער גיין צוזאמען צו בשותפות'דיגע תפילות אין די עשרת ימי תשובה מיט די אגודה. דאס וועיס איך 100%. ווייל איך האב דאמאלס געארבעט אין וויזניץ. ס'האט געהייסן אז מ'פארט קיין מאנהעטן צו אן עצרת תפילה צוזאמען מיט די אגודה. און מ'האט עס מבטל געווען. מיט'ן תירוץ אז די מזרחי'סטן מיט די קליינע קאפעלעך וועללן אויכעט זיין דארט. און דאס קומענדיגע יאר איז מען בכלל נישט געפארן צו די עצרת תפילה...! דער פסול פון די אזוי-גערופענע מזרחיסטן. דאס איז א סאטמערע זאך. און ס'איז געווען נאך זאכן מיט וואס מ'האטציך געטרייט צו חנפנ'ען צו סאקמער...!
מיין פריינד מאכסט גאר א גרויסן טעות. במשך פון מיין לעבן האב איך געהערט אסאך זאכן אויף ר׳ מאטעלע, ווי למשל א קריאויזער מענטש, א עקסטרעימער, א קנאי, סעלפיש, וכו׳ וכו׳ אלע פון די זאכן קען איך אפשר הערן, אבער קיינעם אויף דער וועלט איז ניטאמאל בייגעפאלן אין וויסטען חלום צו באטיטלען ר׳ מאטעלע אלץ ״א חנפיאק״ אדער פרובירן צוזאגן אז ער האט געטוהן זאכן פשוט ״יענעם״ צו געפעלן. קיינמאל נישט!
אלעס וואס ער האט געטוהן איז געוועהן וועגן זיינע ״אייגענע״ שיטות און ווייל אזוי האט ער געהאלטן אז סאיז ריכטיג... סאיז ממש אבסורד און לאָודיקראָוס צוזאגן אז ר׳ מאטעלע איז געוועהן ״א חנפיאק״ צו סאטמאר אויף וועמען ער האט ברבים מוחה געוועהן און אפילו שפעטער קלאר געזאגט ״איך האק אפ מיט סאטמאר״. וועלכע נאך רבי קענסטו וואס האט זיך אמאל אויפגעשטעלט און קלאר געזאגט איך האק אפ מיט דעם און דעם?. די סאטמערע רבי-ז״ל אידן זענען דאך אים נישט מוחל עד היום הזה פארן זיך אויפהייבן ביי א גרויסע פראטעסט אין מאנהעטן און ארויסשטורמען פון דארט ווען מ׳האט נאר אנגעהויבן רעדן אויף אגודה!
סאיז נישטא קיין מענטש אויף די וועלט וואס איך קען פערזענליך וואס האט נישט געהאט קיין שמץ פון חנופה אין זיך אזויווי ר׳ מאטעלע. הער שפראך-מייסטער, כמיין אז מ׳דארף אויפמאכן א נייע ווארט אין דיקשאנערי פון א מענטש וואס איז קיינמאל נישט קיין חונף און זוכט קיינמאל נישט צוגעפעלן פאר קיין שום מענטש אויף די וועלט נישט קיין חילוק ווי גרויס יענער זאל נאר נישט זיין- איך וואלט א נאמען געגעבן דעם טערמין: ״ר׳ מאטעלע וויזניצער״ איך קען אנפילן הונדרעטער בלעטער פון מעשיות וויאזוי ער האט נישט מורא געהאט פאר קיינעם אין דער וועלט! דעם ולא תגירו מפני איש איז געוועהן ביי אים אויפן העכסטען גראד.... דאס איז געוועהן זיין ״הויפט-כאראקטער״. זאגן אויף ר׳ מאטעלע אז ער איז געוועהן א חונף איז פונקט ווי זאגן אויפן חפץ חיים אז ער איז ח״ו געוועהן א בעל לשה״ר, אדער אז ר׳ יואליש איז געוועהן א ציוניסט און אז דער ראגעטשאווער איז געוועהן א עם הארץ...
האסט געמעגט ארבעטן אין וויזניץ ביז איבערמארגן ר׳ מאטעלע האט זיך קיינמאל נישט דורכגערעדט מיט קיינעם וואס צוטוהן און ער האט כמעט נישט געזאגט קיין סיבות פארוואס ער טוט זאכן, ער האט זיך נישט דורכגעדערט מיט די באס דרייווערס און ניטאמאל מיט זיינע אייגענע קינדער... אז ער איז נישט געגאנגען צו עפעס א מסיבה מיט די אגודיסטן מיינט נאכנישט אז ״ער האט זיך געחנפט צו סאטמאר״... סקען זיין טויזנט אנדערע סיבות...ער האט פאר בערך צוואנציג יאהר נישט געגעסן קיין פלייש אפילו שבת ויו״ט און ער האט פאר קיינעם נישט געוואלט זאגן די סיבה אפילו ווען זיין ווייב די רביצין האט אים געפרעגט אפאר מאל האט ער זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן.
איין קליין מעשה פאר שמעקעדיג ווארפט מיך ארויס פון דא פארן פארדרייען די אשכול.
הרה״ח הנגיד ר׳ (אלטר) יוסל ניימאן שליט״א איז געוועהן אמאל (בערך מיט דרייסיג יאר צוריק) די רייכעסטע איד מיט א שטריימל נישט נאר אין וויזניץ נאר אויף די גאנצע וועלט... ער האט דעמאלטס געהאט ריעל עסטעיט אין מאנהעטן און איז געוועהן אפילו א שותף מיט די רייכמאנס אין אויל ביזנעסעס. לויט די היינטיגע געלטער איז ער געוועהן א שווערע ביליאנער מיט א בי״ת. דער איד האט פאר א שיינע פאר יאהר ממש אויסגעהאלטן מאנסי וויזניץ. פאר אפאהר יאהר האט וויזניץ ניטאמאל געהאט קיין שום פאנדרעיזערס פאר די ישיבה און פאר די כולל! ער האט זיי געגעבן וויפל געלט זיי האבן געוואלט.
ר׳ מאטעלע איז אמאל אריינגעקומען אין שול צו מנחה און ר׳ יוסל ניימאן איז דארט געשטאנען ער איז צוגעגאנגען צו אים און געגעבן א הייב אויף דעם היט און הויעך אויסגערופן פארנט פון יעדעם ״יוסל איז די שעירסט זיך נישט אפ די האר וועל איך דיר נישט אריינלאזן אין מיין מקוה״
(נישט אז ער האט בכלל געהאט עפעס גאר גרויסע האר)...
דאס דארף מען קענען- מיין פריינד!
דער גרויסער דיימאנד דיללער איצא קאסירער פון אנטווערפן און הנגיד ר׳ מנחם גאנץ פון שיקאגוי האט ר׳ מאטעלע מיט יאהרן צוריק געוויזן דעם טיר ווייל זיי זענען געוועהן צו שטארק מאדערן פאר אים... און מ׳רעדט דא פון צוויי גבירים אדירים. ר׳ מענדל עדעלשטיין ז״ל פון מיאמי וואס האט געגעבן שווערע מיליאנען פאר וויזניץ (ער האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, חלק פון די ירושה האט ער איבערגעלאזט פאר וויזניץ, סיי מאנסי סיי בני ברק) פלעגט ר׳ מאטעלע אלץ פארהאלטן פארוואס ער גייט נישט מיט א שטריימל און קיין בארד אזויווי זיינע עלטערן זענען געגעאנגען אינדערהיים, ער האט אים איינמאל געפרעגט צו די סיבה פארוואס ער גייט מיט א אנגעבויגענע היט (בענד-דאון) אז ווען ס׳רעגענט זאל די וואסער אראפרינען???
ער האט זיך צו קיינעם נישט געחנפט מיין פריינד! נישט צו קיין שום חסידות און צו נישט צו קיין גבירים, נישט צו קיין רבנים, סאיז אים ניטאמאל בייגעפאלן אז סאיז דא אזא מציאות, ער איז געוועהן א אנטי-חונף און א אמתע מענטש. צי ער איז געוועהן גערעכט מיט אלע זיינע זאכן? זייער מעגליך אז נישט, און דאס איז א באזונדערע שמועס פאר זיך אבער קיין חונף איז ער זיכער נישט געוועהן. אויף יעדע זאך האט ער געהאט זיין ״אייגענע שיטה” און זיך בכלל נישט גערעכנט מיט קיינעם און צי ער איז פאליטיקלי קארעקט.
צוריק צו די בלעז״ן דארט קענסטו מיר פארקויפן וואס דו ווילסט און איך וועל נישט וויסן-ווייל איך ווייס נישט, דא ווייס איך יא. איך האב אים גוט געקענט... קיין חנפיאק איז ר׳ מאטלע זיכער נישט געוועהן, הונדרעט פראצענט אז נישט.
שבת אחים,
סאיז נישט שיין צו אויספויקן דיין רבינס מידות מושחתות ברבים
שבת אחיםאבער קיינעם אויף דער וועלט איז ניטאמאל בייגעפאלן אין וויסטען חלום צו באטיטלען ר׳ מאטעלע אלץ ״א חנפיאק״
אדער פרובירן צוזאגן אז ער האט געטוהן זאכן פשוט ״יענעם״ צו געפעלן. קיינמאל נישט!
... קיין חנפיאק איז ר׳ מאטלע זיכער נישט געוועהן, הונדרעט פראצענט אז נישט.
ר' שבת אחים איז טאקע צומאהל מגזם אין זיין שוואנצנות צום הייליגן צדיק בעל 'אור מרדכי' זצ"ל
(צו מאהל שמעקט דאס אז איהר האט געגלויבט אין איהם מעהר וויפהל איהר האט אמאהל געגלויבט אינעם איינציגן באשעפער...)אבער אין די נקודה איז ער 1000 פראצענט גערעכט!
גדליהשבת אחים,
סאיז נישט שיין צו אויספויקן דיין רבינס מידות מושחתות ברבים
מיין רבי האט זיך אויסגעארבעט יעדע מידה! אויף מיין רבי דער סב״ק האט ר׳ אהרלע ראטה געזאגט אמאל פאר א ליטוואק וואס איז געבליבן אינדערהיים ווען דער אהבת ישראל איז געקומען אין א געוויסע שטאט, און ער האט געטענהט אז סאיז ״ביטול תורה״:
״סאיז באוואוסט פון פריערדיגע צדיקים אז זיך אויס ארבעטן איין מידה איז שווערער ווי דורכצולערנען גאנץ ש״ס, דא האט איר א איד וואס האט זיך אויסגעארבעט ״אלע מידות״ און נאכדערצו קען ער ״כל התורה כולה״.
ר׳ מאטעלע איז געוועהן א גרויסער מענטש. א אינטערסאנטע כאראקטאר. ער איז געוועהן שטרענג אבער אין די זעלבע צייט איז ער אויך געוועהן ווייעך. איך האלט פון אים געוויסע זאכן אבער נישט אלעס. דער עיקר גלייך איך אים ווייל ער איז טאקע געוועהן זייער אויטענטיש און ווייל ער האט זיך געקאכט אין מיין רבי דער אהבת ישראל אבער כבין נישט זיין חסיד מיט אלעס. דאך קיין חונף איז ער זיכער נישט געוועהן. סאיז דא גענוג אנדערע טיטלען וואס קען אפשר קלעבן אויף אים.
סארי @שמעקעדיג, כקען מיר נישט איינהאלטן מיט מיין פראגע טראצדעם וואס דא איז נישט דאס פלאץ
@שבת: ווען קומט ארויס א ביכל פון דיינע זכרונות און מעמוארן איבער רבי מאטל מוויזניץ?
כקען קוים ווארטן
לבי ובשריסארי @שמעקעדיג, כקען מיר נישט איינהאלטן מיט מיין פראגע טראצדעם וואס דא איז נישט דאס פלאץ
@שבת: ווען קומט ארויס א ביכל פון דיינע זכרונות און מעמוארן איבער רבי מאטל מוויזניץ?
כקען קוים ווארטן
ער האט דאך געלאזט צוואה מזאל גארנישט שרייבן וועגן אים חוץ זיינע תורות און דרשות. אויף קאווע שטיבל אפשר מעג מען יא. ער האט געהייסן ווער עס וויל שרייבן עפעס וועגן אים זאל קודם אנפרעגן איינע פון די צוויי וויזניצער דיינים הרה״ג ר׳ יוסף באב״ד אדער הרה״ג ר׳ נפתלי שפירא.
צוריק צו סאטמאר:
סאיז ארומגעפארן א גוט ווארט אויף כ״א כסלו:
דער רבי זי״ע האט געזאגט:
״כי במקלי עברתי את הירדן״
דער ברך משה האט געזאגט:
״ועתה הייתי לשני מחנות״
די היינטיגע סאטמערער רבי׳ס זאגן:
״הצילנו נא מיד אחי״
😂
שבת אחיםגדליהשבת אחים,
סאיז נישט שיין צו אויספויקן דיין רבינס מידות מושחתות ברבים
מיין רבי האט זיך אויסגעארבעט יעדע מידה! אויף מיין רבי דער סב״ק האט ר׳ אהרלע ראטה געזאגט אמאל פאר א ליטוואק וואס איז געבליבן אינדערהיים ווען דער אהבת ישראל איז געקומען אין א געוויסע שטאט, און ער האט געטענהט אז סאיז ״ביטול תורה״:
״סאיז באוואוסט פון פריערדיגע צדיקים אז זיך אויס ארבעטן איין מידה איז שווערער ווי דורכצולערנען גאנץ ש״ס, דא האט איר א איד וואס האט זיך אויסגעארבעט ״אלע מידות״ און נאכדערצו קען ער ״כל התורה כולה״.
ר׳ מאטעלע איז געוועהן א גרויסער מענטש. א אינטערסאנטע כאראקטאר. ער איז געוועהן שטרענג אבער אין די זעלבע צייט איז ער אויך געוועהן ווייעך..
אזוי ווי אלע צדיקים
שטרענג אבער אויך ווייעך
קארג אבער אויך ברייטהארציג
שטארק אבער אויך שוואך
פארשטייצעך אלעס פאר כבוד שמים
אגב למעשה האט יוסל ניימאן אפגעשוירען זיינע האר כדי צו קענען אריינגיין אין די וויזשניצע מקוה?
גדליהשבת אחיםגדליהשבת אחים,
סאיז נישט שיין צו אויספויקן דיין רבינס מידות מושחתות ברבים
מיין רבי האט זיך אויסגעארבעט יעדע מידה! אויף מיין רבי דער סב״ק האט ר׳ אהרלע ראטה געזאגט אמאל פאר א ליטוואק וואס איז געבליבן אינדערהיים ווען דער אהבת ישראל איז געקומען אין א געוויסע שטאט, און ער האט געטענהט אז סאיז ״ביטול תורה״:
״סאיז באוואוסט פון פריערדיגע צדיקים אז זיך אויס ארבעטן איין מידה איז שווערער ווי דורכצולערנען גאנץ ש״ס, דא האט איר א איד וואס האט זיך אויסגעארבעט ״אלע מידות״ און נאכדערצו קען ער ״כל התורה כולה״.
ר׳ מאטעלע איז געוועהן א גרויסער מענטש. א אינטערסאנטע כאראקטאר. ער איז געוועהן שטרענג אבער אין די זעלבע צייט איז ער אויך געוועהן ווייעך..
אזוי ווי אלע צדיקים
שטרענג אבער אויך ווייעך
קארג אבער אויך ברייטהארציג
שטארק אבער אויך שוואך
פארשטייצעך אלעס פאר כבוד שמים
אגב למעשה האט יוסל ניימאן אפגעשוירען זיינע האר כדי צו קענען אריינגיין אין די וויזשניצע מקוה?
מסתם האט ער זיך איך אפגעשוירן. ער איז דאך געוועהן זיין חסיד, ער האט זיך קיינמאל נישט באליידיגט. איין זאך ווייס איך יא ווען ר׳ יוסל איז שפעטערע יאהרן געוועהן אויף צרות און ס׳האט זיך אויסגעפעלט צו באצאלן א מארגעטש פון שווערע שווערע מיליאנען אדער גייט ר׳ יוסל זיצן-ווער האט צאמגעשטעלט די געלט? ר׳ מאטעלע-ווייסט וויפל געלט מ׳רעדט דא פון??? ר׳ מאטעלע אליינס האט זיך אפגעגעבן מיט דעם, גערופן מענטשען. ער האט דעמאלטס פארלאנגט פון הנגיד ר׳ חיים גראס פון ב״פ ז״ל זאל בארגן פאר ר׳ יוסל א אסטראנאמישע סומע פון פינף מיליאן דאללער! און און ער האט נאך געזאגט ע״מ שלא להחזיר. עפעס אזוי. און די סומע האט נאר געדעקט א קליין חלק. קיין כפוי טובה איז ר׳ מאטעלע נישט געוועהן. טאמער האסטו אים א טובה געטוהן האט ער עס געדענקט לעולם ועד. סאיז דא אסאך אינטערסאנטע מעשיות מיט ר׳ יוסל ניימאן און ר׳ מאטעלע אבער נישט דא איז דא פלאץ.
שבת אחים: אדרבה. פארצייל נאך מער פון זיינע מעלות. איך ווייס אויכעט א סאך מעשיות. ס'איז זייער אינטרעסאנט צו הערן...!
לאמיר נאר טוישען די קעפל צו "עובדות והנהגות של הקוה"ט בעל קדושת מרדכי ודארווין"
גדליה: דאס איז א גוטס...! פונקט אזוי ווי איך קען זיין אן ארוני און א ציוני אין די זעלבע צייט . קען דער העיליגער שבת אחים שליט"א זיין סיי א חסיד פון דארווין. און אין די זעלבע צייט זיין דער מקור השוואנצאנות. ווען ס'קומט צו וויזשניץ...! אנגעהויבן פונ'ם סבא קדישא. דער הייליגער אהבת ישראל. ביז די נייע דורות פון אדמור"י וויזשניץ שליט"א...!