☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » חרדים אנוסים - לעבן א דאפלטע לעבן

חרדים אנוסים - לעבן א דאפלטע לעבן

74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1274
בלאט: 1 2

הוגה » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 12:24 pm

· #248171
לא להנאת גופי
איינער האט מיך דערמאנט וועגן א שטיקל אין דער 'אמי' וועגן אזויגערופענע 'ארטא-פראקס' , ווי די אמי האט אינטערוויוט א 'דיין' וואס גלייבט נישט, אפס, וואו קען איך עס זעען?


סליפקין האט א לענגערע ארטיקל דערוועגן. ממש אנהייב האט ער א לינק צו קענען דאונלאודען די גאנצע ארטיקל.


@לא להנאת גופי


.

דולה ומשקה » מיטוואך פעברואר 11, 2015 11:54 am

· #253002
שוין אויס דאפעלטע, ווענט זיך לויט וועמען...
קסדה במקום שטריימל.jpg

שצם_חנכל » מאנטאג פעברואר 16, 2015 7:00 am

· #253957
[ציטאט אראפגענומען]

די ארטיקל איז אויסגעדראשענע סחורה אבער די רייכע דיסקוסיעס אין די קאמענטס איז ווערט צו ליינען, בעיקר איין אינטעליגענטער חסידישער קאמענטער BM.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יולי 24, 2018 3:30 pm

· #409699
[ציטאט אראפגענומען]

דער עיקר איז אז ער האט נאך דעם דיקנא קדישא.



#ווערס'פארשטייטפארשטייט.

יעקב מענטש » דינסטאג יולי 24, 2018 5:49 pm

· #409726
א בארד איז א אידישע זאך, נישט קיין 'שיינע זאך'.

איך וואלט אים געראטן זיך אפצוגאלן, פשוט צו פארשענערן זיין צורה, אז עולם הבא האט ער שוין פארפאסט, זאל כאטש זיין עוה"ז ווי ס'ברויך צו זיין.

אישתישבי » דינסטאג יולי 24, 2018 7:00 pm

· #409734
אז ער האט פארלוירען די אמונה, איז דאך משמע אז אמאהל האט ער עס געהאט, איז ער שוין מער פין רוב. אפשר איז גלייכער אז מען האט עס נישט לכתחילה, איז נישטא וואס צו פארלירן.

קורקלענד » דינסטאג יולי 24, 2018 7:01 pm

· #409735
רוב עולם האט נישט קיין אמונה??

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 24, 2018 8:42 pm

· #409748
קורקלענד: ווייל זיי זענען תינוקות שנשבו. מ'לערנט אויס אז מ'דארף פיינט האבן די ציונים. און די מדינה הטמאה. אבער קיין אמונה לערנט מען נישט מיט אידישע קינדער. מ'לערנט נישט פארוואס אונז לייגן מיר תפילין. פארוואס מ'האלט שבת. פארוואס מ'עסט כשר און די ימים טובים. אויכעט נישט. מ'טוט עס נאר כמעשה קוף בעלמא. נו, איז נישט קיין ווינדער. ווילאנג קענמען טון זאכן וואס מ'פארשטייט נישט. און מ'שפירט (ליידער) נישט קיין טעם דערין. ווייל אין חדר האט מען נישט געלערנט...!

שבת אחים » מיטוואך יולי 25, 2018 5:02 am

· #409783
berlbalaguleh
קורקלענד: ווייל זיי זענען תינוקות שנשבו. מ'לערנט אויס אז מ'דארף פיינט האבן די ציונים. און די מדינה הטמאה.


אלעס קוקסטו אן מיט די זעלבע נאאיווע אונגארישע ברילן! א איד מוז עפעס זיין א ציוני און אז נישט איז ער אפגעפרעגט? זייט ווען? יעדער איד מוז עפעס אלעס מסכים זיין וואס די רעכטע מדינה טוט? און אז נישט איז מען "אן אנטיסעמיט"?? ווייל אזוי האסטו מחליט געוועהן??? א נייע הלכה למשה מסיני??? א נייע מעשה!

זאג, ווער האט די לייסענס צו שרייען "התגרות באומות", נאר סאטמאר רב--דיין רבי רעבאהרן??? ווייל זיי האבן עפעס "א שיטה" וואס רוב גדולים האבן נישט אנגענומען??? נא, די לינקע האבן אויך א שיטה!! און זייער שיטה האט נישט איין קליינע עקסטרעמע פראקציע אנגענומען נאר דאס רופט זיך "די אינטערנאציאנאלער געזעצן" וואס די ישראלים רעדן זיך איין אז זיי זענען עקזעמפט פון איינהאלטן... דיין מדינה איז א בושה און א חרפה פאר אלע אידן...

לויט דיר איז ר' יואליש געוועהן א וויסטער אנטיסעמיט ח"ו... טראכט איין מינוט פאר דו שרייבסט און פאר דו רופסט מיך "נאאיוו" ביטע... איך בעט דיך ברחמים וברצון. טראכט מיט לאגיק, נישט מיט דיין בייעסט געפיהלן פאר דיין "אידישע מדינה"... ווען מיין נאנטע קרוב וואלט געוועהן א רוצח ח"ו וואלט איך אים אויך אנגעשריגן און פארדאמט, נישט קיין חילוק ווער ער איז און וואס ער איז פאר מיר...

לאמיר דיך פרעגן א צווייטע קשיא,

אקעי איך גיי בל"נ שרייבן א באזונדערע אשכול פאר דיר און אלע דיינע "אפענע סתירות" און דיין Cognitive dissonance- נישט נאר דיינע- נאר אלע "רעכטע-רעפובליקאנער-חסידים" און אומערצויגענע, אומציוויליזירטע "טראמפ שטיצער"...

זאג, לויט דיין שרייבן ביסטו א טראמפ שטיצער, ביסט א רעפובליקאנער אויך? אוודאי... איך גיי דיר ווייזן מיט וויפיל "אפענע סתירות" דו לעבסט... און וואספארא היפאקריט און כפוי טובה דו ביסט.... זאג, דו ביסט א אמעריקאנע געבוירענער? דיינע עלטערן זענען דא געבוירן? וויאזוי ביסטו אדער דיינע עלטערן אנגעקומען צו לעבן אין די פרייע אמעריקע? הא??? האסט אמאל געהערט פון א "ליבעראלע אידאלאגיע" וואס רופט זיך "מולטי-קולטוריזם"...?? גרויסע טראמפ שטיצער...! מורא'דיג! אוועקנעמען טויזנטער קינדער פון עלטערן אין די גרויסע "מלכות של חסד"...

פארוואס זענען רוב אידן עד היום הזה - אפילו די פרומע - רובא דרובא דעמאקראטן???
וועק דיך אויף פון דיין שלאף!!!

ביטע שרייב מיר נישט צוריק "מיין טייערע סאציאליסטישע/קאמוניסטישע ברודער" פאר דו ווייסט די פשוטע חילוקים פון קאמוניזם און היינטיגע סאציאליזם. מ'זאגט דיר הונדערט מאל, מ'רעדט דא פון קאנאדא, בעלגיע, עסטרייך, דייטשלאנד, שוועדן, פינלאנד, אוסטראליע און ער שרייעט "קאמוניזם", "סטאלין", "באלשעוויקן"... נעקסטע מאל דו גייסט מיך רופן א קאמוניסט גיי איך דיך רופן אדער א נטורי קרתא, אדער א נאצי-סימפאטייזער... שריי נישט אויף יענעם ווען ער מאכט א קליינע ספעלינג מיסטעיק... קשוט עצמך תחילה, דו ביסט טויזנט מאל מעהר אומ-קארעקט... גרויסע נאאיווע שפראך מייסטער. ביסט א רעפובליקאנער חסיד מיט א זאק פון סתירות... און איך בין נאך נאאיוו?!. 🙄

איך האב דיך ליב עני וועי. מיין רבי דער סב"ק האט געהאלטן מ’דארף ליעב האבן אפילו די שונאים אויך און צום סוף וועלן זיי ווערן דיינע פריינד...

אבער דער אמת בלייבט אמת, פאקטן בלייבן פאקטן. די לינקע זענען אייביג געוועהן גוט פאר אידן און די רעכטע זענען אייביג געוועהן זייער שלעכט פאר אידן און פאר מינאריטעטן עד היום הזה, און דו ביסט אויף זייער זייט ליידער אפילו ביסט אליינס א אימיגראנט... זייער אגענדע איז אז אמעריקע זאל זיין א "ווייסע-קריסטליכע-לאנד". זיי שטיצן מדינת ישראל וועגן זייער אייגענע קריסטליכע חשבונות, נישט ווייל זיי האבן ליב אידן. קיין שום יודישע געגנט וועסטו נישט טרעפן אין זייערע רויטע מדינות... זיי לאזן דיך מיט דיין שטריימל נישט אפילו אריין אין מיסיסיפי... איך וואונדער מיך נאר ווער איז א שונא ישראל אויף די לינקע זייט?

ליידער ליידער אין 2018 אין אמעריקע לויפן איבער פינף "אפענע נאציס/אנטיסעמיטן" וואס רופן אן די אידן מיט די ערגעסטע-לשונות און גרעיט A אנטיסעמיטישע סלאגאנס, ליידער גארנישט אנדערש ווי זיבעציג יאהר צוריק ווי די אמאליגע נאציס ימ"ש וואס האבן געשריגן די אידן זענען אין אלעס שולדיג און זיי נעמען צו אונזער ברויט און דרייען זיך ארויס צו באצאלן שטייערן. פארוואס איז נישטא קיין אפענע ראסיסט און אנטיסעמיט ביי די דעמאקראטן???? הא? אלע נאציס לויפן אויף די רעפובליקאנער זייט! אפשר ווייל זיי האבן זיך נישט געטראפן דאס פלאץ ביי די דעמאקראטן??? אפשר ווייל די לינקע זענען נארמאלע געלערנטע ציוויליזירטע מענטשן וואס פארנעמען נישט קיין טיפשות'דיגע, אלטמאדישע, קינדערישע, אומזיסטיגע האסע און ביגאטרי און זיי פירן זיך מענטשליך צו "אלע" מינאריטעטן??? גיי לערן דיך די פשוט'ע טרוקענע פאקטן פאר דו רופסט מיך נאאיוו... די היפאקריטיסווע דיינע שרייט עד לב השמים...

אנטשולדיגט פארן פארדרייען די אשכול.
צוריק צו די "חרדים-אנוסים"...

אישתישבי » מיטוואך יולי 25, 2018 8:00 am

· #409788
שבת

מען מעג האלטען אנדערש ווי דיר, און מען קען נאך אלץ זיין דיין פריינד?

למשל אױב אין שטים פאר טראמפ, קען איך זיין דיין חבר?

אויב האלט איך אז דיין רבי דער אהבת ישראל, איז געווען אזוי גרויס ווי ר' זלמן לייב פין סאטמאר, קען איך זיין דיין פריינד?

איך מיין אז ר' בערל איז דיין פריינד, הער אויף צו נעמען פערזענליך די גאנצע שרייבעכץ דא, אױב נישט איז א שאד די צייט.

אישתישבי » מיטוואך יולי 25, 2018 8:03 am

· #409789
און צוריק צו די חרדים אנוסים,

לדעתי ווען איינער פארט אפ איז עס נישט ווייל ער איז געוועהן פין די אנוסים, און סיבות פין אמונה, נאר אנדערע סיבות. אנוסים בלייבן די זעלבע אויף אייביג.

נעם שבת אחים פאר א משל, ער האט געגלייבט, און גלייבט נאך אלץ. ער איז פין די פארקערטע אנוסים, ודוק.

שבת אחים » מיטוואך יולי 25, 2018 8:30 am

· #409790
אישתישבי
שבת

מען מעג האלטען אנדערש ווי דיר, און מען קען נאך אלץ זיין דיין פריינד?

למשל אױב אין שטים פאר טראמפ, קען איך זיין דיין חבר?

אויב האלט איך אז דיין רבי דער אהבת ישראל, איז געווען אזוי גרויס ווי ר' זלמן לייב פין סאטמאר, קען איך זיין דיין פריינד?

איך מיין אז ר' בערל איז דיין פריינד, הער אויף צו נעמען פערזענליך די גאנצע שרייבעכץ דא, אױב נישט איז א שאד די צייט.


ער און דו מעג האלטן וואס ענק ווילן. ער איז ענטיילט צו זיינע “אייגענע opinions” אבער ער איז נישט ענטייטעלט צו זיינע ״אייגענע פאקטן״! ווען ער שרייעט אז די לינקע זענען אנטיסמיטן און די רעכטע זענען ״אוהבי ישראל״ איז עס פרעכע ליגענט! פארקערט פון די מציאות און א גראבע שקר...! און טאמער איז ער א חסידישע איד א קינד פון א אימיגראנט און ער שטיצט ריפובליקאנער איז ער א ״היפאקריט״...

די זעלבע איז געזאגט געווארן אז דו קענסט האלטן אז דער אהבת ישראל איז געוועהן אזוי גרויס ווי ר׳ זלמן לייב אבער מקען אויפווייזן מיט ״פאקטן״ אז ער איז געוועהן ממש פון די גרעסטע און געלונגענסטע רביס און אידישע-מנהיגים אויף די וועלט... סאיז אזויווי זאגן אז דער חפץ חיים צי דער רמב״ם איז געוועהן אזוי גרויס ווי הרב גבריאל צינער אדער ווייס איך ווער...


אקעי לאמיך נישט פארדרייען דא דעם אשכול... צופיל עבירות עובר געוועהן היינט אין ק״ש... אט אט טראסקעט מען מיך ארויס פון דא מיטן אהבת ישראל און ר׳ זלמן לייב אינאיינעם... 😂

שבת אחים » מיטוואך יולי 25, 2018 8:45 am

· #409792
אישתישבי
און צוריק צו די חרדים אנוסים,

לדעתי ווען איינער פארט אפ איז עס נישט ווייל ער איז געוועהן פין די אנוסים, און סיבות פין אמונה, נאר אנדערע סיבות. אנוסים בלייבן די זעלבע אויף אייביג.

נעם שבת אחים פאר א משל, ער האט געגלייבט, און גלייבט נאך אלץ. ער איז פין די פארקערטע אנוסים, ודוק.


איך ווייס נאכנישט ווי איך קום דא אריין פונקטליך, און וויאזוי דו ווייסט וואס איך גלייב יא און נישט. איך גלייב נישט באמת. ווייל גלייבן איז נישט קיין ריעאלעטי. איך בין פשוט א פרומער איד ווייל איך בין אזוי אויפגעוואקסן און דאס איז מיין מסורה פון דורי דורות. איך בין אבער נישט איבערצייגט אין גארנישט. איך פארשטיי ביידע זייטן. און איך האב ״אויסגעוועלט״ און בוחר געוועהן צו האלטן אידישקייט לויט מיין פארשטאנד. למשל מיט א ״שייגעץ-בייק״ פאר איך יא ארום... ווייסט וואס כמיין??? און א סקווירא-בעיק איז נישט קיין תועבה אין מיינע אויגן... און חלב ישראל איז נאר געמאכט אז פארקאש מיט וויינבערגער פון מהדרין, און שטייצעך די מאגרובער רב זאל זיין געזונט און שטארק זאלן מאכן א לעבן... וכו׳ וכו׳ מיין אידישקייט מאך איך מיר אליינס אפ לויט די שו״ע שטייצעך. און אזוי איז יעדער צופרידן....

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 25, 2018 1:35 pm

· #409831
אישתישבי
שבת

מען מעג האלטען אנדערש ווי דיר, און מען קען נאך אלץ זיין דיין פריינד?

למשל אױב אין שטים פאר טראמפ, קען איך זיין דיין חבר?

אויב האלט איך אז דיין רבי דער אהבת ישראל, איז געווען אזוי גרויס ווי ר' זלמן לייב פין סאטמאר, קען איך זיין דיין פריינד?

איך מיין אז ר' בערל איז דיין פריינד, הער אויף צו נעמען פערזענליך די גאנצע שרייבעכץ דא, אױב נישט איז א שאד די צייט.

אישתישבי: ייש"כ. איך וועלל פרובירן צו ענטפערן פאר אונזער טייערן סאציאליסטישן פריינד און וויזשניצער חסיד דורך דיר...!
ערשטנס האביך מיך געקוילערט פאר געלעכטער ליינענדיג די אלע אינטרעסאנטע פאקטן וואס דו ווארפסט צוזאם אין איין תגובה. הקיצור. דו ביסט נישט אקעיגן די מדינה ווייל דו האלטסט בשיטה אז ס'איז אקעגן די תורה. נאר ווייל זיי זענען ..."רעכטע"... און נישט סאציאליסטן. איך האב נייעס פאר דיר. אין די..."בראשית"... יארן פון די מדינה זענען זיי געווען גאר גרויסע סאציאליסטן. און אפילו קאמוניסטן. נאר זיי האבן איינגעזעהן אז מיט סאציאליזם וועללן זיי ווייט נישט גיין...!

איך בעהט דיך שוין צום וויפלסטן מאל אז דו זאלסט דיר ארויסהאקן פון קאפ אז דאס וואס דו רעדסט דיר איין אז דו ביסט א סאציאליסט וועט דיר העלפן בעת צר. א מכה. דו דארפסט געדענקען אז צו אלעם ערשטן. און צו אלעם לעצטן ביסטו א איד. און אזוי קוקן דיך אן דיינע אזוי-גערופענע גוטע פריינט. ס'זעהט אויס אז דו האסט שוין פארגעסן דעם פסוק אין מגילת איכה...":כל רעיה בגדו בה"... די אלטע, היסטארישע ארץ ישראל האט אויך געהאט אליאנסן מיט מצרים און אנדערע לענדער. אבער ווען ס'איז געקומען אין אן עת צרה, האבן זיך אלע אויסגעדרייט דעם רוקן צו די אידן.

און צום מיליאנסטן מאל... גיי נישט ווייט צוריק אין די היסטאריע. נאר ביי די צווייטע וועלט מלחמה. זענען אין פוילן און אנדערע מזרח אייראפע'אישע מדינות געווען אלערליי סאציאליסטיש דעמאקראטישע גרופס. וואו די אידן זענען געווען אן אינטעגראלער טייל פון זיי. און זיי האבן צוזאמען געקעמפט ..."אויף די באריקאדן"... און בעת צר האבן זיי אלע ווי איינס זיך געמאכט ווי זיי קענען נישט די אידן. נאר האבן געהאלפן אויסהארגענען און פארניכטן און פארטרייבן זיי...!

אנא ממך. איך בעט מיך ביי דיר. איך ווילל נישט אז אונז זאללן מיר זיך ח"ו טרעפן אויף יענע ליין. און דו וועסט מיר דארפן זאגן אז איך בין גערעכט געווען. דו נאאיווער אונגערישער אדער פוילישער אדער מארמאראשער מענטש טראכטסט נישט אז נאך די סעלעקציע פון מענגעלע, ימ"ש אין אוישוויץ, אויף די ליין צו די גאז קאמערן זענען געווען אזעלכע קלוגע און אקטיווע מענטשן ווי דו וועלכע האבן געגלייבט בכל לבבם ובכל נפשם ובכל מאודם אין די סאציאליסטישע עבודה זרה. נו, האט עס זיי געהאלפן...? א מכה!. זיי זענען נעבעך געגאנגען אין כבשן האש... ועלו על המוקד השמימה...!

קלאפ דיר שוין ארויס פון דיין קאפ איינמאל פאר אלעמאל. דו ביסט נישט קיין סאציאליסט. דו ביסט א איד. עי דזשו. א זשיד. עדי זשידאו. יעוורעי. העוורעיאו. כודיאו. זשואיף...! דאס ביסטו געבוירן. און דאס וועסטו בלייבן...ערלעדיגט...! א גוטן טאג...!

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 25, 2018 1:46 pm

· #409832
נאך א זאך פאר הרב שבת אחים: דו זאגסט אז איך וועיס נישט קיין חילוק פון סאציאליזם ביז קאמוניזם. איך בין גרייט זיך צו פארהערן מיט דיר אין פאבליק. וואס סאציאליזם איז. און די אלע ארומיגע מענטשן ארום דעים. און וואס קאמוניזם איז.
נאר לטעימה בעלמא. ווער איז געווען אלעקסאנדער קערענסקי?. און וואס איז געווען זיין שייכות מיט וולאדימיר לענין. וויפיהל גרויסע גרופס זענען געווען אין יאר 1917 וועלכע האבן ?געקעמפט ביי די ציווילע מלחמה אין רוסלאנד?...! ווער זענען געווען די באלשעוויקס. און ווער די מענשעוויקס. און וועלכע אנדערע גרופס פון ערנסטע שפילערס זענען געווען אויף די סצענע. און פון וועם האבן די באלשעוויקן די מערסטע מורא געהאט?...!

דו קענסט עס גוגל'ען און מיר געבן א נארמאלן ענטפער. או דאס איז נאר די התחלה. איך וועל דא זיין א שטיקל בעל גאוה. איך מיין אז ווען איך וואלט געגאנגען אין קאלידזש וואלט איך באקומען לכה"פ א מעסטער'ס דיגרי אויף דעם סאבדזשעקט...!!! ואתה...??? קדוש, יושב תהילות ישראל...!

שבת אחים » מיטוואך יולי 25, 2018 2:09 pm

· #409836
מיין טייערע נטורי קרתא ברודער.... 😕


איך זאל מיך ארויסהאקן פון מיין קאפ אז איך בין א סאציאליסט? ווען דו וועסט זיך ארויסהאקן פון דיין קאפ אז דו ביסט א ציוני און א ראסיסט... האסטו געהערט א מעשה!?

וואס האט איינס מיטן צווייטן???

א מענטש קען נישט זיין סיי א איד און א סיי א סאציאליסט? סאיז עפעס א סתירה? 🙄

איינער פארשטייט וואס ער רעדט דא צאם פאר פייער און פאר וואסער????

איך בין הונדערט פראצענט א איד לויט מיין DNA און לויט מיין אפשטאם- איך האב עס אמאל געלייקענט???
חוץ ווען איך האב באזוכט ״דיינע חברים״ אין די סאוט די קריסטליכע-טראמפ שטיצער אין די סאוט.... און דארט האט מען געמעגט ע״פ הלכה באהאלטן מיין אפשטאם, פשוט אלץ ״פיקוח נפש״, אזויווי אסתר המלכה...

איז נאכמאל איך בין א אשכנזישער איד און מיין פאליטיקל-אפיליאציע איז דעמקראט-סאציאליסט...

ס׳וועט מיר העלפן? יא! די דעמקראטן האבן געהאלפן מיין מאמע ארויסגיין פון די קאמיוניסטישע גיהונים!!! פרעזידענט דזשאונסאן און זיין אדמינסטראציע פערזענליך האט געהאלפן טויזנטער אידן ארויסגיין פון רוסלאנד קיין ארץ ישראל אין די ענדע 1960 יאהרן- איך וועל דיר עס נאכאמאל פארציילן מיט אלע דיטאלען. נישט דיינע ישראלים האבן געהאלפן... איך קען דיר ארויסרעכענען נאך צענדליגער זאכן ווי דעמאקראטן האבן מיך און דיך געהאלפן...

וועגן דיין היסטאריע קאמפעטישאן. קען זיין דו קענסט אביסל אלטע היסטאריע. הייבסט נישט אבער אן צו פארשטיין די היינטיגע סאציאליסטישע פאליסיס און אידאלאגיעס... זעראו... פארשטייסט נישט די ״היינטיגע״ דעמקראטן און רעפובליקאנער...מ׳זעהט עס קלאר פון דיין שרייבן- קענסט נישט צאמשטעלן די גאנצע פאזל. ביסט שטעקן געבליבן ביי קערענסקי...

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 25, 2018 2:22 pm

· #409838
שבת אחים: ערשטנס. נעמט נישט די גאנצע סומאטאכע פערזענליך. ס'קען די ח"ו שאטן צום געזונט. צווייטנס. דו זאגסט אז דו ביסט א סאציאליסט. אויב דו קענסט נישט די פונדאמענטאלע היסטאריע פון סאציאליזם. קענסטו נישט פארשטיין דעם בעקגראונד פון די היינטיגע סאציאל דעמאקראטישע פאליסיס. און דאס וואס דו זאגסט אז דו ביסט ב"ה א איד אויף פולע 100%. זיכער איך בין מסכים מיט דיר. אבער וואס איך האב געזאגט (און זאג נאכאלץ) אז דיינע סאציאליסטישע חברים קוקן דיך אויכעט אן אלס איד ערשט. און אלס סאציאליסטישער ..."חבר"... דריט...!

אדרבה. פרוביר צו מאכן א שפאציר אויף (כמעט) סיי וועלכן קעמפוס אין די יונייטעד סטעיטס, קענעדע, ענגלאנד אדער אויסטראליע. און שטעל דיך אויף עפעס צו זאגן. נישט לטובת מדינת ישראל. נאר סיי וועלכען סאבדזשעקט. און זעה אויב מ'וועט דיך לאזן קומען צום ווארט. אדער פארשרייען אלס איד און ציוניסט...! און דו קענסט נאך ח"ו אריינהייבן אפאר געזונטע קלעפ אויך...!

שבת אחים » מיטוואך יולי 25, 2018 2:24 pm

· #409839
ר׳ בערל וויפל דו ווייסט וועגן קאמיוניזים האב איך נאך געהערט פון מיין מאמע און מיין זיידע באבע, פעטערס, מומעס, וואס האבן עס אליינס אדורכגעלעבט, איך קען אנפילן הונדערטער בלעטער אין ק״ש וואס כהאב געהערט ״פירסט הענד״ און דאס איז דו גלייכסט צו היינטיגע סאציאליסטן צו די קאמיוניסטן איז ביאונד אבסורד- דו לייגסט זיך אליינס צו נער... נישט איך! דו... דו אליינס...

איך בין אויפגעוואקסן אין די שאטן פון קאמיוניזים.

זיי געזונט. שיק א הערצליכן גריס פאר דיין רבין ר׳ משה הירש און ר׳ משה בער דרעק.

שבת אחים » מיטוואך יולי 25, 2018 2:34 pm

· #409840
berlbalaguleh
שבת אחים: ערשטנס. נעמט נישט די גאנצע סומאטאכע פערזענליך. ס'קען די ח"ו שאטן צום געזונט. צווייטנס. דו זאגסט אז דו ביסט א סאציאליסט. אויב דו קענסט נישט די פונדאמענטאלע היסטאריע פון סאציאליזם. קענסטו נישט פארשטיין דעם בעקגראונד פון די היינטיגע סאציאל דעמאקראטישע פאליסיס. און דאס וואס דו זאגסט אז דו ביסט ב"ה א איד אויף פולע 100%. זיכער איך בין מסכים מיט דיר. אבער וואס איך האב געזאגט (און זאג נאכאלץ) אז דיינע סאציאליסטישע חברים קוקן דיך אויכעט אן אלס איד ערשט. און אלס סאציאליסטישער ..."חבר"... דריט...!

אדרבה. פרוביר צו מאכן א שפאציר אויף (כמעט) סיי וועלכן קעמפוס אין די יונייטעד סטעיטס, קענעדע, ענגלאנד אדער אויסטראליע. און שטעל דיך אויף עפעס צו זאגן. נישט לטובת מדינת ישראל. נאר סיי וועלכען סאבדזשעקט. און זעה אויב מ'וועט דיך לאזן קומען צום ווארט. אדער פארשרייען אלס איד און ציוניסט...! און דו קענסט נאך ח"ו אריינהייבן אפאר געזונטע קלעפ אויך...!


זייער טענה איז אז מדנ״י פאלגט נישט די געזעצן... פרוביר צוזאגן א גיט ווארט אויף די מדינה אין הופער אויף די בימה

צווייטענס מיינסט אלע לינקע זענען עפעס אקעגן מדנ״י? ניין! די ווארטזאגער פון מדנ״י עלען דערשאוויץ איז א אטעיסט/לינקער... ביל מאהר האט געלויבט און געשטיצט טראמפס שריט צורוקן די עמבעסי קיין ירושלים... ביל מאהר איז ממש די גרעסטע ליבעראלער אויף טעלעוויזשאן היינטיגע צייטן... איך בין מחולק מיט אים אויף די פרט. איך האלט סאיז געוועהן א נערישע אומפארזיכטיגע, אומשכלדיגע שריט. איך קען דיר אויסרעכענען גענוג און נאך לינקע וואס זענען פון די גרעסטע ציונים און שטיצטער פאר דיין מדינה.

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 25, 2018 7:49 pm

· #409852
שבת אחים: היות איך ווילל נישט עובר זיין בשאט נפש אויף איינס פון די תקנות און קריכן אויף די נערוון פון אנדערע מענטשן וועלל איך (בלי"נ) נישט ווייטער פיהרן דעם וויכוח איבער די דאזיגע ענדלאזע שטותים מיט דיר. אפשר. ווען איך וועלל זיין אין די ריכטיגע מאאד, וועלל איך אויפמאכן אן אשכול איבער די אלע וועלט-שאקלענדע סאבדזשעקטס. אבער. אזוי ווי איך האב שוין איבער געחזר'ט צענדליגער מאל. איך ווילל דיך נישט טרעפן אויף די ליין. ווען דו וועסט מיר זאגן אז איך בין גערעכט געווען. ווייל דאמאלס וועט מיין גערעכטיגקייט שוין גארנישט ווערד זיין... הצלחה רבה...!

צקון לחש » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 8:33 am

· #483336
א גוטן טייערע ברידער
(איך האב נישט דורך געליינט דעם טרעד, כ'האב בלויז געמאכט א זוך פאר "אנוסים")

איך בין אינטערסירט צו וויסן אויב איז דא ערגעץ אויפ'ן אינטערנעט א פארום וכדו' געאייגענט פאר "אנוסים" (= לאו דוקא פאר אזעלכע וואס פרייען זיך מיט זייער אפשאצונג אז אלעס איז פאלטש, נאר אנוסים באופן כללי, וק"ל)?

פארוואס איך פרעג איז, וויבאלד לויט ווי איך פארשטיי איז דאהי נישט ערלויבט ארויסצושרייבן אפענע כפירה הנחות (און איך האלט גראדע אז דאס איז זייער ריכטיג).

מ'קען פארשטייט זיך ענפערן אין פריוואט, א דאנק 🙂

געדאנקן » דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 1:11 am

· #488020
רויטע וואנצעס
יוסף מ
www.frumandstuck.com/
סקיקט אויס ליידער אז די demand וואקסט. אז פאט סטעפס האט שוין א competition.


מיר זעהט אויס פון זייער שפראך אז ס'איז באמת פארקערט, זייער מטרה איז צו העלפן מענטשען וואס זענען קראנק פונעם סיסטעם גיין אויפן מיטל וועג, און נישט אינגאנצען אפפארען.

גייט נאך אן דעי סייט?

רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 1:14 am

· #488021
זעהט אויס ווי א יאפאנעזער האט עס אפגעקויפט 😃

יאסל ראקאווער » דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 2:35 am

· #488022
אויב א מענטש האלט אז זיי ליבע ווייב/שטוב קען עס נישט פארנעמען איז טאקע א שטיקל מסורת נפש נישט צו פארציילן.

מענטשען וואס זענען אנוסים ווייל זייער מענער/ווייבער וואלטן זיי איבערגעלאזט אויב ווייסט ער/זי די אמת.. דארפן גיין פאר לאנגע טעראפי צו זעען פארוואס זיי ווילן זיי פארהייראט צו א מענטש וואס ווען זי קען אים, זי קען זיין תוכן, וואלט זי אים איבערגעלאזט.

סטייטש אז ער/זי האלט אז זיי זענען נישט ראוי צו טרעפען א נייע ווייב און ס'לוינט אים צו לעבן און א פארשטעלטע מאסק, סיי זייער גוף און סיי זייער נשמה אבי צו קענען וואינען אינדערהיים. אבער דאס הייסט אוודאי נישט געוואוינט. דאס איז הסתרה שבתוךַ הסתרה. תפיסה פאר די נשמה במלוא מובן המילה.
בלאט: 1 2