☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » עולם הפוך ראיתי (רעדן אויף א שוכן עפר)

עולם הפוך ראיתי (רעדן אויף א שוכן עפר)

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12735

גדליה » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 4:42 pm

· #417383
עולם הפוך ראיתי (רעדן אויף א שוכן עפר)
יא, אהעם. איז אזוי.
יעדע ווייסט אז מ'טאר נישט רעדען אויף א מענטש וואס לעבט שוין נישט. אז א מענטש שטארבט און מ'בארעדט זיינע מעשים טובים ווערען מענטשען ברוגז. ס'טייטש, נישט רעדען אויף א שוכן עפר!
איז אזוי, ווי לאנג ער לעבט מעג מען עם צאפען די בלוט, בארעדען באשמוצען און לאכען פון אים. איינמאל ער שטארבט, ווען ער קען שוין נישט פילען אדער שפירען גארנישט, דעמאלץ ווערט חל די שרעקלעך הארבע איסור פון רעדען אויף א שוכן עפר.
אין די אלגעמיינע וועלט ווייסט מען פינקט פארקערט, אמאל איז דא לשון הרע'ס וואס מפארציילט נישט ווייל די באטרעפענדע מענטש איז א פאפולערע פיגור און ס'קען עם שאטען, און איינמאל ער שטארבט דערציילט מען עס, ווייל ער לעבט דאך שוין סייווי נישט.
אזוי איז אויך באקאנט פון צדיקים אז נאכ'ן שטארבען ווערט מען געוואויר ווי זיי האבען געהאט א פויערישע פעלץ און ארומגעגאנגען אין די ועלדער און קרעטשמעס אינמיטען די נאכט.
על כל פנים, ילמדנו רבינו. פארוואס איז הארבער צו רעדען אויף א מענטש נאכ'ן שטארבען ווי פארדעם, א מין שטעלונג וואס איז קעגען יעדע מענטשליכע שכל?

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 5:02 pm

· #417384
בפשטות איז דאס צוליב דעם וואס בארעדן און אנאליזירן א מענטש וואס האט נישט די מעגליכקייטן זיך זעלבסט צו פארטיידיגן, (ווייל דאס גייסט האט צום באדויערן פארלאזט זיין גוף) איז ווארשיינליך הארבער ווי צו רעדן אויף א מענטש וואס איז ב''ה געזונט אין פריש און האט די מעגליכקייט זיך זעלבסט צו פארטיידיגן, נישט אזוי?

שמערל » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 5:39 pm

· #417386
רעדן אויף א לעבעדיגן איז א איסור דאוריתא פון לשון הרע, אויף א טויטן ווי דער איסור לשון הרע איז נישט חל איז דא א חרם הקדמונים אז מען זאל אויך נישט רעדן. למעשה האבן מענטשן מער מורא פון א חרם ווי פון א לאו.

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 5:43 pm

· #417387
איז דער חרם הקדמונים נישט בלויז אויף "מוציא לעז"?

שמערל » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 6:38 pm

· #417393
הייסט אז רעדן אמת אויף א מת איז מותר לכתחילה? קען זיין.

אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 8:54 pm

· #417402
דער וועלט זאגן אז פאר באגראבן א נפטר, מעג מען רעדן וואס מען וויל, ווייל ער לעבט נישט, און איז נאך נישט א שוכן עפר.

מיימון » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 9:17 pm

· #417405
חוץ דעם שרעקעדיגן ח-ר-ם הקדמונים פון וואס מענטשן(?) ציטערן ווי פון פייער נאך מער ווי איסורי דאורייתא (וצוואת ר"י החסיד יוכיח) איז לכאורה אויך דא א שטיקל פחד פון טויט וואס איז דער גרעסטער נושא אין אלע רעליגיעס כמבואר כמ"פ בדברי הרב ד"ר אברם העברי. יעדע זאך וואס האט צו טון מיט טויט ווערט אויטאמאטיש פארוואנדלט אין א שרעקעדיגע זאך, גיי פארשטיי פארוואס מענטשן האבן מורא צו גיין נעבן א בית הקברות ביינאכט. אזוי איז עס.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 10:46 pm

· #417407
מיימון: יישר כח. איך האב געמיינט אז איך בין דער איינציגסטער וואס האט מורא אדורכצופארן. כש"כ אדורכשפאצירן נעבן א בית הקברות ביינאכט. ס'איז נאך דערווייל קיין איין נפטר נישט אויפגעשטאנען פון זיין קבר. און געגאנגען פאר א שפאציר...אבער דאך...!

קל לראש » מיטוואך יאנואר 2, 2019 5:35 am

· #420918
שוכן עפר
אישתישבי
דער וועלט זאגן אז פאר באגראבן א נפטר, מעג מען רעדן וואס מען וויל, ווייל ער לעבט נישט, און איז נאך נישט א שוכן עפר.

טעות העולם חוזר
די לשון אין שולחן ערוך איז על המתים, משום לשון נקיה זאגן מענטשן שוכן עפר.
איך ווייס נאר נישט פארוואס שוכן עפר איז מער לשון נקיה.

מי אני » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 4:11 pm

· #436838
עולם הפוך ראיתי (רעדן אויף א שוכן עפר)
אזוי ווי מרגליה בפומיה דאינשי ״מצורע אחרי מות קדושים אמור״, נאך א מענטש שטארבט, אפילו ער׳ז געווען א מצורע [איש שיש בו גנאי], זאגט מען שוין אויף אים אז ער׳ז א קדוש.

בנוגע דאס אז מ׳זעהט ביי דעם עולם הפוך קען מען זאגן אז דאס איז אויך מרומז אין דעם ״עליונים למטה ותחתונים למעלה״. אויף די באגראבענע ״תחתונים״ האלט מען במעלה גבוה נישט צו רעדן אויף זיי, משא״כ אויף די לעבעדיגע וואס זענען נאך עליונים ממעלה לאדמה.

‏(הגם בעצם רעדן אויף א לעבעדיגן איז ערגער ווי רעדן אויף א טויטן [כמספר אחר האבן וכו׳ וכו׳] וכנ״ל, טרעפן מיר שוין עפעס א שטיקל פרעצעדענט דערצו, וואס פון דעם קען אפשר אויך דאס קומען און ווייזען אז מ׳איז מער סענסיטיוו צו א מת. דהיינו, מיר טרעפן ביי הספדו של מת (יו״ד ריש סימן שדמ) אז מ׳איז אביסל מפליג בשבחו ע״ש. אין אנדערע ווערטער מ׳רוקט ארויף זיין/איר אמת׳ע כבוד מיט א מדריגה (אביסל) צו עפעס וואס איז נישט אינגאנצן אמת. איז לעומת זה רעדט מען נישט אויף אים/איר אפילו עפעס וואס איז אמת, וואס ברענגט אראפ די כבוד. (איך פארשטיי אז דאס איז נאר געזאגט געווארן בנוגע די עצם הספד. אבער מ׳קען פארשטיין אז די עצם סענטימענט בלייבט אויף ווייטער אויך.))
קאך_לעפל
בפשטות איז דאס צוליב דעם וואס בארעדן און אנאליזירן א מענטש וואס האט נישט די מעגליכקייטן זיך זעלבסט צו פארטיידיגן, (ווייל דאס גייסט האט צום באדויערן פארלאזט זיין גוף) איז ווארשיינליך הארבער ווי צו רעדן אויף א מענטש וואס איז ב''ה געזונט אין פריש און האט די מעגליכקייט זיך זעלבסט צו פארטיידיגן, נישט אזוי?

📎 IMG_5649.JPG

אישתישבי » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 5:56 pm

· #436846
תזריע, פין ווען ער ווערט געבוירן, מצורע, בארעדט מען אים אז ער איז א מצורע, אחרי מות, נאכן שטארבן, קדושים אמור, זאגט מען ער איז הייליג.

איסר האטלקי » דינסטאג אקטאבער 1, 2019 9:02 pm

· #436848
אישתישבי
דער וועלט זאגן אז פאר באגראבן א נפטר, מעג מען רעדן וואס מען וויל, ווייל ער לעבט נישט, און איז נאך נישט א שוכן עפר.

דאס קומט פון הרה"ק מגארליץ זי"ע

שמעון וואלף » דינסטאג אקטאבער 1, 2019 11:55 pm

· #436861
קאך_לעפל
בפשטות איז דאס צוליב דעם וואס בארעדן און אנאליזירן א מענטש וואס האט נישט די מעגליכקייטן זיך זעלבסט צו פארטיידיגן, (ווייל דאס גייסט האט צום באדויערן פארלאזט זיין גוף) איז ווארשיינליך הארבער ווי צו רעדן אויף א מענטש וואס איז ב''ה געזונט אין פריש און האט די מעגליכקייט זיך זעלבסט צו פארטיידיגן, נישט אזוי?

ניין.
אסאך עוולות וואס מענטשן באגייען וואס מ'קען נישט פארטיידיגן און פונדעסוועגן וועט מען אים גרינגער בארעדן ווי א שוכן עפר