☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מאדנע גויאישע צדקה סטאנדארטן

מאדנע גויאישע צדקה סטאנדארטן

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12732

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 1:46 pm

· #417279
אנאנים: איך בין מחולק מיט דיר...!

ווען זיי קומען און זאגן אויס דעם אמת. וואלט דאך נישט געווען קיין מעשה. אבער צו קומען און אויסטראכטן א ליגנט. און אזוי ארום ארויסנארן געלט פון פרעמדע מענטשן וועלכע האבן רחמנות אויף אן אומגליקליכן מענטש. דאס הייסט מרמה. און אפילו אפענע גניבה. און אפילו עפ"י הלכה האבן זיי נישט קונה געווען דאס געלט...!

גדליה » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 3:29 pm

· #417287
די וויכטיגסטע חלק פון די מעשה איז אז ווען נישט וואס די צוויי האבען זיך צעקריגט וואלט מען קיינמאל נישט אויסגפעינען פון דעם שווינדעל

אדונינו » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 3:31 pm

· #417288
גדליה
די וויכטיגסטע חלק פון די מעשה איז אז ווען נישט וואס די צוויי האבען זיך צעקריגט וואלט מען קיינמאל נישט אויסגפעינען פון דעם שווינדעל

און ווען נישט מהרז״א איז צוקריגט מיט מהרא״ל וואלט מען לכאורה קיינמאל אויסגעפונען די אמת איבער גיוס.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 4:16 pm

· #417291
האסט געכיפערט א טריט אין די געשיכטע. קודם איז געווארען א גאנצע טאראראם אז די געלט שטעלט זיך אפ ביים פארפאלק אין קעשענע. דערנאך איז מען געוואויר געווארן אז דער היימלאזער מענטש איז אויך א חלק פון די קאנספיראסי.

למעשה, האט העניך, כדרכו, ארויס געברענגט זיין נקודה, וישמעו רחוקים ויבאו וילמדו לקח.

אישתישבי » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 5:49 pm

· #417295
טאמער די "לקח" איז, ווען מען נעמט בחורים און מען הייסט זיי גיין נאך געלט פורים צו ווען, און זיי זאלען זאגן הכנסת כלה, ווען באמת גייען זיי אז דער רבי זאל קענען פארן אויף פלארידע, הער איך.