☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » רשעות לשם שמים

רשעות לשם שמים

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12726

גדליה » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 5:40 pm

· #416957
רשעות לשם שמים
איך הער היינט א שמועס אין בעסעמדערש וועגען אייסיס. איינער, לאמיר אים רופן ר' גד, האט אראפגעלייגט ווי די אייסיס חברה האקען אראפ קעפ און טעראריזירן מענטשען. רופט זיך אן ר' שמאול, קוק אהער, די אייסיס חברה זענען טאקע שעדליכע מענטשען, אבער למעשה רוב פון זיי לעבען שוין נישט, און וואס דארף מען רעדען וועגען זיי, אויסער דעם, איך פארשטיי אז די אייסיס חברה טוען שעדליכע זאכען, אבער למעשה מיינען זיי דעם באשעפער, און זיי זענען זיך אפילו מוסר נפש! יעדע ווייסט אז זיך אנצוהייבען מיט די אמעריקאנע מיליטער איז נישט קיין שפיעל, און דאך די אייסיס חברה האבען נישט מורא פון גארנישט און האקן קעפ כאילו לא היה.
דאס מיינט נאכנישט אז איך האלט פון טערארירזם, לייגט ר' שמואל שנעל צו, איך זאג פשוט אז לשיטתם טוהן זיי למעשה א נאבעלע זאך אפילו די האלטסט נישט פון זייערע מעטאדען. און אוודאי ברויכסטו נישט בארעדען מענטשען וואס געבען זיך אוועק זייער גאנץ לעבען פאר זייער ג-ט.
וואס האלט דער עולם? ר' שמואל האט א נקודה?

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 5:50 pm

· #416960
איך בין זיכער אז ביי זיי זענען דא ערנסטע כאניאקעס וואס ס'טוט זיי באמת וויי יעדעס מאל וואס זיי האקן אפ איינעמ'ס קאפ, און זיי דאווענען פינעף מאל א טאג אז ס'זאל ביי זיי מקוים ווערן די פסוק ונתן לך רחמים כפירוש האוה"ח הקדוש. אבער איך שטעל זיך פאר אז זיי זענען גאר א קליינע פראצענט, רוב חברה דארט פרייען זיך מיט די געלעגנהייט צו פייניגן מענטשן און זיך נאך קונה זיין צוויי-און-זיבעציג בתולות אלס מתן שכרה בצדה.

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 5:50 pm

· #416961
גדליה
וואס האלט דער עולם? ר' שמואל האט א נקודה?

אז דו וועסט פרעגן נאר אונזער עולם וועסטו הערן בלויז איין פרעספעקטיוו; דארפסט אויך פרעגן די אראבער וואס זיי האלטן, וועסטו קענען ארויסהאבן מער אן אמת'דיג בילד.

גדליה » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 5:51 pm

· #416962
שמעקעדיג
גדליה
וואס האלט דער עולם? ר' שמואל האט א נקודה?

אז דו וועסט פרעגן נאר אונזער עולם וועסטו הערן בלויז איין פרעספעקטיוו; דארפסט אויך פרעגן די אראבער וואס זיי האלטן, וועסטו קענען ארויסהאבן מער אן אמת'דיג בילד.

ביי די אראבער וועל איך פרעגען וואס זיי זאגען צו די חסידישע טעראריסטען 😃

גדליה » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 5:52 pm

· #416963
רביה''ק זי''ע
איך בין זיכער אז ביי זיי זענען דא ערנסטע כאניאקעס וואס ס'טוט זיי באמת וויי יעדעס מאל וואס זיי האקן אפ איינעמ'ס קאפ, און זיי דאווענען פינעף מאל א טאג אז ס'זאל ביי זיי מקוים ווערן די פסוק ונתן לך רחמים כפירוש האוה"ח הקדוש. אבער איך שטעל זיך פאר אז זיי זענען גאר א קליינע פראצענט, רוב חברה דארט פרייען זיך מיט די געלעגנהייט צו פייניגן מענטשן און זיך נאך קונה זיין צוויי-און-זיבעציג בתולות אלס מתן שכרה בצדה.

נעוואדע, מפרייט זיך מיט א מצוה

קל וחומר » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 5:57 pm

· #416964
Re: רשעות לשם שמים
גדליה
שמעקעדיג
גדליה
וואס האלט דער עולם? ר' שמואל האט א נקודה?

אז דו וועסט פרעגן נאר אונזער עולם וועסטו הערן בלויז איין פרעספעקטיוו; דארפסט אויך פרעגן די אראבער וואס זיי האלטן, וועסטו קענען ארויסהאבן מער אן אמת'דיג בילד.

ביי די אראבער וועל איך פרעגען וואס זיי זאגען צו די חסידישע טעראריסטען 😃
פארוואס מיינסטו אז זיין 'אראבער' איז אן אנדערן ווי דיין אז דו זאלסט דארפן לויפן צו חסידים[emoji6]?

גדליה » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:00 pm

· #416966
באמת כאפ איך זיך יעצט אז די שמועס איז טאקע געווען אין די מאסק דא אין שכינות, צווישען עבדאללא און מחמוד
כהאב בטעות אויפגעטוישן צווישען א מעטשעט און א שוהל

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:02 pm

· #416967
רביה''ק זי''ע
איך בין זיכער אז ביי זיי זענען דא ערנסטע כאניאקעס וואס ס'טוט זיי באמת וויי יעדעס מאל וואס זיי האקן אפ איינעמ'ס קאפ, און זיי דאווענען פינעף מאל א טאג אז ס'זאל ביי זיי מקוים ווערן די פסוק ונתן לך רחמים כפירוש האוה"ח הקדוש. אבער איך שטעל זיך פאר אז זיי זענען גאר א קליינע פראצענט, רוב חברה דארט פרייען זיך מיט די געלעגנהייט צו פייניגן מענטשן און זיך נאך קונה זיין צוויי-און-זיבעציג בתולות אלס מתן שכרה בצדה.

גם לשיטתך השאלה במקומה עומדת, וואס טוט זיך מיט די ערענסטע כאניאקעס? מעג מען זיי בארעדן לאחר מיתתם ?

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:04 pm

· #416969
בענדזשאמין פרענקלין
גם לשיטתך השאלה במקומה עומדת, וואס טוט זיך מיט די ערענסטע כאניאקעס? מעג מען זיי בארעדן לאחר מיתתם ?

זיכער אז נישט.

קל וחומר » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:04 pm

· #416970
Re: רשעות לשם שמים
בענדזשאמין פרענקלין
רביה''ק זי''ע
איך בין זיכער אז ביי זיי זענען דא ערנסטע כאניאקעס וואס ס'טוט זיי באמת וויי יעדעס מאל וואס זיי האקן אפ איינעמ'ס קאפ, און זיי דאווענען פינעף מאל א טאג אז ס'זאל ביי זיי מקוים ווערן די פסוק ונתן לך רחמים כפירוש האוה"ח הקדוש. אבער איך שטעל זיך פאר אז זיי זענען גאר א קליינע פראצענט, רוב חברה דארט פרייען זיך מיט די געלעגנהייט צו פייניגן מענטשן און זיך נאך קונה זיין צוויי-און-זיבעציג בתולות אלס מתן שכרה בצדה.

גם לשיטתך השאלה במקומה עומדת, וואס טוט זיך מיט די ערענסטע כאניאקעס? מעג מען זיי בארעדן לאחר מיתתם ?
דאס גייט צוריק צו די שמועס פון דיין אשכול.

גדליה » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:07 pm

· #416971
רביה''ק זי''ע
בענדזשאמין פרענקלין
גם לשיטתך השאלה במקומה עומדת, וואס טוט זיך מיט די ערענסטע כאניאקעס? מעג מען זיי בארעדן לאחר מיתתם ?

זיכער אז נישט.

בקיצור זאגסטו אז מ'קען האקען קעפ פון מענטשען אבער טאמער מיינט מען באמת לשם שמים טאר מען יענעם נישט בארעדען? דאס איז וואס דו זאגסט?

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:12 pm

· #416973
אויב איינער איז באמת איבערצייגט אז האקן קעפ איז די ריכטיגע זאך צו טון, וואסערע טענות קענסטו האבן קעגן איהם?! אדרבה, אויב וואלט ער נישט געהאקט קעפ, הערשט דעמאלטס וואלט מען איהם געדארפט בארעדן.

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:12 pm

· #416974
קל וחומר
בענדזשאמין פרענקלין
רביה''ק זי''ע
איך בין זיכער אז ביי זיי זענען דא ערנסטע כאניאקעס וואס ס'טוט זיי באמת וויי יעדעס מאל וואס זיי האקן אפ איינעמ'ס קאפ, און זיי דאווענען פינעף מאל א טאג אז ס'זאל ביי זיי מקוים ווערן די פסוק ונתן לך רחמים כפירוש האוה"ח הקדוש. אבער איך שטעל זיך פאר אז זיי זענען גאר א קליינע פראצענט, רוב חברה דארט פרייען זיך מיט די געלעגנהייט צו פייניגן מענטשן און זיך נאך קונה זיין צוויי-און-זיבעציג בתולות אלס מתן שכרה בצדה.

גם לשיטתך השאלה במקומה עומדת, וואס טוט זיך מיט די ערענסטע כאניאקעס? מעג מען זיי בארעדן לאחר מיתתם ?
דאס גייט צוריק צו די שמועס פון דיין אשכול.

לאל.. כ'האב אין ערגעץ נישט געשריבן אז זיי מאלעסטן לשם שמים..

גדליה » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:32 pm

· #416978
רביה''ק זי''ע
אויב איינער איז באמת איבערצייגט אז האקן קעפ איז די ריכטיגע זאך צו טון, וואסערע טענות קענסטו האבן קעגן איהם?! אדרבה, אויב וואלט ער נישט געהאקט קעפ, הערשט דעמאלטס וואלט מען איהם געדארפט בארעדן.

המממ...

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 8:14 pm

· #416986
שמעקעדיג
גדליה
וואס האלט דער עולם? ר' שמואל האט א נקודה?

אז דו וועסט פרעגן נאר אונזער עולם וועסטו הערן בלויז איין פרעספעקטיוו; דארפסט אויך פרעגן די אראבער וואס זיי האלטן, וועסטו קענען ארויסהאבן מער אן אמת'דיג בילד.

שמעקעדיג: דו דארפסט נישט גיין צו די אראבערס. דו קענסט אנפרעגן ביי זייערע גוטע פריינט. ס'איז ב"ה דא פון זיי אין אלע עקן פון די וועלט. אין ברוקלין. אין מאנסי. אין לאנדאן. אין אנטווערפן. אין ארץ ישראל...הלוא המה. (מיט'ן אזלא גרש, טראפ.). זיי וועללן דיר פונקטליך זאגן דעם פערספעקטיוו פון זייערע ברודערס די בני ישמעאל... (או.קעי. נישט ברודערס. קאזינס...)

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 8:47 pm

· #416994
ר' בערל טייערער, אייער סטירינג ווהיל האט אן ערנסטע פראבלעם, ס'איז רעקאמענדירט צו גיין צום מעקעניק ווי אמשנעלסטן... 🙂

גדליה » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 8:51 pm

· #416996
פארפאלען, די אשכול גייט שוין אריינפאלען אין די פילאף - בערל - שמעקעדיג מערכה. חבל על דאבדין. באלד וועט ימים ידברו קומען כאפן א שטיקעל פון די חורבנות.

גדליה » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 8:56 pm

· #416997
האבען מיר שוין געהערט ר' גד'ס מיינונג און ר' שמואל'ס מיינונג,יעצט לאמיר אראפלייגן די מיינונג פון רבי פרחיה.
ר' פרחיה טענה'ט אז א רשע איז איינער וואס טוהט מעשה רשעות, און א רוצח איז איינער וואס טוהט מעשי רציחה. ער טענה'ט אז דאס וואס דער רוצח אדער דער גזלן מיינט נעבעך דעם באשעפער איז בכלל נישט מעלה ומוריד, ווייל די פראבלעם דא איז נישט די לשם שמים חלק נאר די מעשה רשעות, און דאס וואס יענע גלייבט אין עפעס א מיטאלאגיע וואס בארעכטיקט עם כלומפרשט די רציחה מאכט אים גארנישט ווייניגער רוצח. בסך הכל איז ער א הייליגע רוצח. איינע הרגעט פאר שנאה א צווייטע הרג'עט פאר קנאה א דריטע הרג'עט פאר רעליגיע.
איז געשטאנען דארט א קלוגע יוד מיט'ן נאמען רבי חיים, האט ער עס אראפגעלייגט קורץ און שארף, נעבעך א רוצח איז אויך א רוצח.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:15 pm

· #417004
ר' יואל טענה'ט אז א רשע איז איינער וואס וויל זיין שלעכט, און א רוצח איז איינער וואס וויל טון מעשי רציחה. ער טענה'ט אז דאס וואס דער רוצח אדער גזלן מיינט נעבעך אז ער טוט א גוטע זאך איז שוין איינמאל מעלה און מוריד, ווייל ער איז א גוטע מענטש וואס מיינט גוטס.

גדליה » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:23 pm

· #417005
רביה''ק זי''ע
ר' יואל טענה'ט אז א רשע איז איינער וואס וויל זיין שלעכט, און א רוצח איז איינער וואס וויל טון מעשי רציחה. ער טענה'ט אז דאס וואס דער רוצח אדער גזלן מיינט נעבעך אז ער טוט א גוטע זאך איז שוין איינמאל מעלה און מוריד, ווייל ער איז א גוטע מענטש וואס מיינט גוטס.

איך האב פאר אייך נייעס, יעדע מערדער האט גאנצעטע חשבונות פארוואס ער האט דווקא געמעגט, אפילו געמוזט ערמארדען דעם מענטש. סאו למשל דער פארשוין וואס האט ערמארדעט עלף אידען אין א שוהל איז נישט קיין רוצח ווייל ער האט געהאלטען אז ער טוט א גוטע זאך, ווייל ער האט נעבעך געגלייבט אז אידען קאנטראלירען די וועלט?
אחוץ אפשר מיינט איר צו זאגען אז ס'איז טאקע נישט דא קיין איין רוצח ווייל יעדע רוצח האלט אז ער טוהט גוט. אבער מיר גייען דא בפשטות אז ס'איז יא דא רוצחים און רשעים, די שאלה איז צו דאס וואס יענעמ'ס הצטדקות פאר די רציחה איז ג-ט אדער רעליגיע, צי דאס מאכט זיין רשעות ווייניגער.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:32 pm

· #417007
אלטע נייעס. נישט יעדע מערדער, אבער יא, איך ווייס דערפון.

בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 12:46 am

· #417018
דאכט זיך אז אויב וויל מען פארשטיין די חרדישע אידישע אידילאגיע צו מחלק זיןן ביין אייסיס להשומרים איז אין צוויי שורות אזוי
יעדע רשעות וואס א מענטש טוט און פארופט זיך מיט אן אמת אויף מקורות אין אן אמת'ערעליגיע (ליין: תורת משה ביי אידן) אפילט ער מאכט א טעות איז ער נישט קיין רשע, נאר א מסירות נפש איד וואס האט געמאכט א טעות! אזוי ווי אויב וואלט למשל פנחס געמאכט א טעות מיט הרגנ'ן זמרי וואלט ער נאך אלץ נישט געווען קיין רשע נאר א איד א צדיק וואס האט אויסגעפירט אטעותדיגע מסירות נפש אקט. דאס טייטש אזוי, אונזער רעליגיע געט א מקום פאר א טעות ווי לאנג דיין כוונתך רצויה פארן אידישן גאט. משא"כ דער אייסיס מערדער האט נישט דעם דעקונג און אונזער רעליגיע, ווייל זיין כוונה איז נישט רציוה פארן אידישן גאט ממילא בלייבט מען איבער נאר מיט א מעשה רשע.
אבער אדואי דער אייסיס מערדער קען זיין פונקט אזא נאבעלע פערזענליכקייט ווי להבדיל פנחס.

אונטער חכם » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 1:25 pm

· #417075
Re: רשעות לשם שמים
לאמיר עס מאכן אביסל מער רעלעוואנט, וויאזוי קוקט איר אן ישי שליסל, וועט איר זיך פרייען אויב עפעס שלעכט וועט אים געשען? וואונטשט איר אים דעם טויט?

גדליה » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 6:08 pm

· #417091
אונטער חכם
לאמיר עס מאכן אביסל מער רעלעוואנט, וויאזוי קוקט איר אן ישי שליסל, וועט איר זיך פרייען אויב עפעס שלעכט וועט אים געשען? וואונטשט איר אים דעם טויט?

אקעי ס'איז נישט שיין זיך צו פרייען ווען א מענטש איז בצער, אבער די שאלה איז א ריכטיגע, און די משל איז טאקע זייער פאסיג
בקיצור, איז דא א religious exemption פאר רוצחים און רשעים אזוי ווי ס'דא פאר וואקסינען?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 6:22 pm

· #417093
exepmtion פון וואס?

גדליה » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 7:17 pm

· #417094
רבינו הקדוש והטהור זכותו יגון ואנחה
וואס פונקטליך איז אייך שווער דא?

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 7:38 pm

· #417095
גדליה
פארפאלען, די אשכול גייט שוין אריינפאלען אין די פילאף - בערל - שמעקעדיג מערכה. חבל על דאבדין. באלד וועט ימים ידברו קומען כאפן א שטיקעל פון די חורבנות.

גדליה: דו קענסט עס נאך ראטעווען. זאג עס עפעס א גוטן מאמר וועלכעס לייגט זיך אויפ'ן שכל. אן אריינמישן דיין פערזענליכע אגענדא...!

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 7:43 pm

· #417096
בענדזשאמין פרענקלין
דאכט זיך אז אויב וויל מען פארשטיין די חרדישע אידישע אידילאגיע צו מחלק זיןן ביין אייסיס להשומרים איז אין צוויי שורות אזוי
יעדע רשעות וואס א מענטש טוט און פארופט זיך מיט אן אמת אויף מקורות אין אן אמת'ערעליגיע (ליין: תורת משה ביי אידן) אפילט ער מאכט א טעות איז ער נישט קיין רשע, נאר א מסירות נפש איד וואס האט געמאכט א טעות! אזוי ווי אויב וואלט למשל פנחס געמאכט א טעות מיט הרגנ'ן זמרי וואלט ער נאך אלץ נישט געווען קיין רשע נאר א איד א צדיק וואס האט אויסגעפירט אטעותדיגע מסירות נפש אקט. דאס טייטש אזוי, אונזער רעליגיע געט א מקום פאר א טעות ווי לאנג דיין כוונתך רצויה פארן אידישן גאט. משא"כ דער אייסיס מערדער האט נישט דעם דעקונג און אונזער רעליגיע, ווייל זיין כוונה איז נישט רציוה פארן אידישן גאט ממילא בלייבט מען איבער נאר מיט א מעשה רשע.
אבער אדואי דער אייסיס מערדער קען זיין פונקט אזא נאבעלע פערזענליכקייט ווי להבדיל פנחס.

אבער דער אייסיס מערדער וועלכער האקט קעפ האט יא א דעקונג. פון זיין אייגענע רעליגיע. ער האט דאך מקיים געווען דזשיהאד. ער דארף נישט די דעקונג פון די אידישע רעליגיע. ער איז אויפ'ן זעלבן שטאפל. לשיטתו...!

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 7:49 pm

· #417097
אונטער חכם
לאמיר עס מאכן אביסל מער רעלעוואנט, וויאזוי קוקט איר אן ישי שליסל, וועט איר זיך פרייען אויב עפעס שלעכט וועט אים געשען? וואונטשט איר אים דעם טויט?

איך קען נישט דעם בעקגראונד פון ישי שליסל. אבער איך בין זיכער אז ער איז א..."בעל תשובה"... וועלכער האט נישט גוט אראפגעלערנט די כונה און מיין פון אידישקייט. און מקיים זיין מצוות...ער איז פשוט מיס-גיידעד...קיין האס און שנאה קענמען נישט האבן אויף איהם. אבער אויף לא תרצח האט ער עובר געווען...!

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 10:39 am

· #417217
לענינו של דבר, מיין איך אז מען דארף קוקן בכלליות אויף דעם מהות פון דעם מענטש וואס טוט די מעשה רשעות/רציחה.

דאס הייסט אזוי, טאמער איז דער מענטש בעצם א וואוילער מענטש, ער האט א גוט הארץ, טוט מעשי חסד ווען אימער עס איז שייך, האט אין נאטור אהבת הבריות, נאר אמאל האט פאסירט א מעשה וואס לויט זיין רעליגיע דארף מען זיך אומגיין מיט אכזריות דערצו, דאן קען מען נישט האבן קיין טענות. דאס איז די וועלט, נישט אייביג קען מען און מעג מען זיין גוט צו יעדן. בפרט אז מען זעהט אז דער מענטש אז ביסודו א וואוילער, נאר די אומשטענדן האבן גורם געווען אז יעצט דארף ער גיין שלא כהרגלו און זיך באנוצן מיט רציחה, נישט ווייל זיין הארץ וויל עס, אדער ער ברענט פאר כעס אדער נקמה, נאר ווייל אורייתא קא מרתחא בי' (אדער להבדיל אן אנדער גלויביגער וואס זיין רעליגיע ברענט אים), דאן איז פאראן א 100 פראצענטיגע צד צו מלמד זכות זיין אויף אים, און נאר דאס קען מען אנרופן "רשעות לשם שמים", ווי דער קעפל פון אשכול לויטעט.

משא"כ אויב דער מענטש איז ביסודו א שלעכטער, ער איז א בחי' פון ועל חרבך תחי', ער פאסמאקעוועט זיך צו האקן קעפ אדער דינען אלס א תליין, ער קען קוים ווארטן מתי יבא פארברעכער לידי ואקיימנה, דאן איז די מעשה גאר אנדערש, דאס איז בכלל נישט קיין 'לשם שמים', אפילו ער טוט עס נאר ווען זיין רעליגיע הייסט אים, ווייל דאס איז רציחה לשם הנאת עצמו אונטערן שלייער פון רעליגיע.

עס איז ידוע די משל פון ר' ישראל סאלאנטער, דער חילוק פון א פרוי וואס דינגט א קאץ צו קעהר נעמען פון די מייזלעך ביי איר אינדערהיים און די קאץ זעלבסט, לכאורה, ביידע, די פרוי און די קאץ ווילן פארטיליגן די מייז.... נאר דער חילוק איז אז די פרוי וויל נישט די מייז זאל קומען בכלל, זי זאל פטור ווערן פון זיי מעתה ועד עולם, און דאן פטור ווערן פון דעם קעצל אויכעט; משא"כ די קאץ קוקט ארויס אז די מייזלעך זאלן נתרבה ווערן און ער וועט האבן צו עסן, אדרבה ער קוקט און לאקערט מתי יבא לידי......

ער האט דאס געזאגט צו מסביר זיין דעם חילוק פון אמת'ע קנאים לשם שמים צו די פאלשע קנאים, שלעכטע מענטשן וואס נוצן רעליגיע פאר א שלייער פאר זייערע מעשי רציחה און זיי זענען זיך מחי' צו קענען מוחה זיין, ווידעראום די אמת'ע קנאים זענען גוטע מענטשן וואס וואלטן נישט געוואלט אז מען זאל דארפן מוחה זיין, און ווען מען קען העלפן אנדערע מענטשן וועלן זיי אייביג זיין גרייט צו העלפן.

ווען מען נעמט למשל אזא מעשה פון פנחס בן אלעזר, וואס איז געווען אן איינמאליגע זאך לויט ווי די תורה האט געהייסן, און דער באשעפער האט אים אפילו באלוינט מיט "בריתי שלום" צו ווייזן אז ער איז בעצם א איש השלום נאר דא איז געווען אן איינמאליגע אויסנאם, קען מען דאס נישט פארגלייכן צו א רוצח, להבדיל אלף אלפי הבדלות. אפי' בי"ד וואס האט געמעגט הרג'ענען ווייס מיר דאך אז דאס איז געווען זייער זעלטן, אדרבה, מען האט געזוכט צו מהפך זיין בזכותו פון דעם נידון וויפיל עס איז שייך, און אפי' נאכדעם איז געווען ברור לו מיתה יפה וכו', ווי שוין אויסגעשמועסט אין מערערע אשכולות.

ווען מען נעמט אבער אן אראבער וואס איז פשוטו כמשמעו בלוט-דורשטיג, און איז זיך מחי' ווען אנדערע מענטשן ליידן, ווי מער ליידן אלס מער איז זיין הנאה, ווי מער בלוט גיסט זיך אלס מער נחת שעפט זיין קראנקע נפש, און ער זאגט אז ער טוט דאס "לשם אללאה", ווייס מיר אלע וויפיל אמת ליגט אין די ווערטער. און מיט דעם הינזיכט בין איך זיך שטארק מחלק מיט דברי ידידינו בענזשאמין הנ"ל, וואס האט געשריבן
בענדזשאמין פרענקלין
אבער אודאי דער אייסיס מערדער קען זיין פונקט אזא נאבעלע פערזענליכקייט ווי להבדיל פנחס.

חס וחלילה צו פארגלייכן די צוויי, כרחוק מזרח ממערב...

זעלבסטפארשטענדליך אז עס איז נישט אלץ אזוי שווארץ-און-ווייס, אדער מזרח-מערב, עס איז פאראן אסאך מדריגות אינצווישן וואס מען דארף קענען מחלק זיין, ומי חכם ויבן את זאת, אבער לכאורה איז דאס דער שליסל מיט וואס צו מעסטן.