☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ריח הפה אין תשעה באב - עצות

ריח הפה אין תשעה באב - עצות

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1271

איחוד פעלד » זונטאג יולי 29, 2012 11:29 pm

· #29622
ריח הפה אין תשעה באב - עצות
בקיצור,
מיט די פאר מענטשען וואס איך האב יא גערעדט אין תשעה באב, איז געווען גאר שווער צו האלטען דער געשפרעך, ווארום דער שמעק פין די מויל איז געווען אינדערטרעגלעך.

די שאלה איז, איז דא א וועג ארויס?

אוודאי קען מען וואשען די מויל מיט אביסעל ליסטערין, אבער מען טאר דאך נישט! אפשר מעג מען יא?? ווייסט איינער דא די הלכה??

די זעלבע שאלה איז נוגע יום כפור.

עס איז אביסעל שווערער יום כפור ווייל מען זיצט אגאנצען טאג אין ביהמ"ד, אסאך מאל צוזאמען געקוועטשט מיט אנדערע מענטשען, און געוואלד, ווען יענער שרייט סלח לנו, זאג עך, סתום פיות וכו'.

פין די פאר מענטשען וואס איך האב געכאפט א נאנטע געשפרעך האב איך יא באמערקט אז אפאר האבען יא באוויזען עפעס צו טוהן. קען זיין אז נאטורלעך זענען זיי אנדרעש, אדער אפשר ווייסען זיי די הלכה בעסער, אדער גאר גייט זיי נישט אהן די הלכה, מי יודע.

איז דא אן עצה?

אגב, די גמרא אין ברכות זאגט אז ווען מען עסט זאלץ צו די סעודה העלפט עס פאר ריח הפה.
ביי שלש סעודות האב איך איינגעטונקען די חלה אין זאלץ נוסח סקווירא, און עס האט נישט געהאלפען!!

סא ביטע נישט שרייבען דער עצה.

ניו יארק » זונטאג יולי 29, 2012 11:37 pm

· #29627
פאסט איין אויף אביסל קנאבל, וועסטו נישט פילן קיינעם'ס מויל שמעק. (קיינער וועט נישט קומען נאנט צו דיר)

zurich » מאנטאג יולי 30, 2012 12:56 am

· #29673
איחוד פעלד
בקיצור,
מיט די פאר מענטשען וואס איך האב יא גערעדט אין תשעה באב, איז געווען גאר שווער צו האלטען דער געשפרעך, ווארום דער שמעק פין די מויל איז געווען אינדערטרעגלעך.

די שאלה איז, איז דא א וועג ארויס?

אוודאי קען מען וואשען די מויל מיט אביסעל ליסטערין, אבער מען טאר דאך נישט! אפשר מעג מען יא?? ווייסט איינער דא די הלכה??

די זעלבע שאלה איז נוגע יום כפור.

עס איז אביסעל שווערער יום כפור ווייל מען זיצט אגאנצען טאג אין ביהמ"ד, אסאך מאל צוזאמען געקוועטשט מיט אנדערע מענטשען, און געוואלד, ווען יענער שרייט סלח לנו, זאג עך, סתום פיות וכו'.

פין די פאר מענטשען וואס איך האב געכאפט א נאנטע געשפרעך האב איך יא באמערקט אז אפאר האבען יא באוויזען עפעס צו טוהן. קען זיין אז נאטורלעך זענען זיי אנדרעש, אדער אפשר ווייסען זיי די הלכה בעסער, אדער גאר גייט זיי נישט אהן די הלכה, מי יודע.

איז דא אן עצה?

אגב, די גמרא אין ברכות זאגט אז ווען מען עסט זאלץ צו די סעודה העלפט עס פאר ריח הפה.
ביי שלש סעודות האב איך איינגעטונקען די חלה אין זאלץ נוסח סקווירא, און עס האט נישט געהאלפען!!

סא ביטע נישט שרייבען דער עצה.

מאכסט עס אביסל מער ווי ס'איז!!
וואס איז טאקע די סיבה וואס ס' דא ריח הפה ביי א תענית?

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 30, 2012 2:08 am

· #29698
זאריטש, קודם כל מוזטו נישט ציטירן די גאנצע לאנגע מגילה פאר דיין קורצן ענטפער. עס צומישט סתם דעם שטן.

נאכדעם א תירוץ: אז מען עסט נישט, האט די מויל א ריח רע.

יואליש » מאנטאג יולי 30, 2012 12:20 pm

· #29767
ס'איז דא מענטשן וואס מיטשען זיך א גאנץ יאר מיט א ריח הפה, און ברויכן עס שטענדיג קאנטראלירן. א גאם אדער א ספרעי איז ראטזאם. דרך אגב, איז א שיינע מידה צו איידעלערהייט אויפמארקזאם מאכן א באקאנטן וואס ליידט פון דעם, ווארום ס'מיז נישט זיין אז ער ווייסט אפי' דערפון.

גדעון » מאנטאג יולי 30, 2012 12:58 pm

· #29797
אין זוהר פרשת שמות שטייט א א יהי רצון פאר יום כיפור:
יהי רצון מלפניך שיהיה הריח העולה מפי בשעה זו כריח העולה מהקרבן באש המזבח ותרצני

אין די גמרא (שבת מא) שטייט:
אכל ולא הלך ארבע אמות (קודם שיישן - רש"י), אכילתו מרקבת (אינה מתעכלת לעשות זבל - רש"י),
וזהו תחילת ריח רע (ריח הפה - רש"י)

שמואל הלוי » מאנטאג יולי 30, 2012 1:01 pm

· #29799
הייסט ס'איז גאר א ענין צו האבן א ריח הפה.
גיי מיר עס אוועקלייגן אינעם ידיעות קאמערל ערגעץ ווי אין מיין מח.

גאלד » מאנטאג יולי 30, 2012 3:46 pm

· #29883
איך האב געהערט אמאל א אונטערסאנטע שכל'דיגע סברה איבער דעם ענין, אין ס'שטימט גראדע מיט דעם חז"ל וואס "גדעון" האט מעתיק געווען,
איך בין נייגעריק צו איינער האט עס שוין אמאל געהערט,

(זייטס מיר מוחל פארן זיין אביסל צו גראב)

ווען איינער האט אין זיין סיסטעם פארדייטע עסן וואס איז שוין כמעט ראוי צו אויסגעבן, אבער דאס עסן פארדייעט זיך שווער און מוז דורכגיין א שווערער און לענגערע פראצעדור צו עס גענצליך פארדייען און ענדגילטיג ארויסגעבן, אט דאס ברענגט א שלעכטע ריח אין מויל,
געווענליך גייט אזוי דער סיסטעם אז ווען מ'עסט עפעס שטיפט עס ארויס די אלטע עסן, איבערהויפט שווערע עסן, וועגן דעם ווען מ'פאסט אויס - געווענליך - ברויך מען ארויס גיין, דאס איז נישט צו ארויסגעבן די עסן וואס מ'האט יעצט געגעסן דאס איז די אלטע עסן וואס איז אפגעליגן און די בני מעיים אגאנצן טאג פונעם תענית, פארדעם סרח'ט די מויל,
די זעלביגע אינעדרפרי שטינקט די מויל, דאס קומט פון די שווערע סאפער, וואס איז אפגעליגן און די בני מעיים א גאנצע נאכט,
ווען מ'פאסט פאר, אויף גרינגע מאכלים וואס פארדייט זיך גרינג, ווי למשל ירקות און פירות, דאן שטינקט נישט אזוי די מויל, ווייל די עסן איז זייער שכיח איז דאס וועט מען אויסגעבן אנהויב תענית,

מענטשן וואס האבן אלס א שווערע ריח, איז איינס פון די צוויי, אדער זענען זיי רגיל צו עסן א געוויסער מאכל וואס פארדייעט זיך שווער,
אדער ליידן זיי נעבעך פון א שוואכע מעטעבליזם סיסטעם, זייער עסן שימלט שטענדיג אוועק און זייער סיסטעם

כך שמעתי בימי חורפי

נולד מאוחר » מאנטאג יולי 30, 2012 8:19 pm

· #29989
איז נישט דאס אליין א חלק פון די אבילות?

ביבער » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 11:54 pm

· #215487
קלינען צווישן די ציין מיט דענטאל פלאס איז בדוק ומנוסה.

אויך אפקראצן די צינג מיט א קראצער, אסאך ציין בערשטלעך קומט שוין היינט מיט די קראצערס.