ערלוי רב טאנצען מיט די ראש העיר אין חיפה איז צלם בהיכל!
און וואס איז טאנצען געווען מיט ברקט אין ירושלים?
און וואס איז מיט צענדליגע רתלמידי הישיבות און צה"ל וואס אזי דאס?
בנות ישראל לגייס איז וואס?
און וואס איז מיט אויפנעמען דעם ראש הכופרים עד קאטש שר"י טפוי טפוי ביים כ"א כסלו פאליטיש-גייסטליכן פייערונג?
און וואס איז געוועהן ווען זיין טאטע האט אויפגענומען דער ראש הכופרים ביבי נתניהו ביים אים אין בית המדרש ביי א שבע ברכות?
ווער געדענקט נאך דער דעמאלסדיגע באקאנטע 'זקן גדל על גדותיו' דרשה?
און ווען דער צאנז קלויזענבורגער רב האט אויפגענומען דער ראש הכופרים שמעון פערעס?
און ווען עפעס א רומענישע רב האט אויפגענומען דער רומענישע קעניג און קעניגן, און ער איז זאגאר געבליבן ווען א געמישטע קאפעליע האט געזינגען זמירות לכבודו
און ווען א גאליציאנע רב און רבי האט חתונה געמאכט בנו ולימים ממלא מקומו, און איינער פון די שרי המלוכה מיט זיין שרת'טע האבן זיך באטייליגט
אלעס שווערע קשיות וואס לית נגר ובר נגר לפרוקיה.
Re: ערלוי רב טאנצען מיט די ראש העיר אין חיפה איז צלם בהיכל!
ליטוואק פון בודאפעסטאון ווען עפעס א רומענישע רב האט אויפגענומען דער רומענישע קעניג און קעניגן, און ער איז זאגאר געבליבן ווען א געמישטע קאפעליע האט געזינגען זמירות לכבודו
און ווען א גאליציאנע רב און רבי האט חתונה געמאכט בנו ולימים ממלא מקומו, און איינער פון די שרי המלוכה מיט זיין שרת'טע האבן זיך באטייליגט
אלעס שווערע קשיות וואס לית נגר ובר נגר לפרוקיה.
טאקע ממש די זעלבע זאך.
ערלויער רב כהאף ווען אייער קאנדידאט ליאון האט אייך גערופען דאנקען פאר אייער מעכטיגע שטיצע האט ער אייך פארציילט פון די התלהבותדיגע טענץ נעכטן נאכט אזוי ווי די חלוצים וחלוצות אין ערלוי ווען אייער גרויסער פאטער איז נאך געווען אינג מיט כריאזמע!