☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » הילף מיט דער פאסיפיקא קאר

הילף מיט דער פאסיפיקא קאר

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12691

ונתנהתוקף » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 10:48 pm

· #416153
הילף מיט דער פאסיפיקא קאר
דער פאסיפיקא איז דער קאר וואס איך האב.

עס האט א פיטשער וואס איך וויל ניצען, אז ווען מען שטעקט איין דער סמארט פאן אין דער יו.עס.בי. פין דער קאר, קען מען אויף דער סקרין פין דער קאר זעהן גוגל מאפע אדער וועז, ועוד.

מוזיק קען מען שפילן פין א יו.עס.בי, אבער מען קען נישט האבן צוויי, דהיינו, דער טעלעפאן מען דער שמיטישק אויף איין מאל.

האט איינער א עצה וואס ער טוט כדי צו קענען האבן מוזיק מיט דער וועז אדער גוגל מאפע?

נולד מאוחר » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 11:21 pm

· #416156
גוגל מוזיק איז אריינגעבויט אין גוגל מעפס.

קורקלענד » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 11:33 pm

· #416157
האסט פרובירט מיט א יו.עס.בי. האָב?

שמעון וואלף » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 11:34 pm

· #416158
מאך מוזיק דורך אן aux

ס'זייער געשמאק צו האבן וועיז אויף די סקרין ווייל אין די זעלבע צייט קען מען האבן גוגל מעפס אויף די פאן, אזוי דארף מען נישט מישן פון איינעם צום צווייטן

קורקלענד » דינסטאג נאוועמבער 6, 2018 12:00 am

· #416161
איך פארשטיי אז ווען וועיז איז אויפןvקאר סקרין איז די טעלעפאן נישט ניצבאר פאר גוגל מאפע.

ונתנהתוקף » דינסטאג נאוועמבער 6, 2018 11:39 am

· #416181
נולד מאוחר
גוגל מוזיק איז אריינגעבויט אין גוגל מעפס.


וואס איז דאס גוגל מוזיק? און וויאזוי קען איך ארויפלייגען מיינע היימישע סידיס אויף דעם?

קורקלענד » דינסטאג נאוועמבער 6, 2018 11:50 am

· #416182
גוגל מוזיק איז א סערוויס פון גוגל, וואו איר קענט אויפמאכן אן אקאונט און ארויפלייגן אזויפיל ווי פופציג טויזנט טרעקס גענצליך פריי. זיי האבן א גוטע וועבזייטל און זייער א גוטע אנדראויד אפליקאציע פון וואו מ'קען אויפשפילן די פיילס. אויך ארבעט עס זייער פיין מיט אנדראויד אוטוי, ד.ה. אז פונקט אזויווי איר קענט זעהן וועיז אויפן קאר סקרין וועט איר אויך קענען זעהן און קאנטראלירן די מוזיק און דרשות פונעם זעלבן סקרין.

ונתנהתוקף » מיטוואך נאוועמבער 7, 2018 10:02 am

· #416234
שעקויעכ פאר דיין הילף.

ניץ איך אלזא דער גוגל מוזיק. אז איך וויל עפעס מעביר זיין פין דארט, ווי אזוי טוט מען דאס?

קורקלענד » מיטוואך נאוועמבער 7, 2018 11:09 am

· #416238
מ'גייט ארויף אויף זייער וועבזייט פון א דעסקטאָפּ, מ'לאגירט אריין, מ'מאכט א רעכטע קליק אויף וואס מ'וויל פאַרמעקן, און ס'גייט א גאנג.

גראף » מיטוואך נאוועמבער 7, 2018 12:44 pm

· #416246
Re: הילף מיט דער פאסיפיקא קאר
וואו אזוי זעהט מען מעפס אדער סיי וואס אויף דער סקרין, נאר געוויסע מאדעל פאסיפיקע קענען אדער אלע?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

קורקלענד » מיטוואך נאוועמבער 7, 2018 1:47 pm

· #416249
ס'דארף זיין די touring L מאדעל אדער העכער. מ'דארף אינסטאלירן די אנדראויד אוטוי אפּפּ, אויפמאכן און אריינשטעקן אינעם ריכטיגע יו.עס.בּי. פּלאָג. דערנאך דארף עס צו ארבייטן. אבער וויבאלד ס'איז א קרייסלער מיניווען איז זייער מעגליך אז ס'זאל פשוט נישט ארבייטן..........

ונתנהתוקף » מיטוואך נאוועמבער 7, 2018 2:45 pm

· #416250
קורקלענד
מ'גייט ארויף אויף זייער וועבזייט פון א דעסקטאָפּ, מ'לאגירט אריין, מ'מאכט א רעכטע קליק אויף וואס מ'וויל פאַרמעקן, און ס'גייט א גאנג.


אונז באקומען נישט דער אפציע פון פארמעקען.

שמעון וואלף » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2018 12:23 am

· #416268
קורקלענד
איך פארשטיי אז ווען וועיז איז אויפןvקאר סקרין איז די טעלעפאן נישט ניצבאר פאר גוגל מאפע.

ניין. מ'קען ניצן די פאון אפילו ווען וועיז איז אויף די קאר סקרין

ונתנהתוקף » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2018 12:44 am

· #416270
שמעון וואלף
קורקלענד
איך פארשטיי אז ווען וועיז איז אויפןvקאר סקרין איז די טעלעפאן נישט ניצבאר פאר גוגל מאפע.

ניין. מ'קען ניצן די פאון אפילו ווען וועיז איז אויף די קאר סקרין

עס ברויך געלונגען. צומאל ווען מען מינימיזירט דער אנדראוד אויטא עפפ טוט עס פארמאכן אלעס אויף דער קאר סקרין.

קורקלענד » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2018 7:57 am

· #416273
שמעון וואלף
קורקלענד
איך פארשטיי אז ווען וועיז איז אויפןvקאר סקרין איז די טעלעפאן נישט ניצבאר פאר גוגל מאפע.

ניין. מ'קען ניצן די פאון אפילו ווען וועיז איז אויף די קאר סקרין

אמת טאקע אז די פאון איז ניצבאר, אבער וויבאלד גוגל מאפע איז אויך א חלק פון אנדראויד אוטוי וועט עס זיך עס נישט אויפמאכן אויפן טעלעפאן, עכ''פ דעיס איז מיין עקספיריענס, סוף כל סוף איז אנדראויד אוטוי נישט אזוי סטאביל און די עקספיריענס קען זיין אביסל אנדערש ציווישן איין כלי/קאר אדער א אנדערע.