☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מעכטיגע קאמפיין פאר "מכנובקא-בעלזא" - 6 מיליאן שקל 33 שעה

מעכטיגע קאמפיין פאר "מכנובקא-בעלזא" - 6 מיליאן שקל 33 שעה

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12688

אדמור מקרייניץ זצל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 8:22 am

· #416071
מעכטיגע קאמפיין פאר "מכנובקא-בעלזא" - 6 מיליאן שקל 33 שעה
אין "מכנובקא-בעלזא" גרייט מען זיך יעצט צום מעכטיגן בליץ-קאמפיין וואס וועט פארקומען אי"ה אנגעהויבן קומענדיגן מיטוואך תולדות 3 אזייגער מיטאג, ביז דאנערשטאג 12 אזייגער ביינאכט אויפן ארץ-ישראל'דיגן זייגער (פון מיטוואך 8 אזייגער צופרי ביז דאנערשטאג 5 אזייגער פארנאכטס - ניו-יארק'ן זייגער), מיטן ציל ארויפצוטרייבן ביז 6 מיליאן ש"ח (מיט א באונעס פון נאך 2 מיליאן בעז"ה), אויף צו פארענדיגן דעם בוי פראיעקט פונעם גרויסן בית המדרש "מכנובקא-בעלזא" וואס ווערט געבויעט ב"ה לשם ולתפארת אין הארץ פון בני ברק, און וועט אי"ה דינען פאר א מעכטיגן צענטער פונקט פאר תורה און חסידות תפילות און כל דבר שבקדושה פארן גאנצן שטאט.

די אונטערשטע שטאקן פונעם מעכטיגן געביידע שטייען שוין ב"ה, וואס זיי ענטהאלטן די וואכענדיגע שטיבלעך, די מקוה, די היכל התורה, און אונטן אויך דעם "גרויסן-שטוב", וואס איז די נאמען פונעם גרויסן זאל ווי עס קומען פאר די טישן. דער "גרויסע-שטוב" איז שוין אין באנוץ זינט פארלאפענעם ראש השנה תשע"ח, ווי די תפלות און טישן פון די ימים נוראים און ימים טובים זענען פארגעקומען. אינעם גרויסן שטוב זענען שוין פארגעקומען עטליכע גרעסערע מעמדים, ווי שמחות בחצר הקודש, און ווי אויך צענטראלע דרשות פון רבנים ומשפיעים, צווישן זיי ווען פאריגע יאר האט הרב לאנדא שליט"א גאב"ד בני ברק געהאלטן דארט זיין שבת-שובה דרשה.

יעצט בויעט זיך שוין ב"ה די ווענט פונעם גרויסן היכל הבית המדרש, וואס ווערט בעז"ה געבויעט אויפן זעלבן צורה און אויסשטעל פונעם בארימטן בית הכנסת אין שטאט בעלזא וואס דער ערשטער בעלזער רב זי"ע האט געבויעט כידוע ומפורסם און איז פארברענט געווארן דורך די נאצי'ס ימ"ש ביים גרויזאמן קריג.

חסיד'ישע יודען פון אלע שיכטן און קרייזן אינטרעסירן זיך כסדר גאר שטארק אינעם פארשריט פונעם בנין, יעדער ווייזט ארויס גרויס אינטערעסע און שטיצע אז דער בנין זאל פארענדיגט ווערן אויפן שענסטן פארנעם לשם ולתפארת, ווארטענדיג עס צו זעהן פארטיגערהייט "מיטן בעלזער קרוין" גענוי ווי עס האט אויסגעזעהן די שול אין בעלזא אינדערהיים, בעיקר זעהט זיך טאקע אן די גרויס ווארעמקייט דערצו ביים איצטיגן קאמפיין ווי אלע סארטן אידן שליסן זיך אן גאר ווארעם דערצו, פילענדיג פאר א ספעציעלע זכיי' צו קענען נעמען א חלק אינעם בוי פון אזא הייליגן מקום לשמם ולזכרם פון די צדיקים וקדושים לבית בעלזא זי"ע.

אין אלע שטיבלעך איבערן וועלט וואס געהערן זיך אן צו קהילת "מכנובקא-בעלזא" ב"ב, דערקענט זיך די גרויסע הכנות צום גרויסארטיגן קאמפיין, וואס וועט האפענטליך ברענגען רעזולטאטן העכער אלע ערווארטונגען בעז"ה.

אדמור מקרייניץ זצל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 8:23 am

· #416072
מעכטיגע קאמפיין פאר "מכנובקא-בעלזא" - 6 מיליאן 33 שעה
📎 קמפיין ותחזינה %28003%29_Page_1.jpg 📎 IMG-20181028-WA0011.jpg 📎 IMG-20181028-WA0007.jpg

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 8:25 am

· #416073
WOW

די דאזיגע נייעס איז א סענזאציע, אזאנס האט נישט פאסירט זינט די אומפאל פון די צווילינג-טורעמס אין ניו יארק!

כ'שטעל שוין אויס א טשעק, וואו קען מען עס שיקן?

ביטע האלטן דעם ציבור אינפארמירט.

אדמור מקרייניץ זצל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 3:15 pm

· #416117
א גליון ארויסגעקומען לרגל דעם קאמפיין
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1Bvt5IZ_LSkH2-0ZlsorP8406jPuiqzMq/view">https://drive.google.com/file/d/1Bvt5IZ ... iqzMq/view</a>

שמעון וואלף » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 11:44 pm

· #416160
כ'האב געמיינט אז בעלז מאכנובקה איז א פאשלאפענע חסידות וואס גייט אינטער, נישט געוויסט אז זיי וואקסן און בויען גאר א נייע בית מדרש.
איך ווינטש חסידי בעלז מאכנובקה הצלחה רבה מיט די קאמפעין

אדמור מקרייניץ זצל » דינסטאג נאוועמבער 6, 2018 3:30 pm

· #416202
<a class="postlink" href="https://www.charidy.com/mb">https://www.charidy.com/mb</a>

סמבטיון » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2018 12:51 pm

· #416289
97%

קל וחומר » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2018 1:05 pm

· #416290
Re: מעכטיגע קאמפיין פאר "מכנובקא-בעלזא" - 6 מיליאן שקל 33 שע
אליש ענגלעדנער איז געגאנגען באנקראט?

אדונינו » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2018 3:02 pm

· #416294
7,000,000 100% פון די בונוס ראונד, גייען זיי יעצט פאר אן אכטע מעלאונע.

תורה ומדע » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 10:51 am

· #416477
איינע פון די בלאגגערס האט היינט געמאלדן אז דער בעלזער רבי שליט״א און זיין זון האבען שיין תורם געווען צום אפיעל פונעם מאכנאווקער- בעלזער שוהל אין ב״ב. אשרי להם, וממנו יראו וכן יעשו.

אדמור מקרייניץ זצל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 3:47 pm

· #416503
בין התורמים לבנו הגדול של הרבי, היה גם הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח, בנו של הרבי מבעלזא, אשר נתן תרומה על סך 1,500 ש"ח שהפכה אוטומטית ל-3,000 שקלים
📎 בעלזא-אהרן-מרדכי.jpg

גדליה » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:04 pm

· #416504
הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו
כלל ישראל טאנצט זיך אונטער פאר שמחה מיט די גוואלדיגע נייעס וואס קומט פון ארץ ישראל, וואס כידוע לעצטענס קומט נאר שלעכטע נייעס אז משלאגט אידען און מארעסטירט זיי און משלעפט בחורים און מיידלעך אין מיליטער, איז א געוואלדיגע פרייד אז סקומט שוין עפעס גוטע נייעס.
ווי באקאנט איז צווישען אלע פראבלעמען וואס פלאגען די חרדישע ציבור, סיי אין ארץ ישראל און סיי אין חו"ל, פארהאן א גרויסע פראבלעם וואס שטייגט אלע אנדערע פראבלעמען איבער, און דאס איז דאס וואס די מכנובקא ביהמ"ד אין ב"ב איז נישט אויף די צורה פון די אלטע בעלזע שוהל פונדערהיים
שוין יארען וואס משפחות און מענטשען גייען צוגרונט וועגען דעם, ביז ענדלעך האבען זיך צאמגענומען עסקנים און אנגעהויבען טוהן עפעס דערוועגען.
יעצט הערט מען די פרייליכע נייעס אז מהאט שוין צאמגעשטעלט אומגעפער צוויי מעלאנעס פאר די וויכטיגע צוועק.
יא! סווערט א פאקט! סקומט א נייע פרעכטיקע מכנובקא שוהל.
ס'איז צום האפען אז דאס וועט שטארק ארויסהעלפען די מצב הפרנסה ביי די מכנובקע חסידים, אויך וועט דאס העלפען פארמיידען אידישע קינדער פון גייען אין מיליטער ווארם די קדושה פון די אלטע בעלזע שוהל פונדערהיים וועט זיכער מגין זיין. אזוי אויך וועט דאס העלפען מאלעסטאציע און חינוך פראבלעמען און נאך און נאך.
די כוח פון א בעלזע שוהל קען מען קיינמאל נישט אונטערשאצען

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:11 pm

· #416506
סתם אזא שנעלע קלער...

מיטן שטיצן דעם נייען הייליגן מאכנובקא שול, איז מען אויך יוצא די מצות עשה דאורייתא פון מחזק זיין כבוד בית בעלזא? אדער מ'דארף דייקא באשטייערן פאר בעלזא החדש?

גדליה » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:15 pm

· #416507
אויב שטיצט מען בני יואל איז מען יוצא די מצות עשה דאורייתא פון נאכגיין די רבי'ס שיטה אדער ממוז דווקא געבען פאר ר' אהרן הגדול?

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:20 pm

· #416508
גדליה
אויב שטיצט מען בני יואל איז מען יוצא די מצות עשה דאורייתא פון נאכגיין די רבי'ס שיטה אדער ממוז דווקא געבען פאר ר' אהרן הגדול?


ס'איז זייער א ערענסטע און זאכליכע פראגע, נאר איך מיין אז ס'וואלט פאסיג געווען דערפאר א באזונדערע אשכול. ס'זעט זיך עפעס אויס אז דא רעדט פון מאטריאליסטישע שטיצע פאר כבוד בית בעלזא...אזוי דענק איך...ניין רבי גדליה?

גדליה » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:22 pm

· #416510
יא ריכטיג!
לאמיר ציריקגיין צו מכנובקא. וואס ברויכען זיי אזויפיל געלד? זיי נעמען נישט פון די מדינה?

רביה''ק זי''ע » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:41 pm

· #416520
ניין.

זיסע מילעך » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 11:48 am

· #417049
פאר די מוסדות נעמען זיי יא געלט פון די מדינה
פאר די ביהמ"ד הגדול באקומען זיי נישט געלט פון די מדינה...

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 11:51 am

· #417051
נעוואדע אזוי. אבער לאז געמאכט, פאר די מעריקאנע נערנים קען מען פארקויפן סיי וועלכע חסד לאברהם מען וויל.