מיינע העלדן
51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12686
מיינע העלדן
נישט האבנדיג וואס צו טון וועל איך דא אפשרייבן א ליסטע פון מיינע "העלדן". מענטשן וועם איך באטראכט אלס וויכטיג אין מיין לעבן, וואס האבן געהאט א טייל אין אויספארעמען מיין לעבנס-בליק אויף דער וועלט, דורך זייערע שרייבערייען און ווערטער.
צום אלעם ערשטן פארשטייט זיך דער מורה הגדול דער רמב"ם, נאך וועם איך הייס, מיימון. וואס איז שייך צוצולייגן? עדות זאגן אז אזא התעוררות האבן זיי נאכנישט געזען ביים קבר הרמב"ם ווי אין דעם טאג וואס איך בין דארט געלעגן אויסגעשטרעקט בפישוט ידים ורגלים.. יא יא, איך האב זיך אויך אנטשולדיגט פאר אים פארן קומען, איך ווייס ער גלייכט עס נישט..
נאכהער דער אנדערער מיטן זעלבן נאמען רמב"ן (בנו"ן, קרעדיט היהודים באים). טאקע נישט אזוי אויפגעקלערט ווי דעם פאריגן אבער פארט, זיין פירוש אויף חומש איז א איי אופענער. נאכן איבערלערנען די תורה מיט א נייעם בליק, אן די אלע קינדערישע מעשהלעך וואס מען איז צוגעוואוינט פון חדר, איז מען גרייט צו באטראכטן אידישקייט אויך פונדאסניי.
ווער נאך? אבן עזרא, אוודאי. דאס אז ער האט עס באוויזן זיך צו האלטן אויפן חומש'ל א זעקס הונדערט יאר איז לדעתי א מפורש'ע ראיה אויף השגחה פרטית (בכללים, כמובן). וואס דארף מען רעדן? ער אליין האט דאך געקארגט מיט ווערטער ווי א קמצן. אנדערע ראשונים זענען אויך נישט אוועקצומאכן. רשב"ם זאגט גוט בדרך הפשט. רד"ק איז געשמאק און פליסיג. יונה אבן ג'נאח איז א געים טשעינדזשער אין הבנת לשון הקודש. זיינע ווייטגרייכנדע חידושים האבן ווייט מקדים געווען זיין תקופה. (נישט פארגעסן ר"א בן הרמב"ם און רס"ג).
תקופת האחרונים. בין איך געווען אמאל א שטארקן חסיד פון חתם סופר. איך האב דורכגעליינט אלע אגדות וואס דער מענטש האט נאר געשריבן, און ער האט געשריבן אסאך. בנוסף צו אסאך תשובות און חידושים. זיין קריעטיוויטי האט מיר זייער אינספייערט.
רש"ש איז עקסעפשענאל. ער האט זיך ארויפגעזעצט אויפן תלמוד בבלי מיט געוואלד. אבער וויפיל חסידים זאלן קרומען גייט ער נישט אראפ. עס איז נישט דא קיין איין שטיקל וואו ער איז נישט גערעכט, און האט עס געזאגט מיט די מינימום צאל קערעקטערס. א גר"א מיט בלויז די מעלות.
דערנאך די משכילים. שד"ל איז דאך עפעס מתוק מדבש. איך גלייב באמונה שלימה אז ווען ער וואלט געלעבט מיט עטליכע הונדערט יאר פריער וואלט ער געווען איינער פון די באקאנטסטע ראשונים. אזא מין שארפקייט און קלארקייט, דזשאסט וואו.
שי"ר איז דאך א היימישער. אז מען גייט נישט אין קאלעדזש וועט מען מוזן מאכן שבת פון וואס מען האט יא. באוויזן צו ארויסקראצן פון גמרא אזעלכע חידושים וואס עין לא ראתה. אבער שלמה מיימון איז נאך סאך שטערקער א אונזעריגער, א עובד, א מבקש, דרייט זיך ביי כל מיני משפיעים. און על כולם די הייליגע מיסטעריעזע שמועסן אין די לאנגע נעכט מיט א חבר וואו מען פאקט זיך ארויס די צומישעניש און די ספיקות, הוי שלמה, איי פיל יו, איך האב עס אויך מיטגעמאכט.
רנ"ק איז פשוט א ווייטאג אז ער האט נישט געשריבן. דאס ביסל וואס איז דא ווייזט אויף א דזשייענט.
שפעטעריגע איז דא צו סאך שוין. א.ח. רוזנברג'ס אוצר השמות איז אפשר פארצייטיש אבער אזוי ווי אנציקלופדיה מקראית איז נישט עוועילעבל אנליין האב איך זיך באגנוגט מיט דעם. וואס זאל איך אייך זאגן, איטס סאטמינג. נישט נאר וואו ער ברענגט עוואלד און וועלהאוזען, נאר אפילו בלויז איבערגיין די פרשה פון מגילת אסתר מיט א נייעם בליק איז געוואלדיג. און צו ווייסט איר וואס מיינט ארובות השמים?
איך וועל אפילו נישט דערמאנען די אנדערע וואס כהאב געפאטשקעט ווי שמואל אלכסנדרוב. און גיין גלייך צו די היינטיגע. נתן סליפקין, רעדט זיך נאך אלץ איין אז איין טאג וועט מען מאכן א רעשאנאל דזשודעיזם. יא, אונז האמיר אים באגלייט אין זיינע שטורמישע בלאגער יארן און אסאך קונה געווען דעמאלטס. הרב יצחק שילת איז מיי קיינד אוו עי גיי, א דיי הארד מזרחי'סט און רמב"מ'יסט, וואס קען זיין בעסער? נדב שנרב איז א שפיציגער איפכא מסתברא'ניק מיט געניאלע חידושים. אבי דטלנסקי העברי איז געוואלדיג מיט זיין חוש פון הומאר. און אז מען רעדט שוין פון עצכח'ניקעס אוודאי דעם רבי'ן מיימוני (אביסל צו לאנג מיימוני, נעקסט טיים מאך עס קורץ).
און ווי קען מען פארגעסן אונזער שטיבל? יאיר, הוי יאיר, אויב איך דארף אויסקלויבן א גאט איז עס יאיר (קען מען רעדן יאיר? אבער ביטע, נישט קיין מענטשליכע קרבנות). און אוודאי לעיקוואוד מיט זיינע תמיד אומאויסרעכנבארע מיינונגען מראה פנים לכאן ולכאן. איי, יעצט זאגט ער דרשות אויף די סדרה, שוין. הוגה, אייביג רואיג און גלייכע שורות און ענדלאזע טיפזיניגע תגובות. ווער נאך? יידל געדענק איך וואו פון חלום. קאווע טרינקער מיט זיין ליצנות. געפילטע פיש (העי, נישט אזוי שארף). פארוואס_מיט_א_קוועסשאן_מארק (אויסער די מאטעמאטיק וואס איך פארשטיי נאך היינט נישט). ראובן דארף מען דאך נישט רעדן עס איז אליין גערעדט.
שוין, דאס איז וואס איך געדענק איצט אויפן פלאץ. אנדערע וועלן נאכקומען ווען עס וועט נאכאמאל זיין לאנגווייליג. דער עולם איז מכובד אויסצורעכענען זייערע היראוס.
יעדער פארדיענט זיך א גוט ווארט, לעיקוואד, הוגה, דער רמבם, דער רמבן, דער רשבם, דער רמבס, דער רמבל... נאר אויף דעם נעבעכדיגען גדליה האסטו נישט וואס צו זאגען. 😠
גדליהיעדער פארדיענט זיך א גוט ווארט, לעיקוואד, הוגה, דער רמבם, דער רמבן, דער רשבם, דער רמבס, דער רמבל... נאר אויף דעם נעבעכדיגען גדליה האסטו נישט וואס צו זאגען. 😠
גדליה: דו מיינסט אוודאי דער רמח"ל (רמבל)...!
ביי מיר ביסטו אן אלמאוסט היראו. כמעט א היראו. בבחינת...ותחסרהו מעט מ---ם! א געוואלידגער ידען. א שטיקל (מער ווי א שטיקל.) איפכא מסתברא'ניק...(תרתי משמע)...!
מיימון: כמו שאמרתי: איך רעספעקטיר דיך אלס אן אינטעליגענט'ן אפיקורס. ווייל ליידער ביז איצט האביך נאר באגעגנט פסעוודא-אינטעלעקטואלע אפיקורסים. פי'. זיי האבן אדורכגעליינט אנדערטהאלבן אפיקורסישע ביכלעך. און זיי זענען נפגע געווארן אין זייער אמונה. אבער במילי דעלמא זענען זיי נאך פארבליבן מיט די ידיעות וואס זיי האבן איינגעזאפט אין חעידער. פון רבי'ס וועלכע האבן באקומען זייער עדיוקעישן ערגעץ אין די הרי חושך. און זיי ווייסן געאגראפיע, ביאגראפיע. מאטעמאטיקס און פיזיקס אייניג. ביי זיי איז אסטראנאמיע און גאסטראנאמיע איינס און די זעלבע...!
נאכדעם זענען פארהאן פסעוודא-היסטאריענס. וועלכע האבן אויך באקומען זייער עדיוקעישן אין אן אוניווערזיטעט ערגעץ וואו אין די הרי חושך. (און דערפאר זענען זיי יושבי חושך.). וועלכע קענען נישט ארויסשרייבן אן אינטעליגענטע סענטענס (זאץ בלע"ז)...!
ביי זיי איז פראספעקטיוו און פערספעקטיוו. אסטראנאמיע און גאסטראנאמיע. און אסטראלאגיע איינס און די זעלבע. אויך מישן זיי אריין אין דעם היסטארישן פערספעקטיוו וואס זיי וויללן דא שילדערן, די שיריים פון זייער פארקרומטע אגענדא. מיט וואס זיי זענען אויפגעוואקסן...!
ר' אביגדור מ. איז א קלאסישע דוגמא פאר א פסעוודא-אינטעלעקטואל.
Re: מיינע העלדן
@מיימון אזוי ליינענדיג פון דיינע העלדן בין איך געווען זיכער אז דער אבארבנאל וועט זיין איינער פון זיי?? שוין, האבעך געמאכט א טעות
און וואס טיט זיך מיט ברוך שפינאזא? איז ער דען נישט איינער פון דיינע העלדן?
מיין העלד איז רבי מיכלע פון נתניה ז''ל.
זאג מיר ווער דיינע העלדן זענען וועל איך דיר זאגן ווער דו ביסט.
שפינוזה שעץ איך זייער אבער איך האב נאכנישט גענוג געליינט פון זיינע ווערק צו קענען זאגן אז איך האב אים ארויס. איך האף נאך אין איינעם פון די טעג.
איינעם וועם איך דערמאן זיך יעצט איז י.י. זינגער וואס זיינע ראמאנען האבן מיר געעפנט א פענסטער צו א פארגאנגענע וועלט.
שעמט אייך נישט. שרייבט אייערע העלדן עס וועט זיין זייער אינטערעסאנט.
אברבנאל און אנדערע האבן מיר אפשר צוגעגעבן ידיעות אבער נישט א מהלך המחשבה וואס מאכט מיר איינעם באטראכטן אלס וויכטיג אין מיין לעבן.
Re: מיינע העלדן
וואס מיינט העלד?
איינער וואס ווען ער זאגט עפעס אויף א טעמע אין וואס איך בין אינטרעסירט, וועל איך זיכער קוקען אהין? איינער וואס איך וואלט געוואלט זיין ווי אים? איינער וואס יעדעס ווארט זיינער איז מיר מחייב?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: מיינע העלדן
א גוטן רב מיימון,
אויב איך מעג, וויל איך אביסל אנאליזירן דיינע רייד דא, אויף א ריין לשמה'דיגן פארנעם, נישט פערזענליך חלילה.
ווי עס שיינט פון דיינע ווערטער, איז דער ארטיקל קאנצעטרירט אויף ארויסצוברענגען דעם כאראקטער אונטער די העלדן. ס'טייטש אין אונזער פאל איז דאס עטוואס צו ביישרייבן מיימון'ס כאראקטער און זיין סובזעשעקטיווע בליק אויף זיינע העלדן, ליבערשט ווי אבזעשעקטיוו דיסקוסירן די פערזענליכקייטן אויפגעברענגט.
נישט ווי איך האב ערשט געוואלט טראכטן, אז דאס איז א אבזעשעקטיווער אנאליז אויף געוויסע פערזענליכקייטן.
ווארום איך מוז דאך נישט זיין איינשטימוג מיט מיימון'ס אינספיראציע פונעם חתם סופר, זיין בליק אויף שדל'ס מעגליכקייטן, אדער אויף רמבן'ס אונטערשטעליגקייט, און נאך.
דאס זענען אלע סובזעשעקטיווע החלטות.
אשר כל כן, וויבאלד דאס איז קיין סובזעשעקטיווע שמועס, וויל איך נויגן מיינע באמערקונגען צו דיין פערזענליכע בליק.
איך האב אפאר פראגעס און שוועריגקייטן אויף געוויסע פון דיינע דערקלערונגען וואס האבן מיך געבאדערט ביים דורכמישן די שורות, ובזה החלי:
איז עס אויסגעהאלטן אינטעלעקטועליש פאר א פערזאן וואס שרייבט א רענדאם פאוסט אויף די געוועב מחמת "לאנגווייליגקייט" (כלשונו) צו אפשאצן די אויפגעקלערטקייט שטאפל פון א ראשון?
מער ספעציפיש א ראשון וואס איז באקאנט אין פילע פעלדער פון חכמה.
איך נעם פיל ענדערש אהן א קאנטראווערסיעלע שטעלונג פון שפירא איבער רמב"ן'ס בליק אויף לעגענדעס, ווי דיין מילדער זאץ אויף זיין כאראקטער.
פאקטן איז געשעצט ביי אינטעלעקט און א בליק פון א קליינטשיגן יחיד, שיינט מיר צו זיין פונקט דאס פארקערטע.
פון א אינטעלעקטועלע פערספעקטיוו קוק איך אהן די גרא"ס חסרונות און שד"ל'ס מעגליכקייטן אינדרויסן פון מיין league פון ידע.
נישט ווייל מ'מעג נישט. מ'קען נישט.
כ'זעה נישט ווי אזוי דאס איז אנדערש פון מיך זאגן אז סטיווען האוקינג און אלכסנדר מוקדון וואלטן געמאכט א פערפעקט פּאר.
מוקדון וואלט געקענט געניסן פון סטיווען'ס סיינטיפישע געפינסן און סטיווען וואלט געפאלן אלכסנדר'ס וועג פון טראכטן הגם איך האלט אז ביידע זענען נישט אזאנע גלייכע טראכטער.
די משל איז ניטאמאל דומה לנמשל, ווייל ווי נישט ווי אין חכמה איז דא א געוויסע מאס ידיעה וואס פעלט זיך אויס צו קענען אריינרעדן, און הגם איך קען שאצן אז דו האט ווארשיינליך נישט גענוג אויף צו קענען זאגן אזא אויבנדערמאנטע דערקלערונג, איז עס פארט מעגליך.
די טעמע פון "חכם" ווידעראום, ס'טייטש אני הפּישער זאל דיסקוסירן א מענטש וואס האט געלעבט יעדע רגע צו די מאקסימום מעגלעכקייט פון אינטעליגענץ, איז אבער אבסורד. וואר, טאקע אויך נאר אין מיינע אויגן..
ס'קען זיין אז אונטער יעדע פון דיינע אפשאצונגען, איז דא א רעכטפארטיגע אורזאך וואס קען שטיצן אלע פון די אפשאצונגען אבער קומען אזוי ביישרייבן אבסטראקט כאראקטערס מיט א היימישן בליק,"אנע אבזעשעקטיווע שטיצע" קוקט מיר בהחלט אויס אן אינטעלעקטועלע פאברעך און א דיסרעספעקט.
ווען איך שרייב ווען אזוי ווי דיר אויף מיין וועג וואלט עס אזוי אויסגעקוקט:
א איבערזיכט פון מיינע העלדן:
אברהם אבינו, א מוסטער פון חסד וואס האט מיך ריכטיג געלערנט דעם ואהבת לרעך כמוך, יצחק איז נישט מיין קאפ אוו טיע, א טונקעלער כאראקטער, ליב געהאט עשו, אבער איך רעספעקטיר זיין קוראזש. יעקב איז אויך נישט מיין סטייל # יושב אוהלים #לעים
אבער א טאטע בלייבט א טאטע.
דוד המלך, ביסיידס זיין זינדיגן איז ער געווען זייער קריעטיוו און פיינע נייעס. מוזיקאליש און הארציג, נישט מיט יעדע קאפיטל אין תילים בין איך איינשטימוג מיט אבער כל הכבוד א מורא'דיגע ארבעט.
רב אלפס, דער ערשטער פוסק, א הפלא'דיגן חיבור געמאכט אויף די תמצית להלכה פון גאנץ שס, הגם אין רוב פלעצער זאגט ער בלויז איבער גאנצעטע שטיקער גמרא, פארט האט ער שטארק רעספעקטירט פיליזאפיע סאו כ'האלט פון אים.
שלמה אבן גבירול, זייער ליב זיינע חרוזים, הגם ער איז ווייט נישט אזוי גוט ווי קליר, אבער ער ווייסט בעסער ווי אזוי ארויסצוברענגען א זאך.
י.י. זשעקבסון איז מיי אלל טיים פעוואריט העלד, ווי ביסטו י.י כ'וויל זיך ביקן פאר דיר.
אלי וויזל, זייער א קאנעקטינג און אוטענטישער שרייבער, פארשטייט פיל בעסער צו א מעשה ווי ר' נחמן.
הופמן אויף חומש איז געוואלדיג, פיל בעסער און מער ראצעניאל ווי הירש.
יענקעלע גליק, שטענדיג א גוט ווארט און א אפענקייט צו אלעם. - ע"כ
כ'מיין באמת נישט דיר פערזענליך, אבער אזוי האב איך געשפירט נאכן אפליינען דיין ארטיקל.
ס'קען זיין איך בין נישט גערעכט, אדרבה לאמיר הערן.
ועינינו תראנה תגובתך.
מיינע העלדען:
ביבי נתניהו יר"ה
רבי יואל טייטלבוים ז"ל
דאנעלד טראמפ יר"ה
קאך_לעפלמיין העלד איז רבי מיכלע פון נתניה ז''ל.
און זיין זוין, דער רבי, ע"ה. און להבחל"ח דער אנדערער זון די רבי שליט"א...! זיי בענגען אריין א חיות אין יודן מיט זייער שמחה און חיזוק וואס גיסט זיך איבער...!
Re: מיינע העלדן
זינט קוגלען האבן זיך גע'קוגל'ט האט זיך נאכנישט גע'קוגל'ט אזא קוגל.
דעט ביענג סעד, קען איך טרעפן א שטיקל צד השוה פון אינטעלעקטואלן-צום-פונקט.
וועגן חתם סופר שרייבסטו אז ער איז אמאל געווען דיין העלד. וואס האט געטוישט דיין בליק?
כ'געדענק נישט אזוי אלס בחור איך זאל האבן ערנסטע אויפגעקלערטע העלדן. כ'געדענק האבן א הערצה צו רש"י, דער ר"ן, ספר החינוך,הגהות מימוניות און ב"י/כסף משנה, מחצית השקל און משנה ברורה. שפעטער דער רלבג, רד"ק און מלב"ם. רמח"ל און דער פיאסעצנע האב איך אויך שטארק געגליכן.
לעיקוואד האט אויפגעשטעלט א ישיבה/כולל פאר יונגעלייט אין בארא פארק. כולל עיון למחשבה. א נייע עפאכע פאר מורינו הרב @יצחק לאווי/לעיקוואד.
וועגן העלדן ווייס איך נישט.
ריספעקטירן ?
די טויטע דארף מען נישט ריספעקטירן.
אלע זיי שימלן שוין.
זייער תורה באלאנגט שוין לאנג נישט פאר זיי.
איך ריספעקטיר בפירוש נישט דעם קאצקער'ס מהות.
אבער זיין שארפשניידעדיגע אמת איז פארט אמת
און כאטש כ'האב נישט פיינט דעם שקר
וויל איך אבער פונאנדערשיידן צעווישן די צוויי.
חלילה ווי אזוי רעדסטו. אזעלכע צדיקי עולם קען נישט זיין זי שימלען.
איך קען ריספעקטירן זייער דמות אין היסטאריע.
צייטן בייטן זיך אבער.
קאך_לעפלאון וואס טיט זיך מיט ברוך שפינאזא? איז ער דען נישט איינער פון דיינע העלדן?
שד"ל גם נלחם בתוקף בשיטתו של שפינוזה,
פון וויקיפדיה
ליפאקאך_לעפלאון וואס טיט זיך מיט ברוך שפינאזא? איז ער דען נישט איינער פון דיינע העלדן?
שד"ל גם נלחם בתוקף בשיטתו של שפינוזה,
פון וויקיפדיה
שא! מיימון ווייסט דאס נישט...
ריכטיג: אבער אויב ער (ר' אביגדור מיללער) האט געזאגט דיעות אין סייענס און פאליטיק, דארף דאך דאס אויך זיין א מילתא בטעמא. ווייל אנישט איז דא א חשש פון חילול השם. איך האב נאר געהערט א קליינעם חלק פון זיינע מאמרים איבער סייענס/נפלאות הבורא. און ס'איז גאנץ אינטרעסאנט. ס'געט חומר למחשבה...!
לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז איך האב א שטיקל טענה צו איהם. ווייל ער האט אויסגעשמועסט באריכות אז דער האלאקאוסט איז געקומען אלס עונש. נישט קיין חילוק פאר וואספארא חטא. אדער חטאים...! איז אזוי. ער האט בארירט די גאנצע סוגיא מיט א טעכנישע קאלטקייט. אויף ענגליש רופט מען עס ..."דיטאטשמענט"... זאג איך אזוי. (צו זאגן)...אז אילמלא ער וואלט געהאט נאנטע קרובים וועלכע זענען אומגעקומען אין האלאקאוסט וואלט ער גערעדט א ביסל אנדערש...!
משל. למה"ד. צו דעם ספרד'ישן ראביי וואס האט יעצט לעצטנס נאך די שחיטה אין פיטסבורג געהאלטן א דרשה. וואו ער האט באריכות מבאר געווען אז דער עונש פון הריגה איז זיך געקומען פאר יענע קאנגרעגעישן...! אדער אזוי ווי הרב אליהו מזרחי (וועם איך רעספעקטיר שטארק) האטציך אויסגעדריקט ביי אינס פון זיינע דרשות אז אין האלאקאוסט זענען נישט אומגעקומען מער פון א פערטל מיליאן אידן. ווייל די איבריגע זענען געווען רעפארמערס און פרייע אידן אדער משומדים, רח"ל. האט איהם די גנאצע וועלט פאררשריגן פאר זיינע ווערטער. אריינגערעכנט דער נאוואמינסקער רבי שליט"א...!
נהורא נפישאוועגן העלדן ווייס איך נישט.
ריספעקטירן ?
די טויטע דארף מען נישט ריספעקטירן.
אלע זיי שימלן שוין.
זייער תורה באלאנגט שוין לאנג נישט פאר זיי.
איך ריספעקטיר בפירוש נישט דעם קאצקער'ס מהות.
אבער זיין שארפשניידעדיגע אמת איז פארט אמת
און כאטש כ'האב נישט פיינט דעם שקר
וויל איך אבער פונאנדערשיידן צעווישן די צוויי.
דאס דארף נעבעך צו הייסן 'קיהל' אדער וואס?
וואס איז מיר א נפק"מ וויאזוי עס דארף צו הייסן ?
וואס איז שלעכט מיט "קיהל" ?
שוינסט מיך טאקע ?
you bet!
שוין רבותי, היינט האב איך ב"ה יא געהאט וואס צו טון. וועל מיר יעצט דא אביסל רעאגירן. אמת45 וואו ביזסטו? דו זאגסט דאך אזוי גוט. קום אריין אפטער. דיינע אפשאצונגען זענען דאך ממש הערליך! הגם אויף דוד המלך האב איך א אנדערע הגדרה וואס איך וויל נישט דא שרייבן מחמת טעם כמוס. די אלע וואס פרעגן וואס מיינט א העלד. ביי מיר האב איך גענוצט א מעסטער פון מענטשן וואס איך האלט אז זיי האבן געהאט א השפעה אין אויספארעמען מיין מהלך המחשבה. טייל פון זיי דזשאסט העפענד אז איך האב זיך מיט זיי באגעגנט פאר אנדערע. רוב פון די דערמאנטע האבן מיר געטוישט מיין בליק און געשטופט צו עפענען דעם קאפ מער מיט מער ביקורת אז איך פיל אלעמאל אזא סארט עהרע און ליבשאפט צו זיי. אנדערע רופן העלדן וועמענס טאהטן עס טוען זיי אינספירירן וכדומה. טייל דארפן נישט קיין העלדן ווי נהורא נפישא. כל חד לפום חורפא דיליה.
אוודאי איז עס סובדזשעקטיוו. איך גלייב נישט אין קיינעם און אודאי נישט אין א מענטש. עס איז נאר מיין טעיק עוועי וואס איך האב ארויסגענומען פון דעם מענטש וועלכע זיטן פון אים (אדער איר..) האבן מיר אינספירירט. מהאי טעמא בין איך נישט משועבד צו קיינעם פון זיי און עס גייט מיך נישט אן אויב שד"ל האט געקריגט מיט שפינוזה ווייל זיינע פירושים אויף תנ"ך און דקדוק זענען וואס איך נעם ארויס פון אים (און אגב איז אויך אינטערעסאנט זיינע באטראכטונגען אויף גאט. און ער איז למעשה גערעכט אז מען קען נישט דעפינירן אידישקייט מיט א פילאזאפישן גאט. חוץ אויב מען גיט אויף אידישקייט. יודאיזמוס כלשון קדשו).
חתם סופר האב איך געהארעוועט זייענדיג פרום נישט היינט געדאכט ווערנדיג מער און מער אויפגעקלערט (לייען: אריינגעטון אין תאוות) האב איך זיך אביסל דערווייטערט פון זיין השקפה. בעיקר האט מיר געבאדערט זיין שטארקע קשר מיט מיסטיציזם און גימטריות וואס מער איך בין אריינגעקראכן לתוך עומקו אלס מער דערקענט זיך זיין צוגעבונדנקייט דערצו. וואס דאס רעדט נישט צו מיר.
איבריגנס בין איך שוין יעצט פארנומען וויבאלד ריכטיג האט מיר צוגעוויזן א הויפן נייע ספרים זיך צו האלטן ביזי. יישר כחו!.
פיינע נייעס @אנאנים. אז די ווייסט פון נאך אזעלכע טשענעלס לייג עס ביטע ארויף. אל תמנע טוב.
מיימוןזאג מיר ווער דיינע העלדן זענען וועל איך דיר זאגן ווער דו ביסט..
איך האב אויך פארשטאנען אז דער אשכול איז מער וועגען זיך וואו וועגן דיינע העלדן.
רביה''ק זי''ער' אביגדור מ. איז א קלאסישע דוגמא פאר א פסעוודא-אינטעלעקטואל.
@אנאנים שרייבן א ספר בדרך שאלה ותשובה ווי די שאלות ווערן געפרעגט און געפרעימט דורכ'ן בעל התשובה, איז פון די ערשטע סימנים פון א פסודא אינטעלעקטואל.
Re: מיינע העלדן
די התנגדות צו הרב אביגדור מיללער אלס פסאודא-אינטלקטואל, איז ווייל ער טוט קיינמאל נישט אויפווייזען זיין מיינונג. נישט במילי דעלמא, נישט אין תורה און נישט אין פאליטיק. און ער רעדט עקסטרעם, א זאך וואס דארף געווענליך א שטערקערע ראיה ווי מעסיגע דעות. ער פארדאמט מענטשען און קהלות, אומגעדעקטעהייט.
אז מ׳קען די שולד לייגען אויף די טיטל ׳בעל מוסר׳, זאל זיין. ווען דער משגיח פלעגט מיר מאנען ווי בין איך געווען מוסר סדר, פלעג איך אלס ענטפערען ׳איך בין פון ר׳ לייבעלע קאוונער׳ס מענטשען׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
שמערלרביה''ק זי''ער' אביגדור מ. איז א קלאסישע דוגמא פאר א פסעוודא-אינטעלעקטואל.
@אנאנים שרייבן א ספר בדרך שאלה ותשובה ווי די שאלות ווערן געפרעגט און געפרעימט דורכ'ן בעל התשובה, איז פון די ערשטע סימנים פון א פסודא אינטעלעקטואל.
שמערל: דאס ווארט ווערט געזאגט און געשריבן אויף אידיש...פסעוודא...! אויף ענגליש זאגט מען עס ארויס ...זאאדא...Pseudo-(Intellectual)...!
[ציטאט אראפגענומען]
בזמנינו איז עס נישט אנגענומען.
חוץ אויב מען שרייבט קלאר ארויס. זע שד"ל'ס התנצלות אין סוף פון ויכוח על חכמת הקבלה
Re: מיינע העלדן
ווען מ׳רעדט עקסטרעם, זארף מען זיין זיכערער ווי ווען מ׳רעדט מעסיג. ווייל דעמאלס מאכט עס א גרעסערע נ"מ.
און דאס אז איך שפעט אין די מוסר׳ניקס איז איין זאך. אבער אז דאס ווארט בעל מוסר איז גאר די תירוץ איז נישט גערעכט אפילו ווען מוסר איז יא אויסגעהאלטען.
הרב אביגדור מיללער רעדט כאילו ער איז א שטודירטע, א געלערנטע, וואס קען די פרייע וועלט פון אינעווייניג, און דעריבער איז זיין מיינונג שטערקער ווי א צווייטענס. דערווייל טוט ער אפשפיגלען די שמאלע וועלט פון פונדאמענטילסטן, און ער באנעמט זיך בכלל נישט צו די אמת׳ער שאלות, מיט וואס ער זאגט אז ער ספראוועט.
ער רעדט אויך מיט א זיכערקייט וואס זיין ראיות ווייזען נישט אויף. כאילו וויבאלד ער האט עס געזאגט, איז עס שוין באשטעטיגט, און מ׳דארף שוין נישט מער.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיין העלדען, מיינענדיג דערמיט מענטשען וועמען איך בין מקנא פאר זייערע מעלות און איך וואלט געוואלט האבען זייער מעלות זענען ווי פאלגענד, מיט פירושים.
ר' יונתן אייבשיץ,
פון אלס וואס מיר ווייסען פון אים, סיי אין לעגענדע און סיי פון זיין געדרוקטע זאכען, זעט מען א ריז אין פארשידענע געביטען. זיין אורים ותומים און כרתי ופלתי זענען שטיקער גאונות, וואס פרעגען די פשוט'סטע קשיאס און שטעלען אויף נייע סוגיות און סברות, און דערנאך איז ער זיי מכריח מיט אייזענע טשוואקעס. אבער דאס איז נישט די גאנצע זאך. דאס אז ער איז פונקט אזא ריז אין דרוש, ווי זיין דרוש ספרים עפענען ברייט די פסוקים און מדרשים און די לקח וואס ליגט אונטער די געשיכטעס און הלכות פון די תורה, איז עפעס אויסנאמליך. פארוואס מ'האט געדרוקט דער אוה"ח אין חומש און נישט דער תפארת יונתן ווייסט איין גאט. לדעתי זענען זיי אייניג. און נישט נאר דעם, נאר אין קבלה איז ער געווען אויסגעצייכענט ביז גאר, כידוע ליודעי היסטאריא. זיין כח אויפצושטעלען תלמידים, וואס בשעת דוחקו איז נאר דאס אים געשטאנען צום זייט, מיינט אז ער האט געהאט די כח זיך ארויס צו געבען אין אן אופן אז זיין תורה האט געהאט א קיום אויך. און צום לעצטען מעלה, דאס אז ער איז געווען א נרדף עצום, וואס לייבען און מלאכים האבען זיך אים אנטקעגען געשטעלט, און ער האט געוואוסט קלאר אז ער איז אומשולדיג, איז א הרגש וואס מ'קען נישט איבערגעבען. ווען אומער עס איז דא א שלעגעריי צווישען מענטשען, דער עיקר וואס עס שטערט איינער די צווייטער איז אז ער זעט עפעס אמת אין יענעמ'ס ווערטער. ווען נישט פאר דעם איז די הרגש צוקער זיס.
דער צוזאם שטעל פון אלע מעלות, נישט קיין צמצום צו איין מעלה, איז וואס וועקט מיר אויף.
דער חתם סופר,
דער חתם סופר איז אוממעגליך מגדיר צו זיין אין איין ווארט, און דוקא דאס איז זיין חשיבות. קיין שום זאך שטעקט נישט ארויס אין זיין פערזענליכקייט. ווען מ'קוקט נאר זיין תשובות, מיינט מען אז דאס איז זיין פאך, ווי אין געציילטע ווערטער מאכט ער סדר מיט א סוגיא, ער ברענגט ראיות תוך לשונו און פארענטפערט סתירות מיט איינציגע אותיות. און מ'וואלט געזאגט דיינו אויף אזא ריז מיט נאר די מעלה, אבער די חידושים על הש"ס, וואס לויפען אין גאר אן אנדערען גאנג, זענען אויך גענוג אים צו שטעלען אויף די מזרח וואנט. כהפנ"י בשעתו שטעלט ער אוועק וואס איז די עיקר אין יעדער סוגיא, ער ענטפערט די קשיאס וואס די ראשונים האבען אפגעלאזט און ער נעמט אחריות פאר זיין ווערטער. און צו דעם איז זיין כח הדרוש, ווי עס קען זיך דאכטען אז נאר דאס האט ער געטון אגאנצע טאג. די דקדוק הלשון פון דער דרשות חת"ס, און דער פארשידענהייט פון יסודות וואס ער האט געקענט אריין טייטשען, אין אן אופן וואס עס זעט נאך אויס אמת, איז עפעס וואונדערבאר. יא, די גמטריאות רעדען נישט אזויפיל צו מיר, אבער דאס איז נאר איין צד פון זיין ריזיגע פערזענליכקייט.
הרב משה פיינשטיין,
יעדער וואס זאגט א חידוש, מוז עס צו ערגעץ מצמצם זיין. ער ברענגט ראיות פון די סוגיא זעלבסט, און ער קריכט נישט אין דער פרעמד. אחוץ די מפלפלים וואס זייער חידושים זענען לכתחלה נישט געווידמעט צו פשט. דער דברות משה איז אן אויסנאם פון א ספר וואס איך קען נישט איר גלייכען אויף די גאנצע ספרים שאפע. א שטיקל תורה ביי ר' משה מוז זיין מוכרח ומבואר, אפשטאפענדיג אלע לעכער. ער ווייסט נישט פון אזעלכע ווערטער ווי 'אכמ"ל', ער נעמט אייביג אחריות פאר יעדער קשיא וואס איז מעגליך, שלא במקומו כבמקומו על דרך האמת. יא, זיין תשובות קוקען צומאל אויס מאדנע און נישט אויפגעוויזען, אבער דברות משה זאגט אונז וואס האט ביי אים געהייסען אויפגעוויזען (און טאקע ווען מ'איז אריין געטון אין א סוגיא אויף וואס ער האט א תשובה, און נאך דעם לערנט מען זיין ווערטער, איז עס פיל לייכטער צו דערגייען מהיכן דנתוני). דער כח וואס א מענטש קען האבען צו זיין זיכער מיט זיין פסקים און חידושים איז א זאך וואס באמת וואלט איך מקנא געווען פאר זיך אליינס. דאס וואלט געווען גענוג, אבער ווען מ'הערט און מ'ליינט וועגען זיין געוואלדיגע מדות טובות און איבערגעגעבענקייט פאר אנדערע, וואס קען צומאל ברענגען צו טרערען, וואלט מען געקענט אויף דעם אליינס שטעלען זיין גאנצע גדלות. און זיין כח הדרוש, וואס איז נישט אזוי באקאנט, איז נאך עפעס אויסנאמליך. די דרש משה איז נישט אזוי פאפולער, פונקט ווי דער דברות משה, ווייל עס איז זייער לאנג (מ'זעט דארט זאכען מימי בחרותו מיט גאנצענע מערכות אין דרוש כאחד הגדולים), און לעצטענס זענען ארויס געקומען קורצערע תורות זיינער, אבער די מעלה פון דרש משה האבען זיי נישט.
די צד השווה איז, א. א צוזאם שטעל פון פארשידענע מעלות, אז עס איז נישט מצומצם צו איין זאך, (צופיל גדולים, ובפרט לבית בריסק, שטאלצירען זיך מיט די צמצום זייערע, ווי זיי האבען זיך נישט ארויסגעשטעקט פון זייערע ד' אמות. איך גלייך מער די ברייטקייט פון די וואס האבען זיך נישט מצמצם געווען), ב. א צוגעבונדענקייט צום אמת אין די מעלות זייערע, וואס ווייזט אז די מעלות זענען אן אינטעגראלע חלק פון דער מענטש, נישט זיין דזשאב אלס רב\ראש ישיבה\מחבר ספרים.
Re: מיינע העלדן
דער דמיון פון תפארת יונתן צום אוה"ח הק' איז מביא לידי גיחוך.
זייער שיין ליטוואק. איין זאך שטערט מיך מיט ר' יונתן אז ער האט נישט אלעס אליין געשריבן. יערות דבש צב"ש איז נישט קיין פארגלייך צו תפארת יונתן. ווען איך האב אנטדעקט בימי נעורי דעם אוצר פון חתם סופר בכתב יד אוו זיך צוגעוואוינט דערצו האב איך שוין נישט געקענט אנקוקן די אנדערע מפי השמועה'ס (בפרט איז א חוצפה שאין כמותו אריינצורוקן שיר מעון אין חתם סופר). א לשון פון א גדול אליין וואס טוט פונקטליך ארויסברענגען אלעס וואס ער האט געמיינט איז נישט קיין פארגלייך צו כתיבת תלמידים. דערנאך קענסטו פאלאוען זיין מהלך דורכאויס אלע זיינע ספרים און פארשטיין סאך טיפער זיין כוונה.
לגבי אור החיים ווייס איך נישט. תיתי לי אז כהאב נאך קיינמאל נישט אריינגעקוקט דערין. אבער איך גלייב אז ווען דער בעל שם טוב זאל ווען האבן אן אפעיר מיט זרע ברך וואלט מען געלערנט שבת אינדערפרי זרע ברך הקדוש. נישט קיין חילוק וואס עס שטייט יא אדער נישט דארט.
רב
@מיימוןקודם כל א ייש״כ פאר אייער באשרייבאכצער איר ברענגט דא א וועלט פון השכלה וואס סווייזט אויך אז איר זענט פיין אויסגעקאכט און די סוגיות.
אינעם זעלבען צייט אויב מעג איך מעורר זיין,
אזוי ווי איהר שרייבט כמה פעמים קומט איר פון גאר א פארמאכט פלאץ וואס מהאט שטארק אינדערדריקט השכלה,און פארשטייט זיך אז דין גרמא ווען מעפענט זיך דא אויגען צו באקומען א אפשיי אויף כל הקדוש למקומך הנולד.
אבער אמאל איז גוט צו זיין אביעקטיוו,
אוחה״ק איז נישט און די וועלט פון אינטולעקט, סאיז אבער א ספר וואס רעדט שטארק צום נשמה און די זעעל, איך קען זיצען אויף א שטיקעל און מיין זעעל שאקעלט זיך, און פילע יודען שעפן לעבן פון זיין אופן ווי ער איז מעורר נפשות,איך זאג נישט אז דאס וואס מזאגט נאך פונעם בעש״ט געט נישט צו, אבער גיין זאגען אז זהו זה איז בעיני איגראנענץ.
סאיז אסאך מאל די טעות פון משכילים,צו זעען די וועלט פון א השכלה שטאנדפונקט, די מציאות איז , אז השכלה איז א נחלת היחיד, רוב פון די מענשטהייט, זענען מער פארנומען מיט חלקי הנפש שבאדם ווי מיט א השכלה.
אביסל איידעלער לשונות איבער אזעלכע הייליגע אידן וואלט נישט געשאדט. (צום הונדערסטן מאל: עס איז כלל נישט 'אויפגעקלערט' אדער 'קיהל'.)
לגבי שיר מעון, האבען טאקע אסאך געהאט טענות דערויף.
א. דער דמיון פון דער אוה"ח און דער תפארת יונתן איז אין איין זאך. זיי ברענגען ארויס נייע יסודות אין די פשוטו של מקרא אבער נישט פשט לשם פשט, נאר ארויס ברענגען די לימוד פון די חומש אין א מחודש'דיגע אופן. יא, דער אוה"ח איז אפט מער לומדיש און הלכה'דיג און ער ברענגט מער מקורות פון חז"ל, אבער לגבי באלאנגען אויפ'ן פעידזש אלס א חלק פון די פשוט'ער לימוד המקרא, באלאנגען זיי אייניג.
ב. ביסט הייליג גערעכט וועגען די חילוק פון כתבי התלמידים און כתב יד הגאון עצמו. דער חת"ס איז exhibit no. 1 אין דעם, ווי זיין קיצורדיגע שפראך איז א ריזיגע חלק פון זיין חן. דער דרשות חת"ס איז גאנץ אנדערש פון די תורת משה פינף בענדער.
ג. איך לערן נישט אוה"ח שבת צופרי, אבער מ'מוז מודה זיין אז ער איז א חידוש פון א ספר, עס איז דא ווייניג בדומה לו. און איינער וואס וויל ארויס נעמען דער יר"ש פון דער חומש, דער השקפת התורה פון דער חומש און א יסוד אויף ווייטער צו פארשטייען, איז ער זייער נוצבאר.
ד. איך וועל ענק זאגען דער אמת, נישט תיתי לי, אבער דער זרע ברך האב איך קיינמאל נישט געזען. איך האב יעצט א קוק געטון דארט, און עס איז טאקע זייער שיין און זיס. ייש"כ
@מיימון. קוקט'ס
דא, די דרוק איז שענערע פון אינעווייניג ווי פון די שער בלאט.
עטליכע פון מיינע נישט אזוי אידישע העלדן...
פיטאגרוס (מעטאמעטישן)
אפלטון (פיליזאף)
פאסקאל (מעטאמעטישן)
לייבניץ (פיליזאף)
קאנט (פיליזאף)
הענרי קאווענדיש (כעמיסט)
לודוויג באלטסמאן (פיזיסיסט)
דזשעימס קלערק מאקסוועל (מעטאמאטיקל פיזיקס)
ניקאלע טעסלא (סייענטיסט)
מאטעוויע פעטראוויטש בראנשטיין (פיזיסיסט)
קורט יאדעל (לאגישען)
אלען טורינג (מעטאמעטישן)
פאול דייראק (מעטאמעטישן)
פאול ערליך (ביאלאגיסט)
קלאוד שאנאן (מעטאמעטישן)
פאול ערדאס (מעטאמעטישן)
טאמבל סאס: א קליינע שאלה. מיט וואס האט זיך ניקאלא טעסלא די מערסטע בארימט געמאכט...?!
too general of a question. What do you mean?
אלטערנעיטינג קורענטס? מחלוקת? איינזאמקייט?
יא: א דאנק זיין ריסוירטש , צוזאמען מיט דזשארדזש וועסטינגהאוז. און א אידעלע מיט'ן נאמען שטיינמעטץ האבן מיר היינט א פארגעשריטענעם און פארשפרייטן עלקטריק דיסטריביושאן סיסטעם. וואס האט איינגעפאקט טאמאס עדיסאנ'ס דיירעקט קורענט סיסטעם. וועלכע האט נאר געקענט לויפן אויף גאר קורצע שטרעקעס. קען דער אלטערנעיטינג קוררענט סיסטעם געפיהרט ווערן אויף שטרעקעס פון טויזנטער מיילס. דורך טראנספארמערס. און היי וואלטידזש טרענסמישן ליינס...!
ליטוואק פון בודאפעסטמיין העלדען, מיינענדיג דערמיט מענטשען וועמען איך בין מקנא פאר זייערע מעלות און איך וואלט געוואלט האבען זייער מעלות זענען ווי פאלגענד, מיט פירושים...
ליטוואק, כדי צו קענען ווערען אנגערופן "העלדן" אדער ווי אזוי די רופסט עס "איך וואלט געוואלט האבן זייער מעלות" וואלסטו געדארפט מער ארויס ברענגען זייער פערזענליכע מעלות און דער מהות פון דער העלד. דיין emphasis איז בעיקר די כח התורה פון אן אינטעלעקטעואלע שטאנדפונקט. חוץ פון עטליכע ווערטער דערמאנסטו נישט צופיל די גברא.
טאמבל סאסאלטערנעיטינג קורענטס? מחלוקת? איינזאמקייט?
טאמבל סאס: די אלע 3 זענען ריכטיג. אבער מיט די ערשטע האט ער זיך די מערסטע אויסגעצייכנט. ער האט פארברענגט זיין גאנץ לעבן מיט דעם. ער האט געהאט תקופות וואס ער איז געווען אן עושר. אבער לסוף איז ער נעבעך געשטארבן איינזאם און ארים. דער חילוק פון איהם ביז טאמאס עדיסאן איז געווען אז עדיסאן האט אייביג געהאט אן אונטערשטע שורה. א יעדן געדאנק האט ער מיט עקשנות אויסגעפארשט און אדורכגעפיהרט. און צוגעברענגט צו א פראקטישן שטאפל....!
אן אינטרעסאנטן עפיזאד האט ער (ניקאלא טעסלא) געהאט. ווען ער איז אלס יונגער בחור אנגעקומען קיין ניו יארק. דורך עליס איילענד. איז ער געגאנגען זוכן ארבעט ביי עדיסאן. טאמאס עדיסאן האט פונקט דאמאלס געהאט א פראבלעם. ער האט געהאט א יאכט שיף וואס האט באלאנגט פאר דזשעי. פי. מארגאן (וואס איך האב א חשד האט געשטאמט פון ספרדי'שע אידן) וואס ער (עדיסאן האט אויסגעשטאט מיט א סאך עלעקטרישע לעמפלעך. און מארגאן מיט זיין משפחה זענען מיט דעם שיף ארומגעפארן איבער גאנץ מאנהעטן און די דזשוירסי שאור. און די אלע איינוואוינערס וועלכע זענען געזיצן ביי די ברעגעס פון ים, האבן געזעהן די שיף מיט די לייטס פארט אריבער. און זיי האבן געקוקט מיט שטארק קנאה. דאס האט איהם געגעבן גרויס סאטיספאקציע. אבער מיט די צייט זענען די עלעקטרישע לעמפלעך קאליע געווארן. ס'זענען געווען שארטס. און אנדערע פראבלעמען. און מארגאן, וועלכער איז געווען דער הויפט פינאנציער פון עדיסאן, האט שוין נישט געהאט קיין חשק ארומצופארן מיט די שיף. האט ער עס געברענגט צו עדיסאן כדי צו פאררעכטן. אבער עדיסאן איז געווען זייער שטארק פארנומען מיט זיינע אנדערע פראיעקטן. ..
ווען דער אימיגראנטישער בחור, טעסלא איז געקומען צו איהם זוכן ארבעט, האט ער איהם אנגעבאטן. און געזאגט אז אויב ער פאררעכט דעם עלעקטריקל סיסטעם אויפ'ן שיף וועט ער איהם געבן $5,000 דאללער. טעסלא האטציך גענומען צו די ארבעט. ביז א קורצע צייט איז די שיף שוין געווען פארראכטן. נאך שענער און בעסער ווי פריער. ווען טעסלא איז געקומען בעטן זיין געלט, האט איהם עדיסאן געענטפערט. אז ער האט נאר געמאכט א דזשאוק מיט צוזאגן אט דעם סכום. איז ניקאלא טעסלא אוועקגעגאנגען פון איהם. שפעטער האט ער אנגעטראפן דעם אינדזשעניר דזארדזש וועסטינגהאוז. און זיי האבן צוזאמען מיט דעם קליינטשיגן אידעלע שטיינמעץ, וועלכער איז געווען א דזשיניוס אין מאטעמאטיקס, אנגעהויבן ארבעטן אויף דעם אלטערנעיטינג קוררענט דזשענערעיטינג און דיסטריביושאן סיסטעם...!
די הויפט מעלה פון דעם עי. סי. סיסטעם איז אז מ'קען פראדוצירן די עלעקטריציטעט און אוועקשיקן אויף זייער ווייטע שטרעקעס. וואס ס'איז נישט מעגליך צו טון מיט דיירעקט קאררענט...!
נ.ב.: די אלע פאקטן און עפיזאדן זענען גענומען פון דעם בוך...Tesla...Man out of time...!
[ציטאט אראפגענומען]
דענאך איז דא אזאלעכע וואס האלטן אז "בראשית ברא" איז זיכער נישט!
און דאס ביי זיי איז "לא ניתנת להפרכה"
אלע חשבונות, און זיכען דעם אמת, פאנגט זיך אן מיט א "בראשית ברא" דאס נישט!
וועלען זיין גרייט אנצינעמען אז עליענס פין ווייסעך וואו האבן אהערגעשטעט דער וועלט
ממילא איז וואס?
א נייע העלד צוגעקומען צו מיין ליסטע פון העלדן.
Pierre de Fermat - א לויער און מעטעמעטישן