א נייער וועלטס ארדענונג, ועמדו זרים ורעו צאנכם...
32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12685
א נייער וועלטס ארדענונג, ועמדו זרים ורעו צאנכם...
דער דאטום איז מערץ 24' 2224' למספ' / א ניסן שנת ו' אלפים צום וועלטס באשאף, און ס'קערט זיך א וועלט...
דער לאנג-ערווארטער אידישער אויסלייזער איז שוין ענדליך אנגעקומען, ער רייט ארום מיט שטאלץ אויף אן אלטן אייזל און געוועלטיגט אויף דער גאנצע וועלט מיט אן אייזענעם פויסט. ער שטעלט ספאנטאן אויף אין ירושלים א מאסיווער אונטערנאציאנאלע געריכט טריבונאַל, און הייבט אן מיט א מעכטיגע גריכטליכער פראצעס צו ריכטן די גאנצע וועלט, אויסגעשלאסן די אידן וועלכע גייען נישט דורך דער שרעקווערדיגער גריכטליכע פראצעדורן פון משיח'ס טריבונאַל.
צום געריכט-טריבונאַל ווערן אצינד געשלפט די גרעסטע פארברעכער קעגן די מענטשהייט, אלע קריכן ארויס פון זייער באגרעבעניש-ערטער, און ווערן געברענגט לעבעדיגערהייט צום געריכט-טריבונאַל אין ירושלים, וואו זיי דארפן ענטפערן פאר משיח זעלבסט איבער די געמיינע אקטן וועלכע זיי זענען באגאנגן קעגן אידישן פאלק אין גלות. אזעלכע באנדיטן ווי נמרוד, פרעה, סיסרא, המן, נבוכנצר, נבוזראדן, אנטיוכס, אליפארני, טיטוס, אדנריינוס, טאָרקוועמאַדא, כמעלניצקי, צאר ניקאליי, היטלער, סטאלין, סאדאם כאסעין, יאסיר אראפאט, און נאך. אלע שטעלן זיך אצינד פאר מעכטיגן אידשן קעניג זיין מייעסטעט מנחם המלך, מיט אראפגעבויגענע קעפ און ענטפערן דייטליך אויף זייער בייזוויליגע אקטען וועלכע זיי זענען באגאנגן קעגן אידישן פאלק. די אלע ווערן פאראורטיילט דורך מנחם המלך צום באלדיגן טויט און באקומען אויפן ארט זייער פארדינטע שטראפן.
א מעכטיגער הולוקאוסט ברעכט אויס אין די וועלט, וואס דאס מענטשהייט האט נאכנישט געזען זינט ג-ט האט באשאפן דעם שטן. שווערע ביליאנען מענטשען ווערן ספאנטאניש פארשוואונדען אויף שטענדיג, זיי ווערן אריינגעשליידערט לעבעדיגערהייט אינעם פונסטערן גיהנם אויף שטענדיג. ס'איז א געשענעניש וואס ניטאמאל די בארימטע האליוואד טעאטער-שרייבער וועלכע צייכענען זיך אויס אין פאנטאזיע און אילוזיע האבן די מעגליכקייטן דאס פארצושפילן.
ווידעראום די אנדערע גוים וואס האבן נישט געשעפעט מיט די אידן, וועלן פארוואנדלט ווערן אלס שקלאפן צום אידישן פאלק, ווי דער נביא זאגט אין ישעיה: ועמדו זרים ורעו צאנכם, ובני ניכר איכריכם וכורמכם, ואתם כהני ה' תיקראו, משרתי אלוקינו יאמר לכם. און דער מדרש לייגט נאך צו: אז יבואו כל העמים, ונופלים על פניהם לפני המשיח ולפני ישראל ואומרים: נהיה לך ולישראל לעבדים", ומסיים המדרש: "וכל אחד מישראל, אלפיים ושמונה מאות עבדים יהיו לו: דאס באדייט אז א נייע וועלסט ארדענונג וועט איינגעשטעלט ווערן, די גויאישע פרינצן און פרינצעסן, קעניגן און קעניגנס, פריצים און פריציסטעס, גייען פארוואנדלט ווערן אלס שקאלפן פאר זייער געוועזענע אונטערטאנען און אונטערגעדריקטע. אזש איטליכער איד וועט פארמאגן צוויי טויזענט און אכט הונדרעט שקאלאפן ווי ערווענט פון מדרש.
דער מאטיוו צו באלעסטיגן אנדערע מענטשען איז אין אלגעמיין א דרייפאכיגע: נקמה, האס, אדער שטראף.
די מאטיוו פארוואס די גוים האבן געפייניגט די אידן, איז פילייכט געווען אנהייב אלס נקמה פארן קרייצן יעזעס. און עטוואס שפעטער אלס האס צוליב די אנגעבליכע פינאנציאלע און פאליטשע מאניפולאציע פונעם א.ג. אונטערנאציאנאלער אידענטום. די דאזיגע גוים וועלן פארשוואונדן ווערן פונעם האריזאנט ביים גרויסן הולוקאוסט, ווארשיינליך אלס א שטראף און אלס נקמה פונעם אלמעכטיגן ג-ט.
דאקעגן די גוים וואס האבן נישט געפייניקט די אידן וועלעכע וועלן פארוואנדלט ווערן אלס שקאלפן, איז דאס צוליב האס? נקמה? אדער שטראף?
נקמה ווארשיינליך נישט! ווארום ער האט דאך קיינמאל נישט געשעפעט קיין איד! אלס שטראף? ער האט דאך אנגעבליך גארנישט געטאן עס צו פארדינען! צו זאגן אז דאס וועט זיין צוליב האס? זענען מיר דאך גארנישט ווייניגער ווי די היינטיגע אנטיסמיטן! אלזא מיט וואס פאר א רעכט וועלן מיר דאן אונטערדריקן די גוים?
ווען מ'לערנט די פסוקים פון תנ''ך שטעלט זיך ארויס אז אין יארע 2224' למספ' גייט זיך וועלטס-ארדענונג דראסטיש ענדערן. דער לאנגיאריגער איינגעבויגענער גלות איד גייט פארוואנדלט ווערן צו ארויפגעקוקטער ערשט-קלאסישער אריסטאקראט. און דער שטאלצער גויאישער ערשטקלאסישער אריסטאקראט גייט פארוואנדלט ווערן צו איינגעבויגענער גלות גוי. אזש ס'וועט זיין א שטאלץ פארן געוועזענער גויאישער אריסטאקראט ארויסצוטראגן די מיסט פונעם שטאלצן איד, און די גויאישע שטאלצע פריצים וועלן זיך גאר בעטן ביי די געוועזענע מה יפית אידעלעך אז מ'זאל זיי ערלויבן צו וואשן די פאדלאגעס פון די עפענטליכע בתי כיסאות פון די בתי מדרשים. ס'וועט נישט זיין קיין שטראף אדער נקמה, אדער אלס האס פונעם איד. ס'וועט פשוט זיין דער דעמאלדיגער וועלטס-ארדענונג.
מיר ווארטן צו זען....
קאך לעפל: איך האב גרויס הנאה געהאט ארייצוקוקן אין דיין אספקלריא (המאירה)...אבער איין שאלה האסטו מיר נאכנישט פארענטפערט. וואס איז געווארן מיט די מדינה (של גהינום). די מדינה וואס די ציונים האבן אויפגעשטעלט...?!
דיין אילוסטראציע איבער וויאזוי ס'וועט אויסזעהן לאחר ביאת המשיח...? וועלכער. דער חב"ד'סקער...!
דאס דערמאנט מיך א מעשה. פאר די צווייטע וועלט מלחמה איז געווען א (קלוגער) גוי וועלכער האט געארבעט ביי א איד. ער האט אייביג געמוטשעט זיין בעה"ב פרעגנדיג..."ווען קומט שוין משיח"?!. אזוי איז געווען מדי יום ביומו. איין טאג פרעגט איהם זיין בעה"ב ..."איוואן. פארוואס ווילסטו אזוי שטארק אז משיח זאלל שוין קומען...?! האט דער גוי געענטפערט....געב א קוק. היינט זענט עטץ אין גלות. און אונז זעמיר פריי. אבער אונז זעמיר די שבת גוים. ביהכ"ס פוצערס און קליענינג לעידיס. אפשר ווען משיח וועט קומען וועט זיין פארקערט...?!...!
אוי גיוואלד! כ'האב פארגעסן עפעס צו צולייגן.
ו.ב.י.ל.כ.ל.
קאך לעפל: דו מאכסט מיך קוילערן פאר געלעכטער...וואספארא קללה אדער פרעדיקשן איז דאס...?! ביטע זיי מפרש די ראשי תיבות. קיין גוטס (פאר נארמאלע אידן) איז עס זיכער נישט...! עפעס מתוך רחמים וחסדים...אך און וויי צו ענקערע רחמים וחסדים. דער אייבישטער זאלל אונז אפהיטן פון דעים...!
די גיי נאר אן מיטן חרוב מאכן יעדער נארמאלער אשכול... כה לחי.
דער דאזיגער אשכול וואס וואלט ווען געקענט פארוואנדלט ווערן אלס א הערליכע דיסקוסיע איבער תחיית המתים, יום הדין, ימות המשיח, ימות העולם הבא, אד''ג איז נארוואס אראפגעפלאשט געווארן אין בית הכבוד. צוליב דיין אומב'טעמ'טע הומער.
אלענפאלס א שאד געווען די טירחא. זאל זיין א כפרה....
ר' קאך לעפעל
איך האף איר פארשטייט אז ימות המשיח איז נישט דעזיינט פאר אייערע סאדיסטישע הנאות צוצוקוקען ווי מענטשען בראטען אין גיהנם
רבי צו''ל.
כ'האב בלויז אויסגעשמיסט געדאנקן פון תנ''ך און די מדרשים.
אדרבה, אויב איר האט אין אייער באזיץ אנדערע אינפארמאציע וואס ס'וועט זיך דאן אויסשפילן, הויפטזעכליך איבער וואס ס'וועט פארסירן מיט די גוים, סיי די וואס האבן געפייניגט די אידן, און די סיי די חסידי אמות עולם, טיילט עס ביטע מיט מיט אונז.
יישר כח פון פארנאויס.
נ''ב כ'מיין די וועסט הנאה האבן צו זען טאָרקוועמאַדא און כמעלניצקי אדער כאטש היטלער און אראפאט זיך בראטן אין גיהנם. און ווי מרת מעלאניע טראמפ וואשט די פאדלאגעס פון דיין בית הכבוד. ניין? סקען ווירקליך זיין גאר, אז נישט... כ'ווייס נישט...
קוק אהער, כבין נישט קיין סאדיסט און כ'שעפ נישט פארגעניגען פון פייניגען מענטשען. און לויט מיינע אינפארמאציע איז טארקוועמאדא שוין לאנג טויט.
מעלאניע טראמפ איז נישט קיין שלעכטע עסק, אבער ענדערש פאר א פילגש ווי איידער פאר א טוילעט קלינער
גדליהקוק אהער, כבין נישט קיין סאדיסט און כ'שעפ נישט פארגעניגען פון פייניגען מענטשען. און לויט מיינע אינפארמאציע איז טארקוועמאדא שוין לאנג טויט.
מעלאניע טראמפ איז נישט קיין שלעכטע עסק, אבער ענדערש פאר א פילגש ווי איידער פאר א טוילעט קלינער
פילייכט ווילט איר בלויז טרייבן שפאס פון מיר...נישקשה...
כבין נישט קיין סאדיסט און כ'שעפ נישט פארגעניגען פון פייניגען מענטשען.די זאגסט (אויב די זאגסט) יעדע שבת ביים דאווענען:
וְיִנְקֹם לְעֵינֵינוּ נִקְמַת דַּם עֲבָדָיו הַשָּׁפוּךְ. כַּכָּתוּב בְּתוֹרַת מֹשֶׁה אִישׁ הָאֱלֹקים. הַרְנִינוּ גוֹיִם עַמּוֹ כִּי דַם עֲבָדָיו יִקֹּם וְנָקָם יָשִׁיב לְצָרָיו וְכִפֶּר אַדְמָתוֹ עַמּוֹ: וְעַל יְדֵי עֲבָדֶיךָ הַנְּבִיאִים כָּתוּב לֵאמֹר. וְנִקֵּיתִי דָּמָם לֹא נִקֵּיתִי וַ-ה' שֹׁכֵן בְּצִיּוֹן: וּבְכִתְבֵי הַקֹּדֶשׁ נֶאֱמַר לָמָּה יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם אַיֵּה אֱלֹהֵיהֶם, יִוָּדַע בַּגּוֹיִם לְעֵינֵינוּ נִקְמַת דַּם עֲבָדֶיךָ הַשָּׁפוּךְ: וְאוֹמֵר, כִּי דוֹרֵשׁ דָּמִים אוֹתָם זָכָר לא שָׁכַח צַעֲקַת עֲנָוִים: וְאוֹמֵר, יָדִין בַּגּוֹיִם מָלֵא גְוִיּוֹת מָחַץ רֹאשׁ עַל אֶרֶץ רַבָּה. מִנַּחַל בַּדֶּרֶךְ יִשְׁתֶּה עַל כֵּן יָרִים רֹאשׁ.
מ'רעדט נישטא פון קיין אומשילדיגע באשעפענישן, מ'רעדט דאך דא פון בלוט זויגער און בארבארישע מענטשען פרעסער, וועלכע האבן ערמארדערט דיינע זיידעס מיט די ארגסטע מיתות משינות...און די ווילסט איינרעדן די מענטשהייט אז מיט דיין אנגעבליכע אצילות המידות, ווילסט נישט זען זיי בראטן אין גיהנם? מי פתי יאמין זאת......
קאך_לעפלרבי צו''ל.
כ'האב בלויז אויסגעשמיסט געדאנקן פון תנ''ך און די מדרשים.
אדרבה, אויב איר האט אין אייער באזיץ אנדערע אינפארמאציע וואס ס'וועט זיך דאן אויסשפילן, הויפטזעכליך איבער וואס ס'וועט פארסירן מיט די גוים, סיי די וואס האבן געפייניגט די אידן, און די סיי די חסידי אמות עולם, טיילט עס ביטע מיט מיט אונז.
יישר כח פון פארנאויס.
נ''ב כ'מיין די וועסט הנאה האבן צו זען טאָרקוועמאַדא און כמעלניצקי אדער כאטש היטלער און אראפאט זיך בראטן אין גיהנם. און ווי מרת מעלאניע טראמפ וואשט די פאדלאגעס פון דיין בית הכבוד. ניין? סקען ווירקליך זיין גאר, אז נישט... כ'ווייס נישט...
לפי הרבה דיעות שטאמט מרס. מעלאניא טראמפ שתליט"א פון אידן. נאר די גמ' זאגט שוין אליהו לא בא לרחק קרובים או לקרב רחוקים...! עיין פירש"י...!
הרב קאך_לעפל, זייער שיין באשריבן, מיר קענען נישט ווארטן, הגהות און שאלות וועט האפענטליך נאכפאלגן, אבער צום אלעם ערשטנס, פאר וואס עפעס יארע 2224? מיר האפן דאך בכל יום שיבא, וכמ"ש המפ' בעתה אחישנה, פארוואס נישט במהרה בימינו ממש?
קאך_לעפלגדליהקוק אהער, כבין נישט קיין סאדיסט און כ'שעפ נישט פארגעניגען פון פייניגען מענטשען. און לויט מיינע אינפארמאציע איז טארקוועמאדא שוין לאנג טויט.
מעלאניע טראמפ איז נישט קיין שלעכטע עסק, אבער ענדערש פאר א פילגש ווי איידער פאר א טוילעט קלינער
פילייכט ווילט איר בלויז טרייבן שפאס פון מיר...נישקשה...
כבין נישט קיין סאדיסט און כ'שעפ נישט פארגעניגען פון פייניגען מענטשען.די זאגסט (אויב די זאגסט) יעדע שבת ביים דאווענען:
וְיִנְקֹם לְעֵינֵינוּ נִקְמַת דַּם עֲבָדָיו הַשָּׁפוּךְ. כַּכָּתוּב בְּתוֹרַת מֹשֶׁה אִישׁ הָאֱלֹקים. הַרְנִינוּ גוֹיִם עַמּוֹ כִּי דַם עֲבָדָיו יִקֹּם וְנָקָם יָשִׁיב לְצָרָיו וְכִפֶּר אַדְמָתוֹ עַמּוֹ: וְעַל יְדֵי עֲבָדֶיךָ הַנְּבִיאִים כָּתוּב לֵאמֹר. וְנִקֵּיתִי דָּמָם לֹא נִקֵּיתִי וַ-ה' שֹׁכֵן בְּצִיּוֹן: וּבְכִתְבֵי הַקֹּדֶשׁ נֶאֱמַר לָמָּה יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם אַיֵּה אֱלֹהֵיהֶם, יִוָּדַע בַּגּוֹיִם לְעֵינֵינוּ נִקְמַת דַּם עֲבָדֶיךָ הַשָּׁפוּךְ: וְאוֹמֵר, כִּי דוֹרֵשׁ דָּמִים אוֹתָם זָכָר לא שָׁכַח צַעֲקַת עֲנָוִים: וְאוֹמֵר, יָדִין בַּגּוֹיִם מָלֵא גְוִיּוֹת מָחַץ רֹאשׁ עַל אֶרֶץ רַבָּה. מִנַּחַל בַּדֶּרֶךְ יִשְׁתֶּה עַל כֵּן יָרִים רֹאשׁ.
מ'רעדט נישטא פון קיין אומשילדיגע באשעפענישן, מ'רעדט דאך דא פון בלוט זויגער און בארבארישע מענטשען פרעסער, וועלכע האבן ערמארדערט דיינע זיידעס מיט די ארגסטע מיתות משינות...און די ווילסט איינרעדן די מענטשהייט אז מיט דיין אנגעבליכע אצילות המידות, ווילסט נישט זען זיי בראטן אין גיהנם? מי פתי יאמין זאת......
קודם כל איך זאג טאקע נישט אב הרחמן יעדע שבת.
אבער בכלליות איר דארפט פארשטיין, יעדע מענטש האפט אויף ביאת המשיח פאר א צווייטע סיבה, איינע מוטשעט זיך מיט פרנסה און ער וויל שוין זען גרינע דאלארן וואקסען אויפ'ן בוים, א צווייטע האט א קראנקע קינד און ער וויל שוין אליהו זאל קומען אויסהיילן די חולים, א דריטע וויל שוין זען די צדיקים וקדושים וואס לעבען שוין נישט, און א פערטער וויל שוין זעהן ווי מגייט צושניידען מענטשען אויף קליינע שטיקלעך און זיי אפבראטען.
אלעס איז אמת, אבער יעדע האפט לויט זיינע תכונות הנפש.
גדליה ועוד לרמב"ם, סוף הלכות מלכים, וז"ל: לא נתאוו החכמים והנביאים ימות המשיח לא כדי שישלטו על כל העולם ולא כדי שירדו בעכו"ם ולא כדי שינשאו אותם העמים ולא כדי לאכול ולשתות ולשמוח אלא כדי שיהיו פנויין בתורה וחכמתה ולא יהיה להם נוגש ומבטל כדי שיזכו לחיי העולם הבא. ודפח"ח
שמעקעדיגהרב קאך_לעפל, זייער שיין באשריבן, מיר קענען נישט ווארטן, הגהות און שאלות וועט האפענטליך נאכפאלגן, אבער צום אלעם ערשטנס, פאר וואס עפעס יארע 2224? מיר האפן דאך בכל יום שיבא, וכמ"ש המפ' בעתה אחישנה, פארוואס נישט במהרה בימינו ממש?
טראמפ ברויך ענדיגען זיין קאדענץ
😂
רעב צו''ל:
ווען איר וועט זיין פארנומען צו עסן די פערטיגע קארטאפל טשיפס, און די רויטע זשעלי בונדלעך פון די ביימער, וועלן מיר זיך גוטמוטיג אונטערהאלטן מיטן זען אדאלף היטלער ברענען אויפן אוטודאפע.
אלענפאלס, דער נביא זאגט אז ווען משיח ווען קומען וועט זיין ומלאה הארץ דעה את השם, די גאנצע וועלט וועט ווירקליך פיל ווערן מיט דעת.
דאס באדייט אז דער גאנצע וועלט וועט פארמאגן די זעלבע דעת, און דער אונטערשיד פון נער ביז חכם וועט פארשוואונדען ווערן? אדער באדייט דאס אז דער נער וועט קליג ווערן און דער חכם וועט ווערן נאך קליגער?
כ'האף אז דער נער וועט ווערן קליג, און דער חכם וועט ווערן נאך קליגער, כ'קען מיך נישט זען אויף איין פארשטאנד-שטאפל מיט מיין ידיד דער צדיק ורע לו.
ווי קומט אריין דא דער נאר קעגן דער חכם?? די פסוק זאגט קלאר "ומלאה הארץ דעה את ד' " יעדער וועט וויסן און קלאר וויסן אנע ספיקות דעם באשעפער און נישט ווי היינט וואס ס'איז דא ספיקות דערין. ס'קען זיין אז ס'וועלן ווייטער זיין נערנים, פארוואס דען נישט, עולם כמנהגו נוהג מיינט דען וואס??
גערעכט.
כ'האב מיך נעבאך איינגערעדט אז ס'וועט אמאל קומען א צייט ווען ס'וועט ווירקליך זיין א נערנים-פרייער וועלט...כ'האב מיר ביטער גענערט....ווי ס'זעט אויס וועט דאס גראנדיעזע טיפשות וואס באשעוועט אויף דער וועלט אנהאלטן אויף שטענדיג, אפילו נאך די זעקס טויזענט יאר פונעם וועלט עקזיסטענץ...ס'איז א שטארקע אנטוישונג...
קאך לעפל: ווען דיין פארקרומטע, אומפארגינערישע, איינגערעדטע אראגאנץ וועט דיך נישט שטערן, וועלל איך דיר פארענטפערן דיין טעארעטישע שאלה אויב א יעדער וועט זיין אייניג קלוג. לאחר ביאת המשיח...!
ס'שטייט אין פסוק..."ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים"...איז דא א טייטש. אז פונקט אזוי ווי די וואסער פארדעקט אלעס אייניג. אבער אין ים דערקענט מען די טיפקייט. וואס איז אנדערש אויף א יעדן ארט. אזוי וועט זיין בימי ביאת משיח. פון אויבן וועט אלעס אויס זעהן די זעלבע. אבער אינעווייניג וועט מען דערקענען דעם חילוק...!
נו, ביטע זאג עפעס א רישעות'דיג, ציפעדיג ווארט וואס שטימט מיט דיין פארקרומטע אגענדא און לעהרע. אויב דו קענסט נישט עפעס דערטראכטן. קען איך דיר געבן אן אדרעסס פון דיינ'ס א גוטן פריינט וואס איז יא א גרויסער מומחה אין די עניינים. נישט אז דיר פעהלט עפעס אין רישעות...לאל...!
berlbalagulehקאך לעפל: ווען דיין פארקרומטע, אומפארגינערישע, איינגערעדטע אראגאנץ וועט דיך נישט שטערן, וועלל איך דיר פארענטפערן דיין טעארעטישע שאלה אויב א יעדער וועט זיין אייניג קלוג. לאחר ביאת המשיח...!
ס'שטייט אין פסוק..."ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים"...איז דא א טייטש. אז פונקט אזוי ווי די וואסער פארדעקט אלעס אייניג. אבער אין ים דערקענט מען די טיפקייט. וואס איז אנדערש אויף א יעדן ארט. אזוי וועט זיין בימי ביאת משיח. פון אויבן וועט אלעס אויס זעהן די זעלבע. אבער אינעווייניג וועט מען דערקענען דעם חילוק...!
נו, ביטע זאג עפעס א רישעות'דיג, ציפעדיג ווארט וואס שטימט מיט דיין פארקרומטע אגענדא און לעהרע. אויב דו קענסט נישט עפעס דערטראכטן. קען איך דיר געבן אן אדרעסס פון דיינ'ס א גוטן פריינט וואס איז יא א גרויסער מומחה אין די עניינים. נישט אז דיר פעהלט עפעס אין רישעות...לאל...!
ו.ב.י.ל.כ.ל.
קאך_לעפלווען מ'לערנט די פסוקים פון תנ''ך שטעלט זיך ארויס אז אין יארע 2224' למספ' גייט זיך וועלטס-ארדענונג דראסטיש ענדערן. דער לאנגיאריגער איינגעבויגענער גלות איד גייט פארוואנדלט ווערן צו ארויפגעקוקטער ערשט-קלאסישער אריסטאקראט. און דער שטאלצער גויאישער ערשטקלאסישער אריסטאקראט גייט פארוואנדלט ווערן צו איינגעבויגענער גלות גוי. אזש ס'וועט זיין א שטאלץ פארן געוועזענער גויאישער אריסטאקראט ארויסצוטראגן די מיסט פונעם שטאלצן איד, און די גויאישע שטאלצע פריצים וועלן זיך גאר בעטן ביי די געוועזענע מה יפית אידעלעך אז מ'זאל זיי ערלויבן צו וואשן די פאדלאגעס פון די עפענטליכע בתי כיסאות פון די בתי מדרשים. ס'וועט נישט זיין קיין שטראף אדער נקמה, אדער אלס האס פונעם איד. ס'וועט פשוט זיין דער דעמאלדיגער וועלטס-ארדענונג.[/justify]
נאכדעם וואונדערט ער זיך פארוואס ס'איז דא אנטיסעמיטיזם...
Re: א נייער וועלטס ארדענונג, ועמדו זרים ורעו צאנכם...
דער אשכול דערמאנט מיר פון מיין כתה ג' מלמד וואס האט געוואלט איבערצייגן די קינדער פארוואס עס לוינט יא ביאת המשיח (אויב זאגט מען די קינדער אז מ'גייט לערנען א גאנצער טאג וועט דאך יעדער מתפלל זיין פאר גלות...).
דער רמב"ם שרייבט אז קיינער ווייסט נישט גענוי וואס עס וועט פארקומען ביי ביאת המשיח, יעדער האט געטייטשט פסוקים לויט ווי ער האט זיך גע'דרש'ענט, ס'בלייבט נאר פאר דעם דור וואס וועט זוכה זיין דערצו צו אויסגעפינען וואס פונקט גייט פארקומען. (בהקדמתו לחלק).
היטלער איז בלויז געווען א שליח, מען קען טייטלען צום רבש"ע, אבער דעמאלט וועט מען זעהן אז אונזערע הרגשים זענען א טפה סרוחה נגד סוף דעתו יתברך (עכ"פ אזוי דרש'נט זיך מיר...).
באקאנט פונעם ארי הק' אז אפילו אותו האיש וועט האבן א כפרה נאך אפאר יובלות. אלזא, אנשטאט טראכטן מיט אונזער איצטיגן קליינקעפיגן פערספעקטיוו, לאמיר ליבערשט אנערקענען אז מיר קענען נאר אסאך קלוגער ווערן און אז זאכן מעסטן זיך נישט מיט אונזערע לימיטעישאנס.
Re: א נייער וועלטס ארדענונג, ועמדו זרים ורעו צאנכם...
עס וועט זיך אויפשטעלען א מדינה, און די מדינה וועט זיין מעכטיג און געלונגען, און די גשמיות וועט קלאפען ווי עס דארף צו זיין. נאר איין זאך וועט פעלען; די רוחניות׳דיגע גאולה. מ׳עט איינזען כי אפס עצור ועזוב, מיר דארפען די גאולה דרינגענד, נישט אפצוצאלען די קרעדיט קארדס און נישט נוקמ׳ן אין גוים, נאר פאר דער ומלאה הארץ דעה את ה׳. אין די אלע קינדער שפילען וועט מען שפעטען און איינזען אז די וועלט איז נאר אן עולם עובר.
ובא לציון גואל
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רביה''ק זי''עקאך_לעפלווען מ'לערנט די פסוקים פון תנ''ך שטעלט זיך ארויס אז אין יארע 2224' למספ' גייט זיך וועלטס-ארדענונג דראסטיש ענדערן. דער לאנגיאריגער איינגעבויגענער גלות איד גייט פארוואנדלט ווערן צו ארויפגעקוקטער ערשט-קלאסישער אריסטאקראט. און דער שטאלצער גויאישער ערשטקלאסישער אריסטאקראט גייט פארוואנדלט ווערן צו איינגעבויגענער גלות גוי. אזש ס'וועט זיין א שטאלץ פארן געוועזענער גויאישער אריסטאקראט ארויסצוטראגן די מיסט פונעם שטאלצן איד, און די גויאישע שטאלצע פריצים וועלן זיך גאר בעטן ביי די געוועזענע מה יפית אידעלעך אז מ'זאל זיי ערלויבן צו וואשן די פאדלאגעס פון די עפענטליכע בתי כיסאות פון די בתי מדרשים. ס'וועט נישט זיין קיין שטראף אדער נקמה, אדער אלס האס פונעם איד. ס'וועט פשוט זיין דער דעמאלדיגער וועלטס-ארדענונג.[/justify]
נאכדעם וואונדערט ער זיך פארוואס ס'איז דא אנטיסעמיטיזם...
פאר מיר געפעלט די בעסטע אז חלומ'ט צו שטעללן מעלאניא טראמפ צו וואשן די פלאהר אין זיין פארשטונקענעם בית הכסא...לאל...!
קאך לעפל: דאס איז ספעציעל פאר דיר... י.ג.ד.מ.פ.ע.ה. ב....ג. פ. י..ע.ט.י.פ.ר.ת'ס...! י.ס.ע.י.נ.א. ג. וו.י. פ.ע...!
ווער ס'קען מפענח זיין אט די ווערטער וועט (מעגליך) באקומען די פוליצער פרייז...!
berlbalagulehקאך לעפל: דאס איז ספעציעל פאר דיר... י.ג.ד.מ.פ.ע.ה. ב....ג. פ. י..ע.ט.י.פ.ר.ת'ס...! י.ס.ע.י.נ.א. ג. וו.י. פ.ע...!
ווער ס'קען מפענח זיין אט די ווערטער וועט (מעגליך) באקומען די פוליצער פרייז...!
ו.ב.י.ל.כ.ל.
דו האסט שוין לכה"פ 3 מאל איבערגעזאגט די זעלבע ר"ת. זיי עפעס מחדש...! נו,. דו קענסט מפענח זיין די ראשי תיבות וואס איך האב ארויפגעלייגט.....חכם איינער...!
ס'גוט.. לאז געמאכט. שכוח
אנשטאט נענטער צו ברענגן דעם באפארשטייענדעם גלארייכע צום ריאלעטעט, טוט מען גאר דערווייטערן דאס גלארייכע פונעם ריאלעטעט. איז דאס דען נישט קיין באווייז פון אומגלויביקייט און צווייפל?
ס'איז געווען אמאל א קליין יונגל וואס איז געגאנגן מיט זיין פאטער דאווענען מעריב אין שול. נאכן דאווענען דאס אויסגעשעפט קינד וויל שוין אהיים גיין, און דער פאטער שטייט נאך אלס אין שמיעסט. דאס קינד מוטשעט אים נאכאנאנד, טאטי קום שוין אהיים איך ביז אזוי מיד, און דער טאטע זאגט אים נאכאנאנד אט אט גייען מיר שוין אהיים, און זעצט ווייטער פאר מיטן טיפזיניגען דיסקאסיע ווי ס'וואלט גארנישט געווען, אלזא דער צייט רוקט זיך... און דער זייגער שלאגט שוין באלד חצות... דער אנטוישטער קינד הייבט זיך אויף און גייט זיך אליינס אהיים. ער קומט אן אהיים אן ערשעפטער און ער לייגט זיך אריין אין בעט און ווערט פארזינקען אין א טיפער שלאף.דעם אנדערן טאג אינדערפרי פרעגט דער פארטער פונעם קינד, פארוואס האסטו נישט אויסגעווארט אויף מיר? זאגט אים דאס קינד. טאטי ווי לאנג קען איך דען ווארטן? איך בין מיד געווארן פון ווארטן אזוי לאנג און איך בין איינגעשלאפן.
מיר זיצן שוין דא אזוי אין גלות פאר א קנאפע צוויי טויזענט יאר! מיר פרעגן נאכאנאנד פון אונזער פאטער הימעל, וואס געפונט זיך אייגענטליך דא מיט אונז אין גלות, טאטע, ווען גייען מיר שוין אהיים קיין ארץ ישראל, צו אונזער הייליג אויסגעבענקטער היים? זאגט אונז אונזער הייליגער פאטער נאכאנאנד, נאך אביסל, ווארטס אויס מיט געדולד, אט אט קערן מיר זיך שוין צוריק אהיים. דאס האלט שוין אזוי אן פאר נאנט צו צוויי טויזענט יאר! באשעפער, ווי לאנג קענען מיר דען ווארטן? מיר שלאפן שוין איין. מ'הערט ביסלעכווייז אויף צו ווארטן און לעכצן אויף די אויסגעבענקטע גאולה שלימה ואמיתיות. נעמליך, ווי לאנג קען דען א מענטש ווארטן?
אבער ווען מ'דערנענטער עטוואס די באפארשטייענדע משיח עפאכע צום פליישיגן שכל, איז דאס ווי א גלעזעל הייסע שווארצע טערקישער קאווע פאר עמיצער וואס האלט אט אט ביים איינדרימלען. איז אנשטאט מיר זאלן אפלערנען די ווערטער פון אונזער הייליגע נביאים, וועלכע האבן אין א פריוו אונז עטוואס צו טרייסטן דירכאויס די לאנגע קאלעמוטנע גלות יארן, פאראויס-דערציילט איבער די גלארייכע וואס דאס אידישער נאציאנאן ווען גענוסן מיטן אנקום פון משיח צדקינו און די אנטפלעקונג פונעם ליכטיקייט פון ג-ט איבער די גאנצע וועלט, זענען מיר שטענדיג פארנומען וואס מער צו דערווייטערן פונעם שכל די פאראויסגעזאגטע נביאות איבער די געשענענישן וואס וועלן זיך אפשפילן אין די ליכטיגע משיח עפאכע.
ס'איז בלויז משלים... ס'איז העכערע זאכן.... מיר קענען דאס נישט פארשטיין... דער רמב''ם זאגט דאך שוין אז ס'גייט גארנישט זיין אנדערש....
ברודער וועקט אייך אויף און שמעקטס די שווארצע קאווע.... ס'קומט גלארייכע צייטן, משיח איז אט דא... א ליכטיגע זארג-לאזער לעבנסשטייגער ערווארטעט אונז, דאס פארבאט פון אידישער נאצינאליזם וועט ספאנטאן אפגעטאן ווערן פון אונז דורך אונזער אויסלייזער משיח צדקינו. דאס אידישער פאלק וועט פארוואנדלט צו דער איינציגסטער גרויסמאכט אין די וועלט. דאס אידיש פאלק וועטדינען אלס א שטענדיגער לייכט-טורם פון גערעכטיקייט און משפט, און דער ליכטיקייט פונעם באשעפער וועט פארפולן די גאנצע וועלט, און ס'וועט זיין ועלו מושעים בהר ציון, מוועט ארויף גיין צו אונזער אויסגעבענקטער היים ציון. לשפט את הר עשו, דער אייבישטער וועט אורטיילן די גוים, והיתה לשם המלוכה, און די אלוועלטיכע מאנארכיע וועט געהערן אויסשליסליך צו ג-ט...
Re: א נייער וועלטס ארדענונג, ועמדו זרים ורעו צאנכם...
תענוג תמידי אינו תענוג, בעל כרחך וועסטו דארפן ארויסגיין פון דיין רעאליטעט.
הרב קאך-שעפ-לעפל, איר ווילט וויסן ווער ס'איז מעכב די גאולה שלמה? איר דארפט נישט מער ווי אריינקוקן אין שמות רבה פרשה כ"ו, וז"ל: משל לתינוק שהיה רוכב על כתיפו של אביו, וראה חבירו של אביו. אמר לו ראית את אבא? אמר לו אביו, אתה רוכב על כתפי ואתה שואל עלי?! הריני משליכך ויבא השונא וישלוט בך! כך אמר הקדוש ברוך הוא לישראל, אני נשאתי אתכם על ענני כבוד ואתם אומרים היש ה' בקרבנו?! לפיכך יבא השונא וישלוט בכם, הוי ויבא עמלק:
די באשעפער האט באוויזן דאס אומגלויבליכע "כימי צאתכם מארץ מצרים אראנו נפלאות", אלע פעלקער אויף די וועלט שטייען און וואונדערן זיך וויאזוי מדינת ישראל איז בכלל צושטאנד געקומען. און נישט נאר דאס בכל דור ודור עומדים עלינו לכלתנו והקב"ה מצילנו מידם, ויאמרו חרטומי מצרים, ס'קען גארנישט אנדערש זיין ווי אז אצבע אלקים הוא. קומען מענטשן פון אלע עקן וועלט זיך בוקן צום באשעפער ליד שריד בית מקדשנו שהשכינה לא זזה ממנו, און שרייען אויס ה' אלקינו ה' אחד. קומט עפעס אן אויבער חכם וואס האט גענומען שכל מיט א שעפ-לעפל, און פרעגט א באמבע קשיא. איז טאקע מאת ה' היתה זאת? אפשר איז דאס גאר פון די סטרא אחרא? ס'קען גארנישט אנדערש זיין ווי אז יאשקע שטייט אונטער די גאנצע מעשה, עפ"ל. געוואלד! ידע שור קונהו וחמור אבוס בעליו, ישראל לא ידע עמי לא התבונן! לפיכך יבאו ישמעאל וטראמפ וישלוטו בכם.
רביה''ק זי''עהרב קאך-שעפ-לעפל, איר ווילט וויסן ווער ס'איז מעכב די גאולה שלמה? איר דארפט נישט מער ווי אריינקוקן אין שמות רבה פרשה כ"ו, וז"ל: משל לתינוק שהיה רוכב על כתיפו של אביו, וראה חבירו של אביו. אמר לו ראית את אבא? אמר לו אביו, אתה רוכב על כתפי ואתה שואל עלי?! הריני משליכך ויבא השונא וישלוט בך! כך אמר הקדוש ברוך הוא לישראל, אני נשאתי אתכם על ענני כבוד ואתם אומרים היש ה' בקרבנו?! לפיכך יבא השונא וישלוט בכם, הוי ויבא עמלק:
די באשעפער האט באוויזן דאס אומגלויבליכע "כימי צאתכם מארץ מצרים אראנו נפלאות", אלע פעלקער אויף די וועלט שטייען און וואונדערן זיך וויאזוי מדינת ישראל איז בכלל צושטאנד געקומען. און נישט נאר דאס בכל דור ודור עומדים עלינו לכלתנו והקב"ה מצילנו מידם, ויאמרו חרטומי מצרים, ס'קען גארנישט אנדערש זיין ווי אז אצבע אלקים הוא. קומען מענטשן פון אלע עקן וועלט זיך בוקן צום באשעפער ליד שריד בית מקדשנו שהשכינה לא זזה ממנו, און שרייען אויס ה' אלקנו ה' אחד. קומט עפעס אן אויבער חכם וואס האט גענומען שכל מיט א שעפ-לעפל, און פרעגט א באמבע קשיא. איז טאקע מאת ה' היתה זאת? אפשר איז דאס גאר פון די סטרא אחרא? ס'קען גארנישט אנדערש זיין ווי אז יאשקע שטייט אונטער די גאנצע מעשה, עפ"ל. געוואלד! ידע שור קונהו וחמור אבוס בעליו, ישראל לא ידע עמי לא התבונן! לפיכך יבאו ישמעאל וטראמפ וישלוט בכם.
איר שרייט אויף מיר?
ס'זעט עפעס אויס ווי איר רעדט צו א צווייטען...