☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קאָמישע מייַסעלעך...

קאָמישע מייַסעלעך...

98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12683
בלאט: 1 2

שקד » דינסטאג אפריל 16, 2019 8:43 pm

· #428645
נאך א פשט
זאנוויל האט פלייסיג צוזאמגענומען זיינע בליציגע חידושי תורה – וואס איז עהם איינגעפאלן בשעת'ן לערנען – און דאס אריינגעטראגן צום רב; זאל דער רב לעבן מיר זאגן א גוטע נאמען פאר מיין נייע ספר הבא עלינו לטובה..
וואס איז די תוכן פון דיינע חידושים – פרעגט דער רב.
אלץ ווען כ'לערן און כ'זע פשט אין גמרא, פאלט מיר איין נאך א פשט.
זייער פיין! געב א נאמען דיין ספר'ל - 'דבר אחר'.. נאך א פשט.

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 17, 2019 12:21 am

· #428663
נאך א מייסעלע מיט א איד וואס איז געקומען צום רב בעטן אן הסכמה אויף זיין ספר. ווען דער רב האט אריינגעקוקט אין זיין ספר האט ער געהאלטן אין איין זאגן..."פלאי פלאים"...פרעגט דער איד. רבי. אזוי גוט איז מיין ספר? האט איהם דער רב געענטפערט... דו פארשטייסט נישט.די מענטשן האבן געמאכט פאפיר פון שמאטעס. (ריסייקלינג). דאס איז א פלא. ביסטו געגאנגען און געמאכט צוריק שמאטעס פון פאפיר. דאס איז שוין פלאי פלאים...!

שקד » מיטוואך מאי 1, 2019 8:50 pm

· #429412
ווער איז שולדיג?
דער אלטער מלמד שמעון, פראבירט קאנטראלירן זיין קלאס, ווען זיי פארפירן וועגן דעם גרויסן באמבעל-בין וואס פליעט ארום. אבער מלמד שמעון מאכט עס אוועק, ווער האט מורא פון א בין? א בעיבי מאכט געוואלדעס.. עטץ זענטס גרויס, און שווייגטס שטיל, אדער וועל איך טיילן מכות.
און אזוי סווינגט ער זיך ווייטער אויף זיין באקוועמער פאטעל – אויף צוריקצווועגס. ווען פלוצלינג האט ער זיך איבערגעקערט מיט'ן בענקל.. און די גאנצע כיתה האט זיך געווארגן פאר געלעכטער.. דאן שרייעט ער; אוקיי גוט! כאטפסט דעם בין.. איינמאל פאר אלעמאל..

שקד » דאנערשטאג מאי 2, 2019 2:46 pm

· #429499
יש חיים לאחר המוות..
דער אלטער רעב מוישע האט געגעבן פאר זיין בוזעם פריינד זאנוויל דעם ערנווארט, אז ווי נאר ער מאכט צו די אויגן און וועט אנקומען אל המנוחה, וועט ער עהם קומען פארציילן הכל מכל כל וואס גייט דארט פאר אינעם הימלישן בוידעם – צו אינעם תהום בעיסמענט..
נאך לאנגע חדשים ווארטן, חלומ'ט זיך זאנוויל נאך מוישעניו, וואס פארציילט עהם גענוי; אינדערפרי פארטאגס איז שטיל, מ'הערט קוים א פייגל זינגן, און איך טרעף מיר דא דארט ווי צופארברענגן, מיט מיין עלטערע יודענע, זי שאפט מיר אלץ א גוטע מקום, אויך ווען ס'ווערט שוין לעכטיג, און מ'איז נהנה פון גאטס וואונדער. אויך ווען ס'ווערט שפעט נאכמיטאג – כאטש היבש לאנגווייליג, ווייל דא ארבעט מען שוין נישט אזא צייט.. און כ'ווארט קוים ווען אלע גייען צו זייער אפרו, דאן קען איך געמיטלעך טרעפן בעסערע שפייז ווי סיי ווען דורכ'ן טאג.
מוישע!! וואס שפייז? רעגט זיך זאנוויל.. דארט דארף מען אויך עסן? כ'האב געמיינט אויף יענע וועלט איז נישטא די אלע גשמיות'דיגע זאכן??
וואס רעדסטע שטותים זאנוויל, כ'בין עפעס דארט?? איך בין מגולגל אין א קאץ אין אויסטראליע..

שקד » זונטאג מאי 5, 2019 1:29 am

· #429650
געכאפט רויט האנטיג..
שפעט ביינאכט וועקט זיך אויף מרת ד. און ס'דאכט זיך איר, אז אייער בארבערט אין קעך; אבער די לעקטער איז פארלאשן, און זי האט נישט די קוראזש יענעם קעגן צוגיין..
כאפט זי די טעלעפאן פונעם נאכט-קעסטל, און מורמעלט אריין פאר – 911 – א גנב ביי מיר אין קאך.. די לעקטער איז פארמאכט, און איך ליג אין בעט פאר שרעק.
די פאליציי האט אריינגעפראלט אין הויז, און מיט שארפע פלעשלייט'ס געכאפט דעם פארשוין ביים גענאק! און.. והנה לאה, ס'איז איר מאן..
ס'האט זיך עהם פארשמעקט אינמיטן נאכט צו נאשן פאפקארן.. און ווען זיין ווייב איז געשלאפן האט ער זיך גענומען צום עבודה.. און דא האט מען עהם כמעט איינגעזעצט כאחד הריקים..

שקד » זונטאג מאי 5, 2019 4:59 pm

· #429688
א עוולה אזאנס..
די אייניקלעך פון דער אלטער יודל, האבן אלץ גענאסן פונעם זיידן א אפענע רשות אויף אלעס, אבער דאס מאל האט ער זיי שטארק אנגעשריגן. וואס האט פאסירט?
אינגאנצן צען יעריגע קינדער, און זיי האבן זיך אריינגעזעצט אינעם זיידנס אלטע שעווילעט, און אנגעהויבן ארומפארן איבער'ן גאנצן גאס, און אפילו אריבער צו די שכנים – און דארט געבליבן סטאק אין די בלאטע..
ווילסט דרייווען? פיין! האט דער זיידע זיך געבייזערט.. אבער פארוואס דווקא אויף יענעמס גראז???.....

שקד » פרייטאג מאי 10, 2019 12:57 pm

· #430128
טענו בחיטין והודו..
ס'שוין מאנטיג נאך סוכות, און יאנקעלע קומט צוגיין צום בעקער – ר' יצחק, אין שליחות פון זיין מאמע; זי האט עהם געהייסן זאגן פאר'ן ערפארענעם הויעכער מעהל-פארשטויבטער בעקער, אז אין איינס פון זייערע ראזשינקע חלות – וואס זיי האבן דא געקויפט, איז געליגן א 'מורישקע'..
ר' יצחק דער בעקער האט נישט קיין צייט פאר די נאכאנאנדע הערות.. און זאגט; נו גוט! ברענגטס מיר צוריק דעם מאריטשקע, וועל איך ענק אנשטאט געבן דעם ראזשינקע..

כרפס » פרייטאג אפריל 3, 2020 2:26 pm

· #445123
נאטורליך געהאלפן געווארן
אין די שווערע ארבעטס טעג פאר יו''ט לויפט הערשל צום דאקטאר, ער האט א אויסשלאג ביי די קנייטשן, און דער דאקטאר שמעקט באלד די מצב, און פארארדענט עהם א נאטורליכע רעצעפט ביים אפטייק.
הערשל עפענט אויף דעם אפטייק זעקל, ליגט דארט א פיין שמעקעדיגע באד זייף.

שקד » פרייטאג אפריל 17, 2020 2:46 am

· #445964
נישט געזארגט
וואו זענט איר לעצטענס, פרעגט דער רב דעם מתפלל זיינער – שלמה, איך האב אייך געוואלט געבן א עליה א שיינע..
דער רב זאל זיך נישט זארגן – זאגט שלמה – האט'ס נישט מורא, ווייל איך גיי נישט צו קיין אנדערע שול... פשוט איך פארשלאף. דאס אלעס.

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 19, 2020 4:26 pm

· #446121
שקד
געכאפט רויט האנטיג..
שפעט ביינאכט וועקט זיך אויף מרת ד. און ס'דאכט זיך איר, אז אייער בארבערט אין קעך; אבער די לעקטער איז פארלאשן, און זי האט נישט די קוראזש יענעם קעגן צוגיין..
כאפט זי די טעלעפאן פונעם נאכט-קעסטל, און מורמעלט אריין פאר – 911 – א גנב ביי מיר אין קאך.. די לעקטער איז פארמאכט, און איך ליג אין בעט פאר שרעק.
די פאליציי האט אריינגעפראלט אין הויז, און מיט שארפע פלעשלייט'ס געכאפט דעם פארשוין ביים גענאק! און.. והנה לאה, ס'איז איר מאן..
ס'האט זיך עהם פארשמעקט אינמיטן נאכט צו נאשן פאפקארן.. און ווען זיין ווייב איז געשלאפן האט ער זיך גענומען צום עבודה.. און דא האט מען עהם כמעט איינגעזעצט כאחד הריקים..

שקד: ווען מיין ווייב פאקט מיך אינמיטן די נאכט אריינרוקן, דארף איך שוין נישט קיין פאליציי. איך האב מער מורא פון איהרע קולות ווי די קולות וואס זענען געווען ביים בארג סיני...!

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 19, 2020 9:30 pm

· #446151
נאך א פאני מעשה'לע: ביי אונז אין די ת"ת וואו איך האב אמאל געדרייווט א באס, איז דא איינער פון די דרייווערס א רוסישער איד (וועלכער באסדרייווער איז נישט קיין רוסישער...?!) וועלכער האט א סענס אוו היומאר. האט ער געהאט א באס רבי א קנאפער חכם. האט ער אויסגעלערנט זיין באס רבי אז אויף רוסיש הייסט א גוט מארגן..."יא (מיט א פתח) דוראק"... און ר'האט איהם געזאגט אז סיי וועלכן באסדרייווער ער באגעגנט זאלל ער ארויסשרייען פון פענסטער דעם אויבנדערמאנטן פסוק. און דער פתי יאמין האט אזוי געטון. און אלע רוסישע דרייווערס האבן געקוילערט פאר געלעכטער...ווייל די מיינונג פון די ווערטער איז..."איך בין א משוגע'נער"...!

שקד » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 11:21 am

· #446584
ער סטראשעט!
חיים איז נישט יונג, און האט שוין רעטייערד אפאר יאר צענדליג, אבער די אנשטעקענדע קאראוינע מאכט עהם שוין צו לאנגווייליג, אז ער 'מוז' בלייבן אונטערהיים.
האט ער באשלאסן אויפ'ן קול מיט זיין צווייטע ווייב, אז אויב נאך יו''ט ווערט ער נישט אנגעשטעקט און אריינגעפירט אין שפיטאל, גייט ער צוריק ארויס זוכן א דזשאב...

שקד » מיטוואך אפריל 29, 2020 3:25 pm

· #447136
בלי לחץ...
ישעי' דער אינסטעלאטאר מוטשעט זיך פאר פרנסה, און ווען ער האט נישט בויך וויי - האט ער פוס וויי... און נאך אלע מעשיות רופט עהם קיינער נישט. אבער אלץ רימט ער זיך מיט זיין עקספערטיז, און גרויסט זיך מיט זיין חלק. זאגענדיג;
איך וואלט ווען געקענט האבן 25 טראקס אויפ'ן ראויד!... נאר וואס דען? איך דארף נישט די קאפוויי...
ער פייגערט נעבעך אז איינער זאל עהם קלונגען, אבער ווען מ'רופט עהם שוין יא, ענטפערט ער;
איך בין שוין בוקט טיל דזשוליי... אבער אפשר וועל איך דיר אריינפושן אין א מוצאי שבת...

שקד » מיטוואך אפריל 29, 2020 3:35 pm

· #447137
ער האט עהם מטיב געווען
יעדער פראבירט צו מאכן א דאלער, און דער שווארצער טעקסי פראבירט אויך זיין מזל, און ווען יונגערמאנטשיק האט עהם אויסגענוצט די צייט און נערווען, איז די פרייז ארויף, און ער בעט 16 דאלער אנשטאט צוועלעף.
דער כולל יונגערמאן איז דאך א יוד, און מיט גוטהארציגקייט געבט ער דעם שווארצן א גאנצע 'צענער', זאגענדיג; יו קאולד קיעפ דע טשעינדש... אוי האט זיך דער שווארצער געפריידט, און אוועקגעפלויגן מיט פרישע כוחות...

קאך_לעפל » מיטוואך אפריל 29, 2020 4:50 pm

· #447143
ס'ווערט פארציילט אז דער באַראָן מאונטאפאל פון וויען האט זיך אמאל געטראפן מיט באַראָן ראָטשילד אין די גאסן פון פאריז. דער מאונטאפאל איז באוויסט געווען אלס א שרעקליכער אנטיסמיט! רופט ער זיך אן אזוי צום באַראָן ראָטשילד - די אידן... אלעס אויף דער וועלט זענען זיי גרייט צו טאן פאר געלט.
רופט זיך דער באַראָן ראָטשילד: עס קען געמאלט זיין! אבער נישט אלעס אויף דער וועלט! זייער גלויבן וועלן זיי קיינמאל נישט פארקויפן פאר קיין געלט אין די וועלט!
פונקט האט דארטן דורכשפאצירט א נידעריגער גאַליציאַנער אידל מיט אזא שווארצער קמץ בערדל, אין גאנצן אריינגעטאן אין זיינע געדאנקן. אה! לאמיר אויספרואווען דעם אידל! טראכטן זיי ביידע אינאיינעם.
דער באַראָן מאונטאפאל רופט דעם אידל אין א זייט און זאגט אים ווי פאלגענד: איך וויל מיר דיר מאכן א גוט געשעפטל. הער זיך גוט איין! איך וויל אז דו זאלסט גלויבן אין דריי זאכן, אין אויסטויש בין גרייט דיר צו צאהלן גאנצע טויזענט שילינג. דאס איז געווען א אסטרנאמישע סומע אין יענע טעג!
דער באַראָן זעצט פאר:
דו בוזט פארפליכטעט צו גלויבן, אז מרים איז געווען א מיידל, און זי איז פארשוואנגערט געווארן דורכן הייליגן גייסט!
צווייטענס מוזטו גלויבן אז יעזעס האט פארמאגט 40 תלמידים, וועלכע זענען אמאל געווען אויסגעהונגערט צום טויט, און יעזעס האט זיי אלע זאט געמאכט מיט בלויז דריי רעפטליך ברויט!
און צום לעצט מוזטו גלייבן אז יעזעס איז געקרייצט געווארן און געשטארבן, און דאן צוריק לעבעדיג געווארן און ארויפגעפלויגן אין הימל!
דער איז הערט אים אזוי אויס מיט א פארקנייטשטען שטערן און ענטפערט באלד פארן באַראָן: טוה א קוק, דאס איז א שווערע מעשה, כ'דארף עטליכע טעג דאס איבערצוטראכטן...
נאך דריי טאג האט זיך דער אידל צוגעקערט צום באַראָן אינאיינעם מיט א הויכע שלאנקער מענטש מיט העל-בלויע אויגן. פרעגט אים דער באַראָן ווער איז דער? זאגט אים דער אידל דאס איז מיין שותף! פאר אזא גראנדיעזע געשעפט נויטיג איך מיר אין א שותף:
און דער אידל הייבט ספאנטאן אן צו עקלערן פארן באַראָן גענוי וויאזוי דער שותפות גייט ארבייטן:
דאס אז מרים איז געווען א מיידל, דאס גלייב איך!
דאס אז זי איז פארשוואנגערט געווארן דורכן הייליגן גייסט, דאס גלייבט ער, ווארים ער איז א גוי!
דאס אז יעזעס האט פארמאגט 40 צום-טויט אויסגעהונגערטע תלמידים, דאס גלייב איך!
דאס יעזעס האט זיי זאט געמאכט מיט בלויז דריי רעפטליך ברויט! דאס גלייבט ער דער גוי!
דאס אז יעזעס איז געקרייצט געווארן! דאס גלייב איך! און דאס אז ער איז דורכדעם געשטארבן! דאס גלויב איך אויך! און דאס אז ער איז דאן צוריק לעבעדיג געווארן און ארויפגעפלויגן אין הימל! דאס גלייבט ער דער גוי!
און אצינד, אהער מיט די געלט!

קאך_לעפל » מיטוואך אפריל 29, 2020 5:44 pm

· #447148
געווען אמאל איד וואס האט זייער געקעקצט... ווען מ'פרעגט פארוואס האט ער גענטפערט: אז ער איז געבוירן מיטן צונג אינדרויסן, און ביים ברית האט אים דער פאטער זיינער דערלאנגט צום סנדק פארקערט... און זינט דאן פעלט אים א שטיק צונג...

שקד » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 2:04 pm

· #447224
שייגעץ ארויס
שלום איז א מיטליעריגער בנשק''ל און סוחר צוגלייך, אבער ווען ס'קומט ביי שאלעשידעס און ווייטער, איז בורא מיני בשמים אונטערגעטריבן. עד כדי כך, אז מזל האט ער, אז דאס טאפענדע רויעך און נעפל האט נישט קיין אויפגעשריבענעם נאמען אין די לופט.
ווען ער זעט אז כי יצא הקצף, און אלע ווייסן שוין בשל מי הרעה הזאת, פראבירט ער פארווישן די בזיונות מיט חידושי תורה... זאגענדיג; יעדע טשולענט בונדל איז א ניצוץ - א קדוש מעונה, און צו יעדן צדיק טשעפען זיך אלץ צו גבאים רשעים, ממילא זאג מיר זיי – שייגעץ ארויס פון דא...

שקד » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 2:10 pm

· #447225
בע''כ יעשה סדר
דער ראש הקהל פאטשט דעם בימה צום וויפעלטן מאל, און געבט אויס זיין בייזער אויף יענע וואס מאכן אן די גערודער אין קהילה. שרייענדיג; יעדער מוז אן ביי דינג זיין ביים געפלאנטן 'מסיבת הסברה'! דאס הייסט, ווער ס'וועט נישט באלד פארשטיין, וועט מען עהם שוין 'מסביר זיין'...
און כ'זאג ענק איין זאך; בלוט וועט זיך גיסן... אבער שלום וועט דא מעטשעם זיין...

שקד » מיטוואך מאי 6, 2020 10:27 am

· #447867
וויפיל דו האסט
ס'האט נישט גענומען לאנג פון ווען שמערל האט זיך אפגעפעקלט, און ער איז געקומען צו געצל זיין חבר פארציילן, ווס ס'טוט זיך דארט אין די הימלישע בוידעם.
יעדער האט דא א פרייוועט סקרין און מייזעלע, מיטצוהאלטן וואס טוט זיך ביי ענק אויפ'ן עולם הזה. נאר וואס דען? ס'ארבעט מיט קרעדיט פוינטס; ווער ס'האט גענוג מצוות, זיין סערוויס איז א מחיה – ממש גן עדן העליון, מ'קען דאוינלאודן אנלימיטעד פון שושן הבירה ביז קאנארסי.
ווידער דער וואס האט נאר אפאר קארגע מצוה פוינטס, האט כאטש עפעס סערוויס, אבער די עבירות-וויירוס, פארשטייטערט זיין סערוויס אז מ'קען פלאצן! ס'באפט און באפט ווי א רשע יום כיפור נאכמיטאג, און מ'קען משוגע גיין... ממש א גיהנום!

שקד » מיטוואך מאי 6, 2020 2:56 pm

· #447930
מיט'ן רעכטן פוס
דער משגיח אין ישיבה האט זיך געמאכט א מנהג, אז ווען ס'געווארן אנגעהויפענט טישוס איבער'ן מיסט קאסטן, האט ער אריינגעטון א פוס ביז אראפ, און געמאכט פלאץ פאר נאך טישוס...
והנה, איין טאג האבן די מתמידים אנגעפולט דעם קאנע מיט וואסער, און פארשטעלט מיט א לייכטע הויפען טישוס פון אויבן. און טאקע ווען דער משגיח קומט צום קראן, און זעט די אויפגעהויפענטע קאנע, האט ער באלד אריינגעטון דעם רעכטן פוס אינעם גרויסן קאנע, און זיך געפונען אין א טייך וואסער... כן יאבדו כל אויבך השם.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 7, 2020 12:59 am

· #447975
דו קענסט דאך שוין פארציילן א בעסערע קונץ וואס בחורים האבן אנגעשטעלט פאר'ן משגיח: ביי אונז אין דארמיטארי פון די גרויסע, הייליגע און וועלט בארימטע ישיבה איז געווען א משגיח וואס איז געגאנגען אויף די נערוון. האבן זיך די בחורים פון איין צימער אפגעשמועסט אז מ'גייט עים צו פיקסן...! זיי/אונז האבן געלייגט א טעפל מיט וואסער צוגעבינדן צו א שטריק. און אויפגעמאכט די טיר א ביסל. אז די טעפל זאלל זיך האלטן. און ווען דער משגיח (וואס איז א יעדע 5 מינוט געקומען דרייען א קאפ) איז אריינגעקומען האט ער באקומען א קבלת פנים... וואס ער האט נישט אזוי שנעלל פארגעסן...!

פאליטיקאנט » דאנערשטאג מאי 7, 2020 3:45 am

· #447978
Re: קאָמישע מייַסעלעך...
רעדנדיג פון בחורים קעגן משגיחים שטיק......

אונז אלס בחור האמער אמאל געמאכט א לאך אינעם אויבערשטן חלק פונעם משגיח'ס טיר, צוגעדרוקט האנטוכער צום שפאלט פון אונטן, אריינגעלייגט די פייער האוז (פייפ) אין געלאזט לויפן איבער שבת...............

קיין ברעקל נישט איבערגעבליבן טריקן פונעם צימער....

קאך_לעפל » מאנטאג יוני 8, 2020 12:07 pm

· #450855
קומט אמאל א איד צום רב מיט גרויס געוויין. מיין זון איז אנטלאפן פון שטוב, און ער איז געווארן א קריסט רח''ל.
ענטפערט אים דער רב. רעב איד, ביי האט דאס זעלבע פאסירט, מיין זון איז אויך געווארן א קריסט. אלזא וואס טיט מען? מען ווענדעט זיך צום אויבישטער.
דער אויבישטער הערט אויס דער רב מיטן אנגעווייטיגטער פאטער, און ענטפערט מיט א קרעכץ, ביי מיר האט דאס זעלביגע פאסירט. מיין זון איז אויך געווארן א קריסט.

בוטן » מאנטאג יולי 13, 2020 5:11 pm

· #454463
ווער איז דער גנב?
זושא לויפט צום דיין, דער קעכער זאגט איך האב געמאכט א ברכה לבטלה, ווייל כ'האב גע'גנב'ט א טאפעלטע פלעשל עפל זאפט פונעם סטאק-רום, און א גנב מאכט נישט קיין ברכה...
די שאלה איז גרויס, זאגט דער דיין, די שאלה איז ווער ס'איז דער גנב? אפשר איז עס גאר דער קעכער, ווער ס'ווערט באצאלט צו געבן בשפע און ער געבט ענק קארגע מעשיות...

בוטן » מאנטאג יולי 13, 2020 5:18 pm

· #454464
מעשה שלא היה
וואס איז די מעשה מיט דיר שמערל? פרעגט דער משגיח, איז נישט גענוג אז דו שטייסט אויף שפעט, און דו עסט נאך תיקון לעקעך פאר'ן דאווענען?
יא יא זאגט שמערל, אזוי פיר איך זיך, טאקע משום מעשה שלא היה... ווען כ'פלעג שנעל דאווענען, איז שוין נישט געבליבן קיין לעקעך מער...

בוטן » מאנטאג יולי 13, 2020 5:25 pm

· #454465
נפש תחת נפש
יודל קומט אפנעמען זיין קאר פונעם מעכאניקער, און יענער זאגט עהם; למעשה דיינע סטאפ-ברעיק'ס ארבעטען נישט! אבער אנשטאט דעם האב איך דיר אריינגעלייגט א הילכיגער פייפער...

בוטן » מאנטאג יולי 13, 2020 5:33 pm

· #454468
זקני עמי הארץ
ברוך עם הארץ איז געשטארבן, און א האלבע יאר שפעטער קומט צו זיין חבר אין חלום, און זאגט עהם אזוי; טו מיר און דיר א גרויסע טובה, און ווען דו שטארבסט, נעם דיר מיט אפאר פריזבי'ס און קוגעלעך, ווייל איך ווער שוין משוגע דא, פון שפילן א האלבע יאר נאר קארד-געימס...

בוטן » דאנערשטאג יולי 16, 2020 2:35 pm

· #454652
א קלייניקייט
אברעמל האט געמיינט אז איינער גריסט עהם, האט ער אויפגעהויבן די האנט און צוריק געוויזן; און אלץ בושה פאר זיין טעות, איז ער געבליבן מיט'ן האנט אינדערהייעך, האט א טעקסי זיך אפגעשטעלט, האט ער זיך געשעמט אפצוזאגן דעם טעקסי, האט יענער עהם אפגעפירט צום עירפארט, האט ער זיך געשעמט צופארציילן פאר'ן פאליציי וואס האט פאסירט, האט ער געמוזט קויפן א רייזע בילעט...
יעצט איז ער אין ווארשע פוילן, און ווארט אויף א היטש אהיים...

בוטן » דאנערשטאג יולי 16, 2020 2:47 pm

· #454653
כמו שכתוב
יצחק שפאצירט אין הייליג לאנד, באפאלט עהם א חילוני, ווי שטייט אין די תורה אז מ'דארף גיין מיט א קאפל? אבער יצחק פארלירט זיך נישט, און פראוואזירט א פסוק אויפ'ן ארט... ס'שטייט דאך אין ספר חבקוק; כה אמר השם, חבשת כיפה על ראשך, נאום השם צבאות אלוקי ישראל...

בוטן » דאנערשטאג יולי 16, 2020 3:08 pm

· #454656
מנוחת הנפש
יאנקל זעט ר' משה אנקומען צו א האטעל, און מ'טראגט עהם אויף א בעטל. פרעגט ער דערשראקן, וואס האט שוין פאסירט? פאסירט האט – זאגט משה – אז איך בין רייך געווארן, און איך קען מיך שוין ערלויבן צובאצאלן, אנשטאט איך זאל גיין, זאלן מיך אנדערע טראגן אויף די הענט...

בוטן » מאנטאג יולי 20, 2020 4:25 pm

· #454772
יודישע צרות
איזי האט אנגעזאגט זיין זון מעקס, אז ער זאל זיך נישט חבר'ן מיט יענע גויאיש מיידל, ווייל ער דארף טרעפן א יודענע. אבער מעקסי האט געפיפען, און פון גרויס פריינדשאפט, האט זי אפגעמאכט זיך מגייר צוזיין! און דא איז געשען די בראך, אז זי האט זיך אנגעלערנט אלע הארבע הלכות, און פארלאנגט פון מעקסי צו היטן שבת און כשרות און דאווענען און לערנען...
וואס האב איך דיר געזאגט מעקסי??? האט זיין טאטע געשריגן אויף זיין זון – איך האב דיר גלייך געזאגט, אז זאלסט דיך נישט חבר'ן מיט איר...

בוטן » מאנטאג יולי 20, 2020 5:14 pm

· #454782
מרא דחושבנא
אין שול שטייט א צעטל, אז ווער ס'לייגט נישט צוריק זיין סידור אין שאנק נאכן נוצן, איז עובר אויף זיבעצען לאווין! האט זיך דער קארגער נפתלי געמאכט אזא חשבון;
ס'מיר שוין ליבערשט צו עסן צען פעטע ווערים... ווייל א וואך נישט צוריקלייגן מיין סידור, איז 357 עבירות, און צען פעטע ווערים איז סך הכל בלויז 140 לאווין... א מציאה!!!

בוטן » מאנטאג יולי 20, 2020 10:41 pm

· #454794
מה טוב חלקינו
קלוגער חאצקל זאגט אזוי; ווען פרויען זאלן וויסן וואס די מענער האלטן אלץ אינעם בוזעם-טאש, וואלטן זיי זיך שוין לאנג געלאזט אויפנייען אזאנס.
און ווען גוים זאלן וויסן, וואס יודען כאפן אלץ אריין – פונעם זמן ליכט בענטשן ביז'ן שקיעה, וואלטן זיי זיך אלע מגייר געווען...

בוטן » מאנטאג יולי 20, 2020 11:29 pm

· #454797
שָׁלוֹשׁ הֵנָּה לֹא תִשְׂבַּעְנָה
א דריי פיר זאכן – זאגט חאצקל – וואונטש איך מיר, אבער כ'ווייס אז כ'קען עס נישט האבן...
א] א הייסע טיי נאך כל נדרי...
ב] א קאלטע ביר נאכ'ן אפיקומן...
ג] א גוטע קאווע נאכן שבת טשולענט...
ד] א גוטע מאסאזש נאכ'ן טהרה פאר'ן באגראבן...

בוטן » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 4:54 pm

· #455856
זייער פאסיג
מיט גרויס פאראד האט מען זיך געגרייט אויפצונעמען דעם הערשער פונעם אומגעגענד ביים טויער פון שטאט, אבער צו זיין מזל, האט זיך די לעצטע רגע אראפגעלאזט א שלאקס רעגן. האבן די קהילה לייט עהם פארבעטן אריין אינעם שוהל.
דעם שמש איז דאס נישט געפעלן, און האט אויסגעשריגן פאר אלע; "אִם פָּגָע בָּך מְנוּוָל זֶה מָשְׁכֵהוּ לְבֵית הַמֶדְרָשׁ"...

בוטן » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 5:01 pm

· #455862
מעלין ולא מורידין
דער גלח האט געמוטשעט דעם אפגעפארענעם זינדל, אז אויב שוין נישט קיין ערליכער יוד, זאל ער שוין זיין א גאנצער קריסט.
אבער זינדל פרעגט עהם אפ; אויב פון די גרויסע רבנים לומדים האלט איך מער נישט, זאל איך אנהייבן האלטן פון עפעס א ממזר יאשקע??

בוטן » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 5:04 pm

· #455863
כלך אצל יחוס
דער עושר העניך האט געפייגערט צו זיין א יחסן, און האט באצאלט זיין פעטע ירושה געלט פאר א גרויסער ידען, און יענער האט עהם פארשפראכן אז ער וועט עהם עפעס טרעפן.
און יא, ער האט גוט געזוכט, און ער האט געטראפן אז מיט עטליכע הונדערט יאר בעפאר, זענען זיי געווען א באקאנטע מיוחס'דיגע משפחה אין רוסלאנד, פון פריצים...

בוטן » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 5:09 pm

· #455864
מהיכי תיתי
איוואנאוו דער פראפעסאר פון לובלין פרעגט מיט וואונדער זיין שכן יאנקל חריף; פארוואס ענק יודען, אלץ ווען מ'פרעגט ענק א פראגע, פרעגן ענק צוריק? און אלץ מיט א געשריי, און מיט די הענט??
אונז?... שרייעט יאנקל און דרייעט מיט די הענט... אונז שרייען און דרייען און פרעגן צוריק???

בוטן » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 5:13 pm

· #455865
חוץ מזה
וואס זאגסטו עפעס מבינות אויפ'ן רבינס טאכטער? פרעגט דער גבאי פונעם נייעם חדב''ן.
איך האב איר ליב פאר דריי סיבות – זאגט ער – איינס, זי איז א יוד, צוויי, זי איז מיין ווייב, דריי זי איז דעם רבי'נס טאכטער. אבער סתם אזוי איז זי א געזונטע קי...

בוטן » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 5:17 pm

· #455866
ת''ח שאני
בערל פראבירט זיך איינ'טענה'ן מיט'ן גבאי, אז ער זאל עהם אריינלאזן פריער צום רבי'ן. אבער דער גבאי לאזט נישט בשום אופן. זעט בערל אז ס'וועט עהם שוין קאסטן, און שלעפט ארויס א פופציגער און ריקט עס אריין פאר'ן גבאי הונטערוויילעכץ...
אה!... זאגט דער גבאי - דו ביסט דאס ר' בערל דער תלמיד חכם?... וואס זאגסטו נישט באלד??? און לאזט עהם אריין.

בוטן » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 5:29 pm

· #455867
כך נוהגין
רבי טייערע, פרעגט נחום מיט תרעומת, ווייל איך בין נישט קיין גאסט, קוקט מיך דער רבי נישט אן גאנץ יו''ט?
לערן דיך אפ פון די ארבע מינים – זאגט עהם דער רבי מיט פילפול; די אתרוג איז א ארץ ישראל'דיגער שיינער יוד – נו לעקט מען עהם אויס די זייטן און שפעטער איז ער א צימעס. דער לולב איז א געבויעטער געביין פון די מזרח לענדער, טאנצט מען מיט עהם זיבן טאג, און ביז ער איז נישט אויסגעטרוקענט דרייעט ער זיך נאך צווישן אונז. ווידער די הדסים זענען דאך צפת'ע... שמעקט ער דאך א מחי' א גאנץ יאר.
אבער ערבות... פון וואו? פון דא אין די בעק יארד? כאפט מען עהם לבסוף ביים קארג, און מ'שמייסט עהם גוט אויס, און טראסקעט עהם העכערן פרוכת – און פאר חנוכה זאלסטו זיך נישט באווייזן...

בוטן » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 8:35 pm

· #456721
יענס שפילעריי
נאכן כאפן טעגליך מכות רצח, איז מושי אנטלאפן און געכאפט דעם ערשטן פאבליק פאון און אהיימגעקלונגען. זיין טאטע דער שלעגער הייבט אויף, און מוישי זאגט אנטשלאסן; איך בין אין עירפארט, און כ'וויל דיר נאר לאזן וויסן, אז איך אנטלויף פון דא! ווייל כ'האלט מער נישט אויס דיינע רציחות.
ניין ניין מוישי! שרייעט זיין טאטע; איך שווער דיר ביים לעבן, אז כ'וועל מער נישט הייבן קיין הענט... קום אהיים, און ס'וועט שוין זיין גוט.
און מושי לייגט אראפ דעם פאון, און ווארט צו בכדי שיעשו – ווילאנג ס'דויערט צו פארן פונעם עירפארט ביז זיין הויז. און ער מאכט אויף די טיר פון זיין הויז, באפאלט עהם זיין טאטע מיט מערדעליכע מכות... שפילן זאלסטו אויף א צווייטענס נערווען...

בוטן » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 8:55 pm

· #456725
למי החותמת?
לייבל לויפט צום רב און טענה'ט, אז די יונגע חברה היינט גנבענען זיינע מעשיות פונעם אלטן רבי'ן, און פארקויפן עס ווייטער, און ער האט נישט קיין פרוטה לפורטה אין שטוב. זאל דער רב שרייבן א איסור צו נעמען מיינע מעשיות.
וואס הייסט – פרעגט דער רב – אויב דער אלטער רבי האט זיך מוסר נפש געווען מיט תורה ועבודה, איז דען יושר אז נאר דו זאלסט מאכן דערויף א לעבן?... וויסן זאל איר – שושקעט לייבל צום רב אין די אויערן – אז איך האב אויפגעמאכט די מעשיות... אויב אזוי – זאגט דער רב – שרייב איך שוין א איסור... והדין עמך!

בוטן » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:22 pm

· #456730
אדם ובהמה
פארוואס ווילסטו נישט חתונה האבן? פרעגט דער שדכן פונעם צעטיילטער עמרם. איך בין נישט ערגער ווי אדם הראשון... זאגט ער.
דהיינו? אז חוה איז אוועק, האט אדם זיך ארומגעזען אז די איינציגע אין זיין עלטער - זענען נאר בהמות... אזוי אויך איך, און פאר דעם פרייז לוינט זיך נישט צו נעמען נאך א ווייב....

בוטן » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:35 pm

· #457033
חכמה ואינה מלאכה
דער רבי האט אנגעזאגט פאר'ן שכן פון זיין גבאי, היות זיין גבאי טיילט מכות רצח ביי זיך אין שטוב, ממילא אויב ער הערט אמאל אז ס'גייט דארט יללות, זאל ער אריינקלאפן און זאגן, אז איך רוף עהם זייער וויכטיג... און ס'איז אריבער א צייט, אין א שפעטע נאכט הערט ער ווי ס'גייט דארט קולות, און ער קלאפט אריין מיט'ן באפעל; דער רבי רופט אייך וויכטיג... און דער גבאי לויפט אריבער; וואס קען איך העלפן דעם רבי'ן?...
גארנישט וואס איז?... מיין שכן זאגט אז דער רבי רופט מיך וויכטיג!...
אה!! יא יא יא... זיי מוחל נעם מיר אראפ דעם גרינעם קעסטל פון בוידעם...

מנחם ציון » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 5:45 pm

· #461205
‎
געווען אמאל א קינד וואס האט געדארפט גאר שטארק אין ביהכ"ס איז ער צוגעגאנגן צום טיטשער און זאגט טיטשער כ'דארף זייער שטארק אין טוילעט האט אים דער טיטשער גענומען ווען זיי זענען ארויסגעקומען האט אים די טיטשער געזאגט ס'פאסט ניש אזוי גראב צו בעטן אין טוילעט נעקסט טיים זאג אז די דארפסט פייפן ערלעדיגט,
דאס קינד קומט אהיים ,אינמיטן נאכט וועקט ער זיך אויף און רופט זיין טאטן און זאגט , טאטי כ'דארף פייפן זאגט אים דער טאטע יא שעפעלע אבער מען קען ניש יעצט וועסט אויפוועקן ס'גאנצע הויז , הייבט אהן דאס קינד צו וויינען אבער איך דארף זייער שטארק פייפן , זאגט אים דער טאטע "ווייסט וואס , פייף מיר אריין שטיל אין די אויערן"

דער דארפסמאן » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 5:46 pm

· #461206
געווען א יונגערמאן וואס איז צוריקגעקומען פון א דריטע וועלט לאנד מיט א אנשטעקיגע מחלה
מ'האט אים גראד אריינגעפירט אין שפיטאל און א פארפאנצערטע צימער ביים עק פון שפיטאל


אפאר שעה שפעטער קומט דער דאקטאר אריין אנגעטוהן פון קאפ ביז פוס מיט שוץ קליידער אווי נאך א נוקלאערע מלחמה און זאגט אים, פון היינט און ווייטער קענסטו נאר עסן אמעריקען טשיז , פעסטראמי, פיטא מיט פענקעיק
פרעגט אים דער חולה , פארוואס נאר די זאכן ?

זאגט אים דער דאקטאר , "ווייל דאס איז די איינציגסטע זאכן וואס פיטן דורך אונטן ביים קריץ פון די טיר!!!!"

דוראק » מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 5:35 am

· #463388
איך קען אַ אידן, וואָס זײן ברית האָט מען דורכגעפירט אין דעם ססס״ר. זיי האָבן ניט געלעבט אין קיין חסידישן קיבוץ (דער פאָטער דאָרט האָט שוין אָפּגעזעסן אַ גוטע פּאָר יאָר אין סיביר, האָט ער מורא געהאַט לעבן צווישן חסידים). בקיצור, וויבאַלד אַז צווישן אידן האָבן זיי ניט געלעבט, איז קיין כשרע ווײן ניט געוועזן... האָט מען געמאַכט די ברכות באַם ברית אויף משקה, אָבער ניט אויף „פּראָסטע” (פערציק פּראָצענט), נאָר אויף „ריינע” (96%), און דעם קינד האָט מען געגעבן טאַקע פון די ריינע צו פאַרזוכן. איינער האָט דאַן געזאָגט אַז אַזאַ קינד וואָס טרינקט שוין ריינע אַזוי יונג, וועט זיכער אויסוואַקסן אַ חסיד. און טאַקע, איך קען יענעם אידן, ער לעבט מיט אונז ברוך ה' עד היום (הײנט לעבט ער אין צפת עיה״ק תובב״א), און ער איז אַ זעלטנער חסידישער איד וואָס מ'זעט עס גאָרניט...
בלאט: 1 2