א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים
44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12674
א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים
געווענדליך איז פאליטיק מיר נאר אינטרעסאנט אין די היסטאריא, וואס ווייטער וואס אינטרעסאנטער. אבער דאס ביסל וואס איך האב געהערט וועגען די יעצטיגע וואלען אין א"י האט מיר עפעס אויסגעלערנט, וויל איך עס מיטטיילען.
איך האב ערשט געהערט דער ׳לעשות רצונך חפצתי׳ דרשה היינט, נאכ׳ן בחירות, און עס איז אינטרעסאנט צוצוקוקען וויאזוי די פראפאגאנדא ארבעט. דער מענטש האט אזוי שטארק געטענה׳ט אז דער אגודה מועמד האט די מערסטע אויסזיכטען צו געווינען, און אז אלע שטעלען זיך צו, וועט זיי געלונגען. ווידער האט ער געמאכט אן אנשטעל כאילו דגל התורה איז סתם אזוי שוואך, און מ׳גיבט זיי אלס נאך למען השלום. דערנאך האט ער פארציילט מעשה׳ס פון הכרת הטוב וואס דגל התורה דארף האבען צו אים ווייל ווען נישט פאר אים וואלט זיך עס נישט געגרינדעט (הייסט׳ס ער טראגט די שולד פאר די דורכפאל) און בעיקר אז די דגל התורה׳ניקס קענען נישט פארליידען א חסידיש׳ער ראש העיר.
שוין, לאמיר זען וואס איז דער אמת. איך קען נישט זיין זיכער, אבער מ׳האט מיר איבערגעגעבען אז די אפמאך מיט משה ליאון האט גארנישט געהאט מיט די אלע זאכען. עס איז געווען א סודות׳דיגע אפמאך מיט אביגדור ליעבערמאן אז ער גייט מוותר זיין (עטוואס) אויף גיוס בני הישיבות, טאמער מ׳שטיצט ליאון אין עיריית ירושלים. יעדער פארשטייט אז אזעלכע דארפען בלייבען בסודי סודות, און ממילא האט מען גענוצט לאזונגען פון הכרת הטוב און כבוד התורה.
פרעגסט צו דאס איז אמת, ווייס איך נישט. אבער מיר פון חו"ל דארפען אוודאי לערנען דערפון וואס איז מעגליך צו זיין אמת. פונדערווייטענס קען מען נישט וויסען וואס ליגט אונטער די מעשים, מ׳קען זיך האלטען זיכער, מיט ראיות, אז עפעס איז געשען, און דערווייל האט עס נישט די מידנעסטע שייכות מיט וואס טוט זיך אויפ׳ן אמת.
יעצט, אז מ׳קוקט די תוצאות פון די בחירות, ווערט ווידער שווער זיין רייד. יוסי דייטש איז ניטאמאל אנגעקומען אין ערגעץ, ליאון האט באלד דאפעלט וואס ער האט. און דגל התורה האט די מערסטע פון אלע פרומע פארטייען. עפעס א טעות אין די חשבון? אדער, מער מסתבר, אז אלע נומערען מיינען גארנישט ווייל אונטער די קוליסען טוט זיך און שוועבט זיך גאר אנדערע געדאנקען און פאקטען.
לחיים לחיים, זאלען אלע פאליטיקאנטען הצלחה האבען מיט סיי וואס, און הכרת הטוב מיט כבוד התורה, מיט כבוד פון צדיקים און סיי וועלכע לאזונג זאלען אלע זיך שלאגען מיט גליק.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נישט אזוי ריכטיג, יוסי דייטש האט געהאט פונקט וויפיל שטומען דגל אן ש''ס האט געברענגט. אגודה איז אריין גאר שוואך, נישט דייטש.
פון די אנדערע זייט האט דער פרייער ליאון גארנישט דעליווערט - אזוי ווי די ליטווישע האבן זיך/מיך געוואלט איינרעדן, כמעט נישט קיין פרעמדע שטומען, יוסי דייטש האט געהאט 16 טויזנט פרייע שטומען וואס איז א היסטארישן ציפער פאר א פרומער קאנדידאט וואס פארטרעט די פרומסטע פארטיי
אגודה האט געכאפט א זעץ, אבער פאר די נעקסטע 2 וואכן זענען זיי על הגובה און האבן די מעגליכקייט צו גיין מיט וועמען זיי ווילן, ווער ס'האט אגודה איז דער געווינער אין סיבוב שני זיי קענען עס גוט ארויסקעשן. א נחמה פורטה, אבער א גוטער אויספיר.
די קומענדיגע כנסת בחירות גייט זיין שווארץ פאר די חסידים, חוץ אויב זיי האבן עץ מיט זיך זענען זיי כמעט וויפיל דגל.
איסר האטלקינישט אזוי ריכטיג, יוסי דייטש האט געהאט פונקט וויפיל שטומען דגל אן ש''ס האט געברענגט. אגודה איז אריין גאר שוואך, נישט דייטש.
דייטש האט גערעדט אז ער האלט שוין ביי 70,000 וואוטס וואס זענען מונח בכיסו, בשעת ווען למעשה האט ער קוים געברענגט 40,000,
די מערסטע וואס מ'קען טענה'ן אז ווען מגייט ווען צוזאמען אויפן מעיאר וואלן וואלט מען אריבער די 50% און געוואונען א יעדע אנדערע קאנדידאט.
איסר האטלקיפון די אנדערע זייט האט דער פרייער ליאון גארנישט דעליווערט - אזוי ווי די ליטווישע האבן זיך/מיך געוואלט איינרעדן, כמעט נישט קיין פרעמדע שטומען, יוסי דייטש האט געהאט 16 טויזנט פרייע שטומען וואס איז א היסטארישן ציפער פאר א פרומער קאנדידאט וואס פארטרעט די פרומסטע פארטיי
איך זעה נישט פון וואו נעמט איהר אזעלכע נומערן, וואס אגודה און קינג צוזאמען האבן געברענגט פאר זייערע פארטייען, לייג צו 4,500 וואוטס און דאס איז די גאנצע וואס מ'האט געברענגט פון-דרויסן.
ליאון האט אריבער 5,000 וואוטס מעהר וויפהל דגל און שס האבן אריין-געברענגט פאר די פארטייען, טאקע נישט קיין אסאך, אבער מעהר וויפהל דייטש האט געברענגט...
ס'איז מיר יעצט געבלאקט די וועבסייד וואו מ'קען אלעס טרעפן און זיך אליין איבער-צייגן, בעזה"י ווען איך וועל קענען וועל איך דאס ארויפ-לייגן דא לטובת דעם ציבור.
איסר האטלקיאגודה האט געכאפט א זעץ, אבער פאר די נעקסטע 2 וואכן זענען זיי על הגובה און האבן די מעגליכקייט צו גיין מיט וועמען זיי ווילן, ווער ס'האט אגודה איז דער געווינער אין סיבוב שני זיי קענען עס גוט ארויסקעשן. א נחמה [*]פורטה, אבער א גוטער אויספיר.
[*]פורתא, (פורטה = טוישן א מטבע אויף קלענערע מטבעות, - change, פורתא = ווייניג)
איסר האטלקידי קומענדיגע כנסת בחירות גייט זיין שווארץ פאר די חסידים, חוץ אויב זיי האבן עץ מיט זיך זענען זיי כמעט וויפיל דגל.
די עץ פארטיי זענען געלאפן אין א יעדע שטאט וואס זיי קענען ברענגען מעהר ווי אפאר נישטיגע צענדליגע וואוטס, און סך הכל בכל מכל האבן זיי געקראצט די 25,000 וואוטס.
צו דערמאנען אז די לעצטע בחירות צום כנסת האט א יעדע בענקל געקאסט ארום 45,000 וואוטס.
פארשטייטזיך אז די בוהושע חסידים און נאך אזעלכע סארט חסידים וקנאים וואס האבן נאך געשטומט 'עץ' ביי די בחירות פון עיריה, גיין אינגאנצן נישט צו בחירות פון כנסת.
אויב אמאהל האט נאך ליצמן געקלערט זיי נאך-לויפן געבן א בענקל, נאך די יעצטיגע בחירות ווייסט מען שוין אז זיי זענען גאר ווייט פון דעם.
(נאר מ'זאל פארשטיין, דגל התורה אין ירושלים אליינס האבן געברענגט מעהר ווי 40,000 וואוטס.)
Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים
איך פארשטיי נישט וואס דו רעדסט, די גאנצע אויף וואס מען קריגט זיך דא איז א האלבע בענקל וואס דגל פארלאנגט פאר זיך, און דאס האט עץ, א האלבער בענקל.
Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים
איסר האטלקינישט אזוי ריכטיג, יוסי דייטש האט געהאט פונקט וויפיל שטומען דגל אן ש''ס האט געברענגט. אגודה איז אריין גאר שוואך, נישט דייטש.
פון די אנדערע זייט האט דער פרייער ליאון גארנישט דעליווערט - אזוי ווי די ליטווישע האבן זיך/מיך געוואלט איינרעדן, כמעט נישט קיין פרעמדע שטומען, יוסי דייטש האט געהאט 16 טויזנט פרייע שטומען וואס איז א היסטארישן ציפער פאר א פרומער קאנדידאט וואס פארטרעט די פרומסטע פארטיי
אגודה האט געכאפט א זעץ, אבער פאר די נעקסטע 2 וואכן זענען זיי על הגובה און האבן די מעגליכקייט צו גיין מיט וועמען זיי ווילן, ווער ס'האט אגודה איז דער געווינער אין סיבוב שני זיי קענען עס גוט ארויסקעשן. א נחמה פורטה, אבער א גוטער אויספיר.
די קומענדיגע כנסת בחירות גייט זיין שווארץ פאר די חסידים, חוץ אויב זיי האבן עץ מיט זיך זענען זיי כמעט וויפיל דגל.
קיינער האט לכאורה נישט עכט געטראכט אז דייטש האט שאנסן אן דגל, די חשבון פון אגודה זיך נישט ארויסצוציען האט געמוזט זיין צו קענען מאַכן עפעס אן אפמאך יעצט, כאטש וואס אויב זיי גייען מיט ליאון איז שווער צו פארשטיין וואס זיי קענען יעצט באקומען מער ווי פאר די וואלן.
כאניש קיין נערווען אויסצוקייען אלע חשבונות, ליטוואק, קוק איבער וויפיל קולות אגודה און קינג האבן געברענגט פאר דייטש, די רעסט איז פרייע.
איך האב זייער ווייניג געליינט וועגען די נושא, נאר געהערט יענער דרשה און איין ארטיקל אין די אמעריקאנער המודיע. איך האב נאר געוואלט ארויס ברענגען די מרחק צווישען די באשטעטיגטע פלוידעריי און דער אמת.
וממנו יקיש לכל נושא שבעולם וואס מ׳קומט פונדערווייטענס מיט ראיות ברורות שאין עליהם תשובה.
Do your homework first
דאס אז ליאון איז א פרייער, איז א שקר וואס אגודה האט ארויסגעלאזט.
יעצט בנוגע די פאליטיק, לויט ווי איך האב געהערט האט דגל זיך אפגעטיילט, פשוט געוואר צו ווערן וויפיל מענטשן זיי האבן. האט אגודה זיך באליידיגט, און אנגעהויבן באשמוצן אויף כח.
אגב. ווייסט עמיצער מיט וויפיל קינג איז אריינגעקומען?
ס'גארנישט. יענצמאלט האט די וואונט געבלאזן רעכטס מיט'ן טרוים פון רבי מנדל פון ליובאוויטש און איצטער קאזע פון רבי חיים פון לומז'א...
נ.ב. לופט איז א נעסעסעטי צו אטעמן.
ואידך זיל זול
איך פארשטיי נישט זיי מסביר
איסר האטלקיDo your homework first
האסט נישט פארשטאנען. מ'קען מאכען האומווארק פון היינט ביז איבערמארגן, מ'קען נאכאלס גארנישט געוואויר ווערן. דאס איז מיין גאנצע פאוינט. מ'קען רעדן און אויפווייזן אלס אין דער וועלט, און עס דארף נישט האבן די מינדעסטע אחיזה אין מציאות.
Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים
קיינער האט גארנישט אויפגעוויזן, יעדער האט געוואוסט אז דייטש גייט עס נישט מאכן אליינס, און מיט דגל וואלט ער עס יא געמאכט.
אגרות צפוןדאס אז ליאון איז א פרייער, איז א שקר וואס אגודה האט ארויסגעלאזט.
יעצט בנוגע די פאליטיק, לויט ווי איך האב געהערט האט דגל זיך אפגעטיילט, פשוט געוואר צו ווערן וויפיל מענטשן זיי האבן. האט אגודה זיך באליידיגט, און אנגעהויבן באשמוצן אויף כח.
אגב. ווייסט עמיצער מיט וויפיל קינג איז אריינגעקומען?
אז ליאון איז א פרייער האט דגל געוואלט פארקויפן.
א. גדולי ישראל לאזן נישט קיין 'פרומער' אין ירושלים, נאר די פרייע ליאון.
ב. ליאון האט אסאך פרייע שטומען ווייל ער א פרייער.
ג. ענדערש א פרייער וועלן די פרייע נישט זיין אזוי האספול צו די חסידים.
וכו' וכו', יעדן טאג א צווייטן ניגון, למעשה האט דייטש געהאט אסאך אסאך מער אויסזיכטן צו געווינען ווי ליאון, ווען די קטני הדור שטעלן זיך ווען צו.
Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים
און טאמער דער גיוס מעשה איז אמת, זענען זיי אויך ׳קטני הדור׳? און פון וואנעט קענסטו וויסען וואס איז אמת׳דיג געשען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
קטני הדור מיין איך די פאליטיקאנטן וואס פאררופן זיך אז זיי קומען פון גדולי הדור וואס ווייסן שוין נישט אויף וועלכע וועלט זיי זענען.
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב ערשט געהערט דער ׳לעשות רצונך חפצתי׳ דרשה היינט, נאכ׳ן בחירות, און עס איז אינטרעסאנט צוצוקוקען וויאזוי די פראפאגאנדא ארבעט. 1)דער מענטש האט אזוי שטארק געטענה׳ט אז דער אגודה מועמד האט די מערסטע אויסזיכטען צו געווינען, און אז אלע שטעלען זיך צו, וועט זיי געלונגען. 2)ווידער האט ער געמאכט אן אנשטעל כאילו דגל התורה איז סתם אזוי שוואך, און מ׳גיבט זיי אלס נאך למען השלום. 3)דערנאך האט ער פארציילט מעשה׳ס פון הכרת הטוב וואס דגל התורה דארף האבען צו אים ווייל ווען נישט פאר אים וואלט זיך עס נישט געגרינדעט (הייסט׳ס ער טראגט די שולד פאר די דורכפאל) 4)און בעיקר אז די דגל התורה׳ניקס קענען נישט פארליידען א חסידיש׳ער ראש העיר.
שוין, לאמיר זען וואס איז דער אמת. איך קען נישט זיין זיכער, אבער מ׳האט מיר איבערגעגעבען אז די אפמאך מיט משה ליאון האט גארנישט געהאט מיט די אלע זאכען. עס איז געווען א סודות׳דיגע אפמאך מיט אביגדור ליעבערמאן אז ער גייט מוותר זיין (עטוואס) אויף גיוס בני הישיבות, טאמער מ׳שטיצט ליאון אין עיריית ירושלים. יעדער פארשטייט אז אזעלכע דארפען בלייבען בסודי סודות, און ממילא האט מען גענוצט לאזונגען פון הכרת הטוב און כבוד התורה.
פרעגסט צו דאס איז אמת, ווייס איך נישט. אבער מיר פון חו"ל דארפען אוודאי לערנען דערפון וואס איז מעגליך צו זיין אמת. פונדערווייטענס קען מען נישט וויסען וואס ליגט אונטער די מעשים, מ׳קען זיך האלטען זיכער, מיט ראיות, אז עפעס איז געשען, און דערווייל האט עס נישט די מידנעסטע שייכות מיט וואס טוט זיך אויפ׳ן אמת.
יעצט, אז מ׳קוקט די תוצאות פון די בחירות, ווערט ווידער שווער זיין רייד. יוסי דייטש איז ניטאמאל אנגעקומען אין ערגעץ, ליאון האט באלד דאפעלט וואס ער האט. און דגל התורה האט די מערסטע פון אלע פרומע פארטייען. עפעס א טעות אין די חשבון? אדער, מער מסתבר, אז אלע נומערען מיינען גארנישט ווייל אונטער די קוליסען טוט זיך און שוועבט זיך גאר אנדערע געדאנקען און פאקטען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דיין נקודה אין אלגעמיין איז ריכטיג, אבער פונקט דא איז עס נישט גילטיג.
1) יעצט זעהט מען טאקע בברירות אז ווען אלע שטעלן זיך צו וואלט עס דייטש גרינגערהייט געהאט. נישט ווי דגל האט געשריגן אז ערהאט נישט קיין סיכוי. 2) יא! יעצט איז טאקע די ערשטע מאל וואס מען האט געזעהן אז דגל איז יא שטארק, מען האט עס נאכנישט געוואוסט פאר צוויי טעג צוריק. 3) קיינער לייקנט נישט אז דגל דארף האבן הכרת הטוב פאר בעלז, וואס אהן זיי וואלט דגל קיינמאל נישט צושטאנד געקומען אין תשמ"ט. 4) שווער צו זאגן אז איינער קריגט זיך מיט דעם...
לגבי די באהאלטענע הסכם מיט ליבערמאן דארף מען זיין זייער אומבאקאנט מיט די פאקטן צו קענען גלייבן אזא מעשה'לע...
די מוסר השכל וואס איך לערן ארויס פון דיין תגובה איז אז ווען איינער קען נישט א זאך פון דער נאנט קען ער זעהן סתירות און בויען בנינים און ארויסלערנען מוסר השכל'ס. לחיים וברכה !
נקודת-אמתאיסר האטלקיפון די אנדערע זייט האט דער פרייער ליאון גארנישט דעליווערט - אזוי ווי די ליטווישע האבן זיך/מיך געוואלט איינרעדן, כמעט נישט קיין פרעמדע שטומען, יוסי דייטש האט געהאט 16 טויזנט פרייע שטומען וואס איז א היסטארישן ציפער פאר א פרומער קאנדידאט וואס פארטרעט די פרומסטע פארטיי
איך זעה נישט פון וואו נעמט איהר אזעלכע נומערן, וואס אגודה און קינג צוזאמען האבן געברענגט פאר זייערע פארטייען, לייג צו 4,500 וואוטס און דאס איז די גאנצע וואס מ'האט געברענגט פון-דרויסן.
ליאון האט אריבער 5,000 וואוטס מעהר וויפהל דגל און שס האבן אריין-געברענגט פאר די פארטייען, טאקע נישט קיין אסאך, אבער מעהר וויפהל דייטש האט געברענגט...
קינג ברענגט נישט קיין חרדי'שע שטימען (חוץ פון אלי ישי'ס קולות). דאס אז ער האט געברענגט קינג איז אויכעט פרעמדע קולות.
Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים
חוץ פון דעם אז הכרת הטוב איז נישט קיין חשבון אין פאליטיק, דארף בעלזא פונקט אזוי האבען הכרת הטוב צו דגל התורה ווי דגל התורה דארף האבען צו זיי.
דאס אליינס אז דו מיינסט אז דו האסט עפעס א הו"א צו ׳קענען די זאך פון די נאנט׳ איז וואס איך דינג זיך
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איסר האטלקיאגרות צפוןדאס אז ליאון איז א פרייער, איז א שקר וואס אגודה האט ארויסגעלאזט.
יעצט בנוגע די פאליטיק, לויט ווי איך האב געהערט האט דגל זיך אפגעטיילט, פשוט געוואר צו ווערן וויפיל מענטשן זיי האבן. האט אגודה זיך באליידיגט, און אנגעהויבן באשמוצן אויף כח.
אגב. ווייסט עמיצער מיט וויפיל קינג איז אריינגעקומען?
אז ליאון איז א פרייער האט דגל געוואלט פארקויפן.
א. גדולי ישראל לאזן נישט קיין 'פרומער' אין ירושלים, נאר די פרייע ליאון.
ב. ליאון האט אסאך פרייע שטומען ווייל ער א פרייער.
ג. ענדערש א פרייער וועלן די פרייע נישט זיין אזוי האספול צו די חסידים.
וכו' וכו', יעדן טאג א צווייטן ניגון, למעשה האט דייטש געהאט אסאך אסאך מער אויסזיכטן צו געווינען ווי ליאון, ווען די קטני הדור שטעלן זיך ווען צו.
יא! אוודאי גייט דגל זאגן אז ער איז א פרייער. וואס הייסט ער ארבעט, גייט א קליינע קאפל א.ד.ג.
נאר.דאס איז בכלל א עקלדיגע באנעמונג, פון די ליטוויקעס אין ארץ ישראל, אז ווער עס גייט נישט אין זייער שפאן איז א פרייער, מחלל שבת, אפיקורוס, אאו"ו
אבער! דאס וואס אגודה האט יעצט געטון איז א שחיתות שאין כדוגמתה. נעמן א איד א שותומ"צ און אנרופן פריי פשוט ווייל יעצט לוינט פאר פאליטיק? און נאך באשמוצן יעדער איינער וואס וועלט פאר אים?
Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים
קפה נמס
לגבי די באהאלטענע הסכם מיט ליבערמאן דארף מען זיין זייער אומבאקאנט מיט די פאקטן צו קענען גלייבן אזא מעשה'לע...
!
אפשר ביסטו אביסל מער מרחיב, פארוואס קען עס נישט זיין אמת? ובפרט אז עס עס זענען דאך דא די ריקארדינגס ווי ליאון זאגט עס לכאורה כמעט קלאר ארויס.
Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים
און א רעקארדינג איז ביי דיר שוין יא באשטעטיגט? אפשר איז דאס גאר די בלאף.
אלס איז מעגליך, פאליטיקאנטען זענען נישט באקאנט פאר זייער ארנטליכקייט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אגב דאגב, די סודות'דיגער רעקאדירונג איבער גיוס איז שוין געווען ברייט באקאנט פארן פובליק נאך פאר די 'לעשות רצונך' דרשה אין בעלזא.
אויב פאקטן זענען נוגע.
ליצמן אוכל את הכובע
📎 IMG_20181101_211159.jpg
Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים
איסר האטלקיאגב דאגב, די סודות'דיגער רעקאדירונג איבער גיוס איז שוין געווען ברייט באקאנט פארן פובליק נאך פאר די 'לעשות רצונך' דרשה אין בעלזא.
אויב פאקטן זענען נוגע.
איז פארוואס האט יענער געפלוידערט וועגען ׳נישט וועלען א חסיד אלס ראש העיר׳?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ווייל זייער סיבה פארן נישט נעמען דייטש איז געווען בלויז ווייל ער איז א חסיד.
די גיוס אנבאט איז געווען גענוג כדי מחליט צו זיין צווישן ליאון און אלקין.
ווען די גיוס איז אזא אויפרייס וואלט אגודה מיטגעגאנגען אפילו נאכן נעמען דייטש.
Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים
פון וואנעט ווייסטו יענעמ׳ס מחשבות? מ׳נעמט איין נאראטיוו און מ׳גלויבט עס, און דערנאך שטימען אלע ׳פאקטען׳.
און דאס איז גענוי מיין פאוינט. עס איז מסתבר אז מ׳רעדט פון גאר אנדערע נושאים, אנדערע עניינים. נישט חסיד ליטוואק, נישט גיוס און נישט הכרת הטוב. פונקט ווי די זינלאזע שטותים פון כבוד הצדיקים פון די דרשה איז געווען א היסח הדעת פון דער אמת, אזוי אויך די אלע אנדערע פרטים.
און דאס איז אויפגעוויזען פון די שמועס. די פאליטיקאנטען האבען אדזשענדעס און נגיעות, זיי מוזען אהיים ברענגען עסן אין שטוב. מיינסט עס איז דא ערגעץ פלאץ פאר טפשות ווי חסיד\ליטוואק? גפני איז דען א ליטוואק? אין ביזנעס אין אמעריקא וואלסטו אויך געגלויבט אזא שטות אז מ׳מאכט גאנצענע ביזנעס חשבונות און מ׳ריזיקירט די פאליטישע מאכט בלויז אויף א שטות ווי חסיד\ליטוואק?
און דאס איז נאכ׳ן טון די האומווארק!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך כאפ נישט אייער נקודה.
איך גלייב נישט איר מיינט צו זאגן בפשטות גענוי דאס וואס עס איז משמע פון אייערע ווערטער.
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב זייער ווייניג געליינט וועגען די נושא, נאר געהערט יענער דרשה און איין ארטיקל אין די אמעריקאנער המודיע. איך האב נאר געוואלט ארויס ברענגען די מרחק צווישען די באשטעטיגטע פלוידעריי און דער אמת.
וממנו יקיש לכל נושא שבעולם וואס מ׳קומט פונדערווייטענס מיט ראיות ברורות שאין עליהם תשובה.
מיינסטו צוזאגן אז די רעפאבליקאנער גייען לכאורה האלטן קאנגרעס?
אונטער חכםקפה נמס
לגבי די באהאלטענע הסכם מיט ליבערמאן דארף מען זיין זייער אומבאקאנט מיט די פאקטן צו קענען גלייבן אזא מעשה'לע...
!
אפשר ביסטו אביסל מער מרחיב, פארוואס קען עס נישט זיין אמת? ובפרט אז עס עס זענען דאך דא די ריקארדינגס ווי ליאון זאגט עס לכאורה כמעט קלאר ארויס.
די רעקארדינגס זענען געווען א גוטע 'ספין' פון ידיעות אחרונות. כאניש קיין נערוון צו מרחיב זיין, אבער אויפ'ן שפיץ גאפל: לעת עתה איז דא א חוק גיוס פון ליבערמאן וואס די משרד הבטחון האט ארויסגעגעבן וואס די ליטאים זענען מסכים צו דעם חוק און די חסידים זענען דערגעגן, און אויף דעם חוק דארף מען נישט קיין הסכם. צווייטנס, עס איז נישט מעגליך צו מאכן אזא דיעל גענוג אפיציעל אז עס זאל קענען עפעס מחייב זיין אויף די עתיד, ליבערמאן וועט אייביג קוקן וואס גייט אים ברענגן מער וואוטס און פאוער און ער גייט נישט מאכן קיין ווייכע חוק ווייל ער איז שולדיג הכרת הטוב פאר די חרדים אין ירושלים.
אגב, ביי די לעצטע בחירות 5 יאר צוריק האט דגל געשריגן די זעלבע זאך אז מען מוז גיין מיט ליאון ווייל אזוי גייט ליבערמאן זיין ווייעך וועגן גיוס, און גלייך נאך די בחירות וואס אלע חרדי'שע פארטייען האבן אפיציעל געוועלט פאר ליאון, און ליאון האט דעמאלס אויך נישט געברענגט כמעט גארנישט קיין פרייע שטימען (אזויווי יעצט), איז ליבערמאן ארויסגעקומען די שארפסטע קעגן די חרדים און די מערסטע אויסגעשפראכן בעד גיוס בני הישיבות..
Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים
דיין ערשטע פוינט איז נישט אזוי אמת , דער פלאן איז אייביג געווען צו מאכן עפעס שינויים אינעם חוק ביים צווייטן און דריטן אפשטימונג, פארקערט, טאקע ווייל דער חוק איז שוין דא וועט ליבערמאן בלויז דארפן מסכים זיין אויף שינויים, וואס ער וועט אראפלייגן אלס מינדערוויכטיג, ממילא וועט ער ווייטער קענען בלייבן א העלד ביי זיינע מענטשן.
ברוך אשר לא השבית לנו גואל: אונז האמיר זיך איבערצייגט צום טויזנט'סטן מאל אז מהר"א שליט"א איז גערעכט געווען. ווען ער האטציך נישט צוגעשטעלט און ר'איז נישט נתפעל געווארן פון דעם גאנצן טומל וואס די תלמידים און די אנדערע מענטשן פון הרב שמואל אויערבאך ז"ל האבן אנגעמאכט איבער די וועלט. אז די רשעים די ציונים וויללן ח"ו אריינלייגן אלע ערליכע אידן אין תפיסה. צוליעב זייער רשעות'דיגע גזירת הגיוס.
ער האט בשעתו געפרעגט א פשוט'ע שאלה. עטץ נעמטץ דאך געלט מכספי המדינה. און עטץ זענט ענק משתתף אין די בחירות. וואס ווילט עטץ פון אונז...?! האבן זיי דאמאלס געזאגט אז זיי גייען שוין מער נישט האבן קיין שייכות מיט די פאליטיק פון די מדינה. והשנית, האט מהר"א שליט"א געטענה'ט. אונז האמיר דאך אויפגעשטעלט דעם ..."מרכז עזרה ויעוץ"...וואו מ'העלפט בחורים ערלעדיגן אלע פאפירן כדי צו באקומען א פטור אדער א דיחוי. מ'שיקט אפילו מיט לאיערס אויב מאכט זיך שוועריגקייטן. און זיי האבן נישט אויפגעהערט מרעיש עולמות צו זיין...!
ליידער האטציך קהילת מהרי"י געלאזט נארן פון זייערע געשרייען. און זיי האבן פאררופן דעם גרויסן כינוס אין יאר תשע"ז. וואס חוץ אונטערהאלטן דעם עולם אין אן עירקאנדישאנד זאלל פאר 4 שעה. און טיילן כיבוד פון פרעצלס און קאלטע סאודע האט עס גארנישט אויפגעטוהן. מ'האט אפילו אראפגעברענגט ספרד'ישע שלאף רעבעס וועלכע האבן געהאלטן דרשות אויף ..."לשון הקודש"... בהברה אשכנזית...!
אט יעצט איז געווארן הוברר הדבר למפרע אז די רבי שליט"א איז געווען גערעכט. ביי די איצטיגע פארלאפענע בחירות האבן זיי זיך געקאכט און מיטגעשפילט כאחד מבני החבורה.. דאמאלס וואס ווילט עטץ פון סאטמאר...?!
די קהילת מהרי"י (זאלונים, בלע"ז.) פיהלן זיך (נעבעך) אויסגעשפיעלט. מ'האט זיי אויסגעניצט פאר זייערע אייגענע פראפאגאנדע צוועקן. און ווער רעדט נאך פון די גרויסע געלטער וואס דער כינוס האט אפגעקאסט. דינגען די זאלל. און ארגאניזירן די גאנצע זאך.
די זעלבע איז געווען ביים אזוי גערופענם כינוס כלל ישראל. וואס עטליכע יונגעלייט אין לעיקוואוד מיט זייערע ראשי ישיבה בראשם האבן אנגעפיהרט מכח אן אגענדא פון געלט אדער כבוד המדומה...! ווען די חשוב'ע דעלעגאציע איז געקומען צו מהר"א שליט"א קיין קר"י איהם איינצולאדענען צום כינוס. וואס איז באשטאנען פון 2 פראמינענטע ראשי ישיבה אין לעיקוואוד. און איין תמימות'דיגן צדיק. א איד א בעל מסירות נפש. וועלכער איז געשטאנען און צוגעשמייכלט ווען די חשוב'ע ראשי ישיבה האבן מוציא לעז געווען אויף א קהילה קדושה בישראל. ומעשה שהיה כך היה. ווען מהר"א שליט"א האט זיי געפרעגט עטץ זאגטץ אז עטץ גייטץ פאררופן א כינוס כלל ישראל. עטץ האטץ שוין גערופן קהילת ליובאוויטש. האבן זיי געענטפערט בשיטת רבם ומאורם הרב ש"ך ז"ל, אז ליובאוויטש איז נישט קיין חלק פון כלל ישראל. און דער רבי דער צדיק תמים האט צוגעשמייכלט. און ר'האט נישט מוחה געווען אויף די דברי בלע...שטאטס זיך אויפהייבן און מוחה זיין. און זאגן אז אויב זיי זענען נישט חוזר פון זייערע פסול'ע ווערטער נעמט ער שוין א קאר און פארט אהיים. האט ער געשוויגן און אונטערגעשמייכלט. אבער מהר"א שליט"א האט זיי געענטפערט..."אויב ליובאוויטש איז נישט א חלק פון כלל ישראל, ביניך אויך נישט. און ער איז נישט געגאנגען צו זייער כינוס...!
רבותיי: איך האב יעצט איבערגעליינט מיין תגובה וואס איך האב געשריבן מיט בערך 3 1/2 שעה צוריק. פארגעסנדיג אז איך האב עס אליינס געשריבן. האביך געוואלט געבן א לייק. ס'איז דאך דברים נכונים. ודברים של טעם. אבער זוכנדיג דעם לייק באטטן האביך מיך געכאפט אז איך אליינס האב געשריבן די תגובה...! אפשר וואלט כדאי געווען אז די הנהלה דא זאלל ערמעגליכן פאר דעם בעל המאמר זיך אליינס צו געבן א לייק...!
אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק...(אפשר לפרש בדרך צחות)..."יהללוך זר, לכתחילה זאלל דיך א פרעמדער לויבן. ולא...און אויב קיין פרעמדער לויבט דיך נישט...פיך...זאלסטו אליין דיך לויבן...!
אבער. ס'איז דאך ידוע דער מאמר חז"ל..."עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה"...אז די טייג וואס דער בעקער אליינס ריהמט אויס טויג שוין אויף כפרות. ווייל אויב ס'וואלט גוט געווען וואלטן אנדערע עס אויסגעלויבט...!
איך בין נישט אזא עניו אז איך זאלל האלטן אז מיין מאמר טויג אויף כפרות. נאר איך בין מלמד זכות אז דער עולם זיצט יעצט ביי שפעטע מלוה מלכה'ס. אזוי ווי אין מיין משפחה. לכבוד דעם וואס די מוצאי שבתים זענען שוין לענגער. און ספעציעל די וואך ווען מ'רוקט צוריק דעם זייגער און דער עולם פארדינט אן עקסטער שעה...!
איז לאמיר האפן אז ווען דער עולם וועט שוין האלטן נאכ'ן בענטשן און נאכ'ן ענדיגן זינגען אלע זמירות וועט מען אויפמישן קאווע שטיבל. און דער עולם וועט זיך אי"ה אנרופן. הן לטוב והן למוטב. ספעציעל די געוויסע אידן וועלכע קענען נישט ליידן ווען מ'זאגט ארויס א גוט ווארט אויף מהר"א שליט"א. אזוי ווי הרב ש---- שליט"א. וועלכער ווערט סתם אזוי ארויסגעברענגט פון די כלים ווען איך האק אויף הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו. (וואס איך האב שוין פון לאנג אויפגעהערט.) און אויף די הני תרי צנתרי דדהבא. ה"ה הרב מנשה פליפ-פלאפ. און הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א. און ער האט אויפגעהערט צו געבן לייקס אויף מיינע מאמרים. נאר ער געט לייקס פאר די וועלכע זאגן עפעס נעגאטיוו אויף מיר. און נאכדעים פארענטפערט ער זיך אז ער איז מיר א גוטער פריינט. און ער האט גארנישט אקעיגן מיר. ס'איז נאר בבחינת ויחד יתרו. ווי רש"י הק זאגט..."נעשה בשרו חדודין חדודין"... ער האט באקומען גאאס באמפס...! שוין. א גוטע וואך...!
בערל, דיין פשט אויף יהללך זר שטייט אין מהרש"א אין מס' נדרים. אגב די ריכטיגע פסוק איז יְהַלֶּלְךָ זָר נישט יהללוך זר - אסאך מאכן די טעות.
דאס אז די האסט געוואלט לייקן דיין תגובה אנדער האלבן שעה נאכ'ן שרייבן, מאכט מיר אביסול קאנסירנד. כ'מיין זאלסטיך אויסטשעקן פאר אלדסהיימערס. מ'רעדט דאך א איד אין דיינע יארן, קניינעהארע.
יעצט בנוגע דיין ערשטע תגובה. לאמיר שוין זאגן ביסט גערעכט מיט דיין אבזערוואציע, איז אבער די אשכול נישט די פלאץ דערפאר. קענסט עפענען א נייעם אשכול אדער קענסטי עס לייגן ביי איינע פון די עקזעסטירענדע צימעס אשכולות.
עניוועי, we love you
שמעון וואלף: איך מיין אז דו דארפסט מאכן אן אפוינטמענט צום הערינג דאקטאר. ווייל אויב דו קוקסט גוט האביך עס פארראכטן 2 מינוט נאכדעים וואס די תגובה איז ארויף...!
יישר כח פאר דיין רעקאמענדאציע. איך זוך א דאקטער וואס נעמט מעדיקעיד. מיין איצטיגער דאקטער לאורך ימים איז פונקט יעצט נפטר געווארן...לאל.
איך בין נישט אזוי אלט ווי דו מיינסט. עניוועי. ס'איז גוט פאר א לאך...א גוטע וואך...!. ייש"כ פאר זיך אנרופן. און פאר'ן קארעקטן מיין טעות איבער'ן לשון פון פסוק. דאס האט נישט צו טון מיט אלטקייט. נאר מיט אמעראצעס...!
You sound pretty old אויב דיינע דאקטוירים שטארבן שוין..
Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים
ווער וואלט געוואוסט? ליאון האט געוואנען און ליעבערמאן האט זיך אפגעזאגט פון זיין אמט!
אלס האט א טוויסט, און מיר רעדען זיך נאך איין אז מיר ווייסען וואס טוט זיך
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מסתמא האט זיך ליבערמאן אפגעזאגט וועגן עפעס א באהאלטענע דיעל, ניין?
מ'קען זאגן 13 פשוטע סברות פארוואס ער האט זיך אפגעאגט, און נאך 13 סברות פארוואס דגל האט געשטיצט ליאון אן וואס ליבערמאן זאל זיך אפזאגן. אלעס איז אפענע פאליטיק, מ'דארף נישט זוכן צו קראצן בויך סברות ווען אלעס שטימט פיין.
Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים
יא, יעדער ווי עס שמעקט אים, וועט זאגען אז יענער איז פאליטיק
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די ליצנות איז עד אין לשער. ליבערמאן זאגט זיך אפ, לאמיר זאגן אז ס'איז געווען א דיעל איז עס בטל ומבוטל ווייל ליבערמאנ'ס פארטיי איז אינדרויסן פון קאעליציע. יעצט וועט מען מוזן צוקומען צו די חכי''ם פון אגודה פאר א גיוס דיעל, ליאון האט האט גאר ערגער געמאכט פאר דגל און בעסער פאר אגודה!!
הזאת גפני??
@איסר,
איך ווייס נישט וואס דו מיינסט צו זאגן מיט דיין לעצטע פוינט, זיי דיך ביטע מסביר.
דא האט איר אבער די ווערטער פון ליבערמאן ביי זיין פרעס קאנפערענץ: "יש חוק מצוין כולם הצביעו עליו בקריאה הראשונה ואין שום סיבה לשנות שם אפילו פסיק לפחות אנחנו לא נסכים לשינוי אפילו פסיק אחד לאורך חוק הגיוס"..
דאס איז פאר די פיפיגע חברה'לייט פון דגל וואס האבן זיך נאכנישט אויסגעלערנט אז פון ליבערמאן באקומט מען גארנישט קיינמאל אויף צוריק חוץ פון א שטויס. און באלד גייט קומען דא א געוויסע ניק וואס האט נישט קיין שום אהנונג וואס טוט זיך אין ארה"ק און ער גייט פון די ווערטער ברענגען א שטערקערע ראי' אז אלעס איז פארהוילענע זאכן און קיינער (לייען: ער) ווייסט נישט וואס טוט זיך מעבר לים..
ליטוואק פון בודאפעסטחוץ פון דעם אז הכרת הטוב איז נישט קיין חשבון אין פאליטיק, דארף בעלזא פונקט אזוי האבען הכרת הטוב צו דגל התורה ווי דגל התורה דארף האבען צו זיי.
דאס אליינס אז דו מיינסט אז דו האסט עפעס א הו"א צו ׳קענען די זאך פון די נאנט׳ איז וואס איך דינג זיך
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
יעצט באמערקט דיין אלטע תגובה, כ'האב נישט קיין מושג וואס דו מיינסט מיט דעם וועגן הכרת הטוב פאר דגל. איך בין שטארק מסופק צו דו האסט בכלל עפעס געמיינט.
און ווידער אמאל צו דיין צווייטע נקודה וואס דו חזר'סט איבער אין דעם אשכול כמה וכמה פעמים.
דו ביסט זייער נישט באהאוונט אין די הלוך ילך און אין די שיג ושיח פון די פאליטיקאנטן אין א"י (אזוי האסטו כמ"פ געשריבן) און דערפאר זעהסטו מאדנע סתירות און אינטערעסאנטע געשעענישן וואס דו הייבסט נישט אן צו פארשטיין וואס גייט דא פאר, אשר ע"כ לערנסטו ארויס פון דעם אז
קיינער ווייסט נישט מעבר לים וואס טוט זיך.
דאס איז איין מהלך. נאך א מהלך איז דא אז דער וואס איז נישט בתוך הענינים און 'קען נישט די זאך פון די נאנט' ווייסט טאקע ניט וואס טוט זיך, אבער ס'איז ניט מוכרח און אנדערע קענען יע וויסן...
קפה נמס@איסר,
איך ווייס נישט וואס דו מיינסט צו זאגן מיט דיין לעצטע פוינט, זיי דיך ביטע מסביר.
כ'האב געוואלט ארויסברענגען אז ליבערמאן האט מער מיטן חק גיוס קיין שייכות. ס'וועט האבן צוטון מיטן נייעם שר הבטחון - מ'ווייסט נאכנישט ווער. דאס מיינט אז זיי האבן מעגליך א דיעל מיט איינעם וואס זיי ווייסן נאכנישט ווער ס'איז...
דאס איז אויסער דעם וואס ליאון זאגט אויף די ארויסגעליעקטע רעקאדירונג אז עס איז (נאכ)
נישט דא קיין דיעל!!
הייסט אז דגל האט א דיעל מיט ליבערמאן און איך מיט ראנאלד רעיגען.....
Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים
ער האט קלאר געזאגט, ניין? ממש קלאר?
איך וואלט געוואלט ליינען פסייכא אנאליז אויף די נויג צו מוזען זיין פארזיכערט מיט די קלענסטע מאס אויפווייזונג. איז עס דוקא ווייל עס איז אזוי נישט אויפגעוויזען וואס מ׳ווערט פארזיכערט? אדער טראץ דעם?
אבער גלויבט׳ס ווייטער, עס איז גוט אזוי. אחוץ ווען עס קומט צו עכט ערנסטע זאכען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk