שרעקליכע שיסעריי אטאקע ביהמ"ד עץ חיים פיטסבורג
94 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12667
שרעקליכע שיסעריי אטאקע ביהמ"ד עץ חיים פיטסבורג
שב"ק אינדערפרי איז א אנטיסעמיט ראבערט בויערס אריין אין ביהמ"ד עץ חיים אינמיטן שחרית און זיך גענומען שיסן רעכטס און לינקס, עס האלט איצט ביי 11 טויטע ר"ל הי"ד און פילע פאוואנדערטע אריינגערעכנט דריי פאליציי אפיצירן, ער האט געשריגן טויט צו אידן
טראמפ טענהט אז ווען עס וואלטן געווען מער באוואפענטע מענטשן וואלט עס קיינמאל נישט פאסירט
להבהרה בעלמא, דאס איז א קאנסערוואטיווע טעמפל, אבער עס איז נישט מעלה ומוריד, זיי זענען געווען א טארגעט בלויז וויבאלד זיי געהערן צום אידישן פאלק און ועל כולם זענען זיי אומשולדיגע פון אונזער מין האנושי וואס זענען בארבאריש אומגעברענגט געווארן על לא עוול בכפם.
הי"ד
Re: שרעקליכע שיסעריי אטאקע ביהמ"ד עץ חיים פיטסבורג
פיר באוואפענטע פאליציאנטען זענען פארוואנדעט געווארען, אבער א געוועזענע קאפ מיט א ביקס אלס וועכטער וואלט עס געקנעט אפהאלטען!
הי"ד וירפא שבר עמנו
אינטרעסאנט אז אין רוב בילדער פון שיסערייען, זעט מען מענטשען האלדזען זיך און וויינען. דא זעט מען דאס אויך, און דריי פרויען מיט א מצודה תהלים דאווענענדיג. לבל ידח ממנו נדח
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אז די דעמקראטן וועלן געוואונען שטארק אין די מידטערם עלעקשאנס וועלן מיר קענען היליכיג אויסשרייען הי"ד...
דערווייל, מיט אזא פרעזידענט ווי טראמפ וואס איז אריינגעוועלט געווארן דורך דיוויזע, ווייסע סופרעמיסיסטן און נעא-נאציס גיין מיר נאר צוריקצווועגס.
די רשעות'דיגע רעכטע האבן נאך די חוצפה צו קלעימען אז מ'דארף בויען 'א וואנט' און רעדן נאך מיט פרעכהייט קעגן א ארימע מינאריטי וואס זענען רובא דרובא איינשטענדיגע מענטשן וואס ארבעטן ביטער שווער צו קענען אויסהאלטן זייערע פאמיליעס.
טראמפ זאגט גאר אז די פראבלעם איז "טויט-שטראף"... מ'דארף אים ניטאמאל ענטפערן...
ענק וועלן נאך אלע איינזעהן אז איך טרייב נישט איבער. מיליאנען נאציס אין אמעריקע האבן אריינגעוועלט דעם רשע און קליין יונגערע טראמפ. מורא'דיג - די נאציס אין אמעריקע זענען אין פאוער - און ענק חסידים שטיצן זיי נאך...
א וואנט דארף מען בויען ארום די אומציוויליזירטע רעכטע רעדנעקס מיט זייערע הונדערעטער שיסערס. נישט ארום די ארימע ספאנישע.
#פאלשערעהטאריק #האקטסתם #אביגעהאקט
ציפט ס׳הארץ,
פשוט אזוי, 8 טאטע׳ס זענען ארויס פון שטוב שבת צופרי. געמאכט עטיפת טלית פארענט פונעם קינדער, די בעבי האט געלאכט ווי די טאטע שפילט פיקאבא.
ארויס פון שטוב מיט זיכערע טריט בשעת די גרויסע מיידל גרייט צו צום סעודה, אין פשוט א שעה שפעטער איז ער נישט בין החיים.
ס׳כאפט א ציטער, איבערגעלאסט 8 גאנצע שטיבער צובראכען אין צופליקט.
המקום מנחם....
דאס בילד רעדט טויזענט ווערטער.
א איד האלט נאכן זעהן זיין נאנטע חבירים טויט צובליטיגט, קוילן פליען העכער די קעפ, באוואפענטע פאלציי שטורעמען אריין, האט נישט קיין סעלל אפי צו רופן אדער וויסן וואס גייט פאהר.
מיט א געיעג יאגט מען עיהם ארויס פון בנין, באוואפענטע פאלציי שלעפן עיהם מיט געוואלד.
אלץ ער קען זעהן איז בלוט, טויט, בכיות, שאק.
אבער האט אינזין צו לייגן די האנט אויפן קאפ נישט צו האבן א הוילע אויסגעקראכענע קאפ נאר האבן א כסוי וויל זיין יארמיקא האט עיהם אראפ געגליטשט בשעת לויפן.
מיטן אנדערעע האנט שלעפט ער צו די טלית צו זיך, סזאל נישט זיין א בזיון הטלית.
איך ביים קידוש רייס אראפ די טלית אין ווארפ אויפן טיש כדי כזאל קענען האקן יאפטשיק.
ער שלעפט צו זיך אין די מינוטן וואס ער זעהט די טויט פארן אויגן.
📎 56538D14-86F8-4710-84B4-4E796C47BBA8.jpeg
שטאפענע קאפעליטש: ייש"כ. אין מיטן פון די טרויעריגע סצענע איז דאס א שיינע מחזה. מי כעמך ישראל...! המקום ינחם אותם בתוך שאר אבילי ציון וירושלים...! שבת היא מלזעוק...!
Re: שרעקליכע שיסעריי אטאקע ביהמ"ד עץ חיים פיטסבורג
פון ווי נעמט שושן פורים אז דאס איז א קאנסערוועטיווע טעמפל?
א אידפון ווי נעמט שושן פורים אז דאס איז א קאנסערוועטיווע טעמפל?
ס'איז געווען אין דעם בנין דריי מנינים אויף דריי באזונדערע שטאק. קען זיין אז איינס איז געווען א פרומער מנין.
קורקלענד#פאלשערעהטאריק #האקטסתם #אביגעהאקט
#ממש אזוי? #האסטנישטוואסצוענטפערן???
וואס איז פאלש???
אז סאיז דא מיליאנען שונאי ישראלים אין אמעריקע? גיי ארויס פון דיין לאך און פאהר ארום אין גאנץ אמעריקע וועסטו זיך אליינס איבערצייגן.
אז מיליאנען טראמפ שטיצטער זענען ווייסע סופרעמיסיסטן??? אלע רעדנעקס זענען נאציס-אסאך אפען און אסאך באהאלטן!!!
אז די רעכטע רשעותדיגע טראמפ אדמינסטראציע פייניקן סתם די ספאנישע. און האבן צוטיילט טויזנטער קינדער פון זייערע עלטערן פאר בלויז רשעות???
אז די ספאנישע זענען איינשטענדיגע מענשטען, ווידער די רעכטע זענען אומציוויליזירטע חיות וואס זייען אן חרבנות אין אמעריקע?
אז טראמפ שטיצט האסע און פארשרפרייט האסע אין אמעריקע???
אז די רעכטע האלטן נישט ביים שטיצן קיין ״גאן-קאנטראל״ כאטש רוב אמעריקענער (מעהר ווי זיבעציג פראצענט) ווילן מזאל איינפירן שטרענגערע געזעצן- בערך 80 פראצענט פון אמעריקע פארמאגן ניטאמאל קיין שום געוועהר!!!
וואס פונקטליך איז נישט אמת פון מיין תגובה??? איך קען אויך שרייבן ##### און זאגן #סתם געהאקט.
א אידפון ווי נעמט שושן פורים אז דאס איז א קאנסערוועטיווע טעמפל?
קוק
דא אויפן שול וועבזייטל
Rep. Kevin McCarthy Deletes Tweet Attacking 3 Wealthy Jews In The Democratic Party
"The dog whistle is coming from inside the House, Kevin," a critic tweets to the House majority leader
McCarthy posted a new tweet after the Pittsburgh synagogue attack, stating that the “heinous attacks on Tree of Life synagogue perpetrated by anti-Semitism and hate will not shake our love for each other.
The Republican congressman from California tweeted a video of himself making the comments on Tuesday and temporarily pinned it to the top of his feed before deleting the Twitter post entirely.
All three men McCarthy mentioned are Jewish billionaires who donate heavily to liberal causes. Many Twitter users objected that McCarthy had singled out three Jews, and that his tweet attacking Soros appeared a day after an explosive device was found at Soros’ suburban New York hom
Read more: <a class="postlink" href="https://forward.com/fast-forward/412652/house-majority-leader-kevin-mccarthy-deletes-tweet-saying-george-soros-tom/">https://forward.com/fast-forward/412652 ... soros-tom/</a>
<a class="postlink" href="https://forward.com/fast-forward/412652/house-majority-leader-kevin-mccarthy-deletes-tweet-saying-george-soros-tom/">https://forward.com/fast-forward/412652 ... soros-tom/</a>
ווען ער רייסט אראפ סאראוס (דער קאפּאו) און בלומבערג אויף פאליטישע סיבות איז ער א אנטיסעמיט, אבער ווען
@שבת אחים רייסט אראפ קורקלענד איז עס א קידוש השם.......
יעדער ווייסט גאנץ פיין ווי שטארק די דעמאקראטן האבן ליעב אידן ווי די רעפאבליקאנער, לדעתי זענען ביידע פארטייען בכלל נישט הונטערשטעליג אין אנטיסעמיטיזם.
זייער גוט געזאגט
📎 IMG-20181027-WA0013.jpg
איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען די סארט רייד. פארוואס זאל דער נידריגע שיכור מחליט זיין וויאזוי איך זאל פילן? פארוואס בין איך מער א חבר מיט דער רעפארמער ווייל ער וויל אונז ביידע שיסן? די אונטערשיידן צווישן אונז זענען פלוצלונג פארשוואונדען געווארן? פארוואס? וויאזוי?
קורקלענדווען ער רייסט אראפ סאראוס (דער קאפּאו) און בלומבערג אויף פאליטישע סיבות איז ער א אנטיסעמיט, אבער ווען
@שבת אחים רייסט אראפ קורקלענד איז עס א קידוש השם.......
יעדער ווייסט גאנץ פיין ווי שטארק די דעמאקראטן האבן ליעב אידן ווי די רעפאבליקאנער, לדעתי זענען ביידע פארטייען בכלל נישט הונטערשטעליג אין אנטיסעמיטיזם.
יעדער ווייסט???
יעדער ווייסט אז אידן זענען די לעצטע 150 יאהר רובא דרובא דעמקראטן- מסתם ניינציג פראצענט!
יעדער ווייסט אז אידן וואוינען 99 פראצענט נאר אין ליבעראלע דעמקראטישע שטעט, און סאיז נישטא קיין איין אידישע ישוב אין רויטע אמעריקע!
יעדער ווייסט אז ביז פופציג יאהר צוריק האבן די רעדנעקס ניטאמאל אריינגעלאזט א איד!
יעדער ווייסט אז קוקרלענד און די אידן וואלטן ניטאמאל געקענט ווערן אמעריקאנער ווען נישט די דעמקראטן....
יעדער ווייסט ווער די רוצחים מיט די הונדערט רעוואלווערס זענען!!!
יעדער ווייסט אז די KKK שטיצט ליידער דיין טראמפ און דיינע רעפובליקאנער, און אז די נאציס האבן אפענערהייט קאמפיינט פאר טראמפ....
יעדער ווייסט אז די רעפובליקאנער זענען דא צו רודפן מינארטיס, ווידער די דעמקראטן נעמען אריין יעדעם אפגעזעהן זייער אפשטאם!!!
האק נישט אין קאפ אריין!!! שא עניך וראה...
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב קיינמאל נישט פארשטאנען די סארט רייד. פארוואס זאל דער נידריגע שיכור מחליט זיין וויאזוי איך זאל פילן? פארוואס בין איך מער א חבר מיט דער רעפארמער ווייל ער וויל אונז ביידע שיסן? די אונטערשיידן צווישן אונז זענען פלוצלונג פארשוואונדען געווארן? פארוואס? וויאזוי?
ווייל די שונאים לייגן אריין "אלע אידן" אין די זעלבע קאטעגאריע. און למעשה זענען אידן די איינציגסטע רעליגע וואס ממש אלע פון אונז זענען קרובים איינער פארן צווייטן... מקען עס זעהן אין די DNA... כולנו בני איש אחד אנחנו, אפגעזעהן וואספארא איי מיט צוויבל, מיט רעטעך ער עסט שבת צופרי ביי די סעודה... אלע אידן זענען קרובים ביי בלוט... אונז זענען א געוויסע שבט. קענסט האבן וועלכע חומרא דו ווילסט, ביסט נאך אלץ אסאך אסאך נענטער אין דיין DNA צו מייקל בלומבערג ווי צו דאנאלד טראמפ... פאקט!
קודם כל, בין איך יא א בלוט קרוב מיט דאנאלד טראמפ. ער איז אן אייניקעל פון א פרס'ישע קעניג וואס זיין טאכטער האט מגייר געווען און חתונה געהאט מיט בוסתנאי (ליין מארקוס לעהמאנ'ס בוך מיט די נאמען פאר מער פרטים). דער מהר"ל'ס אייניקלעך זענען אייניקלעך פון יענעם קעניג, און איך בין אן אייניקל פון דער מהר"ל׳ס ברודער.
צווייטענס, די שונאים'ס מיינונג איז גענצליך נישט וויכטיג פאר מיר. לא מפיהם אנו חיים.
לדעתי איז דאס די בילד פון די פאסירונג!

ליטוואק פון בודאפעסטקודם כל, בין איך יא א בלוט קרוב מיט דאנאלד טראמפ. ער איז אן אייניקעל פון א פרס'ישע קעניג וואס זיין טאכטער האט מגייר געווען און חתונה געהאט מיט בוסתנאי (ליין מארקוס לעהמאנ'ס בוך מיט די נאמען פאר מער פרטים). דער מהר"ל'ס אייניקלעך זענען אייניקלעך פון יענעם קעניג, און איך בין אן אייניקל פון דער מהר"ל׳ס ברודער.
צווייטענס, די שונאים'ס מיינונג איז גענצליך נישט וויכטיג פאר מיר. לא מפיהם אנו חיים.
איך בין א אייניקל פון דעם מהר"ל (באמת, מיין זיידע ר' שמעלקע סעלישער איז געוועהן אן אייניקל פונעם מהר"ל און פונעם של"ה הק') אבער כ'בין נישט קיין קרוב צו טראמפ, ווייל טראמפ איז א אייניקל פונעם "גולם פון פראג", נישט פונעם מהר"ל...
זיי נישט קיין נאר! אידן זענען א געוויסע עטנישע גרופע... קענסט זיך אנטוהן וויאזוי דו ווילסט, פירן א צווייטע לעבן, אבער אונז זענען נאכאלץ בלוט-קרובים איינער פארן צווייטן... קענסט זיך נישט אויסשליסן דערפון! אלע אשכנזישע אידן זענען בערך זעקסטע אדער אכטע קאזינס- די ווייטסטע, און אסאך זענען נאך נענטערע קרובים... ס'איז די זעלבע בלוט...קאמ'אן...
אינטערסאנט, ווען אבאמא איז געווען שולדיג אויף דאס וואס די שחורים האבן גערצח'ט אומשילדיגע פאליציאנטן האט מען נישט געהערט פון דיר.
וואס???? פארוואס איז אבאמא געוועהן שולדיג? ער האט אויפגערייצט די מאסן קעגן פאליציאנטן אזוי ווי טראמפ טוט רייצן די סטופיד רעדנעקס ביי זיינע קינדערישע ראליס???
וואס האט ער געטוהן? פארוואס איז ער שולדיג אין די שיסערייען, ער שטיצט געוואלדטאטן? ער שטיצט געוועהר???
יעפ, ער האט אלעמאל פארטיידיגט די שווארצע אפילו ווען ס'איז געווען קלאר אז זיי זענען שולדיג. די זעלבע האט ער געטוהן מיט די פאלעסטינער און מיט די איראנער טעראריסטן.
פערצופאל איז דער שיסער געווען א שונא פאר טראמפ און האט גע'רצח'ט אידן פארדעם וואס טראמפ העלפט צופיל די אידן.
כ'טראכט אפשר איז שבת גערעכט אז מ'דארף צוליב דעם א פרעזידענט א שווארצער דעמאקראטישער בלוטיגער שונא ישראל ווי איידער א אידן פריינט ווי טראמפ, פון וועמען די אידן האבן יעצט געליטן פון זיינע דעמאקראטישע שונאים.
קל וחומריעפ, ער האט אלעמאל פארטיידיגט די שווארצע אפילו ווען ס'איז געווען קלאר אז זיי זענען שולדיג. די זעלבע האט ער געטוהן מיט די פאלעסטינער און מיט די איראנער טעראריסטן.
ממש אזוי??? ער האט פארטיידיגט שווארצע וואס האבן געשאסן אויף די פאליציי??? ווען האט ער פארטיידיגט איראנער טעראריסטן???
נישט וואס איך האב אמאל געהערט. אפשר דארף איך וואטשען ״פאקס ניוז״ צוהערן אזעלכע שטותים...
איסר האטלקיפערצופאל איז דער שיסער געווען א שונא פאר טראמפ און האט גע'רצח'ט אידן פארדעם וואס טראמפ העלפט צופיל די אידן.
כ'טראכט אפשר איז שבת גערעכט אז מ'דארף צוליב דעם א פרעזידענט א שווארצער דעמאקראטישער בלוטיגער שונא ישראל ווי איידער א אידן פריינט ווי טראמפ, פון וועמען די אידן האבן יעצט געליטן פון זיינע דעמאקראטישע שונאים.
אידן ליידן פון דעמאקראטישע שונאים... 😕
דער שיסער איז טאקע נישט געוועהן "אינגאנצן" קיין טראמפ שטיצער, אבער נאכאלץ א רעכטער. ער האט געשטיצט די רשעות וואס טראמפ טוט מיט די מינאריטיס. און באשולדיגט די אידן פארן העלפן ספאנישע אימיגראנטן...
ער איז גראדע גערעכט מיט דעם, ווייל א איד שטייט ליידער דערינטער. דער לינקער אידישער נדיב רייצט אויף די רוצחים און אדאנק דעם ווערן ליידער אידן גע'הרג'ט.
שבת, ווען דו האסט ווען אזויפיל געלט וואלסטו מסתמא געטון די זעלבע.
Those killed were Daniel Stein, 71, Joyce Fienberg, 75, Richard Gottfried, 65, Rose Mallinger, 97, Jerry Rabinowitz, 66, brothers Cecil Rosenthal, 59 and David Rosenthal, 54, husband and wife Bernice Simon, 84 and Sylvan Simon, 86, Melvin Wax, 88 and Irving Younger, 69.
השם ינקם את דמם ואת דם כל אחינו הנרצחים ע״י אויביו הרעדנעקס ימש״ו...
שבת אחים: און וואס איז מיט די אידן וועלכע ווערן געהרג'עט, פארווואונדעט און צושלאגן טעגליך אין פראנקרייך, אין דייטשלאנד און אין שוועדן דורך די לינקע פאלעסטינער סימפאטיקער...?! אויף זיי ביסטו נישט מתפלל אז דער אייבישטער זאלל זיך נוקם זיין פאר זייער אומשולדיג פארגאסן בלוט....?! יא. פארגעסן...בעלגיע אויך...!
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב קיינמאל נישט פארשטאנען די סארט רייד. פארוואס זאל דער נידריגע שיכור מחליט זיין וויאזוי איך זאל פילן? פארוואס בין איך מער א חבר מיט דער רעפארמער ווייל ער וויל אונז ביידע שיסן? די אונטערשיידן צווישן אונז זענען פלוצלונג פארשוואונדען געווארן? פארוואס? וויאזוי?
דער רוצח איז נישט מחליט ווער דיין שונא איז, ער דערמאנט דיר ווער דיין שונא איז.
בנוגע דער טראמפ/אבאמא שמועס, מען האט גע'הרג'ט אכט אידן און דריי פאליציי, און א נארק ל"ע זעהט גארנישט נאר זיינע פוסטע אגענדעס. שעם דיר.
Re: שרעקליכע שיסעריי אטאקע ביהמ"ד עץ חיים פיטסבורג
@שבת אחים; איינע פון דיינע געווענליכע טענות וואס דו ניצט קעגן די וואס טענה'נן מיט דיר דא אין שטיבל, צו לגבי פרעזידענט טראמפ צו לגבי די רעדנעקס, אזוי ווי דו האסט געטענה'ט פאר קורקלענד,
"גיי ארויס פון דיין לאך און פאהר ארום אין גאנץ אמעריקע וועסטו זיך אליינס איבערצייגן"
כ'האב פאר דיר נייעס אז כ'בין שוין אסאך ארום געפארן אין די צפון שטעיט אין אמעריקע און כ'האב מיך נאך דערווייל נישט אנגעטראפן מיט אנטיסעמיטיזם. און אויך האב איך שוין פארברענגט מיט רעדנעקס, און נישט פאר ביזנעס נאר סתם צו פארברענגן, און כ'האב נישט קיין אהנונג וואס דו רעדסט, לויט ווי ס'קוקט אויס ביזטו נאכנישט געווען אין די דרום שטאטן און זיכער נישט פארברענגט מיט די רעדנעקס, נאר אויסגעהערט NPR
איך בין אויך שוין פלענטי ארום געפארן אונזער לאנד אין די לענג און אין די ברייט, און כסדר געכאפט שמועסן מיט אלע סארטן מענטשן. און קיינמאל זיך נישט באגעגנט מיט שבת'ס עקספיריענס. אין ביזנעס קומט מיר אויס אסאך צו האנדלען מיט די רעדנעקס, אסאך פון זיי זענען עקלהאפטיג אבער זיי האבן גארנישט קעגן אידן, זיי דיסקרימינירן יעדן אייניג. איך האב זיך אבער נישט ליעב צו דינגען אויף אזעלכע פאקטן, ווייל די גאנצע ויכוח ווערט א געשריי פון 'הי סעד שי סעד' און ווער ס'שרייט העכער זעהט אויס ווי די געווינער. דעריבער ווען ער קומט מיט 'זיינע' פאקטן איגנאריר איך עס און א גוטן טאג.
שבת אחים,
דו שרייבסט:
יעדער ווייסט אז אידן וואוינען 99 פראצענט נאר אין ליבעראלע דעמקאראטישע שטעט, און ס'איז נישטא קיין איין אידישע ישוב אין רויטע אמעריקע!
שקר! די רויטע שטעט זענען פול מיט אידישע ישובים.
טעקסעס, אריזאנא, אלאבאמא, דזארדזשיע, טענעסי, און נאך, זענען דא פול מיט אידישע קהילות אויסגעשפרייט אין מערערע שטעטלעך.
שבת שרייבט ווייטער:
יעדער ווייסט אז ביז פופציג יאהר צוריק האבן די רעדנעקס ניטאמאל אריינגעלאזט א איד!
שקר! אדרבה גיי זוך נאך וועסטו זעהן אז די אלע ישובים אין די רעד סטעיטס וואוינען שוין אידן אסאך מער ווי פופציג יאר. און נאך מער פון דעם, גיי ארום און קוק נאך אלטע רעקארדס און דידס פון אונזערע פיינע דעמאקראטישע ניו יארקע הייזער אין אפסטעיט וועסטו זעהן דארט נישט מער און נישט ווייניגער ווי "נא ניגראוס ענד נא היבס.
שבת שרייבט ווייטער:
יעדער ווייסט אז קוקרלענד און די אידן וואלטן ניטאמאל געקענט ווערן אמעריקאנער ווען נישט די דעמאקראטן....
שקר! וועלעכע פארטיי האט נישט אריינגעלאזט די אידן ביי די צווייטע וועלט מלחמה?? און אויך נאכדעם, און צוריק געשיקט די סעינט לואיס שיף צו א זיכערע טויט???
שבת שרייבט ווייטער:
יעדער ווייסט ווער די רוצחים מיט די הונדערט רעוואלווערס זענען!!!
וואס האט רעוואלווערס מיט רוצחים, אראבישע מוסעלמענער זענען נישט קיין רוצחים לויט דיר ווייל זיי פארמאגן נאר מעסערס?? יא, געווענליכע רוצחים היינטצוטאגס פארמאגן כלי משחית, אבער אויב איך פארמאג א רעוואלווער הייס איך א רוצח וועגן דעם?? אדרבה זאל יעדע רעכטדענקיגע מענטש אידן און גוים צוגלייך האבן גאנס אין זייער באזיס, אריינגערעכנט @שבת אחים, דאן וועלן זיין ווייניגער מענטשן פארלוסט.
שבת אחים זאלסט מיר אנטשולדיגן, אבער דיינע פאקטן זענען פאנטאזיעס צום בעסטן.
דאס איז איינע פון די פערדישע סיבות פארוואס קאווע שטיבל איז געגאנגן גאגא
מען עפענט א אשכול וועגען א שוידערליכע נייעס איז אנשטאט צו דיסקאסירן די נייעס (לכל הפחות קודם ברענגן די נייעס און דערנאך אריינגיין אין דעטאלן) ווערט דער אשכול פארפירט דורך די זעלבע 2 טעמע'ס טראמפ אהרן אין זלמן, גארנישט מער, און מען טענה'ט זיך ווי קינדערלך
איז צוריק צום ענין, עס זעהט אויס פין די נייעס אז די בנין האט געהאט א קהילה מיט דער נאמען אור חדש, זעהט אויס זיי זענען די פרומע. עס שטייט אויך וועגן א מנין דור חדש, זעהט רוב פאר קינדער אדער יונגע.
Re: שרעקליכע שיסעריי אטאקע ביהמ"ד עץ חיים פיטסבורג
<a class="postlink" href="https://www.advocate.com/crime/2018/10/28/synagogue-shooting-occurred-during-bris-gay-couples-twins">https://www.advocate.com/crime/2018/10/ ... ples-twins</a>
אישתישביאיז צוריק צום ענין, עס זעהט אויס פין די נייעס אז די בנין האט געהאט א קהילה מיט דער נאמען אור חדש, זעהט אויס זיי זענען די פרומע. עס שטייט אויך וועגן א מנין דור חדש, זעהט רוב פאר קינדער אדער יונגע.
אין דעם בנין זענען געווען 3 קאנסערוואטיווע מנינים און איין רעפארמער מנין.
קל וחומר:אינמיטן דעם צער און טרויער איבער די שרעקליכע טראגעדיע, האביך מיך שטארק צושמייכלט. ווען כ'האב מיך דערמאנט אז אין יארע 2018 דארף מען צו לייגן נאך א ברכה ביי די ברכות השחר. שלא עשני געי קאפל. ווייל אויב איך וואלט (ח"ו) געווען אין א געי מערידזש, וואלט איך מיר בשום אין אופן נישט געקענט אן עצה געבן מיט טשענדזשן די פעמפערס פאר די בעיביס. ווייל איך דערמאן מיך צוריק ווען מיינע אייגענע קינדער זענען געווען קליין. און מיין ווייב איז געגאנגען, אום שב"ק נאכמיטאג באזוכן איהרע עלטערן. (ס'איז נאך דאמאלס נישט געווען קיין חלום פון אן עירוב אין בארא פארק). און איך האב געדארפט טוישן די פעמפערס פאר א בעיבי, איז עס ביי מיר געווען אזוי ווי ביי א גרויסן דאקטאר אן ערנסטע הארץ אפעראציע. מיט אלע הכנות און צוגרייטונגען. און ס'האט אויך גענומען בערך א 15 מינוט...! און ס'איז געווען א גרויס אפקומעניש...! נאך א מזל אז מיין ווייב האט עס געטון נאטירליך די גאנצע צייט.
דאכצעכמערדאס איז איינע פון די פערדישע סיבות פארוואס קאווע שטיבל איז געגאנגן גאגא
מען עפענט א אשכול וועגען א שוידערליכע נייעס איז אנשטאט צו דיסקאסירן די נייעס (לכל הפחות קודם ברענגן די נייעס און דערנאך אריינגיין אין דעטאלן) ווערט דער אשכול פארפירט דורך די זעלבע 2 טעמע'ס טראמפ אהרן אין זלמן, גארנישט מער, און מען טענה'ט זיך ווי קינדערלך
און דאס איז איינע פון דיין לעצטיגע אנדערע פערדישע תגובות. קאווע שטיבל איז נישט קיין נייעס סייט, און נישט קיין לדעת סייט, עס איז א דיסקוסיע סייט. אז די ווילסט דעטאלען פונעם הורג, און די יחוס פון די הרוגים, גיי קיין אייוועלט אדער קיין לדעת מיט שש. דא וועט יעדע זאך פארוואנדעלט ווערן און א טענה'ריי און א דין ודברים, נישט פון די פרטים נאר פון די געדאנק אונטער דעם, אמאל מער צו די זאך אמאל ווייניגער.
אז עס געפעלט דיר נישט הולך פון דאנעט.
יתרודאכצעכמערדאס איז איינע פון די פערדישע סיבות פארוואס קאווע שטיבל איז געגאנגן גאגא
מען עפענט א אשכול וועגען א שוידערליכע נייעס איז אנשטאט צו דיסקאסירן די נייעס (לכל הפחות קודם ברענגן די נייעס און דערנאך אריינגיין אין דעטאלן) ווערט דער אשכול פארפירט דורך די זעלבע 2 טעמע'ס טראמפ אהרן אין זלמן, גארנישט מער, און מען טענה'ט זיך ווי קינדערלך
און דאס איז איינע פון דיין לעצטיגע אנדערע פערדישע תגובות. קאווע שטיבל איז נישט קיין נייעס סייט, און נישט קיין לדעת סייט, עס איז א דיסקוסיע סייט. אז די ווילסט דעטאלען פונעם הורג, און די יחוס פון די הרוגים, גיי קיין אייוועלט אדער קיין לדעת מיט שש. דא וועט יעדע זאך פארוואנדעלט ווערן און א טענה'ריי און א דין ודברים, נישט פון די פרטים נאר פון די געדאנק אונטער דעם, אמאל מער צו די זאך אמאל ווייניגער.
אז עס געפעלט דיר נישט הולך פון דאנעט.
און אמאל קען מען דיסקאסירן פארוואס קאווע שטיבל איז געגאנגען גאגא, און וואס ליגט דערורנטער, אמאל קומט עס יא אריין און אמאל נישט. יעדע אשכול וואס מען עפענט אויפן דריטע בלעטל איז אייביג אראפ פון די רעלסן, ממש אזוי ווי 'בראוקן טעלעפאן'. אטאקירן פערזענליך און דערנידערן יענעם איז כמעט קיינמאל נישט ריכטיג.
Re: שרעקליכע שיסעריי אטאקע ביהמ"ד עץ חיים פיטסבורג
קורקלענדיעדע אשכול וואס מען עפענט אויפן דריטע בלעטל איז אייביג אראפ פון די רעלסן,
דאס האט גראדע זייער א פשוטע סיבה. די נאטור פונעם מענטש איז צו פארן מענין לענין באותו ענין. אז עס איז דא א צענזור, מעקן זיי צו מאכן זיכער אז מען בלייבט 'אן טאפיק'. אבער אז מען וואוינט אויף א פריי פלאץ, דארף מען זיך אליין האלט אין די ראמען (לדוגמא, אפילו איך און דו מיינען ביידע גוט, איז די אשכול געפארן פון די שיסעריי צו צענזור).
שטאפענע קאפעליטשדאס בילד רעדט טויזענט ווערטער.
א איד האלט נאכן זעהן זיין נאנטע חבירים טויט צובליטיגט, קוילן פליען העכער די קעפ, באוואפענטע פאלציי שטורעמען אריין,.
וואס ליגט דארט אין די רעכטע הויזן קעשענע?... בערזל, פישקע ציגארן, סעלפאון אדער אויסגעבלאזענע טישו פאפיר?...
זינגטס אלע: לכבוד שבת קודש...לבי ובשרישטאפענע קאפעליטשדאס בילד רעדט טויזענט ווערטער.
א איד האלט נאכן זעהן זיין נאנטע חבירים טויט צובליטיגט, קוילן פליען העכער די קעפ, באוואפענטע פאלציי שטורעמען אריין,.
וואס ליגט דארט אין די רעכטע הויזן קעשענע?... בערזל, פישקע ציגארן, סעלפאון אדער אויסגעבלאזענע טישו פאפיר?...
זינגטס אלע: לכבוד שבת קודש...
זאג, דו ביסט גאט ב"ה אליינס?!
ווען די וואלסט געלעבט אין פולין תש"ג וואלסטו אריין געקראכען אין די קרעמיטאריום בודק צו זיין די ציצית?
כ'וואלווי ועוד: אדרעסירט צו דעם גרויסן צדיק און ריינע נשמה לבי ובשרי: א יעדער איד וואס ווערט געהרג'עט ווייל ער איז א איד, הייסט א קדוש.ס'ווערט גערעכנט אז ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם. און ער/זי גייט גלייך אויפ'ן העכסטן ארט אין גן עדן...!
מקור?
ליטוואק פון בודאפעסטמקור?
השאלה נידונה בכובד ראש עוד בהיותם בין חומות הגטו. במסה על קידוש השם שכתב הרב שמעון הוברבנד הוא מציין את ההגדרה שנפוצה בגטו כי "כבר פסק הרמב"ם: יהודי שנהרג, ואפילו לא משום שרצו להעבירו על דתו, ורק על שום שיהודי הוא, נקרא קדוש". [10] כך מביא גם מ' לנסקי בשם ר' הלל צייטלין, מאנשי הרוח הידועים בגטו ורשה: "במקרה שיהודי נמצא הרוג בדרך, קדוש ייאמר לו, היות שבגלל יהדותו נהרג. כך פוסק הרמב"ם. לפי זה, עיקר הקדושה – היא המיתה עקב ההשתייכות ליהדות. יכול אפוא אדם מישראל להשיג את כתר הקדושה בלי שיועמד לפני נסיון
.
דער גאלדענער אדלערשבת אחים דו שרייבסט,
"יעדער ווייסט אז אידן וואוינען 99 פראצענט נאר אין ליבעראלע דעמקראטישע שטעט, און סאיז נישטא קיין איין אידישע ישוב אין רויטע אמעריקע!"
שקר! די רויטע שטעיט זענען פול מיט אידישע ישובים.
טעקסעס, אריזאנא, אלאבאמא, דזארדזיע, טענעסי, און נאך זענען דא פול מיט אידישע קהילות אויסגעשפרייט אין מערערע שטעטלעך.
אן נעמען א צד איד די הייסע דעבאטע, וויל איך בלויז אויפמערקזאם מאכן אז רוב אויב נישט אלע שטעט אין גאנץ אמעריקע זענען בלוי, נישט קיין חילוק אין וועלכע סטעיט.
ווי ס'איז ברייט באוויסט זענען די ראטשילד'ס די אפשטאמיגע פון דעם געוועזענעם פראקפורטער-געטא-יונגעל מאיר אנטשיל, די רייכסטע פארשוינען איבער די גאנצע וועלט. צו זייער אויסטערלישער רייכטום איז גארניש פארהאן קיין גענויע אפשאצונג. פארט באווייזן זיי אויף א וואודערליכער אויפן נישט ארויסצושטארצן צו פול און נישט ארויסצווייזן זייער מאכטפולער איינפלוס אויף די אלטוועלטיכע עקאנאמיע. דאס איז פילייכט נישט צוליב באשיידנקייט, נאר צוליב זייער ווייטאגליכער ערפארונג.
די ראטשילדס האבן צוליב זייער אויסטערלישע געלט-גייציקייט אנגעבליך פינאנציאירט פולע מיליטערישע געפעכטן וועלכע האבן געפלאגט אייראפע אין די פארגאנגענע 300 יאר, און דאס אידיש פאלק אויף פאר דעם באצאהלט גאר קאסטבאר, דער טייוול זעלבסט דער פארשאלטענער אשמדאי היטלער ימ''ש, איז ווי באוויסט שטארק אינספערירט געווארן פון די דאזיגע לעגענדע. אין די רעזולטאטן זענען טאקע געווען פאטאל. אלענפאלס די ראטשילדס האבן זיך דערלערענט דעם קליגן פילאזאפיע פונעם זיידן יעקב, דעם למה תראו עצמכם בפני בני ישמעאל ובני עשו כאלו אתם שבעים...נישט אז ס'האט צופיל געהאלפן ווייל אונזערע ברידער די ישראלים מאכן זיכער אז דער הלכה בידוע זאל חלילה נישט פולקאם אויסגעריסן ווערן. אבער עטוואס טיהט דאס פארט אויף.
הלוואי זאלן אונזערע יונגע ראצערלעך דאס איינזען. מ'רייסט אויס די אויגן פון די גוים. אומערפארענע יונגעלייטליך וועלכע שטרעבן רייך צו ווערן איבערנאכט אן צו דארפן צו שווער ארבייטן, באגייען זיך צו די גוים שרעקליך געמיין. יעדע שטיקל לאנד לענג-אויס ניו יארק און ניו זשערסי געהערט צו אידן. מאסן ארויסוואנדערונגן פאסירן אין אלע עקן לענד, צוליב די נייע ארדענונג וועלכע אונזערע ברודער צווינגן דארט ארויף. א ארדענונג פון משתין זיין אויף די מענטשהייט און רייסן די טאשן מיט הויך-ראטע אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. אונזער אומערצויגענע חיות באציען זיך ליידער צו די גוים גענוי ווי די פארשאלטענע אנטיסמיטן האבן זיך באצויגן צו אונזער זיידעס אין מאגענצא און אין שארש-פאטאק, און די נאכפאלגענדע ווייטאגליכע קאנווענצן עסן מיר מיט ווארצלך חריין.
ווען אימער די אידן זענען ארויסגעגאנגען פון דעם הן עם לבדד ישכון, און זיך אנגעהויבן אריינצושטעקן זייער לאנגע רינעכיגע אידישע נאניעס אין אנגעלעגנהייטן וועלכע באלאנגט נישט צו זיי, זענען די נאכפאלגן געווען פאטאלע. דער וואנזיגער שיסער אין פיטסבורג, האט ווארשיינליך נישט געהאסט אידן, ווייל מיר האבן געקרייצט זיין יעזעס, אדער ווייל מיר האבן פארסמען די וואסער-ברונמס, אדער גאר ווייל מיר האבן אנגעברענגט די שווארצע מגיפה...ניין! אים האט ווארשיינליך געגבערט די מאניפולאציע פונעם אידענטום אויף די אלוועלטליכע אקאנאמיע און דאס עגאיסטישע שטאלצע באנעמונג פון אונזער אנגעבליכע געשעפט-לייט. לאמיר שוין קומען צום שכל, און זיך אנהייבן צו פירן ווי געטרייע גלות אידן, לאמיר פארדינען אונזער פרנסה אויף נארמאלע וועגן, אוון אויפהערן מיט די קרומע טוכעס געשעפטן איין מאל פאר אלעמאל. אפשר וועט דאס עטוואס אפשטעלן דאס וויסטער אנטיסמיטיזעם זאווערוכע וואס באשעוועט אין די וועלט אן קיין רחמנות.
ו.ב.י.ל.י.כ.ל.
אבער די אידן אין רוב, אויב נישט אלע פון די שטעט שטימען מיט א רויטע אידיאלאגיע. אזויווי שוין איבערגעוויזן דא אינעם עבר.